א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
יחזקאל סגל לנדא
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
Location: USA
x 21

א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יחזקאל סגל לנדא »

איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…

לעצטנס טרעף איך זיך אן אין אים, אינמיטן גאס, און ווערן תיכף פארוויקעלט אין א געשמאקער שמועס, על דא ועל הא.,. אינמיטן רעדן מערק איך עפעס גאר מיסטעריעז אויף זיין קאפ.

איך האף ס'איז נאר א טעות. זאג איכעם. דער הוט אויף די לינקע זייט.

אהה…. די בא"ו פון מיין הוט? איך האב עס אפיציעל געטוישט!!

וואס?! דו?! שטאלצער וויזניצער וואס דו פלעגסט צו זיין!! און אזוי נישט מיר נישט דיר גיבסטו אויף דין רעליגיע?!

ניין… חלילה… מיין אמונה איז נאך גאנץ… סאיז נאר די הוט. וזהו.

לאמיר דיר עקספלעינען. זאגט ער מיט א פראפעשנעל ניגון. די גאנצע עניין פון די הוט אויף די רעכטע זייט. דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געגאנגען אויף דער גאס, זעענדיג א גלח גיין קעגן אים מיט א ענליכער סאמעטער הוט. האט ער פון גרויס עקל און אפשיי, זיך געגעבן א דריי ארום זיין הוט. צו זיין וואס ווייטער און פרעמדער פון דער טמא'נער גוי… צוביסלעך איז עס געווארן א מנהג, און הייליגער עניין…

אבער לעצטנס, ווען געוויסע יחידים - וואס גדולי הרבנים האבן גע'פסק'נט און זיך שארף אויסגעדרוקט אז מען דארף זיך פורש זיין פון זיי - גייען אזוי, דאן וויל איך שטיין ווי ווייטער פון זיי… גלחים מיט ביבער הוטן, זענען למעשה שוין נישט אזוי פאפולער היינטיגע טעג… משא"כ זיי זענען נאך מרקד בינינו.


מען דארף שטענדיג געדענקען דער שורש און טעם הדבר פון יעדע זאך, און האנדלען פון דארט. ספעציעל ביי זאכן וואס זענען נישט פונקט מסיני.


#רבי שמעון דריש טעמא דקרא.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 880

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך עומד על תלת »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…

לעצטנס טרעף איך זיך אן אין אים, אינמיטן גאס, און ווערן תיכף פארוויקעלט אין א געשמאקער שמועס, על דא ועל הא.,. אינמיטן רעדן מערק איך עפעס גאר מיסטעריעז אויף זיין קאפ.

איך האף ס'איז נאר א טעות. זאג איכעם. דער הוט אויף די לינקע זייט.

אהה…. די בא"ו פון מיין הוט? איך האב עס אפיציעל געטוישט!!

וואס?! דו?! שטאלצער וויזניצער וואס דו פלעגסט צו זיין!! און אזוי נישט מיר נישט דיר גיבסטו אויף דין רעליגיע?!

ניין… חלילה… מיין אמונה איז נאך גאנץ… סאיז נאר די הוט. וזהו.

לאמיר דיר עקספלעינען. זאגט ער מיט א פראפעשנעל ניגון. די גאנצע עניין פון די הוט אויף די רעכטע זייט. דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געגאנגען אויף דער גאס, זעענדיג א גלח גיין קעגן אים מיט א ענליכער סאמעטער הוט. האט ער פון גרויס עקל און אפשיי, זיך געגעבן א דריי ארום זיין הוט. צו זיין וואס ווייטער און פרעמדער פון דער טמא'נער גוי… צוביסלעך איז עס געווארן א מנהג, און הייליגער עניין…

אבער לעצטנס, ווען געוויסע יחידים - וואס גדולי הרבנים האבן גע'פסק'נט און זיך שארף אויסגעדרוקט אז מען דארף זיך פורש זיין פון זיי - גייען אזוי, דאן וויל איך שטיין ווי ווייטער פון זיי… גלחים מיט ביבער הוטן, זענען למעשה שוין נישט אזוי פאפולער היינטיגע טעג… משא"כ זיי זענען נאך מרקד בינינו.


מען דארף שטענדיג געדענקען דער שורש און טעם הדבר פון יעדע זאך, און האנדלען פון דארט. ספעציעל ביי זאכן וואס זענען נישט פונקט מסיני.


#רבי שמעון דריש טעמא דקרא.
שלום עליכם,
@יחזקאל סגל לאנדא

א זכיה פאר אידטיש,
אפשר באלאנגט א נאטיץ אין די איי**עלט איז דאון אשכול!
איין זאך נאר, די נושא פון לייקן קען נאך ניצן א תיקון דא.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 551

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך איש ציון »

כ'האף נאר אז דא וועט מען נישט מעקן...
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1264

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יענץ מבין »

וואף! שלום עליכם!

קענט וועיט פאר וואט איז קאמונג!
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1264

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יענץ מבין »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm
► Show Spoiler
ווי איך פארשטיי איז אין אידישקייט דא צוויי חלקים, עס איז דא די עקרונות, יסודות, מחשבה, געדאנקען, און אא"וו. פון די צווייטע זייט איז דא מצוות, הלכות, מנהגים, לבוש אא"וו.

און אנדערע ווערטער איז דא מחשבה מיט מעשה.

אויף דערווייל לאמיר אפלאזן די חלק פון עקרונות און יסודות מיט די מצוות און הלכות, און מיר וועלן עס אוועקלייגן אויף א צווייטע געלעגנהייט. און לאמיר זיך יעצט קאנציטרירן אויף מחשבה, געדאנקן מיט מנהגים און לבושים.

ווען מען פרובירט צו טון די מנהגים און לבושים לויט די מחשבה, ווערט מען זייער שנעל פארלוירן, און זאכן הייבן נישט אן צו מאכן סענ"ס, און דעמאלטס הייבט מען אן צו ווערן קלוגער פון די גאנצע וועלט, און מען רעדט זיך איין אז מען האט אנדעקט אמעריקא, און איך האב ענדליך אויסגעפונן די עכטע סיבה פארוואס מען האט זיך אזוי געפירט, און היות די סיבה איז שוין נישט נוגע, נו.. דארף מען זיך שוין נישט נוהג זיין אזוי.

אבער באמת דא ליגט די טעות, די [געוויסע] מנהגים און [בעיקור] די לבושים (איך רעד נישט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן, ווייל דאס בדרך כלל איז יא געווען א תוצאה פון א געוויסע מציאות/סיבה. איך רעד בעיקור פון די הקפדה דאס אנצוהאלטן מדור דור), איז דייקא נישט געבויט אויף קיין מחשבה אדער טיפע רעיונות, נאר פונקט פארקערט, מען האט אנגעהאלטן די לבושים און מנהגים טאקע דערפאר אז נייע געדאנקן גענג וואס קומען און גייען זאלן אונז נישט אוועק רוקן קיין זיז כל שהוא פון ווי מיר קומען.

[איך האב געשריבן איבער די נושא באופן כללי אבער פארשטייט זיך און עס איז פשוט, אז די נושא איז נישט שווארץ און ווייס, און ווי די קאצקער רבי האט געזאגט: ווי סאך פקחות דארף מען האבן צו קענען זיין א תמים.]
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
שרייב פאוסט