זאכן וואס איך וויל וויסן

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1921
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6689

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Think and Thank »

די מצב פון די אידן אין תימן איז דעמאלס געווען אין א סכנה מבית ומבחוץ. עס איז דעמאלס געווען א משיח שקר וואס האט פרובירט צו פארפירן אידן, און אלס רעזולטאט זענען די אידן אויסגעשטאנען אסאך שווערע גזירות. די מנהיגים פון יהדות תימן האבן דעמאלס געשיקט אנפרעגן דעם רמב"ם איבער די צרות וואס זיי גייען דורך, און דער רמב"ם האט געענטפערט מיט'ן אגרת תימן וואו ער גייט דורך די חלק וויאזוי מ'קען וויסן ווער ס'איז א משיח שקר און ווער ס'איז עכט, ער גייט דורך די אלע גוי'אישע רעליגיעס (איסלאם, קריסטנטום וכו') און פארוואס זיי זענען פאלש און נאר אידישקייט איז אמת, און ער איז שטארק מחזק די תימנ'ע אידן זיך צו האלטן שטארק ביי אידישקייט.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 480

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

פאוסט דורך Who knows »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 11:33 am
Who knows האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 10:52 am
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 10:43 am

גוט, וואספארא מצב היהדות זענען די אידן געווען?
וואס מאכט דיך טראכטן אז עפעס איז געווען ווראנג?
פארקערט, ס'זעט מיר אויס אז זיי זענען געווען שטארקע אידן.

נאר ס'איז דא א אנדערע בריוו פונעם רמב''ם וואס דער תולדות יעקב יוסף ברענגט (כמדומה לי בספרו צפנת פענח. ואגב, איז דאס די איינציגסטער מקור צו דעם בריוו) ווי דער רמב''ם האט געענטפערט פאר א קהילה וואס האבן געפרעגט קשיות בענין תחיית המתים, און דער רמב''ם ענטפערט דארטן אז די שאלות קומט פון עסן מאכלות אסורות וואס איז מטמם די לב. דארטן קוקט אויס אז די אידן זענען געווען נבוך באמונה. פארדעם וויל איך אויסקלארן וואס די קהילת תימן זענען געווען.
די רמב"ם האט אן איגרת תחיית המתים וואס איז אויך געשיקט געווארן קיין תימן אבער איז אויך געווען א כלליות'דיגע בריוו, דארט דערמאנט ער אזעלכע אין תימן וואס האבן געוואלט לערנען אז תחיית המתים מיינט השארת הנפש, אבער עס זענען געווען אזעלכע נישט נאר אין תימן נאר אין אנדערע פלעצער אויך, און דאס ווייזט לאו דוקא א כלליות'דיגע שוואכקייט אין אידישקייט. דאס וואס די תולדות ברענגט שטייט נישט דארט וצ"ע.
שרייב פאוסט