א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

שטיצט איר דעם געדאנק פון ניצן א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

יא
16
47%
ניין
18
53%
 
Total votes: 34

אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4972
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 22162

א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך פליט »

היי.

דא אויף אידטיש איז דא מער קאנטראווערסיאלע טעמעס, און אז די נושא איז קאנטראווערסיאלע, מיינט אז עס איז דא 2 שטארקע צדדים.


אין די נושא פון די מאנסי פייער דעפארטמענט האב איך אן אנדערע מיינונג ווי רוב ניקס דא אויפן טישל, און טאקע ווייל איך האב א שטארקע דיעה אין דעם נושא, ווער איך אטאמאטיש אריינגעשלעפט אינעם דיסקוציעס.
און אסאך מאל שרייב איך טאקע ווילדע פאוסטס נאכן ווערן געטריגערט דארט, אזוי ווי עס איז געווען פאריגע סוף וואך, אבער אינמיטן די הייסע דיסקוסיע באקום איך א פריוואטע מעסעדזש פון אן אומבאקאנטער ניק.
אפגעזעהן דיין מיינונג.... מיינען אז עס פעלט נישט אויס זאלסט שמוציג מאכן דיין ציכטיג זויבערע ניק.... טוה מיט א צווייטע ניק....

דאס איז וואס איך און נאך טוען....

די מעסעדזש האט מיך באמת וויי געטון, כאמיר בעיסיקלי געפולט ווי דער איד וואס וואקט אריין אין שול שבת אינדערפרי מיט זיין שלאף קאפל...

איך האב באמת געפילט ווי איך בין פארשמירט מיט בלאטע. נישט ווייל איך האלט אז בין נישט גערעכט, נאר ענדערש ווי די איינציגסטע נער וואס שרייבט דא מיט זיין עכטע ניק...


מיין מיינונג:
1. אויב שעמסטעך מיט וואס די שרייבסט, דאן שרייב עס נישט.
2. אויב שרייבסטו יא עפעס אין א היציגע מאמענט וואס וואלסט נישט געשריבן סתם אזוי, מיט א צווייטע ניק וועט עס זיין אזא "הו קעירס" אבער מיט דיין עכטע ניק וועסטו זיך דארפן פארענטפערן...

איך גיי נישט אויפהערן לייק'ן איינעם'ס פאוסט ווייל ער האלט אנדערש ווי מיר אין עפעס א נושא, @וואוילער קומט טאקע אריין מיט זיין ארגינעלע ניק, און עס מאכט אים נישט ווייניגער אין מיינע אויגן אין אנדערע טעמעס, אויב עפעס פארקערט.


דעס איז מיין פאדקעסט... יעצט לאמיר הערן וואס דו האלטסט איבער דעם.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 333
פארבינד זיך:

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך נויז מאשין »

דער ציכטיג ווייסער האט א פנים ווי א כתה ט' בחור וואס שמועסט אין קאווע שטיבל מיט טאטעס וועגן די גאז פרייזן.

פליט האט א רעפוטאציע, א נאמען, נישט סתם א טראל, א מענטש צום טיש. דער נייער ניק זאל קודם זיך באקענען מיט'ן ציבור בעפאר ער מישט זיך אריין אין שמועסן.


#מיין מיינונג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3196
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13303

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך בודקע »

צ"ק, ניין.

איינער וואס קען נישט שטיין אונטער זיין (ניקס) ווארט זאל ענדערש נישט שרייבן.
אויב האלטסטו באמת וואס דו שרייבסט, פארוואס עס שרייבן מיט א צווייטע ניק? וואס הייסט פארשמירן די נאמען? יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג אין יעדע נושא, קיינער ווערט נישט פארשמירט, פארשמירט ווערט מען ווען מ'נוצט א צווייטע ניק ווייל מ'איז נישט גענוג זיכער מיט זיך.

און בד"וו, א צווייטע ניק איז געהעריג בבחינת גזירה לגזירה, האסט דאך א ניק כדי נישט צו -סאוי קאלד- פארשמירן דיין עכטע נאמען, גייסטו נעמען א צווייטע ניק נישט צו פארשמירן דיין ניק?..

גזירה לגזירה איט איז.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1930
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6722

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך Think and Thank »

פליט האט געשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 8:57 pm היי.
די מעסעדזש האט מיך באמת וויי געטון, כאמיר בעיסיקלי געפולט ווי דער איד וואס וואקט אריין אין שול שבת אינדערפרי מיט זיין שלאף קאפל...

דעס איז מיין פאדקעסט...

שוין, אז דו ביזט שוין געווען אויף א פאדקעסט ביזטו האפנטליך שוין צו זיך געקומען פון די טראומע...

לעצם הענין, איז איינס ווי דער עולם זאגט שוין, א נייע ניק קוקט מען אן מיט פארדאכט (משום כמה מעשיות שהיו) ממילא ווערן זיינע ווערטער נישט אזוי דערהערט.

אויסער דעם איז דא די נקודה אז א רעספעקטירטער ניק ווי דיר קומט עס דורך זיך איינקויפן רעספעקט דורך פאוסטן זאכליכע פאוסטס. אזא איינער וועט נישט ווערן אראפגעקוקט נאר ווייל אין טייל טעמעס האלט ער אנדערש ווי די מעינסטריעם.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3196
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13303

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך בודקע »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 11:31 pm

אויסער דעם איז דא די נקודה אז א רעספעקטירטער ניק ווי דיר קומט עס דורך זיך איינקויפן רעספעקט דורך פאוסטן זאכליכע פאוסטס. אזא איינער וועט נישט ווערן אראפגעקוקט נאר ווייל אין טייל טעמעס האלט ער אנדערש ווי די מעינסטריעם.
קען זיין אז כ'בין ראנג, אבער איך זעה נישט וואס די אישו מיט האלטן קעגן די מעינסטריעם איז, פארשטייט זיך ווילאנג מ'האלט באמת אזוי.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12313

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך פופציגער »

איך האלט יא פון שרייבן מיט איין ניק אלעס. בוי א כאראקטער, שטיי אונטער דיין ניק, זיי א מאן מיט מאסלס.

אודאי, אויב האסטו א ספעציפישע סיבה, למשל דו ווילסט האבן א ניק וואס זאל בויען א "נייעס ברענגער רעפוטאציע" און זוכסט נישט צו זיין דער עמך שמועסער אינעם קופקע, איז דא א צד צו זאגן אז נישט. אבער אין אלגעמיין, גיי פאר איין ניק.

איך האב געהאט עטליכע חברים וואס האבן מיר געקאמענט פריוואט אין אנהייב פון די אידטיש עפאכע, אז כ'זאל פרעזערווירן מיין פופציגער ברענד, און יעצט ווען די זאך איז נאך קליין זאל איך כאטש נוצן אן אנדערע ניק. כ'בין אבער נישט אזוי דערפאר... איך בין ווער איך בין, און איך שטיי אונטער מיין ניק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7253

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך וואוילער »

אט אזוי! איך בין מיט פליט אויף איין פעידז.

אני הק' נוץ איין איין ניק פאר אלעס, איך פארשטיי נישט צו די גאנצע הוט געטוישעכץ 10 מאל א טאג, מ'שפילט מיט יענעמס מח, איינער טוט עס קינדיש און א צווייטער מער פראפעשינעל, הצד השוה שבהם - מ'איז נישט גראד און ארגינעל.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין יענעם אישי שרייבער, אמת'דיג? ווען איינער האט א מיינונג פארשמוצט ער זיך??
גראדע האב איך ליב די פאקט אז איינער צו דער זאך קומט אריין אין יענעם טעמע מיט א צווייטע צד, איך ווארט שוין אויף דעם א לאנגע צייט, ס'איז נישט אינטערעסאנט ווען יעדער קוקט אן די זאך פון איין פרעספעקטיוו.
איך גלייך זייער @פליט'ס אינפוט!
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4574

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך אנדערער »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 11:31 pm שוין, אז דו ביזט שוין געווען אויף א פאדקעסט ביזטו האפנטליך שוין צו זיך געקומען פון די טראומע...
:lol:
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4972
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 22162

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך פליט »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 7:43 am אט אזוי! איך בין מיט פליט אויף איין פעידז.

אני הק' נוץ איין איין ניק פאר אלעס, איך פארשטיי נישט צו די גאנצע הוט געטוישעכץ 10 מאל א טאג, מ'שפילט מיט יענעמס מח, איינער טוט עס קינדיש און א צווייטער מער פראפעשינעל, הצד השוה שבהם - מ'איז נישט גראד און ארגינעל.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין יענעם אישי שרייבער, אמת'דיג? ווען איינער האט א מיינונג פארשמוצט ער זיך??
גראדע האב איך ליב די פאקט אז איינער צו דער זאך קומט אריין אין יענעם טעמע מיט א צווייטע צד, איך ווארט שוין אויף דעם א לאנגע צייט, ס'איז נישט אינטערעסאנט ווען יעדער קוקט אן די זאך פון איין פרעספעקטיוו.
איך גלייך זייער @פליט'ס אינפוט!
💪

וואו טענטקס :P

עס איז אזוי געזונט דאסצו הערן "וואוילער האט הנאה אז האלט שרייבט פארקערט ווי אים"! כל הכבוד פאר דיר!

זאג נישט אויס... אבער פעסט האבעך הנאה אז איך האנדל מיט אזויפיל פארקערטע דיעות ווי מיר, עס איז פלעין אינטערעסאנט צו הערן דו אנדערע זייט.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4972
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 22162

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך פליט »

איך זעה אז א מערהייט האבן געשטימט אז זיי שטיצן די געדאַנק פאר א צווייטע ניק, אינטערעסאנט איז אז קיינער פון דעי וואוטערס האבן נישט געזאגט א מיינונג פארוואס זײ האלטן אזוי,

רעב איד! אפשר זאגסטו אונז דיין צד? אדער האבן אפשר די צווייטע ניקס געשטימט??
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1556
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2536

Re: א צווייטע ניק פאר קאנטראווערסיאלע טעמעס?

פאוסט דורך יאנטשי »

פליט האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 6:29 pm איך זעה אז א מערהייט האבן געשטימט אז זיי שטיצן די געדאַנק פאר א צווייטע ניק, אינטערעסאנט איז אז קיינער פון דעי וואוטערס האבן נישט געזאגט א מיינונג פארוואס זײ האלטן אזוי,

רעב איד! אפשר זאגסטו אונז דיין צד? אדער האבן אפשר די צווייטע ניקס געשטימט??
זיי ווילן נישט מען זאל וויסן סיי האבן נאך ניקס, און מיט זייער אנדערע ניקס ווילן זיי אויך נישט קומען דא, מען זאל נישט וויסן זיי זענען א ספעיר ניק.
ברלנד
שרייב פאוסט