וזה ברור האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 18, 2026 12:39 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 18, 2026 12:03 pm
ביקצור אין קורצן די הלאסט אז אלע אינגערלייט וואס דרייען זיך ביי משפעים אין רייסן שטיקער פון זיך זענען בעלי דמיון אין די אנגעפראסענע בעלי בתים זיי זענען עכטע אידן בין איך גערעכט ?? @עומד על תלת
נישט יעדער וואס דרייט זיך ביי משפיעים אין דמיו'נט רייסט 'באמת' פון זיך שטיקער...
די שאלה איז וואס מיינט רייסן שטיקער...
ידוע די משל פונעם דובנער מגיד אויפ'ן פסוק (ישעיהו מ"ג): "וְלֹא אֹתִי קָרָאתָ יַעֲקֹב, כִּי יָגַעְתָּ בִּי יִשְׂרָאֵל".
דער משל גייט בערך אַזוי:
א סוחר איז אמאל צוריקגעקומען פונעם יריד און געדינגען א טרעגער ער זאל אים טראגן דעם פּעקל ביזן האטעל. דער סוחר האט געהאט א קליין פּעקל מיט טייערע זיידן און בריליאנטן – עס איז געווען קליין און גרינג, אבער זייער ווערטפול.
דער טרעגער קומט אן צום האָטעל, ער איז אינגאנצן פארשוויצט, און ער קען קוים אָטעמען. ער זאגט צום סוחר: "ביטע, גיב מיר צען רובל פארן שווערן עבודה!"
דער סוחר קוקט אים אן מיט וואונדער און זאגט: "דו האסט א טעות! דאס איז נישט מיין פעקל. מיין פעקל איז קליין און לייכט, אויב דו ביסט אזוי מיד און אויסגעמאַטערט, מיינט עס אז דו שלעפּסט עמיצן אַנדערשנס שווערע זאַק מיט שטיינער!"
דער נמשל אויפן פסוק:
דער אייבערשטער זאָגט פאר אידישע קינדער: "וְלֹא אֹתִי קָרָאתָ יַעֲקֹב, כִּי יָגַעְתָּ בִּי יִשְׂרָאֵל".
"ולא אותי קראת יעקב": אויב דאָס דאווענען און די מצוות פילן זיך ביי דיר ווי א שווערע לאַסט וואָס מען דארף קוים שלעפּן...
"כי יגעת בי ישראל": אויב דו ביסט "יגע" (מיד און אויסגעמוטשעט) דערפון, איז דאָס א באַווייז אז דו רופסט נישט "אותי" (צו מיר). ווייל די תורה און מצוות זענען דאָך איידעלע און ליכטיגע זאכן וואָס דארפן געבן חיות, נישט מאַכן דעם מענטשן פילן שווער.
אויב עס פילט זיך שווער, מיינט עס אז מען שלעפּט דאָס "פרעמדע" פעקל.
עס איז באקאנט אז ווען דער הייליגער רבי פון קאצק זי''ע האט געהערט דעם משל איז ער מורא'דיג נתפעל געווארן, און ער האט געזאגט אז ער פארשטייט פון דעם אז דער דובנער מגיד איז געווען א גרויסער בעל השגה, און פארשטאנען צו עבודה.
ס'איז א אריכות הדברים צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת, אבער איך וואלט געזאגט אז דער פונקטליכער שפאלט צווישן דעם עובד/מבקש און דעם סיסטעם איד איז ביי אט דעם נקודה!
בשעת דער סיסטעם איד (די פרומע שבו) וועט נאר זיין פארנומען אז צו זיין אן ערליכע איד דארף מען זיך צורייסן, האקן שטיקער בלעטער גמרא, אויפשטיין פרי פארטאגס, זיך ארויסרייסן פון בעט וכו' וכו'.
אבער דער עובד/מבקש וועט נאר ווערן צובראכן דערפון, ער וויל נאר הערן 'אור' 'אור' 'אור', ער וויל זיין אידישקייט זאל זיין מיט א ליכטיגקייט, זיין קשר ודביקות מיט'ן בוכ''ע זאל זיין דערטאפענד און געזעטיגט, ער וויל א מצוה מיט א 'כולם ישבעו ויתענגו מטובך', מיט מנוחת שלום ושלוה והשקט ובטח, און נאר ועל מנוחת''ם וועט זיין א יקדישו את שמך.
והמבין יבין.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.