א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
פרייע פויגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 9:36 pm
x 44

א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך פרייע פויגל »

די בית מדרש איז איבערגעווארעמט, מען שפירט גלייך אז ערקאנדישן איז נישט קיין אנגענומענע גאסט דא. די גערוך איז פון אן אנדערע פלאנעט.
ס'דרייען זיך ארום יונגעלייט אין די יונגע צוואנציגער יארן, וואס זייערע שטריימלעך האבן קיינמאל קיין בעסערע צייטן נישט געזען – עס איז מלכתחילה חרוב ונחרב. אלטע אפגעריבענע בגדים, איינגעהויקרטע דארע גופים, צושטרויבעלטע פאות, ווי אין אן אפגעמאכטע קאוד, שלעפן זיי אלע זייער לינקע פיס.
ביי די באשטימטע צייט, עפענט זיך די טיר פון בית מדרש, עס ווערט שא שטיל, א דארע הויכע אידל, אינגאנצען איינגעבויגן און פארטראכט, שלעפט זיך אריין (יא, גוט צוגעטראפן, ער שלעפט אויך די לינקע פיס...), און גייט גלייך צום אויבן אן.
די רבי זעצט זיך אוועק אויפן בענקל, א פשוט'ע וואקעלדיגע בענקל פון בית מדרש, בייגט איין די קאפ אויף אראפ באגראבנדיג זיין בארד טיף אריין אין די בעקיטשע.
אויפן טיש ליגט אן איינזאמע הארטע בילקע, ס'שרייט 'ווי זענט עטס געווען ביז יעצט? איך בין שוין דא אין בית מדרש פון זונטאג...', די רבי ברעכט אראפ א שטיקל, און דערנאך ווערט עס צוברעקלט אין די הענט פון די חסידים.
עס נעמט א היבשע פאר מינוט, אראפ שלינגען א הארטע שטיקל חלה אן קיין לעיק וואסער איז פארט נישט קיין גרינגע זאך.
די רבי גיסט זיך אן א גלעזעל וויין, אין א פשוט'ע פלעסטיק אדער האט קאפ. נעמט אפאר שלינגען און דעקט צו די כוס מיט א טישו.
דערנאך לאנדט זיך די רבי אן, און מען הייבט אן הערן א קול וואס הערט זיך ענדערשט ווי ווי א ווייבערעשן מאשין, מען הערט נישט קיין ווערטער, נאר א קראצדיגער קול.
די רבי מורמלט אונטער אפאר ווערטער און די עולם קרעכטצעט נאך פון אונטער די נעזער, "אוי אוי יו, אוי יו, אוי יו, אוי יו. אוי יו, אוי יו, אוי יו, יו, אוי יו, אוי יו יו."
פון פאל צו פאל הייבט מען אן הערן ווערטער. ביז'ן סוף זמר, כאפט מען אז מען האט געזינגען 'אתקינו סעודתא'.
מיט די לינקע אויג געבט די רבי א בלינק צו איין זייט, און עפעס א רויטליכער פלאמעדיגער איד הייבט אן 'כל מקדש', דאס האט נישט קיין קביעות'דיגע ניגון, יעדער וואך אן אנדערע ניגון.
דער עולם זינגט, אבער דער רבי זינקט, די רבי איז פארזינקן כל כולו אין א דביקות, ער מורמלט אפילו נישט מיט.
נאכ'ן ענדיגן די זמר פליט די וואונק צו איינע פון די יושבים ביי טיש, ער הייבט אן 'מנוחה ושמחה'. כמעשהו בראשונה, אויך דא זינקט די רבי אין טיפע דבקות, ברויך נישט מיטזינגען, ווייל ער געפינט זיך דארטן, דארטן ווי אלע אנוועזנדע שטרעבן צו זיין.
ביי 'שמי שמים', הייבט די רבי אן קלאטשן, כ'שרייב קלאטשן ווייל איך האב נישט קיין אנדערע ווארט פארדעם, אבער עס איז ליבערשט לייגן האנט צו האנט אויף אן אינטערסאנטן רוטין. דער עולם קלאטש מיט א פעסקייט, עס קען געדוירן אפאר מינוט און עס קען נעמען 20 מינוט אדער מער, אלעס איז תלוי אין די דבקות און יחידים פון רבי'ן.

דא קומט די הויך פונקט פון טיש, ביים טיש איז דאך נישט דא קיין שום עסן אדער טרינקען חס ושלום, אפילו קיין לעק וואסער, עס איז דאך נאר דביקות. אבער אינמיטן מנוחה ושמחה, ביי די ווערטער 'אכול בשמחה כי כבר רצך', שפורלט זיך אויף די טיר, א שטארקע גערוך פון קוגל נעמט איבער די ביז איצטיגע שטומפיגע גערוך, און א קוגל שפאצירט אריין אין בית מדרש.
אלע אויגן פון גרויס ביז קליין גלאצן אויף די קוגל, מען באטראכט עס ווי א קרבן, די עובדים בליקן נאר ארויס מיט די אויגן העכער די ברילן, די בעלי מדריגה מיט א בלינק מיט'ן אויג זעען זיי שוין אלעס. יעדער פרעגט זיך אין הארצן איז עס טאקע ראוי לעלות על המזבח. איז עס טאקע גענוג קריספי.
די קוגל ווערט אנגערופן '***** קוגל' (דערוואג זיך נישט עס צו רופן פשעווארסקער קוגל, עס איז עפעס אנדערש אינגאנצען), עס איז א טאפ פון אויל, מיט אביסל לאקשן, אייער, זאלץ, און אסאך פעפער, דער עיקר איז די אויל מיט די פעפער.
די חזקה פון מאכן די קוגל, איז איינגעטיילט ביי אפאר נשים צדקניות, געניטע אויגן ווייסן שוין צו זען פון דערווייטנס ווער האט די וואך געמאכט די קוגל. עס איז א נושא פאר זיך ווער מאכט די קוגל פונקט ווי די מסורה און ווער פארדרייעט רחמנא ליצלן.
נאכ'ן ענדיגן מנוחה ושמחה, געבט זיך די רבי א כאפ אויף פון דבקות (פאר ווער עס ווייסט נישט וויאזוי עס זעט אויס, עס זעט אויס ענדליך צו איינער וואס כאפט זיך אויף פון א דרימעל.)
דעמאלט געבט מען א דעק אויף די קוגל, עס שיסט ארויף א רויך, ותעל העשן לאשי ריח ניחוח, די רבי ציפט אראפ א קליין שטיקל, און די קוגל פארט אראפ די טיש, ווי דער עולם נעמט אראפ פונעם קוגעל.
איינס ביי איינס בריען זיך אפ פון די קאכדיגע אויל, אבער ווער שפירט דען בכלל די גשמיות'דיגע פינגער'ס ווען עס רעדט זיך פון די הייליגע קוגל.
אינטערסאנט צו באמערקן, ווי יעדע אינגערמאן, בחור אדער אינגעל האט זיך זיין חלק וואס ער נעמט וואך איין וואך אויס, כנראה די חלק וואס איז מכוון צו זיין שורש נשמה. דער נעמט די קריספי חלק, דער דווקא טיף אינמיטן די קוגל, אן אנדערע באגעניגט זיך מיט א ברעקל וואס איז שוין אראפ געפאלן פון די עצם קוגל. געוויסע וועלן זיך ממש מוסר נפש זיין צו באקומען די שטיקל וואס זיי שפירן איז מכוון כנגד זייער שורש נשמה.
ביים נעמען די קוגל איז נישט דא אזא זאך נעמען מיט א חציצה, יעדער נעמט עס מיט די הוילע פינגערס. אבער ביים זיך אפווישן איז דא א גרויסע חילוק, עס איז דא וואס ווישן זיך אפ אין א טישו, עס איז דא וואס ווישן זיך אפ אין די דערנעבענדע טיש/בענקל. אבער די חניאקישע אינגעלייט ווישן זיך אריין די אויל גראד אריין אין די פאות פאר א שמירה עליונה (די אלע אוילי פאות איז פון דעם...).

המשך יבוא
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9909

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ארטיסטיש
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 1163

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאטאווירט »

גוטע שפראך, זיי ממשיך.

דערווייל איז נישט קלאר דער נושא
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
פרייע פויגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 9:36 pm
x 44

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך פרייע פויגל »

פון ערגעץ ווי קומט צו גיין א ברייטבייניגער בחור, א שפאלט אין די הוט, אויף זיין נאז ליגט ריזיגע חסידישע ברילן, ער זעט אויס ווי א געמיש פון אן אמעריקאנער בחור און א חניאקישער בחור פון פאר'ן קריג, אין זיינע הענט שלעפט ער א הויפן ספרים און לייגט עס אראפ אויפן טיש.
די ספרים זענען פון א פארצייטישע סטיל, פעך שווארצע דעקלעך, אן קיין דיזיין, מיט'ן אויפשריפט 'מנ** *****', ווי עס שיינט איז דאס די ספר פון די תורות פון די רב זכרונו לברכה. דא נוצט מען נאר די ערשטע דרוק פון די ספר, נייע זאכן פארנעמען נישט קיין ארט דא.
איין ספר פון די הויפן ספרים ווערט געברענגט פאר'ן רבי'ן, די רבי בלעטערט אהער, בלעטערט אהין, זוכט וועלכע תורה פון וועלכע יאר שיינט איצטער אין הימל. נאך א היבשע וויילע, פאלט די גורל אויף א געוויסע תורה.
די נאנטע ביים טיש געבן א בליק אריין צו זען וועלכע עמוד, און מפה לאוזן לאזן זיך די חסידים וויסן איינער דעם צווייטן וועלכע עמוד דאס איז.
די רבי לאזט פאלן א הוסט, די באקאנטע הוסט (קומט ארויס פון מיצר הגרון, כידוע ליודעי חן, דארף א באזונדערע ארטיקל), און הייבט אן פארזאגן די אויסדערוועלטע שטיקל.
כ'שרייב פארזאגן, ווייל מען לערנט עס נישט פאר, נאר עס ווערט געזאגט בקול דממה דקה, מיט א שטילע קול. עס ווערט געזאגט אנע טראפּן צו לאזן וויסן פאר די צוהערער ווי עס איז די קשיא און ווי עס איז די תירוץ אנע פארשטיין אדער ערקלערן וואס שטייט, נאר ליבערשט ווי איינער וואס זאגט תהילים אדער זוהר.
עס איז נישט געמאכט צו פארשטיין, עס ווערט נישט פארגעזאגט פאר די שומעים און עס צילט זיי נישט. עס איז תורה דירעקט צום הימל.
די ספר ווערט צוגעמאכט, די רבי הייבט אויף דעם ספר און געבט עס א שטייטע קוש, ווי צו זאגן 'א גוט שבת' פאר'ן רב זכרונו לברכה.

זיך אנלאנענדיג צוריק צו די דבקות פאזיציע, הייבט די רבי אן פארזינגען 'מה ידידות'. נארמאל ווערט עס געזונגען אויף די זעלבע ניגון יעדע וואך, א חוץ כסדר'דיגע זמנים מיוחדים וואס דעמאלט זענען פארהאנען ספיציעלע נגונים, צי אויף גאנץ מה ידידות צי אויף די לעצטע שטיקל 'מעין עולם הבא'.
עס איז א גאנצע קונץ ביי די חסידים צו געדענקן אלע ניגונים, און אלע זמנים מיוחדים ווען מען זינגט אנדערע ניגונים, און צו וויסן וועלכע ניגון מען זינגט ווען. עס איז באלד אזוי שווער ווי הלכות קידוש החודש, עס האט צו טון מיט תקופות און מזלות, און וואס נישט.
אין די ספיציעלע צייטן וועט מען זען פאר'ן טיש גאנצע געזעמלעך ווי אידן טענה'ן זיך ארום מיט אייפער וועלכע ניגון זינגט מען אין אזא שבת.
כמעשהו בראשונה, אזוי ווי ביי אתקינו סעודתא, זינגט די רבי פאר א שטיקל און דער עולם זינגט נאך די תנועות אן די ווערטער. 'אוי הילוכך תהא בנחת, עונג קרא לשבת, והשנה משובחת...', די לעכטיגקייט וואס שיינט ביים מדגיש זיין די צירי פון 'והשֵנה מֵשובחת', איז מער ווערד ווי די בעסטע שלאף אין דער וועלט.
נעם א שבת ווי שבת זכור, ווען די רבי הייבט אן די לעבעדיגע 'מעין עולם הבא', די הערצער שטעלן זיך אפ פון קלאפן, די גופים שוועבן, מען שפירט אזא סארט שמחה און העכערקייט וואס נישט שייך צו מסביר זיין, עס איז נישט פרייליכקייט, עס איז עפעס אנדערש אינגאנצען.

מען ענדיגט צו דעם זמר, עס הערט זיך א שטארקע און הויכע פיס שלעפריי, די פאר'דבקות'טע אידן, בלאסע פנימ'ער, שלעפן זיך צו נענטער צום טיש.
דער רבי נעמט איין נאך א טראפ וויין, דעקט עס צו מיט די טישו. לאזט פאלן די באקאנטע הוסט, מאכט די פארבאגענע יחוד פון אנכאפן די רעכטע פאה מיט די גלעזער, און הייבט אן זאגן תורה.
אנדערש ווי די פילע שיעורים און שמועסן וואס די רבי געבט איבער, וואס דעמאלט רעדט די רבי צום עולם, מסביר באריכות א לענג'ס און א ברייט'ס, באשאפט יסודות און בויעט אויף דעם בנינים.
גייט די תורה צו מיט אן אנדערע וועג. עס ווערט אונטערגעמורמלט, מען דארף זיך איבערשטערנגען עס צו הערן, און על פי רוב איז בכלל נישט קלאר די כוונה און די געבוי פון די תורה.
ביים זאגן די תורה זעט זיך די רבי זיצן אויפן בענקעל פון צדיקי בית ****** לדורותיהם, ער זעט זיך זאגן א העכערע סארט תורה. אזא תורה וואס ברויך נישט קיין הסבר, עס איז דא פאר איין זאך, לשם 'זאגן תורה'. עס איז א ספיציעלע זאך, ס'איז 'תורה ביים טיש'.
כמובן, די ריכטיגע חסידים און בעלי מדריגה וואס קלאמערן זיך ארום די רבי'נס אור, האלטן אז דאס איז די ריכטיגע תורה פון רבי'ן. מיט די תורה פירט די רבי אריבער די מסורה, די פארבאגענע דרך פון אונזערע צדיקים.
זיי וועלן דייקא בויען אלעס אויף די תורות, זיי זעען אין די תורות א וועלט פאר זיך. "ווער עס איז משיג די תורות פארשטייט ווי אלעס, אבער טאקע אלעס, איז אריינגעפלאכטן אין די תורות ביים טיש", זאגן זיי שטענדיג. "עס איז נישט שייך צו מסביר זיין פאר ווער עס איז נישט משיג די זאכן".
ביי זיי זענען די פילע שיעורים און דרשות פון רבי'ן א הסתר אויפן אור, עס איז געמאכט פאר די פשוט'ע המון עם, די רבי טוט זיך סך הכל באהאלטן מיט דעם, אזוי ווי עס איז געווען די דרך ביי אונזערע רבי'ס.
מה שאין כן די תורה ביים טיש, דאס איז די אור אליינ'ס. אין די תורה'ס ליגט די גאנצע אור פון רבי'ן. מיט'ן משיג זיין די תורה'ס, די פנימיות פון די תורה'ס, איז מען משיג השגות און מדרגות וואס עין לא ראתה.
ווי אין יעדער זאך, איז דא אויך דא 'אין סוף מדרגות' אין דעם, יעדער איינער איז משיג לויט זיין דרגא.

א מחזה פאר זיך איז צו באבאכן ווי יונגע בחורים שטיין אינגאנצען פאר'דבקות'ט, זיי זעען זיך אלץ אן אומאפטיילבארע חלק פון הנהו חבורתא. צי זיי פארשטייען בכלל די ווערטער צי נישט, הערן זיי זיך צו מיט פארגלייזטע אויגן, באימה וביראה.
די רבי זאגט אלס פאר די בחורים, "אז מען הערט צו די תורה ריכטיג, אפילו מען פארשטייט נישט די אלף בית, מען קען נישט די טייטש פון די ווערטער, וועט מען צום סוף משיג זיין..."
זייערע הערצער האפן און שטרעבן, מתי יבוא לידי. זיי ווייסן ביי זיך מיט א שטארקייט 'איין טאג וועל איך נאך משיג זיין די השגות, אונז דארפן נאר ממשיך זיין און זיך שאקלן ביי די תורה'.
פון מאל צו מאל דאכט זיך פאר'ן בחור, הנה זה בא, די וואך האב איך שוין היבש משיג געווען, כ'האב שוין געשפירט עפעס אן אור און א מתיקות ביי די תורה, כ'הייב שוין אן דערהערן די סוד פון זעען מדרגות.
די בחור שטיפט גלייך אוועק די מחשבות זרות. ווען אפילו זאל עס זיין אמת, טאר איך דאך דאס נישט דערציילן פאר קיינעם אין די וועלט. די הארבסטע זינד איז צו פארציילן מדרגות.

המשך יבוא
פרייע פויגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 9:36 pm
x 44

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך פרייע פויגל »

צוריק צו די הייליגע תורה, די רבי שאקלט זיך אויף א געוויסע מהלך, מייחד'דיג דערביי דערהויבענע יחודים. ענדיגט צו די תורה מיט 'במהרה בימינו אמן...'. די חסידים לאנדן צוביסלך אראפ אויף די וועלט, און ברומען זיך אונטער 'אמן'.
מען צוזינגט זיך 'לא-ל אשר שבת'. (היינט צוטאגס איז דאס אויך פון די ניגונים וואס די רבי זינגט פאר שטיקל ביי שטיקל. אמאל פלעגט נאר די עולם עס זינגען.)
דערנאך ברענגט מען צום טיש מים אחרונים, א פלעסטיק קאפ אין א פלעסטיק טעלער. די קאפ איז אנגעפילט מיט וואסער ביז האלב, עס איז גענוג פאר'ן גאנצן ציבור...
די רבי איז מכבד איינעם מיט זימון. די מזמן זאגט 'ברשות.... בעל הבית הזה'. מען בענטשט.
די רבי פירט זיך צו בענטשן גאר שנעל, ער ענדיגט בענטשען פון די ערשטע. אז מען איז רגיל אין די כוונות, נעמט עס גאר שנעל, נאך שנעלער ווי א פשוטער איד.

פון אינמיטן בענטשען, הייבן די חסידים ואנשי מעשה אן זיך צו שטיפן ארום דעם רבי'ן מיט די גאנצע כח. מען נעמט ארום די אויבן אן טיש פון דריי זייטן, יעדער פראבירט צו זיין ווי נענטער צום רבי'ן.
ווי נאר מען ענדיגט בענטשען, ווערט די לופט צוביסלעך מער אויפגעלאזט, עס איז שוין נישט אזוי שטייף און שטומפיג. מען לאזט נאך פון די נוקלער. מען גייט אריבער פון דינא קשיא צו דינא רפיא.
פון דא אין ווייטער ווערט די טיש אנגערופן מיט'ן נאמען 'די צווייטע טיש', עס איז ווי א טיש פאר זיך, ס'טראגט די חשיבות ווי א טיש פאר זיך.
די רבי לאזט זיך אראפ פון די הויכע ספעירן, און צום ערשטן מאל פון אנהייב טיש, עפענט ער געהעריג די אויגן און קוקט אויף די חסידים.

נולד בן זכר, ווען איינע פון די חסידים פראוועט א שמחת שלום זכר, פראוועט ער די שלום זכר אויסדריקליך נאר ביים רבי'נס טיש, און טאקע ביים 'צווייטן טיש'. (געוויסע בעלי בתים וועלן אויך פראווענען פארדעם ביי זייער שווער, אבער דאס איז א מיעוט שבמיעוט. אפילו זיי, שעמען זיך דערמיט, אבער האבן נישט קיין ברירה.)
פארשטייט זיך א שלום זכר גייט צו מיט א גרויסע טראסק און פאמפע ווי עס פאסט, מען ברענגט אריין צום טיש איין גאנצע טעלער ארבעס... און מען לייגט עס פארנט פונעם רבי'ן.
די רבי נעמט אראפ אפאר שטיקלעך, און די חסידים צוכאפן זיך אויף די שיריים. (מען האלט שוין אפאר שעה פון ווען מען האט דאס לעצטע מאל עפעס אריינגענומען אין מויל.)
די רבי שטעקט אויס די הענט פאר די בעל שמחה, און מורמלט עפעס אונטער, לכאורה וואונטשט ער מזל טוב. צומאל וואונטש ער אויך פאר די זיידע'ס, ווענדט זיך אין עפעס, כ'ווייס נישט אין וואס.

די זקנים שבחבורה רעכענען אויס די יארצייטן פון די וואך, פון צייט צו צייט נעמט א יונגערמאן די שטארקייט און דערמאנט א יארצייט וואס די זקנים האבן אויסגעלאזט. די רבי הערט זיך צו, און דאן פאנגט די רבי אן צו פארציילן מעשיות.
די מעשיות וואס ווערן דערציילט ביים צווייטן טיש, זענען מעשיות וואס מען קען נישט דערציילן אויף א מייק, און מען קען עס נישט דערציילן ברבים, אדער בעסער געזאגט, עס קומט בכלל נישט צו דערציילן, דעריבער ווערט עס דערציילט זייער שטיל.
ווי געשריבן, צוליב דעם, איז די גאנצע ציבור צונויפגעדרוקט ארום די טיש, אלע בייגן זיך אריין אויפן טיש. יעדער וויל זיין ווי נענטער צום רבי'ן, צו קענען הערן די מעשיות ערשט האנטיג פון א איד וואס האט עס מקבל געווען איש מפי איש.

די מעשיות זענען די זעלבע מעשיות וואס לויפן איבער און איבער יעדע'ס יאר, און צומאל אפאר מאל א יאר.
דער רבי זעט זיך אלס א גרויסער דייקן אין איבערדערציילן מעשיות פונקט ווי ער האט עס געהערט, ער מאכט כסדר אוועק אנדערע ספרים פון מעשיות אלץ נישט קראנט.
איי דאס וואס וואס ווען דער רבי דערציילט די מעשיות קומען כסדר צו שינויים, מוז מען זאגן אז עס איז וויבאלד דער רבי האט עס געהערט אויף אפאר אופנים...

פון צייט צו צייט צוכליפט זיך די עולם אין א געלכטער, ווי מען וואלט ווען געהערט די מעשיות דאס ערשטע מאל. עס איז א גאנצע מסורה ווען מען דארף לאכן. די ריכטיגע חסידים דארפן נישט ווארטן פאר'ן רבי'נס לאך, זיי ווייסן שוין פינקטליך ווי צו לאכן. די יונגע חסידים לאכן נאר נאך די רבי'ס לאך, אסאך מאל ווייסן זיי נישט אפילו פארוואס מען לאכט.
עס איז נישט די סארט לאכן וואס מענטשען לאכן. עס איז א ספיציעלע סארט חניאקישע לאך, עס הערט זיך מער ווי א לאך וואס קומט ארויס פון די נאז און האלדז אינאיינעם, עפעס ווי חחחח... צצצצ...

גאר א ספיציעלע ארט פארמאגן די שארפע מעשיות, ווי רבי'ס האבן אנגעפילט גאנצעטע בית החיים'ס דורך זייערע קפידות, אדער ווי צדיקים האבן געהאט שלום בית פראבלעמען...
א חיבה יתירה איז דא פאר די מעשיות ארום די הייליגע מחלוקת'ן צווישן צדיקים, ווי צאנז - דזיקוב, צאנז - רוזשין. העולה על כולנה די פחד'יגע מחלוקת קעגן פרשיסחא און קאצק.
די מעשיות ווערן דא דערציילט מיט א פשטות, ווי כאילו מען לעבט אין יענע צייטן און מען בארעדט די קדושי עליון, שרפי מעלה. מען נעמט א צד אין די מחלוקת.
הרה"ק מלענטשענע זי"ע איז זוכה פון צייט צו צייט צו ווערן ארויף געברענגט אויפן טיש, איך גיי מיר נישט דערוואגן אפילו נאכצוברענגען וויאזוי מען רעדט דא ביים טיש פון דער קדוש עליון.

יונג און אלט שפירן זיך באקוועם צו רעדן אויף צדיקים, און איבערקייען אלטע מחלוקת'ן איינמאל און נאכאמאל.
עס איז זאגער א שיטה, ווי די רבי זאגט כסדר "מען דארף וויסן וויאזוי צו גיין ליידיג, א חסידישער בחור גייט ליידיג ווי א חסידישער בחור, א חסידישער בחור רעדט נישט פון די גוי'שע פאליטיק, א חסידישער בחור רעדט אויף קאצק און פרשיסחא..."

נאך די מעשיות איז די רבי מכבד איינע פון די חסידים מיט 'תנו שבח' (פון זמר יום שבת קודש הוא). מען לאזט זיך ארויס אויסקערן די בית מדרש מיט די שיך. קיינער דערוואגט זיך נישט אויפצוהייבן די שיך פון די ערד.
געציילטע פארצייטישע חסידים זענען מקפיד צו זאגן די ווערטער פון תנו שבח און ווייטער, געוויסע באגעניגן זיך מיט'ן ענדיגן בקול 'שיר שפרה לי...'
אזוי צו אזוי, ערגעץ ווי, ווען דער רבי איז נאנט צום טיר פון בית מדרש, ענדיגט דער רבי די ריקוד, און די רבי גייט ארויס פאר א וויילע.

המשך יבוא בעז"ה (כ'בעט איבער ווער עס פארשטייט נישט וואס כ'שרייב.)
postit
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pm
Location: אין ווינקל
x 53

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך postit »

ווען קען מען ערווארטן א המשך?
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 504

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך קרישקע »

דערמאנט מיר די שפיל וואס מען האט אויסגעשפילט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א מלחמה בזמן הנביאים, און עס זענען געבליבן בלויז רבי עקיבא אייגער מיטן חתם סופר.....

עפעס אזא צורה האט די ארטיקל
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 98
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 578

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך איש ציון »

postit האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 6:39 pm ווען קען מען ערווארטן א המשך?
גם אני מצטרף.
(כ'זע פרייע פויגל קען נישט באקומען קיין אישי, נאר אן אימעיל, וועל מיר ברויכן זען צי ער וועט ענטפערן די אימעיל.)
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 500

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך ז'וריקער »

אייזן שטארק פאר ווער עס האט שוין אמאל זוכה געווען צו פארלאזן דעם ביהמ"ד דארט...

@פרייע פויגל ווי וואנט מאאאר!
...Thank you for your attention to this matter
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

נאכן זיך היינט אנליינען פון דעם אנשיקעניש, קומט דער ארטיקל אריין שטייף קריספי און ראפאגאש!

קיפ איט אפ!
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9909

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:13 pm נאכן זיך היינט אנליינען פון דעם אנשיקעניש, קומט דער ארטיקל אריין שטייף קריספי און ראפאגאש!

קיפ איט אפ!
?
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:18 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:13 pm נאכן זיך היינט אנליינען פון דעם אנשיקעניש, קומט דער ארטיקל אריין שטייף קריספי און ראפאגאש!

קיפ איט אפ!
?
אלעס אנדערש כאפט איר יא..?
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9909

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:20 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:18 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:13 pm נאכן זיך היינט אנליינען פון דעם אנשיקעניש, קומט דער ארטיקל אריין שטייף קריספי און ראפאגאש!

קיפ איט אפ!
?
אלעס אנדערש כאפט איר יא..?
אויב האט איר זיך באצויגן צו א געוויסע טריגערישע ליינעראציע ביטע ענטפערן ווי א מענטש

אויב האט איר געשריבן דעם תגובה צו טריצן אויף עמיצן און מיט מיר איז עס אייך געלונגען - סארי פארן זיך טרעפן.
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:26 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:20 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:18 pm
?
אלעס אנדערש כאפט איר יא..?
אויב האט איר זיך באצויגן צו א געוויסע טריגערישע ליינעראציע ביטע ענטפערן ווי א מענטש

אויב האט איר געשריבן דעם תגובה צו טריצן אויף עמיצן און מיט מיר איז עס אייך געלונגען - סארי פארן זיך טרעפן.
א גוטן רבי איד, העלאו, איך בין זייער א לייכטע מענטש, איר קענט רעדן רוהיג אויך...

איך בין אביסל צומישט, אויב איר מיינט אז איך בין געקומען זיך טשעפענען מיט אייך קומט אין פריוואט, לאמיר זיך טוישן נאמבערס, זיך אפשמועסן א פלאץ ווי זיך צו טרעפן, און דאן לאמיר מאכן אן הענד-רעסל, און אויב איך געווין וועל איך מאכן מיין החלטה אויב איך וויל מיך טשעפענען מיט אייך...
אדערווייז.. אויב איר האט עפעס געליינט וואס טריגער אייך אדער וואס איז נישט קלאר, קענט איר פרעגן נארמאל אן קיין אטאקעס.
און אגב, מיין שאלה אויב אלעס אנדערש ארום דער ארטיקל און פון וואס די רעדע איז, איז געווען ערענסט געפרעגט.
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3784
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12916

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך פופציגער »

@להגדיל הטראסק כעל אויסקלארן.

@מאדערן ארט האט, ווי עס שיינט, געליינט היינט ערגעצוואו איבער א געוויסן אנשיקעניש, ווארשיינליך אין פארבינדונג מיט דעם ארטיקל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:41 pm @להגדיל הטראסק כעל אויסקלארן.

@מאדערן ארט האט, ווי עס שיינט, געליינט היינט ערגעצוואו איבער א געוויסן אנשיקעניש, ווארשיינליך אין פארבינדונג מיט דעם ארטיקל.
גוט געזאגט. אנטשולדיגט הרב @להגדיל הטראסק, איך האב געמיינט אז איר זענט באקאנט מיט דעם אנשיקעניש, און צוליב דעם געפרעגט אז אויב איר פארשטייט, וואס פארשטייט איר נישט פון מיין קאמענט.

איך האב חלילה געמיינט עפעס קעגן אייך.
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
משה שפילמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
Location: USA
x 155

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך משה שפילמאן »

מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 8:13 pm נאכן זיך היינט אנליינען פון דעם אנשיקעניש, קומט דער ארטיקל אריין שטייף קריספי און ראפאגאש!

קיפ איט אפ!
גא”מ, לאו דווקא היינט געליינט איבער דעים, נאר אויסגעפינען אז וואס איך האב געמיינט אז איך ווייס האב איך נישט געוויסט.... וד”ל
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 307

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך באשיינפערליך »

קוקט אויס ווי דער פרייע פויגל קעניש שרייבן ווי א פרייע פויגל…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 9:48 pm קוקט אויס ווי דער פרייע פויגל קעניש שרייבן ווי א פרייע פויגל…
אפשר גאר האט מען ארויסגע’גנב’ט פון זיין רעקל טאש זיין רייך פעדער’ל ווען ער איז געווען אין מקוה...
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3311
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13741

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך בודקע »

מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 10:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 9:48 pm קוקט אויס ווי דער פרייע פויגל קעניש שרייבן ווי א פרייע פויגל…
אפשר גאר האט מען ארויסגע’גנב’ט פון זיין רעקל טאש זיין רייך פעדער’ל ווען ער איז געווען אין מקוה...
אדער גאר אפגעשניטן די פליגלען צו אפהאלטן פון פליען פריי..
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 517

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך מאדערן ארט »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 11:17 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 10:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 9:48 pm קוקט אויס ווי דער פרייע פויגל קעניש שרייבן ווי א פרייע פויגל…
אפשר גאר האט מען ארויסגע’גנב’ט פון זיין רעקל טאש זיין רייך פעדער’ל ווען ער איז געווען אין מקוה...
אדער גאר אפגעשניטן די פליגלען צו אפהאלטן פון פליען פריי..
אגב, דיין אונטערשריפט קומט אריין גאר שטייף דא...
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3784
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12916

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך פופציגער »

האבן זיך דא אנגערוקט א כאפטע לצים פון עפעס א ווער-ווייסט-וואו-פארווארפענע גרופע

איי איי איי... מדריגות... --- כ'מיין צוזאגן - ליצנות...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5695
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20353

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:00 am האבן זיך דא אנגערוקט א כאפטע לצים פון עפעס א ווער-ווייסט-וואו-פארווארפענע גרופע

איי איי איי... מדריגות... --- כ'מיין צוזאגן - ליצנות...
hi
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 502

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 11:17 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 10:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 9:48 pm קוקט אויס ווי דער פרייע פויגל קעניש שרייבן ווי א פרייע פויגל…
אפשר גאר האט מען ארויסגע’גנב’ט פון זיין רעקל טאש זיין רייך פעדער’ל ווען ער איז געווען אין מקוה...
אדער גאר אפגעשניטן די פליגלען צו אפהאלטן פון פליען פריי..
אדער גאר פרובירט איינרעדן אין קאפ אז ער איז בכלל נישט קיין פייגל נאר ליבערשט א פיש...
אוועיטער
באלאגאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:17 pm
x 135

Re: א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן

פאוסט דורך באלאגאן »

@פרייע פויגל ווי ניד מאר

ווי איז די פארזעצונג?
איך פרוביר עס צו מסדר זיין

געב עס אפאר יאר
שרייב פאוסט