ליידער האט זיך ארויסגעוויזן ביי פילע משפיעים, אז ווילאנג זיי זענען געווען משפיעים איז גוט געווען, ווען זיי האבן זיך דערקלערט רבי, האט זיך אלעס געטוישט.צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 3:36 pm @הקולמוס אונזער היינט-צייטיגע רבי'סטעווע איז אזוי אינסטיטוציאנאליזירט און סיסטעמאטיזירט געווארן אז מ'קען פרעגן אזעלכע פראגעס.
היינט (עס ווי ספיעק...) זענען דא צענדליגער פשוט'ע מענטשן וואס זיי זענען בסך הכל אן אייניקל פון א צדיק וקדוש און דער אייניקל טוט זיך אן די זעלבע בגדים אז בחיצוניות זאל אויסזען ווי ער איז א ממשיך דרכו בקודש פונעם זיידן וכולם עונים אחריו מקודש מקודש.
אפילו אויב איז מען שוין יא אביסל אויפגעקלערט און מ'האלט נישט דעם אייניקל פאר א צדיק, אבער דאך וועט יעדער מסכים זיין אז די זאך דארף אזוי פארן ווייטער, מ'דארף פירן ווייטער מיט רבי'שע בגדים, רבי'שע טישן, רבי'שע הנהגות, קוויטלעך, וכו' וכו'.
דאס ברענגט ניטאמאל קיין פראגע צייכענעס ווייל דאס איז די נארמע היינט, יעדער פארשטייט פאר א פשטות גמור אז אזוי קומט עס, מ'כאפט ניטאמאל אז מיר לעבן מיט א פורים קהילה א גאנץ יאר מיטן גאנצן ערנסטקייט, יעדער אין הארץ האלט אז ס'איז א שפיל די גאנצע זאך, א הערליך געשפילטע פלע''י, אבער דאס איז אנגענומען לכתחילה היינטיגע צייטן אפילו ביי די נארמאלסטע מענטשן. און ס'איז אינגאנצן פארדרייט געווארן די אמת'ע אפטייטש פון א חסידי'שע רבי.
רבי מוטל זז''ג (ער איז נישט מיין רבי, דאך וועל איך שרייבן) האט השגות פון א חסידיש'ע רבי, ווער ס'הערט זיינע דרשות, ליינט זיינע גליונות, זיינע ריכטיגע חסידי'שע מעשיות, פארשטייט וואס איך מיין. אויב דער איש המוני וואס בלויז צוליב'ן גיין מיט לבושי יקר וכבוד מעג ער זיך פיר'ן מיט רבי'סטעווע, עאכו''כ רבי מוטל זז''ג וואס האט די גאנצע פנימיות פון א רבי מעג ער זיכער זיך פירן מיט רבי'סטעווע.
פאר א סיבה האבן אלע צדיקים אים אפגערעדט פון עס טון, אדער זיך ארויסגעשטעלט אנטקעגן.