Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 1:25 am
יא, ער נעמט אסאך פון ישיבות בהונגריה פון פוקס.
@זלמעלע די מעשה איז פונקט קאפויער. די וואס זענען מברר די דייקנות פונ'ם דעם גולמו של באבע, איז דאס ווייט נישט די איינציגסטע נושא וואס זיי גייען דורך און זענען מברר בדייקנות. וואס יא, די וואס גלייבן עס באמונה שלימה כאטש מען ווייזט זיי אויף אז עס איז מזויף מתוכו, די טוען נישט מחמת ווייל זיי האבן הסברים און הוכחות אז עס איז קראנט נאר ווייל עס האט זאפטיגע לשון הרע'ס (הוצאות שם רע'ס) אויף מענטשן, קהילות און גדולים וועם זיי האבן נישט ליב (מילד גערעדט).
אגב, איינער פון די וואס זענען מגלה די זיוף ארבעט יעצט איבער די חומר אויף לה"ק, און לויט ווי ער זאגט וועט עס ווארשיינליך זיין געדרוקט אין איינס פון די קובצים בקרוב.
ווי נאר ווי, כל זמן אז מ'איז עוסק אין בירור אויף די קראנקייט פון ספרים בפרט און היסטארי בכלל, ביניך זייער פרו. און טאמער עס ווערט טאקע נתפרסם ווערן, ימחול נא להודיענו.