האט זיך איינער אמאל געווינדערט וואס סעגעשעט ווען משיקט א קיוקפעי פון קאפיטאל וואן באנק צו טשעיס באנק וויאזוי קומט די געלט אן און יענעמס באנק אקאונט מיינט עס טאקע אז קאפיטאל וואן רופט א מעסענדזשער צו שיקן געלט צו טשעיס זיי זאלן עס אריינלייגן און יענעםס אקאונט

??? אויב האט אייך עס אמאל געווינדערט דאן זעצט אייך אראפ ליינען די ארטיקל , מזעט אסאך און די נייעס אז די פעדארל רעזערוו האט געהויבן די אינטרעסט ראטעס און דירעקטע שריט אראפצוברענגן אינפלאציע ווער איז די פעדארל רעזערוו?? וואס האבן די באנקס איינגעלייגט מיט אים?? וואס מיינט אינטרעסט ראטעס?? שוין כבין שוין אינגאנצן צומישט אלזא לאמיר אנהייבן פון אונטן אויף ארויף איז ווי הייב מיר אן? איז אזוי לאמיר אנהייבן מיט די באנקינג סיסטעם פון די יונייטד סטעיטס איך האב באקומען א טשעק אדער כהאב קעש ווי זאל איך עס לייגן אדער און גמח אדער און מער א פארזיכרטע פלאץ גערופן באנק כגיי צום באנק כלייג אריין און מיין אקאונט 1000 דאלער וואס טוט די באנק מיט דעי 1000 דאלער זיצן סתם און שימלען און יעדן טאג וואס גייט דורך און אינפלציה גייט ארויף פארלירט עס די ווערט קומט נישט און באטראכט אלזא דארף מען עפעס טון דערמיט איז לאמיר באטראכטן פון די נאנט די אפציעס וואס די באנק האט אדער גייט די באנק און נעמט די געלט און פארבארגט די געלט פאר א מענטש ער זאל קויפן א הויז גערופן א מארגעדזש לאון דעי מענטש וועט עס דארפן באצאלן און די קומדיגע 15 אדער 30 יאר געוואנדען און די סארט לאון און די מענטש גייט עס צירוקצאלן יעדע חודש מיט א פראצענט אינטרעסט דאס מיינט און פאקטיש האט די באנק געמאכט געלט פון די אינטרעסט יעצט ווי אויסגעשמוסט שפעטער לאמיר עס בארירען אויפן שפיץ גאפל 90% פון די מארגעדזשס וועט די באנק נאך צויי דריי חדשים נאכן קלאוזן נעמען דיין מארגעדזש לאון און עס פארקויפן פאר קאמפאניס ווי Fannie Mae אדער Freddie Mac וואס ווערן געשטיצט דורך די רעגירונג זיי קויפן עס אפ פון די באנק און זיי פארקויפן עס פאר אינוועסטערס און מציטיילט זיך מיט די אינטרעסט דאס איז איין אפציע וואס די באנק האט אדער קען די באנק נעמען דיין געלט און עס פארבארגן אלץ א קאר לאון אדער ביזנעס לאונס , אדער נאך א אפציע וואס די באנק האט איז, ארויסבארגן די געלט פאר א מענטש דורך ניצן זייערס א קרעדיט קארד יעצט ווי מאכט די באנק געלט פון די קרעדיט קארד אויבן אויף קוקט עס אויס מער ווי א טובה וואס די באנק טוט מיר, אבער נישט געזארגט די באנק מאכט אסאך געלט פון א קרעדיט קארד און נאך ווי די ערשטע פלאץ איז פון APR APR שטייט פאר Annual Percentage Rate דאס מיינט די יערליכע אינטרעסט ראטע אויב די באצאלסט נישט און צייט געוויסע קרעדיט קארדס קען האבן א APR פון נישט ווינציגער ווי 30 פראצענט אבער סאיז דא מענטשן וואס צאלן יא און צייט אויף זיי מאכט די באנק נישט קיין געלט? איז אזוי יעדע מאל וואס די טשארזשט דיין קרעדיט קארד. לאמיר זאגן די טשארזשט 100 דאלער. פארן באנק דארפסטו באצאלן די פולע 100 דאלער דא קומט די אבער די באנק גייט נישט געבן די גאנצע 100 דאלער פאר דיין גראסערי נאר 2 פראצענט פון די טראנזעקזשן מיז די גראסערי מוחל זיין יא איר האט גוט געהערט פארשטייט זיך די באנק רופט עס נישט מוחל געווען נאר ענדערש א Processing Fees פאר דעי סערוויס אזויפל נעמט די באנק פאר יעדע טראנזעקשן סאו האט די באנק א פארדינסט פון 2 פראצענט פארשטייט זיך סנישט קיין גאנצע צויי פראצענט נאר בערך 1.8, 1.5 פראצענט די איבריגע גייט פאר Visa MasterCard וכו' אמעריקן אקספרס בעט אזויפל ווי צווישן 2.3% און 3.5% פראצענט פון יעדע טראנזאקציע די פראצענט ווענדט זיך אינעם סארט געשעפט (רעסטוראנטן צאלן אנדערש ווי ריטייל) און וויאזוי מען קויפט (אויפן אינטערנעט איז עס טייערער ווי אין סטאָר,, פארשטיי מיר שוין פארוואס די באנק באלוינט דיך מיט פוינטס פארן סווייפן דיין קרעדיט קארד ווייל אויף יעדע סווייפ מאכט ער געלט ( בדרך אגב אמעריקאן אקספרס האט געגעבן און יאר 2025 אזויפל ווי 8.3 ביליאן דאלער פאר דעלטא און אמעריקאן אקספרס האט באקומען אויף צירוק מיליאנען פוינטס וואס זיי טיילן אויס פאר זייערע פילצאליגע קאסטומערס) די באנק איז אבער נישט פיניש ער זוכט נאך אינוועסטמענטס ווי מקען לייזן אפאר דאלער איז אזוי גייען צום סטאק מארקעט און איינקויפן סטאקס און ווארטן סזאל ארויפגייען און נאכדעם פארקויפן קומט נישט און באטראכט ווייל ווי באקאנט די סטאק מארקעט איז א ריסקי פלאץ און אויב די באנק דארף געלט יעצט קענען זיי נישט ווארטן ביז די סטאק מארקעט פארט צירוק ארויף אלזא די סטאק מארקעט קומט נישט און באטראכט איז לאמיר זוכן א צווייטע אבער פארזיכערטע אינוועסטמענט פארן באנק אז מזוכט טרעפט מען און דאס איז רעגירונג באנדס TNX איין מינוט כאפ נישט וואס מיינט א באנד?? איז אזוי די אמעריקנע רעגירונג ווי באקאנט לעבט און א דעפיציט ווי למשל און 2025 האט די אמעריקנע רעגירונג אריינבאקומען 5.3 טריליאן דאלער און הכנסות דורך טעקסעס וכו' אבער האט אויסגעגעבן 7.1 טריליאן דאלער דאס מיינט מברעקט נישט איווען ווען אזא זאך וואלט פארגעגאנגן און א ביזנעס וואלט זיך די ביזנעס שוין ציגעמאכט נעכטען אבער די אמעריקנע גאווערמענט מיז אנגייען ווייטער איז וואס טוט מען מיטן דעפיציט פון 1.8 טריליאן דאלער ברויך מען גייען בארגן דא קומט אריין באנדס די טרעזשורי דעפארטמענט לייגט ארויס באנדס לאמיר זאגן יעדע באנד איז ווערט 100 דאלער די בארג מיך 100 דאלער און מיט דעם באקומסטו דעי באנד וואס כגיי דיך אפצאלן די קומדיגע 10 יאר מיט א פראצענט אינטרעסט נישט קיין שלעכטע דיעל אזוי קען די אמעריקנע גאווערמענט אנגייען ווייטער און שטופן די וואגן ווייטער ביז?? איין באשעפער ווייסט די אמעריקנע רעגירונג האט שוין יעצט חובות פון איבער 36 טריליאן דאלער רוב איז און באנדס אבער דאס איז וואס די אמעריקנע גאווערמענט טוט צו קענען איבערלעבן. יעצט אויב איז דא אסאך באנדס און די מארקעט דאן איז די סופליי מער ווי די דימענד ברויך מען אנהייצן אינוועסטערס צו קומען איינקויפן באנדס מיז מען ארויפרוקן די פראצענט אינטרעסט פון די באנדס גערופן YIELDS אויב איז דא ווייניג באנדס און די מארקעט דאן איז די דימענד גרעסער ווי די סופליי דאן וועט די טרעזשורי אראפפארן מיט די YIELDS וואס זיי צאלן פאר א באנד לאמיר געבן א גוטע משל וואס מאכט זיך גראדע היפש אפט ווען די סטאק מארקעט וואקאלט זיך וועלן אינוועסטערס אנהייבן ארויסנעמען געלט וואס זיי האבן אונעם סטאק מארקעט און עס אריינלייגן און באנדס און פלוצלינג וועט די YIELDS אנהייבן אראפפארן וואסי פשט?? די תירוץ ליגט און איין ווארט דעיס וואס אינז האמיר יעצט גרעד דימענד אווער סופליי די דימענד איז גרעסער ווי די סופליי איז פארוואס זאל די טרעזשורי דעפארטמענט געבן הויכע ראטעס ווען די אינוועסטערס זוכן סייוי צו קויפן באנדס ,, יעצט נישט פארגעסן די באנד מארקעט קען מען טרעידן צווישן זיך למשל איך האב געקויפט א באנד יעצט דארף איך דריגנד האבן געלט מאך איך אפ איך פארקויף דיך די באנד וואס איז נאך געבליבן 5 יאר צו גייען ביז סאיז אויסגעצאלט קענסט האבן די פראצענט אינטרעסט פון די איבריגע 5 יאר געב מיר נאר די קאפיטאל קעש פון די 5 יאר וואס איז נאך געבליבן אינעם באנד יעצט סלאו דוקא מיט די טרעזשורי דעפארטמענט וואס שטעלט ארויס די באנדס אגב רוב באנדס קומען פון זיי אבער נאר רוב נישט אלע גוגל האט לעצטענס ארויסגשטעלט אזעלכע באנדס און גייען עס צירוקצאלן און די קומדיגע 100 יאר די זעלבע זאך קען זיין מיט א לאקאלע גאווערמענט אגב נישט מיט די זעלבע טראסט וואס איך האב און די טרעזשורי דעפארטמענט... שוין דאס איז די באנדס מארקעט איין מינוט ווי האמיר אהערגעוואנדערט אה אינז האלט מיר אינמיטן אנעלזירן די באנקס אינוועסטמענט אפשינס איז איינער פון די אפשינס איז סימפל גראד און קויפן באנדס מיט דיין געלט און אפנעמען די YIELDS יאר ביי יאר נישט קיין שלעכטע געדאנק אדער קענען זיי טון א פשוטערע אינוועסטמענט עס טראגן צום פעדארל רעזערוו זיי זאלן האלטן די געלט פון די באנק סעקיורט איין מינוט כפארשטיי נישט פארוואס איז עס א אינוועסטמענט און זייט ווען האלט די פעדארל רעזערוו געלט פאר א באנק

? ברויך מען זיך באקענען אביסלע מיט די באנקינג סיסטעם און אמעריקא א באנק באקומט א דעפאזיט פון איינעם און א סעווינגס אקאונט נעמט די באנק די געלט אויב די באנק וויל עס נישט אריינלייגן און אינוועסטמענטס און לייגט עס אוועק און א סעקיורט פלאץ אוועק פון ווי גנבים קענען דערגרייכן איז אדער קען די באנק אויפשטעלן א סעקיורט פלאץ און דארט האלטן די געלט דאס קומט אבער נישט און באטראכט נעמענדיג און חשבון וואסערע באשיצונגס מיטלען ממוז אינטער נעמען פאר אזא פלאץ וואס קען געטון ווערן נאר דורך א רעגירונג אלזא פארדעם איז געגרינדעט געווארן א באנקינג סיסטעם און אמעריקא וואס אפערירט אינטער די פעדארל רעזערוו און וואשינגטאן איז די סיסטעם הייסט Federal Reserve Regional Banks געגרינדעט און 1913 און אפערירט לויט געגענטער דאס מיינט די גאנצע פאראיינגטע שטאטן ווערט ציטיילט און 12 דיסטריקטס און יעדע באנק טראגט עס צו די פעדארל רעזערוו פון זיין דיסטריקט (
1 באסטאן (Boston) A
2 ניו יארק (New York City) B
3 פילאדעלפיע (Philadelphia) C
4 קליוולאנד (Cleveland) D
5 ריטשמאנד (Richmond) E
6 אטלאנטא (Atlanta) F
7 שיקאגא (Chicago) G
8 סאנט לואיס (St. Louis) H
9 מינעאפּאָליס (Minneapolis) I
10 קענזעס סיטי (Kansas City) J
11 דאלאס (Dallas) K
12 סאן פראנציסקא (San Francisco) L עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן
ניו יארק (דיסטריקט 2) ווערט פאררעכנט אלס די וויכטיגסטע באנק, ווייל זי פירט אויס די "Open Market Operations" (קויפן און פארקויפן רעגירונגס באנדס) און זי האלט דאס מערסטע גאלד.
סאן פראנציסקא (דיסטריקט 12): דאס איז דער גרעסטער דיסטריקט לויט שטח און באפעלקערונג, ווייל עס דעקט די גאנצע וועסט-קאוסט אריינגערעכנט אלאסקא און האוואי.
די קאודס: אויב דו קוקסט אויף א דאלער ביל, וועסטו זען א אות און א נומער (למשל B2). דאס צייגט וועלכע פון די 12 בענק האט ארויסגעגעבן יענעם ביל ) דאס זענען די 12 דיסטריקס וואס אפערירן און אמעריקא יעדע באנק האט א אקאונט דארט און אלע געלט וואס די באנק וויל אוועקלייגן און נישט אינוועסטירן טראגן זיי אהין סקומט א ברינקס טראק צום לאקאל ברענטש די לאקאל ברענטש מאכט אפ וויפל געלט ער וויל שיקן און וויפל קעש ער דארף האבן אויף סטענד ביי פאר זיינע

מאשינען און די איבריגע טראגט מען צום פעדארל רעזערוו פון זיין דיסטריקט איינמאל די געלט קומט אן ציילן זיי איבער די געלט וויפל סאיז און זיי לייגן צו למשל אז טשעיס האט יעצט 3 טריליאן דאלער אלעס ציזאמען און די פעדארל רעזערוו באנק יעצט ווען איך שיק א קיוקפעי 100 דאלער פון קאפיטאל וואן צו טשעיס וואס טוט קאפיטאל וואן?? קאפיטאל וואן זאגט פאר די פעדארל רעזערוו באנק מעק אויס 100 דאלער פון מיין אקאונט און לייג צו פאר טשעיס 100 דאלער צו זייער אקאונט סאו גארנישט פארט נישט עכט ארויס פון קאפיטאל וואן צו טשעיס און רעאל לייף נאר די דאטא ביי די פעדארל רעזערוו באנק טוישט זיך די אקאונט פון קאפיטאל וואן גייט אראפ מיט $100 און טשעיס גייט ארויף מיט $100 פארשטיי מיר שוין ווי די באנק האלט זייער געלט אבער איך האב געזאגט אז האלטן געלט ביי די פעדארל רעזערוו איז אויך א אינוועסטמענט וויאזוי?? דא קומט אריין אינטרעסט ראטעס איז קודם פאר מגייט זיך אריינלייגן און אינטרעסט ראטעס מיז מען קודם אויסזאגן א אינטערסאנטע פאקט די פעדארל רעזערוו צאלט פאר די באנק זיי זאלן האלטן געלט ביי זיי!!! אינטערסאנט נישט אזוי?? דאס הייסט IORB Interest on Reserve Balances פארוואס זאל עס די פעד טון

?? סהערט זיך אינטערסאנט אבער די ריזען איז זייער פשוט זאל ווען די פעד נישט געבן קיין אינטרעסט פאר די באנק פארן האלטן געלט ביי זיי וואלט די באנק גענומען זייער גאנצע געלט און עס אריינגעלייגט און די מארקעט ווי געשמוסט און באנדס קרעדיט קארדס מארגעדזש לאוןס נו וואס איז די פראבלעמם אדרבה סקוקט אויס ווי זייער א גוטע איידיע די תירוץ אויף דעם איז איין ווארט יעדער ווייסט וואס די ווארט מיינט INFlATION ציפול געלט און די מארקעט טרייבט ארויף אינפלעשן אזוי האט מען געזען און די יארן נאך קאוויד דארף די פעד זיכער מאכן אז א גרויסע פראצענט פון די באנקס געלט ליגט ביי זיי ווי איידער אויפן גאס יעצט ווי העכער די אינטרעסט ראטעס וואס די פעד גייט זיין אלץ מער גייעט עס ציען די באנק צו לאזן די געלט ביי די פעד לאמיר געבן א משל לאמיר זאגן די פעדארל רעזערוו הייבט די אינטרעסט ראטעס צו 5 פראצענט דאס מיינט די באנק גייט פארדינען 5 פראצענט נאר פארן האלטן און די פעד יעצט קומט אן א מענטש צום באנק אז ער דארף א מארגעדזש לאון מאכט די באנק חשבון אויב האלט איך עס און די פעד באקומם איך 5 פראצענט אינטרעסט סאו די מיזט מיר אנטראגן א בעסערע דיעל וואס די פעד געבט מיך סזאל מיך לוינען דיר עס צו פארבארגן וואס די טראגסט א ריסק אז אפשר וועסטו נישט באצאלן סאו גייט די באנק און מאכט א מארגעדזש רעיט פון 8 פראצענט לאמיר זאגן נאר פאראזויפיל לוינט זיך מיר עס צו פארבארגן און מאכן 3 פראצענט רוח איז ווען א מארגעדזש רעיט איז 8 פראצענט נישט יעדער קען זיך ערלויבן צו צאלן אזא נומבער און אינטרעסט סאו רוב מענטשן וועלן זאגן מוחל טובות איך קויף נישט קיין הויז יעצט און טו בעיט כהעל ווארטן אז סזאל אראפפארן דאס מיינט אז ווייניגער געלט קומט אן צום גאס און אזוי באקעמפט די פעד אינפלעשן די זעלבע זאך איז פארקערט ווען סהייבט זיך אן פארמירן א רעסעסיע דאס מיינט סנישט דא קיין געלט ביים ציבור און די עקאנמיע שטעלט זיך אפ אזוי סאיז געווען ביי די קאוויד אויסברוך וואס האט די די פעד געטון יענע יאר ווען קאוויד האט זיך אנגעהויבן און מענטשן האבן נישט געארבעט דאס מיינט נישט האבן קיין געלט? זיי האבן גענידערט די ראטעס צו נול אדער כמעט נול אזוי האט די באנק אנגעהויבן ארויסנעמען געלט פון די פעד און עס אנגעהויבן פארבארגן פאר נידריגע אינטרעסט וואס דאס האט שפעטער גורם געווען מזאל זיך דארפן סעפראווען מיט א הויכע אינפלאציע דאס מיינט אינטרעסט ראטעס וואס מהערט שטענדיג און די נייעס אז די פעדארל רעזערוו האט עס געהויבן אדער גענידערט ,, יעצט ווער איז די פעד?? ווער איז דיר וואס מאכט אפ צו מזאל עס העכערן אדער נידערערן ברויך מען זיך אביסל באקענען מיט די פעד די פעד באשטייט פון 7 מענטשן וואס זיצן אויף דעי קאמיטע זיי הייסן בארד אף גאווענערס זיי ווערן נאמינירט דורך די פרעזידענט און באשטעיטגט דורך דעם סענאט פאר א טערם פון 14 יאר דאס איז א איינמאליגע טערם מקען נישט דינען אויף דעי זשאב מער ווי איינמאל יעדע צוויי יאר ענדיגט זיך איינעמס טערם דאס איז ספעשיל געמאכט אז די פרעזידענט און זיין פולע קאנדענץ זאל נישט קענען אריינלייגן מער ווי 4 גאווענערס דאס איז געמאכט ער זאל נישט האבן קיין השפעה אויף די פעד אזוי ווי מזעט וואס טראמפ טרייעט יעצט צו טון יעצט איינער פון די בארד אף גאווענערס ווערן נאמינירט אלץ די טשערמאן פון די פעד דורך די פרעזידענט און באשטעיטגט דורך די סענאט פאר 4 יאר נאך 4 יאר אויב זיין בארד אף גאווענער האט נאכנישט עקספייערט קען אים די פרעזידענט נאמינירן פאר נאך א טערם די יעצטיגע טשערמאן איז זשראום פאוועל געשטעלט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ און 2018 און געשטעלט געווארן נאכאמאל דורך פרעזידענט ביידען און 2022 יעצט דאס איז ספעשיל געמאכט אז ער זאל זיין 2 יאר אינטער די קומדיגע פרעזידענט כדי די פרעזידענט זאל נישט האבן קיין איינפלוס אויף אים,, ווי טראמפ האט שוין געמאלדן פלאנט ער נישט נאכאמאל צו נאמינירן זשערום פאוול פאר נאך א טערם נאך וואס זיין יעצטיגע טערם קומט צו א ענדע דעם קומדיגען מאי 18 יעצט אויסער די 7 גאווענערס איז דא נאך 12 פרעזידענטס יעדע דיסטריקט האט א אייגענע פרעזידענט ציזאמען איז עס 12 פרעזידענטס,, יעצט 8 מאל א יאר קומט זיך די פעד ציזאם פאר א FOMC (Federal Open Market דאס איז א מיטונג וואס דארט זיצן די 7 בארד אף גאווענערס און די ניו יארק פעד פרעזידענט און נאך 4 אנדערע פרעזידענטן פון די איבריגע 11 דיסטריקטס נאר די ניו יארק פעד פרעזידענט זיצט אייביג דארט די איבריגע 4 ווערט געטוישט יעדע יאר דאס מאכט אז די ניו יארק פעד פרעזידענט זאל אזא כח מער ווי די אנדערע פרעזידענטן וואס זענען יעצט אויפן בארד הגם נישט למעשה נאר סאיז מער אז אירע ווערטער האט א שטערקערע אפקלאנג איז וואס טוט מען ביי די מיטונג ?? ביי דעי מיטונג שטימט מען צו מזאל הייבן די אינטרעסט ראטעס אדער נידערערן אדער לאזן אימגעטוישט יעדער געבט אפ זיין וואויט נאכדעם לייגט מען ארויס א Forward Guidance דאס מיינט, צו זיי האלטן אז סקומט א קאט אדער א העכעראונג און די ראטעס ביי די קומדיגע מיטונג אבער ביי 4 פון דעי מיטונגס גייען זיי ארויסלייגן Summary of Economic Projections" sep וואס ווערט שטארק נאכגעפאלגט דורך אינוועסטערס איז לאמיר כאפן א בליק וואס דעי רעפארט נעמט אלץ אריין אז סאיז אזוי וויכטיג פאר אינוועסטערס די ערשטע זאך וואס זיי שטעלן ארויס איז וואס זיי האלטן בנוגע אינפלאציע ווי זיי האלטן אז אינפלעשן גייט זיין די קומדיגע שטיק צייט דאס קען העלפן צו זען צו די עקאנמיע גייט ווי געפלאנט אדער נישט צווייטע זאך וואס די רעפארט אינהאלט איז א פאראויס בליק אויף די GDP פאר די קומדיגע קווארטל וויפל די עקאנמיע גייט וואקסן דאס קען אויך העלפן זען צו די עקאנמיע פארט ווי געפלאנט ווייל א שטארקע GDP מיינט אז סאיז דא געלט און די עקאנמיע אבער א שוואכע GDP מיינט אז סאיז נישט דא קיין געלט און די עקאנמיע ווייל די אינטרעסט ראטעס זענען הויעך די דריטע זאך וואס זיי שטעלן ארויס איז וויאזוי זיי זען אנעפלועמענט ראטעס פאר די קומדיגע שטיק צייט הויכע אנעפלועמענט ראטעס מיינט אז ביזנעסער דארפן נישט קיין ארבטערס יעצט ווייל זיי האבן נישט קיין געלט צו באצאלן פאר די ארבטערס דאס מיינט אז קאמפאניס וואקסן נישט יעצט נידריגע קאמפאניס מיינט אז קאמפאניס נויטגן זיך און ארבטערס וואס מיינט אז קאמפאניס וואקסן יעצט די פערטע זאך וואס דאס איז פון די וויכטיגסטע רעפארט פון די sep רעפארט איז די Dot Plot דאס איז א צעטל מיט פונקטן יעדע פונקט רעפרזינטירט א איינער פון די 12 אויף די קאמיטע און מיט ליינעס פון אינטרעסט ראטעס יעדע פונקט וואס ליגט ביי א געוויסע נומבר פון די אינטרעסט ראטעס מיינט אז דאס איז די forecast פון דעי מענטש אויפן קאמיטע אז די אינטרעסט ראטעס וועלן זיין לויט אים די קומדיגע שטיק צייט ביי דעי נובמבר קען מען שוין גוט די סיסטעם און די כללים פון די פעד אבער הער א אינטערסאנטע זאך טראמפ האט נאמינירט איינער מיטן נאמען קעווין ווארש גראדע א איד פאר טשערמאן אף די פעד אשטאטס זשראם פאועל ווי באקאנט האקט שוין טראמפ זייט ער איז אריינגעקומען און ווייסן הויז אז זשערום פאוול שפילט פאליטיק מיטן נישט נידערן די אינטרעסט ראטעס ( סעפטעמבער 2024 גלייך פאר די וואלן האט זשערום פאוול געמאכט א אינטרעסט רעיט קאט פון 075 פראצענט די גרעסטע קאט ביזדערווייל ווי אויסגעשמוסט שפעטער) אויפדעם ארויף האט ער נאמינירט קעווין ווארש אויפן פלאץ פון זשערום פאוול ווען זיין טערם אלץ טשערמאן לויפט אויס איז ברויך מען זיך אביסלע באקענען מיט אינזער צוקופטיגער נייער טשערמאן קעווין ווארש ,, נאכן גראדואירן פון דעם "סטענפארד יוניווערסיטי" און דעם "הארווארד לאו סקול" (וואו ער האט שטודירט געזעץ און עקאנאמישע רעגולאציעס), האט ער אנגעהויבן זיין קאריערע אויף וואל סטריט.
פון יאר 1996 ביז 2002 האט ער געארבעט פאר דעם אינוועסטמענט-באנק ריז Morgan Stanley אין די אפטיילונג פון "מערדזשערס און אקוויזישענס Mergers & Acquisitions - פאראייניגן און אפקויפן קאמפאניס). ער איז דארט געשטיגן אין ראנג און געווארן אן "עקזעקיוטיוו דירעקטאר" און ווייס-פרעזידענט אין יאר 2002 האט ער איבערגעלאזט וואל סטריט און אריינגעטרעטן אין פובליק-סערוויס אונטער דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט, דזשארדזש וו. בוש. ער האט געדינט אויפן "National Economic Council" (נאציאנאלע עקאנאמישע ראט) אלס ספעציעלער געהילף צום פרעזידענט פאר עקאנאמישע פאליסי. אין יאר 2006, ביי בלויז 35 יאר אלט, האט פרעזידענט בוש אים נאמינירט צו זיין א "גאווערנאר" אויפן Board of Governors פון דער פעדעראלער רעזערוו. דאס האט אים געמאכט פאר דעם אינגסטן מענטש אין די היסטאריע צו דינען אויף די בארד בעת דעם פינאנציעלן קריזיס אין 2008/2009, איז ווארש געווען א קריטישער שפילער. וויבאלד רוב אנדערע מיטגלידער אין די פעד זענען געווען אקאדעמישע פראפעסארן און עקאנאמיסטן מיט PhD'ס, איז ווארש ארויסגעשטאנען אלס דער אומאפיציעלער "מארקעט גיי" (Markets Guy) - איינער וואס קען וואל סטריט פון אינעווייניג ביז 2011 האט ער געדינט אלץ בארד אף גאווענער און 2011 האט ער פלוצלינג ארויסגעשטעלט זיין רעזיגאנציע וואס איז געשען איז אזוי נאך די 2008/2009 קראך האט די פעד אראפגעריקט די אינטרעסט ראטעס צו נול אזוי ווי סאיז געווען ווען קאוויד האט אויסגעבראכן אלץ א מיטל אויפצולעבן די עקאנמיע און אנהייב האט עס קעווין ווארש געשטיצט אבער און סוף 2010 האט קעווין ווארש אנגעהויבן אפציעל צו קרטיקערן די פעד פארן לאזן אינטרעסט ראטעס ביי נול אלץ מורא פון אינפלאציע אבער די אנדערע מענטשן אויפן בארד האבן זיך נישט גערעכנט מיט אים ביז 2011 האט קעווין אפגעמאכט אפצוטרעטן פון די פעד אלץ פראטעסט פארן האלטן די ראטעס אימגעטוישט ביי נול קעווין ווארש איז באטראכט געווארן אלץ א Inflation Hawk דאס מיינט א מענטש וואס האט אגרעסיווע מהלך ווען סקומט צו אינפלעשן אלזא שטעלט זיך די מיליאן דאלערדיגע שאלה פארוואס און די וועלט האט אים טראמפ נאמנירט?? ווי אינז ווייס מיר האט טראמפ נישט אזוי ליב הויכע אינטרעסט ראטעס איז די לעצטע שטיק צייט זייט טראמפ איז אריינגעקומען און ווייסן הויז צום צווייטן מאל האט קעווין אנגעהויבן זינגען א צווייטן ניגון ער פלעגט ארויפקומען אויף פאפולערע מידיע טאלקס און אויף א רייע פאפולערע פאדקאסטן אז ער האט זיך שוין אויסגעלערנט אז כדי אראפצוברענגן אינפלאציע דארף מען נישט אייביג העכערן אינטרעסט ראטעס נאר מקען ניצן א מיטל וואס רופט זיך Quantitative Tightening (QT) וואס מיינט עס??? איז אזוי; ווי גערעד לייגן בענק אריין געלט און באנדס קומט די פעד און הייסט פאר די טרעזשורי דעפארטמענט ארויסצולייגען פרישע באנדס כדי די באנקס זאלן נעמען זייער געלט און קויפן א באנד און נישט האבן גענוג געלט צו פארבארגן פאר סתם מענטשן אבער די מארגעדזש דאטעס וועלן נאך אלץ זיין נידריג אן אז אזויפל געלט זאל זיך דרייען און די מארקעט די זעלבע זאך איז געווען ביי די 08 קראך און ביי קאוויד נאר פונקט פארקערט גערופן Quantitative Easing (QE דאס מיינט אז די פעד גייט און קויפט אויס באנדס פון מענטשן אדער פון די באנק אוטמאטיש האבן מענטשן און די באנק מער קעש און אזוי לעבט די עקאנמיע אויף יעצט Quantitative Tightening (QT) קומט שלא ברצונו הטוב פונעם טרעזשורי דעפארטמענט ווייל ווי געשמוסט פריער איינמאל סדא אסאך באנדס וואס פארפלייצט די מארקעטס ווערט די סופליי מער ווי די דימענד דאס מיינט אז כדי צו ציען אינוועסטערס זאלן קויפן מער באנדס מיזטו צאלן מען YEILDS דאס גייט קאסטן פארן טרעזשורי דעפארטמענט נישט פארן פעד ,, איז די מהלך פון Quantitative Tightening (QT) סוקספול?? איז אויב איז עס סוקספול איז עס א מעשה וואס נעמט אסאך לענגער אראפצוברענגן אינפלעישן ווייל כדי אויסצודרעינען די די באנקס ליקיוד קען נעמען א שיינע שטיק צייט רוב עקאנמיסטן זענען זייער אפסימיזעם אז די מהלך קען ארבעטן איז ימים ידברו און אלענפאלס קען די טשערמאן נישט צווינגן די בארד אף גאווענערס צו וואויטן ווי ער וויל סנאר מער אז די טשערמאן שטעלט די טאן פאר די מארקעטס ,, יעצט פארוואס ווען סאיז דא הויכע אינטרעסט ראטעס איז די סטאק מארקעט אזוי באזארגענד וועגן דעם?? די תירוץ איז פשוט אויב די אינטרעסט ראטעס זענען הויעך מיינט עס אז די קאמפאני וואס איך האב א שעיר און און מארגן טרעפט ער זיך אן קעש וואס טוט מען? אינטער נארמאלע אומשטענדן גייט מען צום באנק און מבעט את לאון און מצאלט עס צירוק מיט אינטרעסט אויב די אינטרעסט ראטעס זענען הויעך בארגט מען נישט אזוי שנעל דאס מיינט אז די וואוקס פון קאמפאניס ווערן עטוואס פאקשטייטערט אזאך וואס אינוועסטערס אויפן סטאק מארקעט וואס קוקן אויף די פיוטשער האבן שטארק נישט ליב ריזען 2 ווען די אינטרעסט ראטעס זענען הויעך מיינט אז די באנק קויפט יעצט ווייניגער באנדס ווייל זיי האלטן עס און די פעד ווי געשמוסט מיז די טרעזשורי דעפארטמענט ארויפגייען מיט די YIELDS אויף א באנד קומט א אינוועסטער און מאכט א חשבון פארוואס האלטן און די סטאק מארקעט וואס סאיז א ריסקי אינוועסטמענט ליבערשט לאמיר נעמען די געלט און עס אריינלייגן און באנדס וואס איז א פארזיכערטע אינוועסטמענט און דערצו די YIELDS זענען הויעך אויכעט.... דאס איז מער ווייניגער אויפן שפיץ גאפל די באנקינג סיסטעם און אמעריקא יעצט וויל איך אריבערגייען צו נאמבערס פון 2019 ווען קאוויד האט אויסגעבראכן ביז יעצט אלע 8 מיטונגס פון די פעד וואס זיי האבן געטון ביי יעדע מיטונג יאר ביי יאר
2019 גלייך ביפאר קאוויד די פעד האט גענידערט די רעיטס 3 מאל דורכאויס דעם יאר (אין אויגוסט, סעפטעמבער, און אקטאבער) און עס איבערגעלאזט אומגעטוישט ביי די אנדערע 5 מיטינגס. דער רעיט איז געפאלן צו א שטאפל פון 1.50% - 1.75% ענדע יאר.
2020 ווען די פאנדעמיע האט אויסגעבראכן און אנגעהויבן עפעקטירן די מארקעט און מארטש צייט האט די פעד געהאט צוויי עמערדזשענסי מיטינגס און דראסטיש גענידערט די רעיטס צוויי מאל, ביז כמעט נול (0.00% - 0.25%). ביי אלע אנדערע 6 רעגולערע מיטינגס יענעם יאר האבן זיי עס איבערגעלאזט אומגעטוישט אויף דעם נידריגן רעיט
2021 א גאנץ יאר האבן זיי פרובירט צו באראויגען די מארקעטס . ביי אלע 8 מיטינגס האבן זיי איבערגעלאזט די רעיטס אומגעטוישט און געהאלטן די אינטערעסט ביי נאנט צו נול.
2022 (אגרעסיווע הייבונגען קעגן אינפלאציע): צוליב די שטארקע אינפלאציע וואס האט אויסגעבראכן, האט די פעד געמוזט אנהייבן אגרעסיוו הייבן די רעיטס . ביי 7 מיטינגס האבן זיי געהויבן די רעיטס (אריינגערעכנט פיר גרויסע שפרינגען פון 0.75%). בלויז ביים ערשטן מיטינג פון יאר (אין יאנואר) האבן זיי עס געלאזט אומגעטוישט. דאס יאר האט זיך געענדיגט ביי 4.25% - 4.50%. די אינטרעסט ראטעס
2023 די פעד האט ווייטער געהויבן די רעיטס ביי 4 מיטינגס. ביים יולי מיטינג האבן זיי דאס ארויפגערוקט צום העכסטן שטאפל אין איבער 20 יאר (5.25% - 5.50%). ביי די אנדערע 4 מיטינגס יענע יאר (אריינגערעכנט די לעצטע דריי מיטינגס סוף יאר) האבן זיי דאס שוין איבערגעלאזט אומגעטוישט.
2024 פאר די ערשטע 5 מיטינגס פון יאר האט די פעד געהאלטן די רעיטס אומגעטוישט. אבער נאכדעם וואס אינפלאציע האט אנגעהויבן נאכלאזן, האבן זיי ביי די לעצטע 3 מיטינגס פון יאר (סעפטעמבער, נאוועמבער, און דעצעמבער) גענידערט די רעיטס צוריק אראפ ביז 4.25% - 4.50%.
2025 פאר רוב יאר זענען די רעיטס געבליבן אומגעטוישט (ביי 5 מיטינגס). שפעטער אין יאר האבן זיי ווייטער ממשיך געווען און נאכאמאל גענידערט די רעיטס ביי 3 מיטינגס (סעפטעמבער, אקטאבער, און דעצעמבער). דער רעיט האט זיך געשטעלט ביי 3.50% - 3.75%.
2026 (ביז אפריל יעצט): פאר די ערשטע טייל פון 2026 זענען דערווייל געווען בלויז צוויי מיטינגס יאנואר און מארטש ביי ביידע האבן זיי איבערגעלאזט די רעיטס אומגעטוישט. דער נעקסטער מיטינג איז געסקעדזשולט אויף ענדע אפריל (28-29 אפריל, 2026). יעצט איינמאל די פעד שנייד די ראטעס איז זיכער אז די מארגעדזש ראטעס גייען אויך פאלן אוטמאטיש

?? די תירוץ איז סווענד זיך און אויכעט וועכע מין מארגעדזש לאון איז לאמיר גייען זייער שטייטליך,,, קומסט צום באנק די ווילסט קויפן א הויז סאו די דארפסט א לאון פון זיי איז דא צוויי מינע לאונס סאיז דא א פיקסד לאון גערופן Fixed-Rate Mortgage פאר 30 אדער פאר 15 יאר , אדער איז דא א Adjustable-Rate Mortgage גערופן בקיצור א ARM לאון , איז לאמיר זיך באקענען מיט דעי צוויי מינע לאונס לאמיר אנהייבן מיט א Fixed-Rate Mortgage דאס איז מער באקאנט ווען מקויפט א הויז פאר פערסנאל יוז דאס מיינט צו וואוינען גייט די באנק און ער קוקט די YIELD וואס מקען יעצט באקומען אויף א באנד פון 10 יאר ( פארוואס 10 יאר ?? ווייל זייער אסאך מענטשן נאך 10 ריפאנענסן זיי די לאון דאס מיינט אז מנעמט ארויס א לאון פון פריש במילא קוקן זיי אויף באנדס פון 10 יאר) לאמיר זאגן אז אויף באנד פון 10 יאר קען מען יעצט באקומען פון די טרעזשורי YEILDS פון 4.5 פראצענט מאכט די באנק א חשבון א שוטה זאל איך זיין עס צו פארבארגן פאר דעי מענטש וואס איז היפש ריסקי אפשר גייט ער נישט באצאלן איז כדי סזאל זיך לוינען פאר די באנק צו נעמען דעי ריסק מיז ער צילייגן א פראצענט אינטרעסט מער פון וויפל ער קען יעצט באקומען פון די באנק דאס רופט זיך די Profit Spread דאס מיינט א overhead מער פון וויפל זיי באקומען פון די טרעזשורי באנדס לאמיר מאכן א משל די YIELDS אויף די באנדס שטיין ביי 4.5 פראצענט אינטרעסט לייגט ער צו זיין Profit Spread לאמיר זאגן 2 פראצענט ציזאמען איז עס 6.5 פראצענט דאס איז דיין מארגעדזש אינטרעסט רעיט וואס די גייעסט צאלן יעדע חודש פאר די קומדיגע 30 יאר און סאיז געלאקט אויב טרעזשורי באנדס YEILDS פארן מארגן ארויף אדער אראפ מאכט עס גארנישט אויס פאר דיין מארגעדזש רעיט דאס מיינט פיקסד לאון דאס איז די מערסטע באקאנטע לאון וואס מענטשן נעמען ביים קויפן א הויז יעצט פארשטייט זיך אויב א יאר ארום דערזעט ער זיך מיט נידריגערע ראטעס ווי יעצט קען ריפאנענסן ווי אויסגעשמוסט שפעטער אבער ריפאנענסן קאסט שוין געלט ווי closing costs לאוער פיס וכו' לאמיר יעצט אריבערגייען צו Adjustable-Rate Mortgage מער באקאנט פאר אינוועסטערס איז דא צוויי אפשינס מקען נעמען די 5.1 אדער די 7.1 לאון איז קודם וואס מיינט עס בכלל?? א Adjustable-Rate Mortgage מיינט די באנק געט דיך ארויס א פיקסד אינטרעסט רעיט פרייז פאר 7 יאר נאך 7 יאר דארפסטו יעדע יאר צאלן אינטרעסט לויט די אינטרעסט מארקעט פון יענע יאר נישט אויסמישן מיט ריפאנענסן וואס מיינט א נייע לאון צו באצאלן די אלטע דאס מיינט פרישע closing costs ביי Adjustable-Rate Mortgage איז די לאון פאר 30 יאר אפילו נאך די 7 יאר בלייבט עס די זעלבע לאון וואס מהאט גענומען פאר 7 יאר צירוק נאר מדארף אנהייבן באצאלן לויט די יערליכע ראטע דאס איז עס אויפן שפיץ גאפל וויאזוי א Adjustable-Rate Mortgage ארבעט אבער סאיז אסאך טיפער ווי דעם איז לאמיר אריינדייוען ווי געשמוסט פריער ביי א Fixed-Rate Mortgage קוקט די באנק אויף די טרעזשורי באנדס ביי Adjustable-Rate Mortgage קוקט די באנק אויף א אנדערע מעסטער צו וויסן וויפל דיך צו טשארזשן און אינטרעסט ווען א מענטש גייט צום באנק אז ער דארף א Adjustable-Rate Mortgage גייט די באנק און ער מאכט א טשארט ער נעמט די index + margin און די = Fully Indexed Rate דאס איז דיין אינטרעסט רעיט פאר די קומדיגע 7 יאר און נאכדעם גייט עס די באנק איבערמאכן יעדע יאר און אזויפל גייטסטו דארפן צאלן און אינטרעסט פארן באנק איז וואס מיינען די טערמינען??? איז אזוי לאמיר אנהייבן מיט index די באנק דארף מאכן א חשבון צו סלוינט זיך אים ביזנעס ווייז דיך צו פארבארגן געלט איז אנדערש ווי ביי Fixed-Rate Mortgage וואס ער קוקט ווי וואלט איך געקענט לייגן מיין באנק און א לאנג טערם פארזיכערטע אינוועסטמענט קוקט ער דא אויף א שארט טערם פארזיכערטע אינוועסטמענט ווייל ער גייט סיוויי באצאלן לויט די אינטרעסט פון יאר ביי יאר חוץ די ערשטע 7 יאר סאו קוקט די באנק אויף שארט טערם פארזיכערטע אינוועסטמענטס ווי ער וואלט עס געקענט לייגן אשטאטס דיך פארבארגן דא קומט אריין SOFR (Secured Overnight Financing Rate). מעסטער וואס מיינט עס?? ווי גרעד אויבן באקומט די באנק IORB Interest on Reserve Balances דאס מיינט אינטרעסט פארן האלטן געלט און די פעדס באנקס קומט א קליינע באנק אדער א העדזש פאנד קאמפאני ער נויטגט זיך און געלט אווער נייט גייט ער צו טשעיס פארבארג מיך ביז מארגן כך וכך געלט און אלץ א משכון געב איך דיר מיינע טרעזשורי באנדס מאכט טשעיס א חשבון האלטן און די פעד גיי איך מאכן לאמיר מאכן א משל 3 פראצענט אינטרעסט סאו פארבארגן פאר די העדזש פאנד קאמפאני מיז מיך לוינען לייגט די באנק צו א פראצענט אינטרעסט בנוסף די 3 וואס ער באקומט שוין פון די פעד און ער פארבארגט עס איבערנאכט מיט א רווח פון א % נישט שלעכט ,, דאס מיינט SOFR (Secured Overnight Financing Rate). וויפל קאסט פאר א באנק אדער א העדזש פאנד קאמפאני צו בארגן געלט פון א צווייטע באנק אזויפל איז מארקעט רעיט יעצט דאס מיינט index price יעצט קומט די מענטש ער וויל בארגן געלט אויף א Adjustable-Rate Mortgage גייט די באנק אז כדי דיך צו פארבארגן מיז איך דיך בעטן מער ווי די אינדעקס פרייז אפילו די באנק בארגט נישט פון קיין צווייטע באנק אבער ער וואלט עס געקענט פארבארגן פאר א צווייטע באנק אדער העדזש פאנד קאמפאני וואס איז סאך מער סעקיורט פון דיך סאו נעמט ער די SOFR (Secured Overnight Financing Rate). לאמיר זאגן סאיז יעצט 4% און די באנק לייגט צו א margin לאמיר זאגן פון 2% Fully Indexed Rate איז 6% יעצט דעי מארזשין גייט זיין פאר די קומדיגע 30 יאר אבער די SOFR (Secured Overnight Financing Rate). גייט נאר זיין פאר די קומדיגע 7 יאר נאך 7 יאר גייט די באנק אנהייבן טשארזשן אינטרעסט לויט SOFR (Secured Overnight Financing Rate). פון יענעם יאר ,, יעצט הער א אינטערסאנטע זאך ווען די פעדס שניידן די אינטרעסט ראטעס גייט די Adjustable-Rate Mortgage גלייך פאלן און די חשבון איז פשוט ווייל די SOFR (Secured Overnight Financing Rate). פאלט אויכעט אבער די Fixed-Rate Mortgage רוב מאל העט עס פאלן און אסאך מאל נישט וואסי פשט?? איז כדי צו פארשטיין פארוואס אסאך וועט עס נישט פאלן מיז מען קודם פארשטיין פארוואס רוב מאל פאלט עס יא וואס איז שווער? אויב די באנק קוקט ביי Fixed-Rate Mortgage אויף די טרעזשורי באנדס YEILDS איז פארוואס אויב די פעד שנייד זייערע ראטעס זאל די באנדס ווערן אפעקטירט ?? די תירוץ איז היפש אינטערסאנט לאמיר אנהייבן פארקערט ווען די פעד הייבט די אינטרעסט ראטעס פון 2% צו 3% דאס מיינט אז בענק פארדינען יעצט 3 פראצענט פארן האלטן געלט און די פעד יעצט לאמיר זאגן באנדס YEILDS איז ביז יעצט געווען ביי 3% הייבט די טרעזשורי דעפארטמענט אן צו פאניקן זיי פארלירן א ערנסטע קאסטומער די באנק ווייל וואס פעלט אויס אריינצולייגן געלט און באנדס לאמיר עס ליבערשט לאזן אונעם פעד מיז די טרעזשורי הייבן די YIELDS פון זייערע באנדס צו 4 פראצענט אוטמאטיש ווען די בענקס ווילן ארויסגעבן א Fixed-Rate Mortgage קוקן זיי אויף די באנדס וואס איז יעצט געוואקסן דאס מיינט איין לאנגע טשעין אבער ווען די פעד שנייד די ראטעס פון 3% צירוק צו 2% גייט די טרעזשורי אויך אראפגייען מיט זייער באנדס פון 4% צו 3% וואס איז נאך אלץ מיט א % מער ווי האלטן געלט און די פעד אוטמאטיש ווען די באנק וויל בארגן געלט פאר א מענטש און געט א קוק אויפן באנד זעט ער א קלענערע YEILD פארט די מארגעדזש ראטע אויך אראפ און רעזאלט דא קומט א קליינע אבער אויב די פעד הייבט אן שניידן אינטרעסט רעיטס אגרעסיוו קענען אינוועסטערס אנהייבן זיין באזארגד אז אינפלעישן גייט זיך הייבן אוט אף קאנטראל טראכטן אינוועסטערס וואס האב איך פון דעי YEILDS וואס די טרעזשורי געבט מיך ווען די אינפלעישן עסט אויף די גאנצע YEILD נעמען די אינוועסטערס זייערע באנדס און פארקויפן עס פאר ביליגער ווי די מארקעט פרייז זעט זיך טרעזשורי מיט א פראבלעם קיינער דארף נישט זיינע באנדס וואס טוט מען ?? הייבט די טרעזשורי די YIELDS איינמאל די טרעזשורי הייבט די YIELDS פארט אוטמאטיש ארויף די מארגעדזש ראטעס אויכעט יעצט א מינוט לאמיר זען וואס די מארגעדזש ראטעס Fixed-Rate Mortgage זענען אויפן מינוט 30 יאר פיקסד (Fixed) 6.10% - 6.43%
15 יאר פיקסד (Fixed) 5.58% - 5.85% פארשטייט זיך אז סנאר א עוועריזש די עכטע נומבר איז געוואנדן און דיין קרעדיט סקאר און די דאון פעימענט