אין כל חדש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 11, 2026 8:47 pm
טיפזיניגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 10:40 pm
זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 10:39 pm
טעות לעולם חוזר.
ער מיינט צו זאגן 600MB.
א מ מיט א ט איז זיך מתחלף.
GB מיינסטו אוודאי
ווי שוין געמאלדן און די אויבענדערמאנטע תגובה א האלבע יאר צוריק איז דא אונטער די עסקנים'ס רשות העכער 600GB מיט ריקארדינגס, ווידיאוס, בילדער, דאקומענטן, וואס ברענגן ארויס שווארץ אויף ווייס די טומאה און ברוטאלע רשעות וואס זענען פארגעקומען אונטער די פירערשאפט פון לב טהור.
אונז עסקנים האבן דאס נישט געזיכט מפרסם צו זיין, נעמענדיג און באטראכט אז דאס וועט גורם זיין אומגעהויערע בזיונות און עגמת נפש פאר די באטראפענדע, אויב דאס קומט ארויס צום ציבור.
למעשה אזוי ווי מיר האבן באקומען בקשות פון מערערע ערליכע אידן אריין גערעכנט רבנים אז די לצנות מכל הקודש לנו וואס עס גייט פאר אויף די "קול יוצאי לב טהור האטליין" איז ארויס פון קאנטראל, מען איז דארט מדמה מחלוקת'ער פון גדולי תלמידי בעשה"ק זי"ע אריין גערעכנט די הייליגע צאנזע רב זי"ע וואס האט מוחה געווען במסירות נפש אז א רבי איז נישט העכער די תורה, צו להבדיל אלף אלפי הבדלות די טענות אויף די מקום שורש הטומאה לב טמא, און מען איז דארט מכחיש און מען מאכט לצנות פון אלע טומאות, רשעות, ורציחות, וואס איז דארט פארגעקומען, האבן די רבנים פארלאנגט פון אונז עסקנים אז לא עת לחשות, און מען מוז ארויס קומען צו די ציבור מיט די קלארע פאקטן.
אשר על כן ווילן מיר דא מגלע זיין אז מיר וועלן בהכרח אנהייבן פון מארגען נאכט ג' במדבר אנהייבן ארויס צוקומען ברבים צום ציבור מיט שוידערליכע סחורה, און דאס וועט אנגיין אויף א טעגליכע פארנעם, און מען וועט בע"ה קיינעם נישט פארשוינען.
סא סדא 2 3 בחורים/ יונגעלייט וואס איר אליין האט שוין דא ארויס געשריבן זייערע נעמען וכו וואס זיי פירן די ליין קול יוצאי לב טהור.
סתם רעדן גוט אויף לב טהור אדער קעגן די עסקנים, מיין מיינונג, נישט קיין פראבלעם, freedom of speech, טוה וואס דו ווילסט.
זיך אנרופן "קול יוצאי לב טהור" בשעת דו רעדסט בשם לב טהור אליינס איז א גרויסע עוולה, נאך דערצו אז איך ווייס מכמה פעמים וואס יוצאי לב טהור האבן זיך גיבעטן ביי זיי זאלן אראפ נעמען אדער נישט פאוסטן געוויסע זאכן און פארשטייט זיך אז קיינער האט זיך נישט וויסענדיג גימאכט.
וואס איך פארשטיי פון וואס איר שרייבט דא. איר האט נישט קיין סחורה קעגן די חברה וואס איר ווייסט אז זיי פירן דעיע ליין סא גייט איר ארויס לייגן אנדערע רעקארדינגס פון אנדערע מענטשן וואס אזוי אפשר גייט עס ליין פרעשער אויף וועם איר ווילט סזאל אנקומען.
זייער א שיינע פלאן. אבער וואס זענען דעיע לב טהור חברה אדער יוצאי לב טהור אדער האלבע יוצאים שילדיג??? ווי לייגסטו זיי אריין אין דעיע פייט?