היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

צ/ק

דורכברוך איבער די היסטארישע ירושה

- 20 יעריגע מיסטעריע קומט צו א פרידליכע ענדונג

די לעצטע 2 טעג קומען פאר שטילע פארהאנדלונגען צווישן הרה״ג רבי …. שליט״א, פון די חשוב׳ע אייניקלעך פון מרן רבינו בעל ברך משה זצ״ל (נאמען געהיטן) און הרבני הנגיד המפורסם רודף צדקה וחסד (הרוצה בעילום שמו) שליט״א בנוגע די ירושה פון רבי׳ן זצ״ל און איבער די פארלוירנע הייליגע תפילין פון רביה״ק בעל ויואל משה זי״ע.

דער חשוב׳ער אייניקל פון רבי׳ן זצ״ל האט זיך פארבינדן מיט הרה״ח ר׳… שליט״א און אים געבעטן הילף אויף פארשידענע זאכן, ובתוכם אז אלע חפצים וכלי קודש וועלכע זענען נישט ארויסגעשריבן אין די צוואה דארף צעטיילט ווערן שווה בשווה כדת של תורה.

ס׳איז אנגעגאנגען דעליקאטע אבער אינטענסיווע פארהאנדלונגען און ב״ה אז מ׳איז זיך דורכגעקומען עצהיו״ט, צו די שמחה פון די גאנצע משפחה הרוממה אז די לאנג-געזוכטע הייליגע תפילין פון רבי׳ן זי״ע איז ענדליך אנקומען - דורך הרה״ח ר׳… שליט״א - דירעקט אין די הענט פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א - וואס וועט עס אי״ה איבערגעבן פאר דעם זוכה בגורל.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 798

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך בעט נישט זאלסט אריינפילן די פינטלעך, אבער כאטש ווער די כ"ק אדמו"ר שליט"א מיינסטו,
אין זיי נישט זיס אין ענפער מסאטמאר.
די הרה"ח ר' שליט"א גייט אריינלייגן אייגן געלט?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12117

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בודקע »

חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 11:58 pm צ/ק

גיי ארויס פון קלאס, קום נאר צוריק מיט נעמען.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12117

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בודקע »

קודם וועגן די תפילין הער איך איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מהר"א, איינער קען קאנפירמען?
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

עומד על תלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 12:14 am איך בעט נישט זאלסט אריינפילן די פינטלעך, אבער כאטש ווער די כ"ק אדמו"ר שליט"א מיינסטו,
אין זיי נישט זיס אין ענפער מסאטמאר.
די הרה"ח ר' שליט"א גייט אריינלייגן אייגן געלט?
איך וויל פונקט אזוי וויסן.
איך האב עס באקומען אויף א גרופ.
איך ווייס נישט ווער די פינטעלעך זענען.
הייסע קרעטשניפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 147

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

די נייעס קומט אריין אז די הייליגע תפילין פין רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע איז צוריק קומען
די תפילין האט רבי באקומען פון דודו רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע וואס האט עס בירשה פון אביו דער הייליגער קדשות יו"ט ווי באקאנט האט די תפילין געהאט א געוואלידיגע חשיבת ביי רבותנו הקודשים
און די תפילין איז פארשווינדן געווארן ביום המר כ"ו ניסן תשס"ו און שפיטאל און פון דאן האט מען נישט געוויסט ווי די הייליגע תפילין געפינט זיך ביז היינט ביום ל"ג בעומר איז די תפילין צוריק געקומען צו די יורשים און ווערט ביז דערוויל געהאלטן ביי כ"ק מרן רבינו
מהר"א שליט"א ביז מען וועט זיך צוטיילן מיט די ירושה
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 1:54 am די נייעס קומט אריין אז די הייליגע תפילין פין רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע איז צוריק קומען
די תפילין האט רבי באקומען פון דודו רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע וואס האט עס בירשה פון אביו דער הייליגער קדשות יו"ט ווי באקאנט האט די תפילין געהאט א געוואלידיגע חשיבת ביי רבותנו הקודשים
און די תפילין איז פארשווינדן געווארן ביום המר כ"ו ניסן תשס"ו און שפיטאל און פון דאן האט מען נישט געוויסט ווי די הייליגע תפילין געפינט זיך ביז היינט ביום ל"ג בעומר איז די תפילין צוריק געקומען צו די יורשים און ווערט ביז דערוויל געהאלטן ביי כ"ק מרן רבינו
מהר"א שליט"א ביז מען וועט זיך צוטיילן מיט די ירושה
כ׳הער אז דער נגיד דער מתווך האט געגעבן א סכום עצום פאר דעם אייניקל בשכר פארן צוריקגעבן די תפילין, און אים געגעבן תקיעת כף אז ער וועט פאר קיינעם נישט זאגן ווער ער איז.

#עקסטארשן?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 481

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך אגד »

חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 11:58 pm צ/ק

דורכברוך איבער די היסטארישע ירושה

- 20 יעריגע מיסטעריע קומט צו א פרידליכע ענדונג

די לעצטע 2 טעג קומען פאר שטילע פארהאנדלונגען צווישן הרה״ג רבי …. שליט״א, פון די חשוב׳ע אייניקלעך פון מרן רבינו בעל ברך משה זצ״ל (נאמען געהיטן) און הרבני הנגיד המפורסם רודף צדקה וחסד (הרוצה בעילום שמו) שליט״א בנוגע די ירושה פון רבי׳ן זצ״ל און איבער די פארלוירנע הייליגע תפילין פון רביה״ק בעל ויואל משה זי״ע.

דער חשוב׳ער אייניקל פון רבי׳ן זצ״ל האט זיך פארבינדן מיט הרה״ח ר׳… שליט״א און אים געבעטן הילף אויף פארשידענע זאכן, ובתוכם אז אלע חפצים וכלי קודש וועלכע זענען נישט ארויסגעשריבן אין די צוואה דארף צעטיילט ווערן שווה בשווה כדת של תורה.

ס׳איז אנגעגאנגען דעליקאטע אבער אינטענסיווע פארהאנדלונגען און ב״ה אז מ׳איז זיך דורכגעקומען עצהיו״ט, צו די שמחה פון די גאנצע משפחה הרוממה אז די לאנג-געזוכטע הייליגע תפילין פון רבי׳ן זי״ע איז ענדליך אנקומען - דורך הרה״ח ר׳… שליט״א - דירעקט אין די הענט פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א - וואס וועט עס אי״ה איבערגעבן פאר דעם זוכה בגורל.
וועלכע תפילין פון דעם בעל ויואל משה?

די רש"י תפילין וואס ער האט געלייגט אלס בחור עד פטירת אביו?

עס האט דען איבערגעלעבט דעם קריג?

די תפילין וואס מען רעדט א גאנצן צייט איז די רבינו תם תפילין פון דעם קדושת יום טוב וואס דער רבי זכרונו לברכה האט געלייגט פון זיין חתונה, ער האט עס נישט באקומען בירושה, נאר אלס די תפילין וואס זיין טאטע האט אים געגעבן ביי די חתונה. אויך רעדט מען אביסל פון די רש"י תפילין פון דעם קדושת יום טוב, וואס דער רבי האט געלייגט פון נאך פטירת אביו ווען ער האט עס באקומען בירושה, און עס איז נישט אנגעקומען צום ברך משה.
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

נאך א בינטל נייעס:

א גרויסע שאכטל ספרי קודש (ירושה) פון מרן רביה״ק זי״ע וואס איז אוועקגענומען געווארן מביתו נאווה קודש (לאחר פטירתו) בשנת תשל״ט איז אנגעקומען צו אדמו״ר מהר״א.

כ׳הער גאר טייערע ספרים וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען צום ברך משה זצ״ל.
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

נאך א קליין בינטל נייעס

א פארלוירענע עכט-גאלדענע לוח וואס איז באנוצט געווארן שטענדיג דורכן רבי׳ן הברך משה זי״ע אין די לעצטע 10 יאר איז ב״ה צוריקגעקומען.

איינער פון די קינדער פון כ״ק אדמו״ר מהרי״י שליט״א האט עס געהאט ביז יעצט און עפ״י הלכה וואלט ער עס געמעגט האלטן, האט עס יעצט אהינגעגעבן.

דער אייניקל זאגט אז ער האט עס באקומען במתנה פון מרן הברך משה זי״ע. אבער האט דאך באשלאסן עס אפצוגעבן.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 798

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך עומד על תלת »

דער עולם זאל לייקן @חאצקיל כדי ער זאל האבן חשק צו ברענגען נייעס...
אפשר זאל מען לייקן די גנבים כדי זיי זאלן צוריקברענגען גניבות.....
ווערווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 490

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך ווערווייס »

חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 12:26 pm נאך א קליין בינטל נייעס

א פארלוירענע עכט-גאלדענע לוח וואס איז באנוצט געווארן שטענדיג דורכן רבי׳ן הברך משה זי״ע אין די לעצטע 10 יאר איז ב״ה צוריקגעקומען.

איינער פון די קינדער פון כ״ק אדמו״ר מהרי״י שליט״א האט עס געהאט ביז יעצט און עפ״י הלכה וואלט ער עס געמעגט האלטן, האט עס יעצט אהינגעגעבן.

דער אייניקל זאגט אז ער האט עס באקומען במתנה פון מרן הברך משה זי״ע. אבער האט דאך באשלאסן עס אפצוגעבן.
אויב איז שייך מסביר צו זיין, ווי אזוי נוצט מען א לוח 10 יאר?
ס'איז געווען א לוח פאר אסאך יאר?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 927
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1943

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בן תורה »

אויב האט עס די רבי גענוצט די לעצטע 10 יאר, ווען האט ער עס אוועקגעגעבן?
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 385

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך שטאטסמאן »

געהערט עפעס וועגן גאלדענע מזוזת האלטער'ס איינער ווייסט מער?
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 493

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

גאלדענע עפאכע פאר סאטמאר...

אלעס ווערט גאלד...
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 418

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך קרישקע »

שטאטסמאן האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 1:34 pm געהערט עפעס וועגן גאלדענע מזוזת האלטער'ס איינער ווייסט מער?
די ספרים שטוב מזוזה איז געווען גאלד, (חוץ פון די האלטערס איז דא אסאך מזוזות פון אלע טירן)
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 1:21 pm
חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 12:26 pm נאך א קליין בינטל נייעס

א פארלוירענע עכט-גאלדענע לוח וואס איז באנוצט געווארן שטענדיג דורכן רבי׳ן הברך משה זי״ע אין די לעצטע 10 יאר איז ב״ה צוריקגעקומען.

איינער פון די קינדער פון כ״ק אדמו״ר מהרי״י שליט״א האט עס געהאט ביז יעצט און עפ״י הלכה וואלט ער עס געמעגט האלטן, האט עס יעצט אהינגעגעבן.

דער אייניקל זאגט אז ער האט עס באקומען במתנה פון מרן הברך משה זי״ע. אבער האט דאך באשלאסן עס אפצוגעבן.
אויב איז שייך מסביר צו זיין, ווי אזוי נוצט מען א לוח 10 יאר?
ס'איז געווען א לוח פאר אסאך יאר?
די גאלדענע לוח, ווי איך פארשטיי איז א גאלדענע האלטער אין וועלכן מ׳האט אריינגעשטעלט יעדעס יאר א פרישע לוח. און דאס האט דער רבי גענוצט מידי יום ביומו, און עס געגעבן פארן אייניקל - כפי דבריו.
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

א שאכטל מיט היסטארישע נוי סוכה וואס איז געהאנגען און באצירט בסוכותו של רביה״ק זי״ע - איז אפגעגעבן געווארן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2768
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6727

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך הדסים »

זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 2:36 pm גאלדענע עפאכע פאר סאטמאר...

אלעס ווערט גאלד...
#טראמפ_אפעקט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 861
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1775

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך צווייטער »

חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 12:26 pm נאך א קליין בינטל נייעס

א פארלוירענע עכט-גאלדענע לוח וואס איז באנוצט געווארן שטענדיג דורכן רבי׳ן הברך משה זי״ע אין די לעצטע 10 יאר איז ב״ה צוריקגעקומען.

איינער פון די קינדער פון כ״ק אדמו״ר מהרי״י שליט״א האט עס געהאט ביז יעצט און עפ״י הלכה וואלט ער עס געמעגט האלטן, האט עס יעצט אהינגעגעבן.

דער אייניקל זאגט אז ער האט עס באקומען במתנה פון מרן הברך משה זי״ע. אבער האט דאך באשלאסן עס אפצוגעבן.
פארוואס טאקע האט ער באשלאסן עס אפצוגעבן אויב איז עס זיינס?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

נאך א בינטל נייעס:
אפירגעקומען עטליכע טאש-טיכלעך פון מרן רביה״ק זי״ע.

עס האט די אינישלס J.T.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1889
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6554

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך Think and Thank »

חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 6:53 pm נאך א בינטל נייעס:
אפירגעקומען עטליכע טאש-טיכלעך פון מרן רביה״ק זי״ע.

עס האט די אינישלס J.T.

די רביצין פלעגט ארייננייען די אינישעלס אין אלע בגדים פון רבי'ן זי"ע.
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 160

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך זוכער »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 9:24 pm
חאצקיל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2026 6:53 pm נאך א בינטל נייעס:
אפירגעקומען עטליכע טאש-טיכלעך פון מרן רביה״ק זי״ע.

עס האט די אינישלס J.T.

די רביצין פלעגט ארייננייען די אינישעלס אין אלע בגדים פון רבי'ן זי"ע.
אפילו בעט-געוואנט אין קושענעס האבן געהאט די מאנאגראם פון רבי׳ן.
לג בעומר
פרישער באניצער
פאוסטס: 98
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 140

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך לג בעומר »

עס קומט צוריק חפצי ירושה העכער אלע ערוואטונגען ב''ה
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1072
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1170

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך איך »

די הייליגע תפילין וואס איז נארוואס צוריק געברענגט געווארן

IMG_20260507_095916_983.jpg
IMG_20260507_095916_983.jpg (69.12 KiB) געזען געווארן 502 מאל
IMG_20260507_095914_696.jpg
IMG_20260507_095914_696.jpg (84.14 KiB) געזען געווארן 502 מאל
שרייב פאוסט