עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 7:05 pm
שוין אין שול
טאטע העלפט
שלא יאמרו ל"ג בעומר איז א סכנהדיגע טאג רח"ל וד"ל
סיי אין מירון איז געווען נישט מיט אחריות אין דא איז אויך אזוי קיינער גייט נישט זאגן אז די טאג איז פראבלעם
די עיקר איז אז עס זאל ח''ו גארנישט ערענסט געשעהן אבער מענטשן דארפן כאפן מכות פארן ציזאם נעמען אזוי פיל מענטשן אן קיין שום אחריות

לאמיר זאך אונטערגארטלען צו דעם
מיט פאסיק אדער מיט שטעקן?
איך מיין עס ערענסט פארוואס דארף מען ווארטן ביז מענטשן שטארבן ?????????? ווען א מענטש וואס פירט א פאבליק מעמד אין מענטשן חלשן אינגרויסן דארף אזא מענטש פליען
די געדאנק פון רויטע טעפעך באווייזט אז צדיקים זענען עוסק ביז היינט מיט ברענגען הנהגות פון די גויישע אלגעמיינע גאס און עס ברענגען לצד הקדושה, ווי איז נודע מצדיקים הקודמים.
זלמעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 3:16 am
די געדאנק פון רויטע טעפעך באווייזט אז צדיקים זענען עוסק ביז היינט מיט ברענגען הנהגות פון די גויישע אלגעמיינע גאס און עס ברענגען לצד הקדושה, ווי איז נודע מצדיקים הקודמים.
און גראדע, אז מ'ברענגט שויין נייע מנהגים, קעמען דאך ברענגען מנהגים אויך פון יידישע, צב"ש הדלקות ל"ג בעומר
זלמעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 3:16 am
די געדאנק פון רויטע טעפעך באווייזט אז צדיקים זענען עוסק ביז היינט מיט ברענגען הנהגות פון די גויישע אלגעמיינע גאס און עס ברענגען לצד הקדושה, ווי איז נודע מצדיקים הקודמים.
ווייזט אז סאיז דא עדאלטס מיט גויאישע און בעבישע געדאנקען
קרישקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 11:05 am
זלמעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 3:16 am
די געדאנק פון רויטע טעפעך באווייזט אז צדיקים זענען עוסק ביז היינט מיט ברענגען הנהגות פון די גויישע אלגעמיינע גאס און עס ברענגען לצד הקדושה, ווי איז נודע מצדיקים הקודמים.
ווייזט אז סאיז דא עדאלטס מיט גויאישע און בעבישע געדאנקען
שלום עליכם פאר אונזערע קרית יואלע ברודער, מאכט אייך באקוועם
אשרי עין ראתה בשמחת התורה, ממנה תצא תורה אדונינו בר יוחאי, מיט איבערגיסנדע רגשי לבבות האבן אלופי אלפי חסידי סאטמאר זוכה געווען מיטצולעבן הייליגע שעה'ן פון שמחת התורה ביים מעמד אדיר ונשגב "סיום כתיבת ספר תורה" דורך כ"ק רבינו שליט"א, וואס איז געווארן אריינגעגעבן נעכטן ל"ג בעומר צום בית מדרשו של רבי, דער ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.
דער מעמד כתיבת ספר תורה איז אפגעהאלטן געווארן בליל התקדש ל"ג בעומר, אין די גיגאנטישע "דאגעלס גרינהויז" קאמפלעקס, וואו עס האבן זיך צונויפגעפרעסט טויזנטער חסידים זקנים עם נערים לשוש ולשמוח בשמחתו פונעם מנהיג העדה ורועה עדת ישורון.
דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט'ן יערליכן דינער לטובת די מוסדות "יטב לב" בארה"ק, וואס ווערט אפגעהאלטן ביום ל"ג בעומר, ווען דער ציבור חסידי סאטמאר נוצט אויס דעם גרויסן טאג צו שטיצן די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל מיסודו של רביה"ק זי"ע.
די ימי הוד האט זיך אנגעהויבן נאך במשך דעם טאג, ערב ל"ג בעומר, ווען פילע אדמורי"ם ורבנים זענען אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אריינשרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה, ובראשם די אדמורי"ם רבני העיר וויליאמסבורג, כ"ק האדמורי"ם מפאפא, וויזשניץ וויליאמסבורג, וויען, ישועות יעקב סקולען, דעם רבי'נס ברודער הגה"צ אב"ד זענטא און דער שוואגער הגה"צ גאב"ד מאנסי, הגאוה"צ אב"ד באלחוב, פריימאן, חברי הביד"ץ דסאטמאר, וואולקאן, און נאך.
דער זאל איז בליץ שנעל געווארן פארנומען, און די עסקנים האבן זיך שווער געפארעט צו קענען פלאצירן דעם ענדלאזן שטראם, ווען פילע זענען געווען געצווינגען מיטצוהאלטן פון די גאס.
די משפחת המלוכה, קינדער און איידעמער און אייניקלעך פונעם רבי'ן זענען געווען מלובש מיט בגדי שבת, לכבוד די שמחה הרוממה ביי עטרת ראשם.
עס האט זיך ספעציעל אנגעזען די געערטע ראשי הקהלה פון קהלתינו הק' ארום די וועלט, וואס זענען געקומען צופליען מכל מקומות מושבותיהם זיך מיטצופרייען מיט'ן רבי'נס שמחה.
אום 10:30 איז דער רבי ערשינען אין זאל מלובש מיט בגדי שבת און די ווייסע בעקיטשע לכבודה של תורה, ווען דער גאנצער זאל ווערט עלעקטעריזירט פון די פלאם פייערדיגע טאנץ.
נאך די טענץ האט מען אנגעהויבן ניגוני התעוררות, והערב, די אהבה רבה ניגון, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט רירנדע ווערטער הרה"ג ר' ליפא פעקעטע מגי"ש בחבורת זכרו, וואס האט ארויסגעברענגט דעם "ח"ו שתשתכח תורה מישראל" און "כי לא תשכח מפי זרעו" וואס ווערט פארווירקליכט דורכ'ן רבי'ן וואס שטייט בראש העדה און איז שומר על גחלת ישראל שלא תכוה.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די נייע תורה, דער סופר איז צוגעקומען, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות "לעיני כל ישראל".
דער רבי האט אויפגעהויבן די ספר תורה און געמאכט הגבה, און זיך ארויסגעלאזט אין עקסטאזליכע ריקודין נלהבים וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור האלפים אין א זעלטענע פייער פון התרוממות של שמחה, וינועו אמות הסיפים.
אינמיטן טאנצן האט מען אפגעשטעלט די מוזיק, און דער רבי האט מיט א קול חנוק מדמעות געמאכט א "שהחיינו" בשם ומלכות, וענו כל העם אמן, און מ'האט ממשיך געווען צו טאנצן אויפ'ן ניגון "נגיל ונשיש בזאת התורה".
דערנאך האט מען זיך אראפגעזעצט און ס'איז אויסגעטיילט געווארן פאר'ן ציבור די סעודה לכבוד היום, און מ'האט געהערט די דיבורים נרגשים דורך הרב ירמי' טייטלבוים מנהל מוסדות יטב לב, וועלכער האט ארומגערעדט איבער די אומגלויבליכע בלי און וואוקס פון די הייליגע מוסדות.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מיט רגשי קודש ארויסגעברענגט דעם שהחיינו לזמן הזה, און בליציג משלב געווען די שמחה פון הכנסת התורה צו עניני דיומא פון ל"ג בעומר, און די מגבית פון מוסדות יטב לב.
דערנאך האט מען צוגעברענגט די פינף גרויסע וואקסענע ליכט, מ'האט אנגעהויבן זינגען מיט התעוררות "לכבוד התנא האלקי", און "צמאה לך נפשי", און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט דער משב"ק הרב שמואל טייטלבוים אויסגערופן אז די זכות הדלקת הנרות איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, און ער איז מכבד זיין טאטע דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' משה פריעדמאן איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן די פאקל.
מ'האט אויסגעליידיגט דעם גאנצן זאל פון טישן-און-בענק, דער רבי האט געצינדן די ליכט, און דער ציבור האט אויסגעבראכן אין ריקודין עילאין וואס האט זיך פארצויגן פאר אנדערהאלבע שעה לכבוד התנא האלקי.
עס איז געווען שוין קרוב צו האלב דריי ביינאכט ווען דער מעמד איז פארענדיגט געווארן, אויפ'ן וועג ארויס איז פארקויפט געווארן די נייע הערליכע ספר "קול יהודה", די דברות קודש און תורות פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז ספעציעל ערשינען צום מעמד, און ס'איז בליץ שנעל צוכאפט געווארן דורכ'ן ברייטן ציבור.