האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

יא אנטיסעמיטיזם אדער נישט?

האסט געהערט?! דער גרויסער שמעקער האט אליינס געזאגט אז אידן האבן דענדראפס! דער קיילעכיגער פאליטיקאנט האצעך קלאר און אפן אויסגעדרוקט קעגן א איד! דער גלות איד איז ווייטער דער ציל ברעט!

און, השם ירחם, וואס מיינסטו? די רעזולטאטן שפירן זיך אין די גאסן! נעכטן האט א גוי געשפיגן אויף א איד אין בארא פארק, און פאריגע וואך האט א איד געכאפט א ווילדן פסק אין פאסט אפיס!

"מ'דארף פאקן פעק און לויפן!" שרייט שמאי אין שוהל, "עס שמעקט שוין פון פוילן הארט איידער דער דייטש האט אנגעהויבן אויסמארדן די אידן"...

שמאי איז קאנווינסד אז דאס איז עס, איינס צוויי דריי און - האלאקאוסט! השם ירחם.

שמאי זאגט פאר זיינע שווארצע דברי נביאות, נוצנדיג דירעקט אזא זויערע איכה טאן מיט א טיפן קוועטש אז די ארומיגע זאלן עס געדענקען 'יארן ארום ווען מ'וועט מאכן א דאקומענטאציע איבער די יעצטיגע צייט וועלן די אקטיארן וואס וועלן שפילן מיין ראלע, זאגן די זעלבע וועטער מיט'ן זעלבן טאן, און דאס וועט בלייבן א פאראייביגטער מאמענט פון דעם בלוטגעווייקטן געשיכטע' טראכט ער צו זיך...

ער קוקט זיך אום אויף די אפענע מיילער ארום אים. ער קוקט מיט רחמנות אויף די אלע אידן וועלכע וועלן בקרוב זיין טייל פון היסטאריע, 'מיט די היינטיגע מעגליכקייטן, זענען די גאז קאמערן א געלעכטער קעגן וואס קומט דא' טראכט ער מיט א טרייסל.

ער קוקט אויף זיין חנני'לע, און מיט טרערן אין די אויגן טראכט ער 'אך... וואסערע שלעכטע טאטע בין איך... געברענגט א קינד אויף די וועלט ממש אפאר יאר איידער די ענדע... יעצט וועט ער דארפן מיטמאכן די סעלעקציע אין אוישוויץ - וואטעווער, די היינטיגע ווערסיע דערפון...'

איין פעסטע בחור'ל האט ער באמערקט דארט נעבן אים 'אים וועט מען מסתם פארשוינען זיין לעבן ווייל די נאציס דארפן זיינע פעהיגקייטן און הילף צו בויען געווער' זעט ער עס פאר א פאקט 'ער וועט זיין דער איבערלעבער וואס וועט איבערגעבן פאר די דורות הבאים אז ר' שמאי הי"ד האט אלעס פארגעזען... ער וועט זיי נאכזינגען מיין תנועה... ער וועט פאראייביגן "שמאי'ס תנועה" לשמי ולזכרי...' זעט ער שוין די ביאלעסטאצקי פונעם קומענדיגן דור זינגען דעם נארוואס אנטדעקטן תנועה ביי א קאנצערט 50 יאר ארום.

ער הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ אין שוהל, ער שפאנט צום טיר, און דרייט זיך צוריק מיט א שטייטע באוועגונג ווי ער זאל ווען שוין יעצט שפילן אויפ'ן פריערדערמאנטן דאקומענטאציע פילם 'לאמיך נאך כאפן איין לעצטע בליק אויף מיין הייליגע שוהל... דער פלאץ וואו איך בין געוואקסן און געשטיגן... אוי... הייליגע שוהל... וועלן מיר זיך נאך אמאל זען?...'

מיכאל'ס אתה הראת שפילט אים אין קאפ... אוי דאס הארץ... ווער וואלט מיט צען יאר צוריק געגלייבט אז מיר וועלן אמאל זיין א לעבעדיגע איבערשפיל דערפון?...

זיין רבקה'לע לויפט אים אנטקעגן זעענדיג ווי טאטי קומט אהיים פון שוהל, און שרייט מיט פרייד "טאטי!! טאטי!!"

פאר שמאי ווערט שווארץ פאר די אויגן... ווער ווייסט וואסערע בשורה זי ברענגט... "רבקה'לע מדארף געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער טוט אונז נאר גוטס! אפילו מ'זעט נישט אלעמאל די גוטס!".

"רבקה'לע, געדענק דו ביסט א אידיש קינד!" כליפעט ער "האלט זיך שטארק!"

רבקה'לע קוקט צוריק מיט גרויסע אויגן, "אבער טאטי..." הייבט זי אן רעדן, שמאי לאזט איר אבער נישט אויסרעדן "ניין רבקה'לע זיסער, נישטא קיין אבער... ס'קען זיין מיר וועלן זיך מער נישט זען... געדענק טאטי האט דיר ליב..."

"טאטי! וואס רעדסטו?!" שרייט רבקה'לע. דאן כאפט זיך שמאי אז ס'מוז נישט זיין מ'טרייבט שוין אויף די וואגאנען, אפשר האלט עס נאך א שטאפל פריער "וואס גייט פאר?... נישטא קיין עסן שוין פאר דריי טעג?... מאמי איז ארויס אין גאס און זיך נישט אומגעקערט אהיים?... מ'האט איר געברענגט צו קבר ישראל?"

"טאטי!! אלעס איז גוט!!" ווערט רבקה'לע הייזעריג "כהאב דיר פלעין געוואלט זאגן אז איך גיי זיין שבת טאטע מארגן אין סקול!"

און שמאי געבט זיך א וועק אויף - - - 'א רגע, ס'האט זיך נאכנישט אנגעהויבן די האלאקאוסט' כאפט ער זיך ביים קאפ 'פארוואס דערשרעק איך דא מענטשן פריצייטיג?... דיה לצרה בשעתה... לאמיר לאזן די צוקונפטיג-אומגליקליכע לעבן גליקליך אין זייערע לעצטע גליקליכע טעג'.

יעדן טאג זינט דאן, די ערשטע זאך אינדערפרי פליקט שמאי אויף די ווינדאו שעידס צו זען אויב שווארצע וואלקנס שפרייטן זיך שוין אויס איבער אמעריקע...

ער האט פארקויפט זיין הויז פאר האלב פון די מארקעט פרייז, ווייל 'וואס האב איך פון א גרויסע שיינע הויז אויב מארגן וועלן עס די דייטשן קאנפיסקירן... לאמיר ענדערש כאפן די פאר דאלאר, זאל איך כאטש האבן צו באצאלן פאר'ן שמוגלער'...

שמאי שרייבט א דעטאלירטע טאג-בוך, און יעדע נאכט סקענט ער עס אריין און פאראייביגט עס אין זיין גוגל דרייוו, ס'זאל נישט פארברענט ווערן און פארלוירן ווערן דורכאויס'ן קריג 'דאס איז קריטיש וויכטיג' טראכט ער 'אז די אידן הונדערט יאר ארום זאלן וויסן וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, און פריצייטיג דעטעקטן פאר ס'קומט דער נעקסטער האלאקאוסט'.

***

אין "מאמענט" פאריגע וואך האט ארי ווייזער אינטערוויוט א שניידער וואס מאכט גאר טייערע אנצוגן, און אזוי בתוך הדברים דערציילט ער אז ער האט אויפגענייט א וועסטל פאר עמיצן, און יענער האט פארלאנגט עפעס גוזמאות'דיגע נומבערס פון קליינע טאשן, צו קענען אריינלייגן אביסל גאלד אין יעדן טאש, צו אונטערשמירן די גרעניץ וועכטער ווען מ'גייט דארפן אנטלויפן.

ס'איז פחדים. מיר זענען אויף א הויכע שמאי אלערט.

ס'איז שוין ניטאמאל קאנטרעווערסיאל צו לאזן פאלן אזעלכע סטעיטמענטס. ס'איז ממש מעינסטריעם. מ'רעדט געהעריג ווי אט אט זעמיר אלע אש און פארעך.

דאס אליינס מאכט מענטשן פאניקן, דאס אליינס מאכט מענטשן שפירן אז ס'איז געהעריג רעאליטעט.

מיינע פריינט, מיר מוזן זיך אויפוועקן: ס'נישט פארהאן קיין אקטיווע האלאקאוסט געפאר!

אלעס קען פאסירן, און דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט איבער אונז און באשיצן שארית ישראל. אבער אין די מציאות'דיגע געשעענישן זענען מיר "נישט" אין א מצב וואס חזר'ט איבער ערב האלאקאוסט היסטאריע.

דער פאליטיקאנט וואגט זיך שוין צו רעדן אפן קעגן אידן? טאקע א ווייטאג, אבער פארגעס נישט אז אלע יארן אין גלות האבן די געמיינדע פירער, פון גלחים ביז פריצים און פערשטן (וואטעווער א פערשט מיינט), אלע כמעט אן אויסנאם, האבן אפן געהעצט קעגן אידן!

אלעמאל, איבעראל, יעדע גוי באשר הוא שם, זינט דעם חרבן בית שני, האט מען אונז געהאסט און בארעדט!

ס'פאסירט נישט קיין מאסן פארניכטונג ווען מ'העצט, און אויך נישט ווען מ'הערט ליידער פון פעלער ווען גוים שעדיגן אידן. מ'ברויך נישט איבערטרייבן.

און אז מ'רעדט שוין, מיינט איר אז נאר אידן בארעדט מען אויף טוויטער? און נאר קעגן א רייכן איד רעדן די פאליטיקאנטן? האט איינער אמאל געטראכט אז די מעקסיקאנע האלטן פאר א האלאקאוסט ווייל טראמפ, דער פרעזידענט אליינס, בארעדט זיי?

מיר זענען נעבעך טיף טראמאטיזירט פונעם האלאקאוסט, און מיט רעכט. ס'איז אקעי. מיר געדענקען נאך מענטשן וואס זענען עס אריבער, און דאס וועט בלייבן אויף אייביג אונזער אולטימאטיווער שרעק.

אבער לאמיר נישט אנזייען איבריגע דראמא. מיר שטייען בעסער ווי כלל ישראל אין רוב פון די גלות יארן.

זאל דער אויבערשטער ווייטער היטן און באשיצן.
הִנֵה לֹא יָנוּם וְלֹא יִישָׁן שׁוֹמֵר יִשְׂרָאֵֽל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6798

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך הדסים »

😂שרעקליך גוט אראפגעלייגט און שרעקליך-- כ'מיין נישט שרעק, אמת'ע נקודה..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2243

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פעיק ניוז »

🤣 ביסט א לץ. אבער די האלאקאוסט איז נישט געווען די איינציגסטע רציחה עפזיאד ביי אידן. דו שרייבסט אליין אזוי טרעפליך: "אבער פארגעס נישט אז אלע יארן אין גלות האבן די געמיינדע פירער, פון גלחים ביז פריצים און פערשטן (וואטעווער א פערשט מיינט), אלע כמעט אן אויסנאם, האבן אפן געהעצט קעגן אידן!"

נו וואס מיינסטו? זייער העצע האט טאקע געפירט צו שרעקליכע בלוט פארגיסונג קעגן אידן אין לויף פון אלע יארן. מען דארף נישט צוקומען צום האלאקאוסט דערפאר.

איך האלט נישט אז עס איז אן אישו צו זיין באזארגט, אדער אפילו דערשראקן, איבער'ן מצב. נאר וואס? א איד דארף לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיך אנקניפן אין אים און וויסן אז ער פירט זיין וועלט מיט א חשבון פינקטליך און אלעס וואס פאסירט איז פאר'ן תכלית פון תיקון העולם. טאקע אין אזעלכע צייטן, ווען די זעל הייבט אן שפירן פארציטערט און וואקלדיג, איז גרינגער ארויסצוגיין פון דעם 'זיך' און זיך באהעפטן אין דעם אויבערשטן אין זיין הנהגה.

----------

אגב, עס איז 'פירשט', נישט 'פערשט'. א פירשט איז א פרינץ וואס הערשט אויף קלענערע געגנטן אינערהאלב א קעניגרייך.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג מאי 01, 2026 5:50 pm 🤣 ביסט א לץ. אבער די האלאקאוסט איז נישט געווען די איינציגסטע רציחה עפזיאד ביי אידן. דו שרייבסט אליין אזוי טרעפליך: "אבער פארגעס נישט אז אלע יארן אין גלות האבן די געמיינדע פירער, פון גלחים ביז פריצים און פערשטן (וואטעווער א פערשט מיינט), אלע כמעט אן אויסנאם, האבן אפן געהעצט קעגן אידן!"

כבין מיט דיר אז אידן זענען נישט סעיף. נישט היינט און נישט נעכטן, מיט העצערישע טוויטער מעסעדזשעס אדער אן דעם. מיר ווארטן אויף משיח.

ביידעוועי, מינארעטי גרופעס זענען אין ערגעץ נישט סעיף.

אבער, דו ווייסט וואס די האלאקאוסט איז געווען?... כאפסט?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אהרן זאב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 275

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך אהרן זאב »

WOW!

@פופציגער יו נעילד איט!!

שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי זיך ארום מיט די מחשבה'לעך יעדע מאל איך הער נאכאמאל די זאץ 'אונז זענען נישט פארזיכערט'.

איך טראכט אלס, ווער זאגט אז מיינע געפילן זענען ריכטיג, הלמאי, בעפאר'ן האלאקאוסט זענען אויך געווען אידן וואס זענען געווען נאאיוו צום מצב, א זאך וואס האט זיי אין די ענדע צוריק געפאטשט. איז ווער זאגט אז איך בין גערעכט? אפשר טאקע לוינט זיך צו זיין מער פארזיכטיג?

די תשובה וואס איך ענטפער מיך איז, אז סקען טאקע זיין, מיט דעם אלעם פיל איך אז סאיז נישט ריכטיג.

די אמת איז אז לאגיש גערעכט איז נישטא קיין באווייז אויף קיין שום צד נישט אז דאס איז די אמת. נעמליך, סקען זיין אז סאיז יעצט ממש ערב האלאקאוסט 2.0, און סקען זיין אז סאיז ס"ה אביסל העיט וואס דרייט זיך אויף סאושעל מידיע, אבער גארנישט מער פון דעם. קראנטע דעיטע און באווייז איז נישטא אויף קיין איין זייט.

נאר וואס דען, די גאנצע מאוומענט פון ערב האלאקאוסט 2.0 איז טאטאל באזירט אויף געפילן, אויב אזוי וועל איך פאלגן מיין געפיל וואס זאגט מיך צו איגנארירן די גאנצע מאוומענט, און לעבן בשלום ובשלווה.
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:08 pm @אהרן זאב

ביזט א אור
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

אהרן זאב האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 9:52 pm WOW!

אט אזוי.

מיר פיקן אויף די ראונג דעטאלן.

ווייל תרצ"ז האבן אידן געלעבט רואיג, גייט מען יעצט פאניקן יעדע מאל מ'לעבט רואיג.

ווי דו זאגסט, ס'איז מעגליך מ'האלט דארט, ה"י, אבער נישט ווייל יעצט איז עפעס מער ווי נעכטן, נאר אין גלות זענען מיר יעדן טאג א ספק ערב האלאקאוסט.

נחשבנו כצאן לטבח.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

פונקט געליינט אין "בוכשטאבן" אין "מאמענט" יאסי געשטעטנער'ס פאניק...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 265
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 426

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך איך ווייס »

פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 9:57 pm

פאלט דיר ביי אז אין תרצ"ז האט מען געלעבן רואיג? אויב איז עס עפעס דומה, רעדט מען אז מען זאל פארגלייכן צו תרפ"ב. טאמער טאקער קארלסען וועט עפענען אן אייגענע פארטיי, וועט מען האלטן תרפ"ג. טאמער זיין פארטיי וועט אנציען אפאר זיצן, וועט מען האלטן תרפ"ח. טאמער באקומעט ער א שיינע פארצענט, וועט מען האלטן תר"ל, טאמער געווינט ער די פרעזידענטשאפט, וועט מען האלט'ן ביי אנפאנג תרצ"ג. טאמער וועט ער אויפלעזן די וואלן נאכדעם, און זיך דערקלערען אלץ קעניג אויף אייביג, וועט מען האלטן סוף תרצ"ג. טאמער וועט ער מאכן גזירות געצילט דירעקט אויף אידן, וועט מען האלטען תרצ"ה.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2243

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 01, 2026 6:35 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג מאי 01, 2026 5:50 pm 🤣 ביסט א לץ. אבער די האלאקאוסט איז נישט געווען די איינציגסטע רציחה עפזיאד ביי אידן. דו שרייבסט אליין אזוי טרעפליך: "אבער פארגעס נישט אז אלע יארן אין גלות האבן די געמיינדע פירער, פון גלחים ביז פריצים און פערשטן (וואטעווער א פערשט מיינט), אלע כמעט אן אויסנאם, האבן אפן געהעצט קעגן אידן!"

נו וואס מיינסטו? זייער העצע האט טאקע געפירט צו שרעקליכע בלוט פארגיסונג קעגן אידן אין לויף פון אלע יארן. מען דארף נישט צוקומען צום האלאקאוסט דערפאר.

איך האלט נישט אז עס איז אן אישו צו זיין באזארגט, אדער אפילו דערשראקן, איבער'ן מצב. נאר וואס? א איד דארף לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיך אנקניפן אין אים און וויסן אז ער פירט זיין וועלט מיט א חשבון פינקטליך און אלעס וואס פאסירט איז פאר'ן תכלית פון תיקון העולם. טאקע אין אזעלכע צייטן, ווען די זעל הייבט אן שפירן פארציטערט און וואקלדיג, איז גרינגער ארויסצוגיין פון דעם 'זיך' און זיך באהעפטן אין דעם אויבערשטן אין זיין הנהגה.

----------

אגב, עס איז 'פירשט', נישט 'פערשט'. א פירשט איז א פרינץ וואס הערשט אויף קלענערע געגנטן אינערהאלב א קעניגרייך.
כבין מיט דיר אז אידן זענען נישט סעיף. נישט היינט און נישט נעכטן, מיט העצערישע טוויטער מעסעדזשעס אדער אן דעם. מיר ווארטן אויף משיח.
נישט היינט און נישט נעכטן? אההההם.. היינט טאקע נישט אבער נעכטן יא. מיר זענען נישט די זעלבע פארזיכערט היינט ווי נעכטן, אויסדריקליך נישט. מיר דארפן זיך צובינדן צום אויבערשטן, ס'איז צייט.
ביידעוועי, מינארעטי גרופעס זענען אין ערגעץ נישט סעיף.
די אידישע אנסעיף סיטואציע קומט נישט פון זיין א מינאריטעט. אויב עפעס פארקערט, ווי גרעסער דער איד ווערט אלס שטערקער וואקסט די שנאה און דערמיט די סכנה.

בכלל, מינאריטעטן זענען נישט 'פארפיינטעט' בדרך כלל. קען זיין אז מען קען טרעטן אויף זיי צוליב זייער מיעוט, אבער אפיציעלע שנאה איז כמעט נישט דא סתם אזוי קעגן מינאריטעטן. דער איד משא"כ איז אקטיוו פארפיינטעט איבעראל אין דער וועלט.
אבער, דו ווייסט וואס די האלאקאוסט איז געווען?... כאפסט?...
ווי געשריבן דארף איך נישט דעם האלאקאוסט. מיר איז גענוג די שפאנישע אינקוויזיציע, קרייץ ציגלער, ת"ח ות"ט, בלוט בלבולים און פאגראמען יעדן שני וחמישי. היל"ת.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2243

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בכל אופן, דו ביסט סיי ווי דערשראקן, דו ביסט סיי ווי באזארגט. עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט די געפילן און שרייען: עה, נאר נארישע מענטשן פאניקן. יא, א איד איז אלעמאל געווען אין גלות, נישט דא וואס צו זיין באזארגט בכלל היינט מער פון נעכטן. שלאג זיך נישט מיט דיין געפיל, לייקן עס נישט דורכ'ן עס אראפרייסן. ס'איז גארנישט געשען אז מען האט מורא, מען מעג. דו ווערסט נישט קיין שוואכלינג צוליב דעם.

און אז מען האט שוין יא מורא, קען מען עס אויסניצן אויף זיך אנצולענען אויפ'ן אויבערשטן און מיטנעמען דעם אויבערשטן מיט זיך בכל צעד ושעל, וויסנדיג אז אין עוד מלבדו און אז מיר זענען סיי ווי אין זיינע הענט און נאר ער קען אונז היטן פון אלעם בייזן און שענקען אלעס גוטס.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

איך ווייס האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 12:44 am
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 9:57 pm
אהרן זאב האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 9:52 pm WOW!

@פופציגער יו נעילד איט!!

שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי זיך ארום מיט די מחשבה'לעך יעדע מאל איך הער נאכאמאל די זאץ 'אונז זענען נישט פארזיכערט'.

איך טראכט אלס, ווער זאגט אז מיינע געפילן זענען ריכטיג, הלמאי, בעפאר'ן האלאקאוסט זענען אויך געווען אידן וואס זענען געווען נאאיוו צום מצב, א זאך וואס האט זיי אין די ענדע צוריק געפאטשט. איז ווער זאגט אז איך בין גערעכט? אפשר טאקע לוינט זיך צו זיין מער פארזיכטיג?

די תשובה וואס איך ענטפער מיך איז, אז סקען טאקע זיין, מיט דעם אלעם פיל איך אז סאיז נישט ריכטיג.

די אמת איז אז לאגיש גערעכט איז נישטא קיין באווייז אויף קיין שום צד נישט אז דאס איז די אמת. נעמליך, סקען זיין אז סאיז יעצט ממש ערב האלאקאוסט 2.0, און סקען זיין אז סאיז ס"ה אביסל העיט וואס דרייט זיך אויף סאושעל מידיע, אבער גארנישט מער פון דעם. קראנטע דעיטע און באווייז איז נישטא אויף קיין איין זייט.

נאר וואס דען, די גאנצע מאוומענט פון ערב האלאקאוסט 2.0 איז טאטאל באזירט אויף געפילן, אויב אזוי וועל איך פאלגן מיין געפיל וואס זאגט מיך צו איגנארירן די גאנצע מאוומענט, און לעבן בשלום ובשלווה.
אט אזוי.

מיר פיקן אויף די ראונג דעטאלן.

ווייל תרצ"ז האבן אידן געלעבט רואיג, גייט מען יעצט פאניקן יעדע מאל מ'לעבט רואיג.

ווי דו זאגסט, ס'איז מעגליך מ'האלט דארט, ה"י, אבער נישט ווייל יעצט איז עפעס מער ווי נעכטן, נאר אין גלות זענען מיר יעדן טאג א ספק ערב האלאקאוסט.

נחשבנו כצאן לטבח.

פאלט דיר ביי אז אין תרצ"ז האט מען געלעבן רואיג? אויב איז עס עפעס דומה, רעדט מען אז מען זאל פארגלייכן צו תרפ"ב. טאמער טאקער קארלסען וועט עפענען אן אייגענע פארטיי, וועט מען האלטן תרפ"ג. טאמער זיין פארטיי וועט אנציען אפאר זיצן, וועט מען האלטן תרפ"ח. טאמער באקומעט ער א שיינע פארצענט, וועט מען האלטן תר"ל, טאמער געווינט ער די פרעזידענטשאפט, וועט מען האלט'ן ביי אנפאנג תרצ"ג. טאמער וועט ער אויפלעזן די וואלן נאכדעם, און זיך דערקלערען אלץ קעניג אויף אייביג, וועט מען האלטן סוף תרצ"ג. טאמער וועט ער מאכן גזירות געצילט דירעקט אויף אידן, וועט מען האלטען תרצ"ה.
פארגעס אבער נישט אז אפילו דאן זענען די דינאמיקס אנדערש, פאר אסאך סיבות.

דארפסט געדענקען אז זייער אסאך זאכן וואס די נאציס האבן געטון וואלטן זיך היינט אנדערש אויסגעשפילט צוליב די אפענע וועלט אין וואס מיר לעבן. אסאך מיסאינפארמאציע וכו'.

אלזא, קען זיין סתם אזוי קענען פאסירן שרעקעדיגע זאכן, און ס'קען באצייכנט ווערן אלס א האלאקאוסט 2.0 רח"ל, אבער די אקוראט זעלבע פלעי-בוק פון דאן שפילט זיך נישט איבער. אלזא, פאלאוען די דיעטעילס כאילו ס'שפילט זיך איבער זאך ביי זאך, איז בכל אופן פארפירעריש.

און, פארגעס נישט מיר האבן היינט א יאסי געשטעטנער, משה מארגערעטן, משה דוד, אינדיג, און דוב בלייך... קשרים וויפיל מ'וויל נאר...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 265
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 426

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך איך ווייס »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 1:06 am
פארגעס אבער נישט אז אפילו דאן זענען די דינאמיקס אנדערש, פאר אסאך סיבות.

דארפסט געדענקען אז זייער אסאך זאכן וואס די נאציס האבן געטון וואלטן זיך היינט אנדערש אויסגעשפילט צוליב די אפענע וועלט אין וואס מיר לעבן. אסאך מיסאינפארמאציע וכו'.

אלזא, קען זיין סתם אזוי קענען פאסירן שרעקעדיגע זאכן, און ס'קען באצייכנט ווערן אלס א האלאקאוסט 2.0 רח"ל, אבער די אקוראט זעלבע פלעי-בוק פון דאן שפילט זיך נישט איבער. אלזא, פאלאוען די דיעטעילס כאילו ס'שפילט זיך איבער זאך ביי זאך, איז בכל אופן פארפירעריש.

און, פארגעס נישט מיר האבן היינט א יאסי געשטעטנער, משה מארגערעטן, משה דוד, אינדיג, און דוב בלייך... קשרים וויפיל מ'וויל נאר...
אוודאי זענען די דינעקמיקס אנדערש, אין נישט יעדער תרפ"ב ענדיגט זיך מיט א תשא-תשה. קשרים האבן מיר געהאט דאן אויך. פיל בעסערע קשרים ווי מען האבן היינט. סך הכל איז מיין נקודה געווען אז די האלאקאוסט איז נישט געשען איבערנאכט, קודם זענען געווען היץ-קעפ (אזוי ווי עס איז יעצט דא), דערנאך האבן זיי גע'עפענ'נט א פארטיי (נישט דא היינט), דערנאך האט די פארטיי באקומען אביסל כח, דערנאך איז די פארטיי געווארן אן ערענסטער פארטיי, און דערנאך האבן זיי געווינען די וואלן, אא"וו.

ת"ח ות"ט איז אויך נישט געקומען איבערנאכט, און די קרייץ ציגלער אויך נישט. גירוש שפאניע איז יא געקומען מער ווייניגער איבערנאכט, אבער דאן איז די גאנצע מלכות געווען ביי איין מענטש, וואס האט געטוהן כל מה שלבה חפצה, און ממילא אז זי האט גענומען א שלעכטע דריי האט מען נישט געקענט גארנישט טוהן (מיט די בעסטע קשרים. איהר פרעזענליכע גלח איז געווען פון די אנוסים, און פיל אידן האבן זיך געציילט צעווישען אירע שרים)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 1:01 am בכל אופן, דו ביסט סיי ווי דערשראקן, דו ביסט סיי ווי באזארגט. עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט די געפילן און שרייען: עה, נאר נארישע מענטשן פאניקן. יא, א איד איז אלעמאל געווען אין גלות, נישט דא וואס צו זיין באזארגט בכלל היינט מער פון נעכטן. שלאג זיך נישט מיט דיין געפיל, לייקן עס נישט דורכ'ן עס אראפרייסן. ס'איז גארנישט געשען אז מען האט מורא, מען מעג. דו ווערסט נישט קיין שוואכלינג צוליב דעם.

און אז מען האט שוין יא מורא, קען מען עס אויסניצן אויף זיך אנצולענען אויפ'ן אויבערשטן און מיטנעמען דעם אויבערשטן מיט זיך בכל צעד ושעל, וויסנדיג אז אין עוד מלבדו און אז מיר זענען סיי ווי אין זיינע הענט און נאר ער קען אונז היטן פון אלעם בייזן און שענקען אלעס גוטס.
איך פערזענליך בין גראדע דער ערשטער צו זיין דערשראקן... כבין א גרויסער פחדן, און כ'ציטער אוועק.

כ'ציטער פון אסאך זאכן, כהאלט אבער נישט אז ס'דא סיי וועלכע אקטיווע ערב האלאקאוסט אינדיקעיטערס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6798

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך הדסים »

פופציגער האט רעכט, דאס אז די אידן אין דייטשלאנד זענען געווען רואיג מאכט נאך נישט אז יעדעס מאל אידן זענען רואיג זאלן די האלאקאוסט שאנסן ארויפגיין.

די אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געגעסן פרישטאג.

די גאנצע טענה "זיי זענען אויך געווען רואיג" קומט נאר אריין ווען דו קענסט מיר אויפווייזן אז בעצם זענען מיר יעצט אין סכנה נאר מיין איינציגע קאנטער ארגומענט איז אז מיר זענען רואיג.

און אויפווייזן הייסט ביי מיר אז ס'איז פארהאן געזעצן ספעציפיש קעגן אידן. ביז דאן עס איך מלווה מלכה.

אפגערעדט ווילאנג ס'איז נאך נישטא קיין מעגליכקייט פאר אזאנע געזעצן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2243

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קיינער ניצט נישט די 'רואיגקייט' ארגומענט פאר סיי וועלכע באווייז, קיינער. עס איז נאר אזא קאנטער-טענה - ווי דו רופסט עס - צו די וועלכע זאגן: נע, עולם כמנהגו נוהג.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 02, 2026 9:57 pm פונקט געליינט אין "בוכשטאבן" אין "מאמענט" יאסי געשטעטנער'ס פאניק...
PXL_20260503_021248695.jpg
PXL_20260503_021248695.jpg (610.38 KiB) געזען געווארן 392 מאל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1931
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6709

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך Think and Thank »

איך ווייס האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 1:17 am גירוש שפאניע איז יא געקומען מער ווייניגער איבערנאכט, אבער דאן איז די גאנצע מלכות געווען ביי איין מענטש, וואס האט געטוהן כל מה שלבה חפצה, און ממילא אז זי האט גענומען א שלעכטע דריי האט מען נישט געקענט גארנישט טוהן (מיט די בעסטע קשרים. איהר פרעזענליכע גלח איז געווען פון די אנוסים, און פיל אידן האבן זיך געציילט צעווישען אירע שרים)

הא?! גירוש שפאניע איז געקומען נאך איבער הונדערט יאר פון רדיפות אויף אידן אויף אבנארמאלע שטאפלען, אריינגערעכנט די ערשטע גירוש (קנ"א), געצווינגענע שמד, אינקוויזיציע, אויטא דא פע - דאס אלעס און נאך צענדליגער יארן פאר'ן גירוש!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3188
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13197

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך בודקע »

@פופציגער, גאר גוט אראפגעלייגט, אפי' איך ווייס אז דו האסט עכט יא מורא שטילערהייט, איז עס נאכאלץ זייער גוט געשריבן, און זייער שטארק אמת, נישט דא קיין רעכט אז מענטשן זאלן זיך ארום דרייען פאניקן, און נאכמער, אנזייען פאניק ביי אנדערע.

צו ס'איז יא דא ערב האלאקאוסט אינדיקעישאנס צו נישט, ס'איז בכלל נישט נוגע, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א לעבן, "צו לעבן", פארשטייט זיך פאר ווילאנג ער וועט ווילן, נישט דא קיין ענין צו שטארבן לעבעדיגערהייט פון פחד ווייל 80 יאר צוריק איז געווען א האלאקאוסט, איטס טיים טו מאוו פאורווערד.

@פעיק ניוז און @איך ווייס, קומטס אריבער צו מיר אין אפיס, מ'העמיר מאכן אנערנסטן דאקומענטאציע למען ידעו דור אחרון ווער ס'זענען געווען די העלדן..
בארואיגטס ענק.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
ישי הלחמי
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 8:54 pm
x 70

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך ישי הלחמי »

ווילאנג די העצע בלייבט אויף סאציאלע מידיע איז נישט שייך אז ס'זאל מאטריאלזירן אין א האלאקויסט ח"ו אדער אפילו פאגראמען ה"י. ווען יא וואלט עס שוין לאנג פאסירט, ווייל אויף טוויטער איז די פאפולאציע אזוי אנטיסעמיטיש אזש ס'קוקט אויס ווי יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט, און צווישן אזויפיל אנטיסעמיטן מאכט זיך בדרך כלל א היבשע פאר חברה וואס נעמען עס אויף למעשה, אלא מאי מוכרחים לומר אז די חברה בלייבן אויף זייערע דעווייסעס און קאנעקטן נישט מיט ריעליטי צופיל, און די וואס זענען יא עוסק בישובו של עולם זענען נאכנישט אזוי אנגעגעסן מיט העיט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2243

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 9:30 am
@פופציגער, גאר גוט אראפגעלייגט, אפי' איך ווייס אז דו האסט עכט יא מורא שטילערהייט, איז עס נאכאלץ זייער גוט געשריבן, און זייער שטארק אמת, נישט דא קיין רעכט אז מענטשן זאלן זיך ארום דרייען פאניקן, און נאכמער, אנזייען פאניק ביי אנדערע.
נו שוין, דו האלטסט אז מען טאר נישט מורא האבן און איך האלט אז מען מעג יא מורא האבן. בס"ה בין איך נישט אזוי אין פאניק מאוד צו דערשטיקן די זארג געפילן.
צו ס'איז יא דא ערב האלאקאוסט אינדיקעישאנס צו נישט, ס'איז בכלל נישט נוגע, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א לעבן, "צו לעבן", פארשטייט זיך פאר ווילאנג ער וועט ווילן, נישט דא קיין ענין צו שטארבן לעבעדיגערהייט פון פחד ווייל 80 יאר צוריק איז געווען א האלאקאוסט, איטס טיים טו מאוו פאורווערד.
זארג נישט. יעדער לעבט און יעדער גייט אן. דער זארג ווערימל האט נאך קיינעם נישט אפגעשטעלט פון אנגיין מיט'ן לעבן ב"ה.
@פעיק ניוז און @איך ווייס, קומטס אריבער צו מיר אין אפיס, מ'העמיר מאכן אנערנסטן דאקומענטאציע למען ידעו דור אחרון ווער ס'זענען געווען די העלדן..
בארואיגטס ענק.
העלדן מאן דכר שמיה? מען !רעדט פון קוקן די רעאליטעט אין פנים און קוקן דעם אייגענעם פחד אין פנים.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12299

Re: האלאקאוסט ענקזייעטי - פאר שוואכע הערצער

פאוסט דורך פופציגער »

רעאליטעט איז אז מ'האט אונז פיינט, און אז מיר זענען נישט פארזיכערט.

דרייען קישקעס כאילו מיר האלטן אינמיטן אן איבערשפיל פון די האלאקאוסט, איז פאלש.

מיר זענען אסאך מער אין די דירעקציע פון גירוש שפאניע - אגב...

שרייב פאוסט