מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 159

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מלך בייוואז »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:26 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:15 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm

רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.
איך ווייס נישט וואס די ווילסט זעט אויס אז ביסט קיינמאל נישט געווען מירון ל״ג בעומר ווייל אויב יא וואלסטו נישט גערעדט אזוי

פרעג יעדע היימישע אדמ״ר צו מען דארף פארמאכן ווייל עס איז א מקום סקנה אדער נישט וועלן זיי זאגן אז מען דארף עס האלטן אפן און מען אור עס ח״ו נישט פארשפארן
ס'איז בכלל נישט נוגע צו איך בין שוין דארט געווען צו נישט.

כ'האב נישט געפרעגט קיין איין אדמו"ר דערווייל, און כ'גלייב אז דו אויך נישט.
איך האב טאקע נישט געפרעגט אבער מיין רבי האט שוין געגיבען זיין ענטפער
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3118
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12564

פאוסט דורך בודקע »

מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:28 pm

אויב דיין רבי האלט, אז אפי' אויב ס'איז דא א טשאנס אז ס'זאל פליען מיסילס, דארף עס בלייבן אפן, טרעף ביטע א צווייטן רבי.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק

.

מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:32 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:29 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:28 pm

איך האב טאקע נישט געפרעגט אבער מיין רבי האט שוין געגיבען זיין ענטפער
אויב דיין רבי האלט, אז אפי' אויב ס'איז דא א טשאנס אז ס'זאל פליען מיסילס, דארף עס בלייבן אפן, טרעף ביטע א צווייטן רבי.
מיין רבי האט שוין גענטפערט איך דארף נישט טוישן ווייל עס שטומט נישט מיט דיינע צינותטישע קרימע דיעת
פון מיין זייט קענסטו אהינגיין אפי' ספליט מיסילס, איך וועל בעז"ה מיטהאלטן די נייעס פונדערווייטנס, סאוי אלץ מיר אויס טו וואס דו ווילסט.

און אויב די מדינה פארמאכט מירון, האב איך דיך א גוטע עצה, קענסט אהין גיין זיך שלאגן מיט זיי, און ס'גייט ארום פארן פיקטשערס נאכדעם ווי די "ברוטאלע" "רשעות'דיגע" ציונים שלאגן "אומשולדיגע" אידן..

האפנטליך זאל נישט זיין קיין איינס פון די צוויי, אלעס זאל אריבער גיין בשלום, און אידן זאלן קענען גיין מתפלל זיין רואיגערהייט, אבער אויב איז די קעיס איינע פון די צוויי אויבנדערמאנטע משלים, זאל קיינער נישט וויינען מיט קיין קראקאדייל טרערן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6779

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm
aitch האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:19 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 6:05 pm
2. נישטא קיין טענות אז "וואס גייט אן פאר די מדינה אז איך לייג מיך אריין אין א סכנה?" אין יעדע ציוויליזירטע לאנד איז די ממשלה אחריות אז די בירגער זאלן זיין סעיף, "וואס גייט דיך אן אז איך נעם מיך דאס לעבן?" ס'ארבעט נישט אזוי. וכן די אלע וואס טענה'ן "מ'שלאגט מענטשן כדי זיי צו פארזיכערן?" איך זע נישט די איראניע, דאס איז סטענדערט פרעקטיס אין אלע נארמאלע לענדער.

כנלע"ד.
ביטע אנטשילדיגן, "אזוי פירט מען זיך אין נארמאלע לענדער"? אין קיין איין פלאץ באדייט נישט "סעיף" אז מ'מעג צעטרעטן אן אלטן איד אדער פאכענען מיט געווער. די "הילף" איז מער סכנה'דיג ווי די סכנה אליין.
רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.
@aitch איז גערעכט אז מ'טוט נישט אזוי -עטליעסט, מ'דארף ווען נישט טון אזוי- אין נארמאלע לענדער צו אן עלטערן מענטש וואס איז נישט באגאנגען קיין ווייעלענט קריים.

אבער איך האב נישט גערעדט פון דעם, איך האב מיך באצויגן צו ס'איז אויסגעהאלטן אפצושפארן, די מיטלען איז שוין א זייטיגע נושא. און ביטע נישט רעדן קיין שטותים, פאכען מיט געווער איז נישט מער סכנה'דיג ווי א באמבע.

@מחפש שלווה דו ווייסט אז מ'לאזט נישט בויען קיין שעלטערס אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?

@עומד על תלת זיי מיר מסביר, פארוואס דארפן די אנשי החזקה צושטעלן עסן פאר טויזנטער מענטשן ווייל זיי האבן א שטיבל אויפ'ן בוידעם אדער א געקויפטע לאט דארט?

דאס איז אויסער דעם אז ס'האט סתם נישט קיין פשט אוועקצונעמען יענעמ'ס שטח ווייל דו ווילסט באקוועמליכקייט.

סתם אגב פרעג דיך נאך ווער עס צאלט די בעיסיק הוצאות פון דער מערה, לעקטער, געז, וואסער אא"וו.

@ChatGPT די פירקלערייען וועלן מעגליך דערמאנען פאר @מערכת אידטיש אז זיי זענען נישט מחוייב צו האוסטן יעדן איינעם דא.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 159

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך מלך בייוואז »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 6:27 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm
aitch האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:19 pm

ביטע אנטשילדיגן, "אזוי פירט מען זיך אין נארמאלע לענדער"? אין קיין איין פלאץ באדייט נישט "סעיף" אז מ'מעג צעטרעטן אן אלטן איד אדער פאכענען מיט געווער. די "הילף" איז מער סכנה'דיג ווי די סכנה אליין.
רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.
@aitch איז גערעכט אז מ'טוט נישט אזוי -עטליעסט, מ'דארף ווען נישט טון אזוי- אין נארמאלע לענדער צו אן עלטערן מענטש וואס איז נישט באגאנגען קיין ווייעלענט קריים.

אבער איך האב נישט גערעדט פון דעם, איך האב מיך באצויגן צו ס'איז אויסגעהאלטן אפצושפארן, די מיטלען איז שוין א זייטיגע נושא. און ביטע נישט רעדן קיין שטותים, פאכענען מיט געווען איז ננישט מער סכנה'דיג ווי א באמבע ה"י.

@מחפש שלווה דו ווייסט אז מ'לאזט נישט בויען קיין שעלטערס אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?

@עומד על תלת זיי מיר מסביר, פארוואס דארפן די אנשי החזקה צושטעלן עסן פאר טויזנטער מענטשן ווייל זיי האבן א שטיבל אויפ'ן בוידעם אדער א א געקויפטע לאט דארט?

דאס איז אויסער דעם אז ס'האט סתם נישט קיין פשט אוועקצונעמען יענעמ'ס שטח ווייל דו ווילסט באקוועמליכקייט.

סתם אגב פרעג דיך נאך ווער עס צאלט די בעיסיק הוצאות פון דער מערה, לעקטער, געז, וואסער אא"וו.

@ChatGPT די פירקלערייען וועלן מעגליך דערמאנען פאר @מערכת אידטיש אז זיי זענען נישט מחוייב צו האוסטן יעדן איינעם דא.
@הדסים זייער גוט געזאגט
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 147

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך aitch »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 6:27 pm
aitch האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:19 pm

ביטע אנטשילדיגן, "אזוי פירט מען זיך אין נארמאלע לענדער"? אין קיין איין פלאץ באדייט נישט "סעיף" אז מ'מעג צעטרעטן אן אלטן איד אדער פאכענען מיט געווער. די "הילף" איז מער סכנה'דיג ווי די סכנה אליין.
און ביטע נישט רעדן קיין שטותים, פאכען מיט געווער איז נישט מער סכנה'דיג ווי א באמבע.
Screenshot_20260430_082727_Google.jpg
Screenshot_20260430_082727_Google.jpg (70.99 KiB) געזען געווארן 702 מאל
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך עומד על תלת »

@הדסים, די אלע וועדות, חזקות, האבן גארנישט צוגעשטעלט פאר די טויזנטער געסט, איך פארשטיי נישט ווי עס קומט אריין די ווארט צו זיי דארפן,
ר' ישעלע'ס אייניקלעך זענען מחיב צו צושטעלן אין קערעסטיר? צאנזע אייניקלעך זענען מחיב צו צושטעלן אין צאנז? סאטמאר אין סיגוט? הנהלת הקהילה ביידע..... דארפן צושטעלן כ"ו אב כ"ו ניסן?
וואס מיינט צו מען דארף? מען שפירט פאר א "זכיה" ארויסצוהעלפן מיט דעים,
מוחל טובות פון באצאלן די לעקטער פון ציון, און בעטן טויזנטער'ס פאר יעדע נארישע צימער, אדער קהילה וואס קימט מיט זייער רבי...
בעסער שטעל צו נארמאלע ביה"כ, און לאז בויען א נארמאלע שול מקוה, אויפן פלאטץ,
פאר וואס זאל נישט זיין קיין נארמאלע היכל התורה ווי צו לערנען א גאנץ יאר? לעבן ציון, אפאר נארישע אברהם יצחק יעקב שטיבלעך, וואס זענען שמיצג פון פרישטאג פון עפעס א נ נח...
די עולם אין אמעריקע כאפט נישט, שטעל דיך פאר א גורער בחור וואס קימט אהן אין מירן, נאך דריי, פיר שעה פארן, ווי לייגט ער ארפ זיין פעקל? ווי קען ער זיך מסדר זיין, עפעס א נארישע אייזנע שיפינג קאנטעינער, וואס די וואסער קימט אהן ביז די קנעכיל, אין די שמעק דערפון ביז די מערה,
פשוט נישט גארנישט צוגעשטעלט, זאג, די מיסט סערווירן בארעקאס, פינקט א האלבע אינטש אוועק פין ציון ווייל דיין זיידע האט דארט געטיילט 50 יאר צוריק?
שטעל דיך פאר ווי לייכט עס וואלט געווען צו בויען דארט עפעס האלב נארמאל ביהמ"ד, צו אויף שטח תולדות אברהם יצחק, גאנץ כלל ישראל וואלט געשאסן געלט פאר דעים,
די פלאץ ווי טויזנטער טויזנטער אידן קימען פון די גאנצע וועלט זאל אזוי אויסקוקן?
עס האט נישט קיין שום תריץ סארי!!!
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען מיין ווייטאג,
איך טראכט צוריק, ווען איך פלעג פארן, יעדע מאל עקסטער מקום קודש הקודשים,
אין ק"י וואלט מען געלאזט א צוויי פיס אוועק, פין אוהל פארקויפן אלע ספרדישע כלי שיר,
קייטלעך, פרעס,
איך ווייס נישט ווער עס איז געווען בעל הבית ביז יעצט, יענער דארף פליען, די אלע חזקות אין די שטיבער האבן אמאל באצאלט?
אזויפיל גיטע זאכן וואס מען האט געוואלט אויפטוען האט מען נישט געקענט צוליב זיי,
ווער געדענקט וואזוי די וועגן אין דארף ביזן ציון האט אויסגעקוקט, ביז די רשעים האבן עס איבערגעמאכט מיט געוואלד,
פארוואס איז אפי' געווען אזא שביל ר' דוב?
פארוואס איז קיינמאל נישט געווען א האלב נארמאלע פלאץ ווי צו קענען דאוונען ל"ג בעומר אהן ווערן געשטערט?
וויפיל קהילות, ישיבות האבן נישט געלאזט גיין קיין מירן, ל"ג בעומר צוליב דעים....
די ליסטע קען אנגיין ביז מארגן....
איך בין קיינמאל מאל נישט געווען ביים כותל,
אבער איינער דא האט שוין דערמאנט אז דארט הערשט סדר,
אפשר איז דעיס די איינציגסטע אפשן....
עכ"פ פארוואס זאלן די אלגעמיינע קהילות נישט אזוי האלטן?
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 841

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך עומד על תלת »

פחות משבוע לפני ההילולה - נפלה רקטה במירון בלי התרעה
אין די נייעס...
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1165

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך זלמעלע »

עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 12:00 pm פחות משבוע לפני ההילולה - נפלה רקטה במירון בלי התרעה
אין די נייעס...
יעצט די נעקסטע שאלה: צו די כיזבאללה ווילן נקמה נעמען פון די ציוניסטישע מיליטער, צו דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די כיזבאללה?
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 391
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 849

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך דריידל »

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:47 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:36 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:17 pm

פאקט איז אז עס איז קיינמאל נישט געפלויגן קיין מיסלס אויף מירון (מען זאגט אז נטירא קרתא האלט זיי אפ) סא זיי ווילן אינז נישט ראטעווען זיי דארפן דעם פלאטץ זיי זיכן נאר א וועג וויאזוי עס צו באקומען
א' פעקט טשעק עס איז שוין יא געפלויגן אויף מירון
ב' ווען די ביסט אחראי וואלסטו גענומען אויף דיין אחריות ? וועם גייט מען בלעמען ח''ו אויב עפעס געשעט ?

איך נעם מיך נישט אן פאר די מדינה איך האלט אז עס איז אן עוולה אז מהאט נאך נישט געבויט אין מירון גענוג שעלטערס אז אויב עפעס געשעט זאל זיין ווי צי גיין
אבער מירון טאר נישט זיין אפען געהעריג לויט די יעצטיגע מעצב ! עס איז סכנה
נישט אין די צייט פון לג בעומר ר׳ שמעון היט אויף די אלע וואס פארן צו אים אויף לג בעומר
זאגט ווער?
דיינע עקסטרעמע סטעיטמענטס דארפן דעקונג, אדערווייז ביסטי סתם א טראל
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3644
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12146

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:28 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:26 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 5:15 pm

איך ווייס נישט וואס די ווילסט זעט אויס אז ביסט קיינמאל נישט געווען מירון ל״ג בעומר ווייל אויב יא וואלסטו נישט גערעדט אזוי

פרעג יעדע היימישע אדמ״ר צו מען דארף פארמאכן ווייל עס איז א מקום סקנה אדער נישט וועלן זיי זאגן אז מען דארף עס האלטן אפן און מען אור עס ח״ו נישט פארשפארן
ס'איז בכלל נישט נוגע צו איך בין שוין דארט געווען צו נישט.

כ'האב נישט געפרעגט קיין איין אדמו"ר דערווייל, און כ'גלייב אז דו אויך נישט.
איך האב טאקע נישט געפרעגט אבער מיין רבי האט שוין געגיבען זיין ענטפער
ליגט מיר אין קאפ פון ערגעץ אז דו ביסט א חסיד מהרא. דערציילט מיר איינער אז ער האט געפרעגט דעם רבי'ן צי ער זאל פארן, און דער רבי האט געענטפערט "זיכער נישט!"
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3644
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12146

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

מ'מוז געדענקען אז כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק מיינט נישט עכט אז מ'זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה צו גיין צו רבי שמעון... עכט איז נישט דאס די טייטש... ס'איז א שיינע מליצה'לע וואס צדקה קאמפיינס נוצן, אבער זיך צו סומך זיין דערויף אין אן עכטע סכנה דארף א דעת תורה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3644
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12146

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

איך בין נישט דער דעת תורה, אבער לכאורה הערשט א גרויסע סכנה אין מירון היי יאר. נישט אזוי ווייט סכנה פון ראקעטן - וואס דאס אויך אביסל - אבער בעיקר א סכנה פון "בהלה".

אויב ווערט א בהלה פון ראקעטן, צי פון סירענעס, צי פון פאלשע מהומות, ווערט דאס פלאץ א טויט-פאבריק רח"ל. מענטשן וועלן לויפן איינער אויפ'ן צווייטן, און מירון האט אונז שוין געפראווט אז דאס טויג נישט.

זאל א דעת תורה פסק'ענען צי דאס הייסט טאקע א סכנה, און צי מען מעג זיך עפ"י הלכה מוסר נפש זיין צו זיין לג בעומר אין מירון.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 147

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך aitch »

די מדינה האט געמאלדן איינס א האלב שעה צוריק אז די הילולא איז אינגאנצן אפגערופען

7ed0f919-79f9-460b-9bd6-6d1188a8c0a4_1061x708.jpg
7ed0f919-79f9-460b-9bd6-6d1188a8c0a4_1061x708.jpg (79.28 KiB) געזען געווארן 451 מאל
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6779

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

@עומד על תלת דו קריכסט צוריק צו וואס ס'וואלט געווען שיין צו טון, איך רעד צי ס'איז אויסגעהאלטן עפ"י שכל יענעם צו באשטראפן ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט.

ברויכסט מיר נישט מסביר זיין וועגן מירון, איך בין שוין דארט געווען גענוג מאל, אבער כ'זע אז דו נישט, וואס הייסט מ'זאל נישט לאזן די ספרד'ישע פארקויפן זייערע זאכן דארט, ווער זענען מיר איינצוטיילן? זיי זענען שוין תושבים דארט צענדליגער יארן איידער דער אמעריקאנער עולם איז אנגעקומען. ס'איז בערך ווי ער זאל פארפירן אז היתכן מ'פארקויפט ויואל משה'ס ביים ציון אין ק"י... עכ"ז האט מען די פרענקען שוין פארטריבן פון ממש ביים ציון און זייערע שחיטות זענען שוין נישט עפעס מיט וואס מ'באגעגנט זיך.

איך פרעג דיר נאכאמאל, דו ווייסט אז מ'האט נישט געלאזט בויען קיין ביהמ"ד, ביה"כ, און אנדערע צרכים אדער דו שטעלסט דיך פאר אזוי?

צי זיי האבן באצאלט פאר די שטחים דארט, ווענדט זיך ווער. אבער מיט אזעלכע טענות קענסטו ארויס טראסקען רוב תושבים אין אלטשטאט וואס האבן קיינמאל נישט באצאלט. חזקה איז א קנין עפי"ת, איה"נ ס'דארף זיין א חזקה שיש עמה טענה, אבער בניד"ד רעדט מען פון הפקר.

דאס אז די ישיבות האבן נישט געלאזט פארן האט מיט די פריצות וואס איז דארט פארגעקומען, אין גור איז מען קיינמאל נישט געפארן אויף מירון ל"ג בעומר, ביז תשפ"ג ווען אש דת האט זיי געניצט פאר סדרנים און מ'האט זיכער געמאכט אז ס'איז נישטא קיין תערובות.

שביל ר' דוב האט מיט די חזקות גארנישט געהאט, די אלע אינפראסטרוקטור איז געבויט געווארן במשך די יארן דורך מענטשן וואס האבן געטון לטובת הציבור ווען ס'איז נאך נישט געווען קיין פראצענט פון אזויפיל ל"ג בעומר געסט. מטעם המדינה האט דער בארג נישט עקזיסטירט ביז נישט אזוי לאנג צוריק און זיי האבן איגנארירט אלע פליכטן וואס ליגט אויף א לאנד, והנה זיי האבן זיך אויפגעוועקט, נו אדרבה זאלן זיי בויען נארמאלע וועגן און גאסן, איך האב נישט קיין טענות אז מ'האט מבטל געווען די הדלקות, ווי אזוי ווערן זיי אבער בעה"ב אויף די פריוואטע שטחים דארט? (און בעצם איז דאס אן אנגייענדע קריג מיט אסאך אראבישע מושבים, ווען די מדינה אנטזאגט זיך צו אנערקענען זייער עקזיסטענץ און די תוצאות זענען ענליך צו מירון ואכמ"ל.)

איך בין אויך נישט געווען ביים כותל אבער איך ווייס אז ס'איז דא דארט אפגעטיילט פלעצער פאר די רעפארמער, פאר די פרויען רעכטן וכל צרוע וזב. פארגעס נישט, עפעס וואס באלאנגט פאר דער רעגירונג איז אין די הענט פונ'ם בג"ץ צו באשליסן ווי אזוי ס'זאל אויסזען.

און דאס איז אלעס חוץ מזה אז מ'קען נישט אוועקנעמען יענעמ'ס חפצים וואס באלאנגען צו אים עפי"ת ווייל מ'וויל אויפטון, נניח אז זיי זענען הונדערט פראצענט שולדיג אין די פראבלעמען דארט, ס'איז דא א תורה וואס זאגט ווי אזוי זיך צו פירן.

איך האב עס געשריבן צעמישט און נישט על הסדר ואתכם הסליחה
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1165

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך זלמעלע »

aitch האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 4:33 pm די מדינה האט געמאלדן איינס א האלב שעה צוריק אז די הילולא איז אינגאנצן אפגערופען

7ed0f919-79f9-460b-9bd6-6d1188a8c0a4_1061x708.jpg
די מדינה האט עס נישט געמלדאן פארן ציבור

ליין: מירון מיניסטעריום ("מסורת ישראל") באשולדיגט די טראנספארטיישען מיניסטעריום אז טאמער וועט ער נישט צושטעלן גענוג באסעס, די גאנצע הילולא וועט בטל ווערן און די אחריות וועט זיין אויף זייער קאפ.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1906
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6622

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך Think and Thank »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:26 pm
aitch האט געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:19 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 6:05 pm
2. נישטא קיין טענות אז "וואס גייט אן פאר די מדינה אז איך לייג מיך אריין אין א סכנה?" אין יעדע ציוויליזירטע לאנד איז די ממשלה אחריות אז די בירגער זאלן זיין סעיף, "וואס גייט דיך אן אז איך נעם מיך דאס לעבן?" ס'ארבעט נישט אזוי. וכן די אלע וואס טענה'ן "מ'שלאגט מענטשן כדי זיי צו פארזיכערן?" איך זע נישט די איראניע, דאס איז סטענדערט פרעקטיס אין אלע נארמאלע לענדער.

כנלע"ד.
ביטע אנטשילדיגן, "אזוי פירט מען זיך אין נארמאלע לענדער"? אין קיין איין פלאץ באדייט נישט "סעיף" אז מ'מעג צעטרעטן אן אלטן איד אדער פאכענען מיט געווער. די "הילף" איז מער סכנה'דיג ווי די סכנה אליין.
רבי לעבן, דער איד האט נישט געהאט וואס צו זיכן דארט.

און מיט דעם אלעם איז די מדינה די איינציגסטע אזויגערופענע 'מערב וועלט מדינה' וואו מען באהאנדלט אזוי אן אלטן מענטש.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6779

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

אגב, ס'איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיך זארגן פאר זיכערהייט נעמט אריין דאס נישט מעגן אנצינדן קיין מוזיק ביי דער מערה איידער 9:30.

און ס'איז אויך אינטערעסאנט אז געוויסע וואס האבן מיר מסביר געווען אז ס'איז א מקום סכנה (נישט דער היזיגער ציבור), פארשטייען אבער יא די וואס וואוינען אין שטח עי.

#מיין מאיר'קע
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 271

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך עריק »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 8:00 pm אגב, ס'איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיך זארגן פאר זיכערהייט נעמט אריין דאס נישט מעגן אנצינדן קיין מוזיק ביי דער מערה איידער 9:30.

און ס'איז אויך אינטערעסאנט אז געוויסע וואס האבן מיר מסביר געווען אז ס'איז א מקום סכנה (נישט דער היזיגער ציבור), פארשטייען אבער יא די וואס וואוינען אין שטח עי.

#מיין מאיר'קע
לעצטע מאל איך האב בודק געווען פליען נישט קיין מיסילס פון שטח סי צו עי
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3644
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12146

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך פופציגער »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 8:00 pm אגב, ס'איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיך זארגן פאר זיכערהייט נעמט אריין דאס נישט מעגן אנצינדן קיין מוזיק ביי דער מערה איידער 9:30.

און ס'איז אויך אינטערעסאנט אז געוויסע וואס האבן מיר מסביר געווען אז ס'איז א מקום סכנה (נישט דער היזיגער ציבור), פארשטייען אבער יא די וואס וואוינען אין שטח עי.

#מיין מאיר'קע
קיינער דארף נישט קיין באווייז אז די מדינה זענען עוקרי הדת און פרייען זיך צו קענען שטיין אין וועג פאר די היימישע אידן.

דער קעפל פון דעם טעמע איז נאכאלץ רעלעוואנט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6779

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך הדסים »

עריק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 9:54 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 8:00 pm אגב, ס'איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיך זארגן פאר זיכערהייט נעמט אריין דאס נישט מעגן אנצינדן קיין מוזיק ביי דער מערה איידער 9:30.

און ס'איז אויך אינטערעסאנט אז געוויסע וואס האבן מיר מסביר געווען אז ס'איז א מקום סכנה (נישט דער היזיגער ציבור), פארשטייען אבער יא די וואס וואוינען אין שטח עי.

#מיין מאיר'קע
לעצטע מאל איך האב בודק געווען פליען נישט קיין מיסילס פון שטח סי צו עי
מיסלס נישט אראבישע רוצחים יא.

אבער עניוועי, ס'איז טאקע נישט נוגע, פארן אויף מירון איז פשטות א סכנה.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1165

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך זלמעלע »

קוקט אוס ענדגילטיג: דאס פלאן פון טיילן מירון אויף דריי פלעצער און קומען 1,500 מענטשן אויף יעדן פלאץ (ס"ה 4,500) איז בטל געווארן.
עס מעגליך וועט זיין א פלאן פון מאקסימום 200 אויף איין פלאץ, דאס מיינט צו זאגן ס"ה 600 יעדן רגע, און סה"כ נישט מער ווי אפאר טויזנט גאנץ ל"ג בעומר.

ס'איז דאך קלאר אז ס'וועט דאך קומען מענטשן אריין שטופן, מסתמא וועלן זיי מצליח זיין.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1251

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

פאוסט דורך יענץ מבין »

צ"ק

מיין מיינונג (פאר ווער עס איז אינטערסירט):

מירון תשפ"ו איז אן עכטע סכנה.

די וועג וויאזוי די מדינה גייט צו דערצו איז פלעין רדיפת הדת.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
שרייב פאוסט