בקיצור האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 2:54 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 7:05 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 2:32 pm
יא יא, געזהן א גאנצע שמועס אויף דעיס אין איי..לט,
לכאן ולכאן,
מיר זעהט עס אויס אמת.... רוב מעשיות
מ'פלעגט עס רופן גולמו של באבע.
ער איז א הונדערט פראצענטיגער זייפן, כ'זאג נישט אז גארנישט דארט איז אמת, אבער דער כותב איז נישט קראנט, ויש ע"ז כמה ראיות ברורות להוכיח.
ועוד חזון למועד בעז"ה מעגליך א לענגערע אפהאנדלונג.
ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט וואס דו זאגסט.
כ'האב אמאל געליינט דעם ביכל.
קענסט מער מרחיב זיין?
איך האב קוידם געליינט די ביכל נאכדעים די הקדמה, איך בין געווארן זייער אנטוישט מיט דאס וואס די זין זיהן שרייבט אז ער שרייבט נישט די טאטע'ס לשון,
ער שרייבט נאר די טאטע'ס מעשיות, אין ער שרייבט עס אויף א אופן וואס פאר די ליינער דאכט זיך אז די טאטע שרייבט דאס, למשל ווען ער שרייבט "איך" געדענק מיינט ער צו זאגן אז די "טאטע" געדענקט,
סדא וואס טענה'ן אז די טאטע איז א שקרן עס איז דא וואס זאגן נאר די זין איז א שקרן,
איינער האט מיר אמאל נאכגעזאגט בשם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל, אז ווען די מחבר איז נישט אזא תמים וואלט מען אים מסתמא מחרים געווען......