בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די nyt איז ערשינען מיט א באריכט אז די אמעריקאנער רעגירונג קויפט שטיקער גאלד פון מינעס געפירט דורך דראג קארטעלן אין לאטין אמעריקע, און די יו.עס. מינט נוצט דאס צו פראדוצירן גאלד קוינס וואס ווערן פארקויפן אלס אריגינעלער אמעריקאנער גאלד.
78cecf0d119b6812e3f9ac6048f824de3568fcad.jpeg
78cecf0d119b6812e3f9ac6048f824de3568fcad.jpeg (246.3 KiB) געזען געווארן 1256 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נאכן צוזאגן פארן פובליק צענדליגער מאל אז ער גייט עס קיינמאל נישט טון, האט דער רעכטער נפתלי בנט באשלאסן זיך יא אנצושליסן אין א קאאליציע מיט דער לינקער יאיר לפיד, אין א פרואוו אראפצוזען נתניהו פון בענקל. אזא סארט רעגירונג איז שוין פארמירט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אבער האט נישט לאנג מאריך ימים געווען.
d3791078-b7e0-4eb7-a968-80dd77a19d1a_tumb_800X480.jpg
d3791078-b7e0-4eb7-a968-80dd77a19d1a_tumb_800X480.jpg (42.42 KiB) געזען געווארן 1250 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כאטש פערצן זענען אומגעקומען ווען קאלאמביאנער רעבעלן גרופעס האבן אויפגעריסן א באס פול מיט פאסאזשירן, אלס טייל פון א ברייטערע כוואליע פון אטאקעס און אומרוען קעגן די ארטיגע רעגירונג.
c-gettyimages-2272567495.jpeg
c-gettyimages-2272567495.jpeg (215.72 KiB) געזען געווארן 1235 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די נייע סירישע רעגירונג האט אנגעהויבן אפהאלטן פובליק געריכט הירינגס צו פאראורטיילן געוועזענע באאמטע פון די אסאד רעזשים וועלכע האבן אנטיילגענומען אין די ברוטאלע מארדן און פייניגונגען קעגן רעזשים קעגנער. הונדערטער האבן זיך פארזאמלט אינדרויסן פון געריכט הויז צו פארלאנגען יוסטיץ.
download.jpeg
download.jpeg (125.77 KiB) געזען געווארן 1225 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער אונגארישער אורבאן האט געמאלדן אז ער וועט אינגאנצן רעזיגנירן פונעם פארלאמענט, נאכפאלגנדיג זיין פארשעמענדער פארלוסט אין די וואלן, ווען זיין קעגנער האט געווינען מיט א לענדסלייד. ווי ער זאגט איז זיין ארבעט נישט אין פארלאמענט, אנשטאט וועט ער ארבעטן פונדרויסן צוריקצובויען זיין פאליטישע פארטיי.
260426-orban-nd-ac44fa.jpeg
260426-orban-nd-ac44fa.jpeg (105.09 KiB) געזען געווארן 1204 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אויבן: מאסיווער רוסישער אויל רעפיינערי אין פלאמען נאך אוקריינער אטאקע. אונטן: אמווייניגסטנס צען אומגעקומען נאך טויטליכע רוסישע באמבארדירונג אין דניעפרא.
(x0-y129-w961-h640)-5aac534cdfb5609c1033325f1999033a.jpeg
(x0-y129-w961-h640)-5aac534cdfb5609c1033325f1999033a.jpeg (119.96 KiB) געזען געווארן 1192 מאל
ty0twTz4.jpeg
ty0twTz4.jpeg (111.35 KiB) געזען געווארן 1192 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2700
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6446

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

וועלקאם בעק @שאינו יודע לשאול, יהא חזרתך להרמת קרן הוואטעווער, להחזיר העטרה ליושנה והבחורים לישיבה.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4867
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 21271

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פליט »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 6:27 pm
וואף!

@שאינו יודע לשאול איז דאא! געב אזא קלאפ...
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
postit
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pm
Location: אין ווינקל
x 49

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך postit »

מדינת ישראל האט ענדגילטיג אפגעשטעלט אלע גרויסע פארזאמלונגען ל"ג בעומר אין מירון
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בריטישער קעניג טשארלס וועט מארגן רייזן קיין אמעריקע וואו ער וועט פרובירן פארשטארקערן די פריינטליכע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. זיין באזוך נעמט אריין אן אויפטריט אין קאנגרעס - דאס ערשטע אזא אויפטריט זינט 91׳, זיצונגען אינעם ווייסן הויז, און א באזוך אין ניו יארק און אין ווירדזשיניע.
DBDF4BAE-5462-4220-AE72-E49C50D82D72_1_201_a.jpeg
DBDF4BAE-5462-4220-AE72-E49C50D82D72_1_201_a.jpeg (118.1 KiB) געזען געווארן 1075 מאל
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4867
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 21271

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פליט »

טראמפ איז גאר פרייליך מיט די איידיע.
IMG_20260427_000110_773~2.jpg
IMG_20260427_000110_773~2.jpg (69.17 KiB) געזען געווארן 993 מאל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פוילישער פרעמיער דאנאלד טוסק האט געמאלדן ביי א זיצונג אין ריישא אז פוילן וועט אויפשטעלן א מעכטיגע "דראון ארמיי" באזירט אויף די פראקטישע פעלד-ערפארונג פון אוקראינע. טוסק האט ערקלערט אז דורך די הילף פון די אוקראינישע וויסנשאפט, וועט פוילן קענען מאכן א טעכנאלאגישן שפרינג פאראויס און שאפן א מאדערנע לופט-שוץ סיסטעם, וואס וועט גאראנטירן די זיכערהייט פון די פוילישע בירגער און גאנץ אייראפע קעגן סיי וועלכע אגרעסיע.
פיילס
20260427_090251.jpg
20260427_090251.jpg (122.59 KiB) געזען געווארן 927 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5690
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20302

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דזשימי קימעל האט ווידער באוויזן ארויסצונעמען טראמפ פון די כלים, ווען ער האט אויפגעשפילט א ווידיאו אויף זיין שאו וואס ווייזט כאילו ער רעדט צו טראמפ, מאלאניע, און נאך א צאל פון טראמפ׳ס נאנטע. צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז מאלאניע שיינט ווי א ערווארטנדע אלמנה, זיך געוויצלט אז טראמפ גייט זיך שיידן פון איר, און אנגערופן סטיווען מילער א ״בעבי היטלער וואס גייט אונז אלע אומברענגען״.

מרת. טראמפ האט רעאגירט צו די קאמענטארן מיט א רוף צו דיזני און abc אז זיי זאלן ״נעמען א שטעלונג דערקעגן״, און טראמפ האט געטוויט אז קימעל זאל נאכאמאל אפגעזאגט ווערן, ערווענענדיג אז ביים דעם זעלבן אווענט וואס קימעל האט אויפגעשפילט אז ער רופט איר אלמנה, איז פארגעקומען דער שיסעריי און אטענטאט פארזוך.
c181903-0166.jpeg
c181903-0166.jpeg (61.4 KiB) געזען געווארן 800 מאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2871
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10703

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך בודקע »

פליט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 12:05 am טראמפ איז גאר פרייליך מיט די איידיע.
IMG_20260427_000110_773~2.jpg
די ווייסע הויז מארקעטינג טיעם ביי די ארבעט..
IMG_20260427_161809_773.jpg
IMG_20260427_161809_773.jpg (418.52 KiB) געזען געווארן 743 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2416
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7968

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שינאווער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 3:11 pm דזשימי קימעל האט ווידער באוויזן ארויסצונעמען טראמפ פון די כלים, ווען ער האט אויפגעשפילט א ווידיאו אויף זיין שאו וואס ווייזט כאילו ער רעדט צו טראמפ, מאלאניע, און נאך א צאל פון טראמפ׳ס נאנטע. צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז מאלאניע שיינט ווי א ערווארטנדע אלמנה, זיך געוויצלט אז טראמפ גייט זיך שיידן פון איר, און אנגערופן סטיווען מילער א ״בעבי היטלער וואס גייט אונז אלע אומברענגען״.

מרת. טראמפ האט רעאגירט צו די קאמענטארן מיט א רוף צו דיזני און abc אז זיי זאלן ״נעמען א שטעלונג דערקעגן״, און טראמפ האט געטוויט אז קימעל זאל נאכאמאל אפגעזאגט ווערן, ערווענענדיג אז ביים דעם זעלבן אווענט וואס קימעל האט אויפגעשפילט אז ער רופט איר אלמנה, איז פארגעקומען דער שיסעריי און אטענטאט פארזוך.c181903-0166.jpeg
קען מען אים געזעצליך גארנישט טון אין באצוג צו וואס ער רעדט פון טייטענען דעם פרעזידענט?
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1997

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

דער שיסער ביים ווייסן הויז קארעספאנדענטס פארזאמלונג איז אנגעקלאגט געווארן מיט דער הארבער קלאגע פון פרובירן צו ערמארדן פרעזידענט טראמפ.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
הבוחר בתורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 745
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
x 6010

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

איטאליע האט ארויסגעליפערט קיין אמעריקא א כינעזע העקער וועלכע האט בשעת די קאוויד מגיפה געהעקט אמעריקאנע אינסטיטוציעס און מעדיצינישע פערסאנאל.

קעש פאטעל איז גאר פרייליך, באצייכענענדיג דאס אלץ א היסטארישע זיג!
פיילס
12.png
12.png (67.23 KiB) געזען געווארן 480 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

אוקראינע באשולדיגט מדינת ישראל אין ערלויבן א רוסישע שיף מיט גערויבטע תבואה אריינצוקומען אין חיפה'ער פארט, און פרעזידענט זעלענסקי סטראשעט איצט מיט סאנקציעס. טראץ דעם וואס קיעוו האט געווארנט שוין וואכן פאראויס און געפאדערט צו קאנפיסקירן די סחורה, טענה'ט מדנ"י אז די שיף האט שוין אפגעזעגלט צו די אינטערנאציאנאלע וואסערן און מען קען שוין גארנישט טאן לעגאל. דער אינצידענט האט פאראורזאכט א שארפע דיפלאמאטישע רייבעריי, אין די צייט ווען די גאנצע געגנט געפינט זיך אין א הויכע מיליטערישע שפאנונג.

בילד: די פארט אין חיפה.
פיילס
7861148111343c0b264fc8a3acf6d9fd.jpg
7861148111343c0b264fc8a3acf6d9fd.jpg (211.25 KiB) געזען געווארן 461 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

די וועלט פון ענערגיע איז אויפגעשאקלט געווארן היינט אינדערפרי נאך די דראמאטישע מעלדונג אז די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ציען זיך ארויס פון דעם מעכטיגן "אפעק" ארגאניזאציע, א שריט וואס וועט אריינגיין אין קראפט דעם קומענדיגן מאי דעם ערשטן. דאס קומט נאך שווערע מחלוקת מיט סאודי אראביע (די פירער פון אפעק), היות די עמיראטן ווילן פראדוצירן פיל מער אויל ווי די ארגאניזאציע ערלויבט זיי, כדי צו מאכן מער געלט און אויסניצן זייערע נייע אויל-פעלדער. פאר'ן פשוט'ן בירגער אין אמעריקע קען דאס זיין גוטע נייעס ווייל עס קען אראפברענגען די פרייזן פון גאזאלין ביים פאמפ, אבער דאס שאפט אויך א גרויסע אומזיכערקייט אין די גלאבאלע עקאנאמיע און א שווערע פאטש פאר די סטאביליטעט וואס סאודי אראביע האט פרובירט אנצוהאלטן.
אין וואשינגטאן קוקט מען דערויף פון צוויי ווינקלען.. פון איין זייט האט מען הנאה צו זען דעם כוח פון אפעק צעפאלן, אבער פון די צווייטע זיין איז מען באזארגט איבער וויאזוי די דראסטישע טויש וועט אפעקטירן די ארטיגע אמעריקאנער אויל פראדוצירער און די דיפלאמאטישע באציאונגען אינעם מיטל מזרח.
פיילס
IMG_20260428_085421_374.jpg
IMG_20260428_085421_374.jpg (96.98 KiB) געזען געווארן 432 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

א 22-יעריגער אמעריקאנער סאלדאט סטאנציאנירט אין 'פארט פאלק' לואיזיאנע, איז ארעסטירט געווארן נאכן סטראשענען אויף 'דיסקארד' דורכצופירן א שוידערליכע מאסן-שיסעריי אין א בית הכנסת אין שטאט רח"ל. דער פארשוין, דזשעיקאב מארקוליער, האט זיך בארימט אז זיין "לעבנס ציל" איז אריינצומארשירן אין א שול מיט אן AK-47 און אויסשיסן יעדן איד דארט ה"י, אלס נקמה פאר די "ווייסע ראסע." די עף-בי-איי האט אים באצייטנס ארעסטירט נאכן ערהאלטן א טיפ פון א בירגער, און ער שטייט אויס ביז פינף יאר אין פעדעראלע טורמע פאר זיינע טעראר-סטראשערייען.

הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.
פיילס
69f0c1d30b3f6.image.jpg
69f0c1d30b3f6.image.jpg (140.78 KiB) געזען געווארן 339 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

די דייטשע רעגירונג אונטער קאנצלער פרידריך מערץ פלאנט איינצופירן א נייע "צוקער שטייער" אויף זיסע געטראנקען אינעם 2027 בודזשעט, אלס טייל פון א דראסטישע פלאן צו דעקן דעם ריזיגן לאך אין די רעגירונגס קאסע. צוליב די שוואכע עקאנאמיע און די נויט צו העכערן די מיליטערישע אויסגאבן צוליב די געפארן פון רוסלאנד, ערווארטעט בערלין צו בארגן די אסטראנאמישע סומע פון 110 ביליאן יורא אין יענעם יאר. די שטייער, וואס ענליכע שריט זענען שוין איינגעפירט געווארן אין ענגלאנד און פראנקרייך, זוכט צו ברענגען פרישע הכנסות פארן בודזשעט און גלייכצייטיג שטופן די פירמעס צו רעדוצירן די צוקער אין זייערע פראדוקטן.
פיילס
christian-wiediger-cUF4SSxY_KA-unsplash-1320x880.jpg
christian-wiediger-cUF4SSxY_KA-unsplash-1320x880.jpg (113.2 KiB) געזען געווארן 285 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7932

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

די וועטער אפליקאציע אויף די אייפאון איז דאון אלוועלטליך.

מען קען אלס רופן קול מבשר..
פיילס
IMG_20260428_131117_192.jpg
IMG_20260428_131117_192.jpg (38.66 KiB) געזען געווארן 276 מאל
20260428_131125.jpg
20260428_131125.jpg (8.15 KiB) געזען געווארן 276 מאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1997

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:37 am די וועלט פון ענערגיע איז אויפגעשאקלט געווארן היינט אינדערפרי נאך די דראמאטישע מעלדונג אז די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ציען זיך ארויס פון דעם מעכטיגן "אפעק" ארגאניזאציע, א שריט וואס וועט אריינגיין אין קראפט דעם קומענדיגן מאי דעם ערשטן. דאס קומט נאך שווערע מחלוקת מיט סאודי אראביע (די פירער פון אפעק), היות די עמיראטן ווילן פראדוצירן פיל מער אויל ווי די ארגאניזאציע ערלויבט זיי, כדי צו מאכן מער געלט און אויסניצן זייערע נייע אויל-פעלדער. פאר'ן פשוט'ן בירגער אין אמעריקע קען דאס זיין גוטע נייעס ווייל עס קען אראפברענגען די פרייזן פון גאזאלין ביים פאמפ, אבער דאס שאפט אויך א גרויסע אומזיכערקייט אין די גלאבאלע עקאנאמיע און א שווערע פאטש פאר די סטאביליטעט וואס סאודי אראביע האט פרובירט אנצוהאלטן.
אין וואשינגטאן קוקט מען דערויף פון צוויי ווינקלען.. פון איין זייט האט מען הנאה צו זען דעם כוח פון אפעק צעפאלן, אבער פון די צווייטע זיין איז מען באזארגט איבער וויאזוי די דראסטישע טויש וועט אפעקטירן די ארטיגע אמעריקאנער אויל פראדוצירער און די דיפלאמאטישע באציאונגען אינעם מיטל מזרח.
ווער קען אביסל מער אויסברייטערן איבער וואס די אומזיכערקייט איז און די זארג אמבאלאנגט דעם שריט?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1997

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 1:07 pm די דייטשע רעגירונג אונטער קאנצלער פרידריך מערץ פלאנט איינצופירן א נייע "צוקער שטייער" אויף זיסע געטראנקען אינעם 2027 בודזשעט, אלס טייל פון א דראסטישע פלאן צו דעקן דעם ריזיגן לאך אין די רעגירונגס קאסע. צוליב די שוואכע עקאנאמיע און די נויט צו העכערן די מיליטערישע אויסגאבן צוליב די געפארן פון רוסלאנד, ערווארטעט בערלין צו בארגן די אסטראנאמישע סומע פון 110 ביליאן יורא אין יענעם יאר. די שטייער, וואס ענליכע שריט זענען שוין איינגעפירט געווארן אין ענגלאנד און פראנקרייך, זוכט צו ברענגען פרישע הכנסות פארן בודזשעט און גלייכצייטיג שטופן די פירמעס צו רעדוצירן די צוקער אין זייערע פראדוקטן.
ס'גייט אזוי, בערך: מען לייגט ארויף שטייערן אויף צוקער, פשוט כדי אנצופילן די פינאנציעלן לאך - געשאפן דורך אלע סאציאליסטישע פראגראמען און עקאנאמיש-דערשטיקנדע געזעצן - אה, און אויך כדי איינצוציען צוקער באנוץ דורך עסן פירמעס.

נו שוין, די פירמעס זענען מקיים פסק און הערן אויף צו ניצן צוקער, און די נארוואס איינגעשטעלטע הכנסה ווערט אפגעטריקנט. צוקער פירמעס כאפן מכות און גייען ארויס פון ביזנעס, טא עקאנאמישע פראדוקציע טראסקעט נאכמער.

נו וואס טוט מען? אה, א פשוט'ע עצה: מען לייגט א ספעציעלן שטייער אויף דער נעקסטער זאך אויף דער ליסטע, פשוט אנצופילן די ליידיגע קאסעס, און פארשטייט זיך אויך צו באשיצן די בירגער פון אלדאס בייזן.

און אזוי פארט דער גלגל החוזר, ביז די עקאנאמישע קוועלער ווערן פולקאם אויסגעטריקנט און די בירגער פולקאם צעדריקט.

דעם דיקטאטורישן רוס איז אבער א מצוה גדולה צו באקעמפן.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2871
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10703

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך בודקע »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2026 9:10 pm בריטישער קעניג טשארלס וועט מארגן רייזן קיין אמעריקע וואו ער וועט פרובירן פארשטארקערן די פריינטליכע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. זיין באזוך נעמט אריין אן אויפטריט אין קאנגרעס - דאס ערשטע אזא אויפטריט זינט 91׳, זיצונגען אינעם ווייסן הויז, און א באזוך אין ניו יארק און אין ווירדזשיניע.DBDF4BAE-5462-4220-AE72-E49C50D82D72_1_201_a.jpeg
טראמפ עקט ווי א טאטע ביים באזוך פון קעניג טשארלס, שפילנדיג מיט א בין פונעם ווייסן הויז בינענשטאק אויף זיין הענט..
IMG_20260428_154436_579.jpg
IMG_20260428_154436_579.jpg (114.7 KiB) געזען געווארן 129 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
שרייב פאוסט