די היסטארישע אנטוויקלונג פון דעם טיטל
כאטש דער טיטל “בעל שם” איז געווארן מערסט באקאנט צווישן די אידן אין פוילן און דייטשלאנד נאכדעם וואס די “קבלה מעשית” (=פּראקטישער קבלה) פון דער אר”י הק’ ותלמידיו איז געווארן ברייט באקאנט, זענען ענליכע פיגורן שוין דערמאנט געווארן אין די גמרא און אין די ספרי היכלות. די ערשטע באקאנטע באנוץ פון דעם נאמען "בעל שם" געפינט זיך אין א תשובה פון רב האי גאון, וואס דערציילט וועגן א מענטש וואס מען האט געזען אין צוויי ווייטע ערטער אין איין צייט (קפיצת הדרך) דורך נוצן שמות הקדושים: “הגידו והעידו, כי ראו פלוני, אדם ידוע מבעלי השם, בערב שבת במקום פלוני, ונראה במקום אחר מהלך כמה ימים עוד בערב אותו שבת, ונראה באותו השבת במקום הראשון”.
דער ערשטער וואס איז באקאנט מיט דעם טיטל איז דער פייטן ר’ בנימין בן זרח (אין דעם תקופה פון רש”י), וועלכער פלעגט מרמז זיין פילע מיסטישע שמות אין זיינע פיוטים. שפעטער, אנהויב דעם 16טן יארהונדערט, איז דער טיטל געווארן מער אפיציעל, און עס זענען געווען באקאנטע רבנים וגאונים וואס זענען אנגערופן געווארן בעלי שם, ווי למשל רבי אליהו בעל שם פון חעלם (ארום יאר ה’ש’), וועגן וועמען עס ווערט דערציילט אז ער האט באשאפן א גולם דורך שמות הק’.
די ארבעט און פעולות פון א בעל שם
די בעלי שם האבן געדינט אלס א מין בריק צווישן די רוחניות’דיגע וועלטן און דעם טאג-טעגליכן לעבן פון די פשוט’ע מענטשן. א קאמבינאציע פון א מקובל, א פאלקס-היילער און א בעל מופת. זייערע טעטיגקייטן האבן אריינגענומען:
- היילן קראנקע: ספעציעל מענטשן וואס האבן געליטן פון גייסטישע קראנקייטן (ווי “מרה שחורה”). זיי פלעגן ניצן סגולות, רפואות פון געוויקסן, און קמיעות.
- פארטרייבן דיבוקים: מען פלעגט זיך ווענדן צו זיי אויסצוטרייבן בייזע רוחות אדער בארואיגן מענטשן מיט גייסטיגע פראבלעמען.
- שרייבן קמיעות: ניצנדיג פאפירוס אדער קלף מיט שֵמות הק’ צו שיצן מענטשן פון עין הרע, שריפות, גניבות אדער מגפות.
- זאגן עתידות און פותר זיין חלומות.
צוליב זייער הייל-ארבעט זענען די בעלי שם אפט געווען אין א קאנקורענץ מיט די דעמאלטדיגע דאקטוירים. עס איז אפילו פאראן א ספעציעלע תפילה וואס א בעל שם האט מחבר געווען, בעטנדיג השי”ת אז עס זאל הערשן שלום און פריינדשאפט צווישן אים און די דאקטוירים, און אז די דאקטוירים זאלן אים נישט רודפ’ן:
באקאנטע בעלי שם דורכאויס די דורות“הצילני משנאה ותחרות, ולא אקנא באחרים, ולא תהיה קנאת אחרים עלי, אלא השכן ביני ובין רופאים אחרים אהבה ואחוה שלום ורעות, ולא אבוש ולא אכלם בפניהם, אלא אהיה מכובד בעיניהם. ומאויבי תחכמני וירום ראשי על אויבי סביבותי, מחכמתי ודעתי שפתי ברור ימללו, עד שאהיה לאות ופלא בעיניהם, ולא יהיה פוצה פה ומצפצף רע עלי ולא על מעשי. אנא קל אלקי הרוחות לכל בשר, אחת שאלתי מאתך שתחזק כוחי וזכרוני. וכשאלך לבקר חולה הזכירני מיד הרפואות הראויות לו אם למדתי, ואם לאו מתחנן אני לפניך אדון כל הסבות שתסבב סבות וגלגולים... או איזה ויכוח בין הרופאים, עד שאזכה לידע רפואתו.”
די היסטאריע פארצייכנט עטליכע פערזענליכקייטן וואס האבן געטראגן דעם טיטל:
רבי אליהו בעל שם פון כעלם (נפטר בערך ה’שמ”ג): ער ווערט פאררעכנט אלס דער ערשטער היסטארישער פיגור וואס איז געווען באקאנט אלס א בעל שם. עס ווערט דערציילט אויף אים אז ער האט באשאפן א גולם דורך שמות הק’.
רבי אליהו לואנץ (שט”ו–שצ”ו): באקאנט אלס דער בעל שם פון ווארמס/ווירמייזא, א גרויסער תלמיד חכם און מקובל.
רבי יואל בעל שם (היילפרין; דער ערשטער און דער צווייטער): פון זאמושטש און פוילן, וועלכע האבן ארויסגעגעבן ספרים איבער סגולות און רפואות ווי “תולדות אדם” און “מפעלות אלוקים”.
ר’ חיים שמואל יעקב פאַלק (תס”ח–תקמ”ב): באקאנט אלס דער “בעל שם פון לאנדאן” (אדער “דאקטאר פאלק”), וועלכער איז געווען בארימט אפילו צווישן די גויים פאר זיינע וואונדער. זיין בילד ווערט אפט בטעות גענוצט אלס דאס בילד פונעם בעל שם טוב. (מער איבער אים אין א קומענדיגער ארטיקל אי”ה).
רבי זעקל ליב ווארמסער (תקכ”ח–תר”ח): דער “בעל שם פון מיכלשטאדט”, וועלכער איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און פועל ישועות אין דייטשלאנד.
פון בעל שם צו חסידות
די מערסט באקאנטע פיגור מיט דעם טיטל איז פארשטייט זיך מרן אור שבעת הימים רבינו ישראל בן אליעזר, דער בעל שם טוב הק' זי"ע. ער האט אנגעהויבן זיין וועג אלס א טראדיציאנאלער בעל שם וואס שרייבט קמיעות און היילט קראנקע, אבער ער האט גענומען די “קבלה מעשית” און איר פארוואנדלט אין א גאנצע רוחניות’דיגע באוועגונג — חסידות. עס ווערט געברענגט אז ער פלעגט שרייבן קמיע'ס וואו עס איז בלויז געשטאנען זיין נאמען: "ישראל בן שרה" (זכרון לראשונים סי' כט).
דאס ווארט "טוב" איז ווארשיינליך צוגעלייגט געווארן צו זיין טיטל כדי אים צו אפּשיידן פון די אנדערע בעלי שם, וואס זענען נישט אייביג געווען ווירקזאם.
דער בעש”ט האט געלערנט אז מען דארף נישט זיין א גרויסער למדן צו זיין נאנט צו השי”ת, און אז די אותיות פון די תפילה האבן אן אייגענעם הייליגן כוח. מיט דער צייט האט די חסידישע באוועגונג איבערגענומען די פונקציע פון די אלטע בעלי שם; דער “צדיק” אדער “רבי” איז געווארן דער נייער צינור וואס ברענגט אראפ ברכות און ישועות פאר’ן עולם, און די פראקטיק פון פשוט’ע בעלי שם איז ביסלעכווייז פארשוואונדן.
מיט דעם אויפקום פון דער חסידישער באוועגונג, זענען די פונקציעס פון די בעלי שם איבערגענומען געווארן דורך די צדיקים און רבי'ס, וועלכע האבן גע'פועל'ט ישועות דורך זייער קדושה און תפילה אנשטאט שמות הק'. דער בעל שם טוב האט זיך פאקוסירט אויף עבודת ה' מיט שמחה און דערהויבנקייט און אהבת ישראל. אין דעם 19טן יארהונדערט זענען די בעלי שם כמעט אינגאנצן נעלם געווארן, טיילווייז צוליב דעם וואוקס פון מאדערנע מעדיצין און טיילווייז ווייל די משכילים האבן זיי באטראכט אלס פאלשע רמאים. עס איז כדאי צו באמערקן, אז כאטש די משכילים האבן אפט געקוקט אויף די בעלי שם אלס שארלאטאנען, זענען זיי אין די אויגן פון דעם פאלק געווען הייליגע מענטשן וואס האבן געברענגט האפענונג און היילונג אין שווערע צייטן.