בעלי שם

אונזער היסטאריע
געשיכטע
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 23, 2026 8:00 pm
x 25
פארבינד זיך:

בעלי שם

פאוסט דורך געשיכטע »

דער באגריף “בעל שם” פארנעמט א וויכטיגן פלאץ אין דער אידישער היסטאריע און מיסטיק, באצייכנדיג מענטשן וואס זענען באטראכט געווארן אלס וואונדער-טוער, פאלקס-היילער און מומחים אין “קבלה מעשית”. דער טיטל באדייט פשוטו כמשמעו א “מייסטער פון דעם [געטליכן] נאמען”, וואס מיינט אז דער מענטש פארמאגט דאס געהיימע וויסנשאפט פון שֵמות הקדושים, אריינגערעכנט דעם שם המפורש, און ווייסט וויאזוי צו ניצן דעם כוח פון די שמות צו פועל’ן ישועות און טוישן די נאטור.

די היסטארישע אנטוויקלונג פון דעם טיטל

כאטש דער טיטל “בעל שם” איז געווארן מערסט באקאנט צווישן די אידן אין פוילן און דייטשלאנד נאכדעם וואס די “קבלה מעשית” (=פּראקטישער קבלה) פון דער אר”י הק’ ותלמידיו איז געווארן ברייט באקאנט, זענען ענליכע פיגורן שוין דערמאנט געווארן אין די גמרא און אין די ספרי היכלות. די ערשטע באקאנטע באנוץ פון דעם נאמען "בעל שם" געפינט זיך אין א תשובה פון רב האי גאון, וואס דערציילט וועגן א מענטש וואס מען האט געזען אין צוויי ווייטע ערטער אין איין צייט (קפיצת הדרך) דורך נוצן שמות הקדושים: “הגידו והעידו, כי ראו פלוני, אדם ידוע מבעלי השם, בערב שבת במקום פלוני, ונראה במקום אחר מהלך כמה ימים עוד בערב אותו שבת, ונראה באותו השבת במקום הראשון”.

דער ערשטער וואס איז באקאנט מיט דעם טיטל איז דער פייטן ר’ בנימין בן זרח (אין דעם תקופה פון רש”י), וועלכער פלעגט מרמז זיין פילע מיסטישע שמות אין זיינע פיוטים. שפעטער, אנהויב דעם 16טן יארהונדערט, איז דער טיטל געווארן מער אפיציעל, און עס זענען געווען באקאנטע רבנים וגאונים וואס זענען אנגערופן געווארן בעלי שם, ווי למשל רבי אליהו בעל שם פון חעלם (ארום יאר ה’ש’), וועגן וועמען עס ווערט דערציילט אז ער האט באשאפן א גולם דורך שמות הק’.

די ארבעט און פעולות פון א בעל שם

די בעלי שם האבן געדינט אלס א מין בריק צווישן די רוחניות’דיגע וועלטן און דעם טאג-טעגליכן לעבן פון די פשוט’ע מענטשן. א קאמבינאציע פון א מקובל, א פאלקס-היילער און א בעל מופת. זייערע טעטיגקייטן האבן אריינגענומען:
  • היילן קראנקע: ספעציעל מענטשן וואס האבן געליטן פון גייסטישע קראנקייטן (ווי “מרה שחורה”). זיי פלעגן ניצן סגולות, רפואות פון געוויקסן, און קמיעות.
  • פארטרייבן דיבוקים: מען פלעגט זיך ווענדן צו זיי אויסצוטרייבן בייזע רוחות אדער בארואיגן מענטשן מיט גייסטיגע פראבלעמען.
  • שרייבן קמיעות: ניצנדיג פאפירוס אדער קלף מיט שֵמות הק’ צו שיצן מענטשן פון עין הרע, שריפות, גניבות אדער מגפות.
  • זאגן עתידות און פותר זיין חלומות.
פילע בעלי שם האבן קאמבינירט זייערע מיסטישע כוחות מיט ידיעות אין קרייטעכץ און פאלקס-מעדיצין.

צוליב זייער הייל-ארבעט זענען די בעלי שם אפט געווען אין א קאנקורענץ מיט די דעמאלטדיגע דאקטוירים. עס איז אפילו פאראן א ספעציעלע תפילה וואס א בעל שם האט מחבר געווען, בעטנדיג השי”ת אז עס זאל הערשן שלום און פריינדשאפט צווישן אים און די דאקטוירים, און אז די דאקטוירים זאלן אים נישט רודפ’ן:
“הצילני משנאה ותחרות, ולא אקנא באחרים, ולא תהיה קנאת אחרים עלי, אלא השכן ביני ובין רופאים אחרים אהבה ואחוה שלום ורעות, ולא אבוש ולא אכלם בפניהם, אלא אהיה מכובד בעיניהם. ומאויבי תחכמני וירום ראשי על אויבי סביבותי, מחכמתי ודעתי שפתי ברור ימללו, עד שאהיה לאות ופלא בעיניהם, ולא יהיה פוצה פה ומצפצף רע עלי ולא על מעשי. אנא קל אלקי הרוחות לכל בשר, אחת שאלתי מאתך שתחזק כוחי וזכרוני. וכשאלך לבקר חולה הזכירני מיד הרפואות הראויות לו אם למדתי, ואם לאו מתחנן אני לפניך אדון כל הסבות שתסבב סבות וגלגולים... או איזה ויכוח בין הרופאים, עד שאזכה לידע רפואתו.”
באקאנטע בעלי שם דורכאויס די דורות

די היסטאריע פארצייכנט עטליכע פערזענליכקייטן וואס האבן געטראגן דעם טיטל:

רבי אליהו בעל שם פון כעלם (נפטר בערך ה’שמ”ג): ער ווערט פאררעכנט אלס דער ערשטער היסטארישער פיגור וואס איז געווען באקאנט אלס א בעל שם. עס ווערט דערציילט אויף אים אז ער האט באשאפן א גולם דורך שמות הק’.

רבי אליהו לואנץ (שט”ו–שצ”ו): באקאנט אלס דער בעל שם פון ווארמס/ווירמייזא, א גרויסער תלמיד חכם און מקובל.

רבי יואל בעל שם (היילפרין; דער ערשטער און דער צווייטער): פון זאמושטש און פוילן, וועלכע האבן ארויסגעגעבן ספרים איבער סגולות און רפואות ווי “תולדות אדם” און “מפעלות אלוקים”.

ר’ חיים שמואל יעקב פאַלק (תס”ח–תקמ”ב): באקאנט אלס דער “בעל שם פון לאנדאן” (אדער “דאקטאר פאלק”), וועלכער איז געווען בארימט אפילו צווישן די גויים פאר זיינע וואונדער. זיין בילד ווערט אפט בטעות גענוצט אלס דאס בילד פונעם בעל שם טוב. (מער איבער אים אין א קומענדיגער ארטיקל אי”ה).

רבי זעקל ליב ווארמסער (תקכ”ח–תר”ח): דער “בעל שם פון מיכלשטאדט”, וועלכער איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און פועל ישועות אין דייטשלאנד.

פון בעל שם צו חסידות
די מערסט באקאנטע פיגור מיט דעם טיטל איז פארשטייט זיך מרן אור שבעת הימים רבינו ישראל בן אליעזר, דער בעל שם טוב הק' זי"ע. ער האט אנגעהויבן זיין וועג אלס א טראדיציאנאלער בעל שם וואס שרייבט קמיעות און היילט קראנקע, אבער ער האט גענומען די “קבלה מעשית” און איר פארוואנדלט אין א גאנצע רוחניות’דיגע באוועגונג — חסידות. עס ווערט געברענגט אז ער פלעגט שרייבן קמיע'ס וואו עס איז בלויז געשטאנען זיין נאמען: "ישראל בן שרה" (זכרון לראשונים סי' כט).
דאס ווארט "טוב" איז ווארשיינליך צוגעלייגט געווארן צו זיין טיטל כדי אים צו אפּשיידן פון די אנדערע בעלי שם, וואס זענען נישט אייביג געווען ווירקזאם.

דער בעש”ט האט געלערנט אז מען דארף נישט זיין א גרויסער למדן צו זיין נאנט צו השי”ת, און אז די אותיות פון די תפילה האבן אן אייגענעם הייליגן כוח. מיט דער צייט האט די חסידישע באוועגונג איבערגענומען די פונקציע פון די אלטע בעלי שם; דער “צדיק” אדער “רבי” איז געווארן דער נייער צינור וואס ברענגט אראפ ברכות און ישועות פאר’ן עולם, און די פראקטיק פון פשוט’ע בעלי שם איז ביסלעכווייז פארשוואונדן.

מיט דעם אויפקום פון דער חסידישער באוועגונג, זענען די פונקציעס פון די בעלי שם איבערגענומען געווארן דורך די צדיקים און רבי'ס, וועלכע האבן גע'פועל'ט ישועות דורך זייער קדושה און תפילה אנשטאט שמות הק'. דער בעל שם טוב האט זיך פאקוסירט אויף עבודת ה' מיט שמחה און דערהויבנקייט און אהבת ישראל. אין דעם 19טן יארהונדערט זענען די בעלי שם כמעט אינגאנצן נעלם געווארן, טיילווייז צוליב דעם וואוקס פון מאדערנע מעדיצין און טיילווייז ווייל די משכילים האבן זיי באטראכט אלס פאלשע רמאים. עס איז כדאי צו באמערקן, אז כאטש די משכילים האבן אפט געקוקט אויף די בעלי שם אלס שארלאטאנען, זענען זיי אין די אויגן פון דעם פאלק געווען הייליגע מענטשן וואס האבן געברענגט האפענונג און היילונג אין שווערע צייטן.
צו באקומען די ארטיקלען גלייך אין דיין אינבאקס, שיק אן אימעיל צו yidstack@gmail.com, אדער שרייב דיך איין דא.
צו זען די ארכיוון: yiddish.substack.com.
געשיכטע
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 23, 2026 8:00 pm
x 25
פארבינד זיך:

הלל בעל שם

פאוסט דורך געשיכטע »

אין יאר 1993 האט דער היסטאריקער פּראפעסאר יוחנן פּעטראָווסקי-שטערן אנטדעקט אין דער ווערנאַדסקי ביבליאטעק אין קיעוו א מאנוסקריפּט וואס האט געעפנט א פענסטער צו די וועלט פון בעלי שם. דער ספר, וואס ווערט גערופן "ספר החשק", איז געשריבן געווארן דורך א מאן מיט'ן נאמען הלל בעל שם, וועמען טייל פארשער רופן היינט, מיט א געוויסער מאס איראניע, דער "בעל שם רע". דער ספר אנטהאלט בערך 760 זייטן געשריבן אין אן אשכנזישן כתב-יד פונעם 18טן יארהונדערט. דאס איז נישט קיין למדנ'ישער ספר, נאר א פּראקטישער האנט-בוך פאר א בעל שם, פול מיט קמיעות, סגולות, און אינסטרוקציעס פאר כישוף.

ווער איז געווען הלל בעל שם?

לויט די אויטאביאגראפישע דעטאלן אינעם ספר, איז הלל געבוירן געווארן אין פוילן אדער אוקראינע בערך אין דער זעלבער צייט ווי דער בעל שם טוב (ארום יאר ת"ס). ער איז געווען א וואנדערנדיגער "בעל שם" וואס האט געלעבט אין די זעלבע געגנטן ווי דער בעל שם טוב, באזוכנדיג פילע קהילות אין פאדאליע, וואהלין, בעהמען און בוקאווינע. ער האט געלערנט קבלה מעשית ביי ר' צבי הירש פון מעזריטש און מעדיצין ביי דאקטוירים ווי ד"ר ר' אברהם יצחק חזק (פאָרטיז).

זײן "ספר החשק" איז א מאסיווער ווערק פון 760 זײטן, אנגעפילט מיט כישופים, קמיעות, און פּראקטישע עצות פאר כמעט יעדער צרה. ער שרײבט וועגן היילן קראנקע קינדער, אפּשטעלן מגיפות, היטן הייזער פון גנבים און פײער, און אפילו ווי אזוי צו אידענטיפיצירן א גנב דורך רעדן צו אַ "הומאָנקולוס" (אַ קליין מענטשעלע) אין א פלאש.

הלל האט זיך באטראכט אלס א מומחה אין פראקטישער קבלה, אבער אנדערש ווי דער בעל שם טוב, האט ער זיך נישט באשעפטיגט מיט גייסטישע תורות אדער דביקות. זיין גאנצע וועלט איז געווען פול מיט שדים, רוחות, און כוחות הטומאה. ער האט נישט מורא געהאט צו נוצן "שמות הטומאה" כדי צו באקעמפן מגיפות, אדער היילן קראנקע קינדער. אנדערש ווי דער בעל שם טוב, וואס האט געזוכט צו הייבן די וועלט צו קדושה, האט הלל גענוצט די כוחות פון דער "סטרא אחרא" פאר פּראקטישע צילן.

ער האט געגלייבט אז שדים געפינען זיך איבעראל און אז מען מוז וויסן ווי אזוי צו קעמפן מיט זיי מיט זייערע אייגענע סודות. זײן ספר רעקאמענדירט אפילו קמיעות צו שטערן די שלום-בית צווישן א מאן און ווײב אדער צו שיקן שלעכטע כוחות אין יענעמס הויז.

דער דיבוק-פארטרייבונג אין אוסטראה

איינע פון די מערסט דראמאטישע געשיכטעס אין "ספר החשק" איז וועגן א פרוי אין דער שטאט אוסטראה וואס איז געווען באזעסן מיט א "רוח רעה" (דיבוק) אין אלול יאר תצ"ג. הלל שרייבט מיט אן אומגעווענליכער אפנהארציגקייט אז די קהילה אין אוסטראה האט אים קנאפ רעספעקטירט און אים אפילו באליידיגט.

הלל דערציילט אז דער רוח אליין אינעם פרוי'ס קערפער האט אנגעהויבן רעדן צו הלל און אים פאקטיש געגעבן אנווייזונגען וויאזוי אים ארויסצוטרייבן, זאגנדיג אז דער בית הכנסת אין אוסטראה איז צו נאנט צו א "טומאה-ארט" (א קירכע) און דעריבער קענען די הייליגע שמות נישט פועל'ן. דער רוח איז געווען די נשמה פון א משומד וואס איז געשטארבן א שרעקליכע טויט. נאך זעקס טעג פון השבעות און תקיעת שופר, איז דער רוח ארויס פון דער פרוי'ס קליינעם פינגער אויף דער לינקער פוס. דאך באשרייבט הלל זיין מיסיע אלס א טיילווייזער דורכפאל, ווייל די פרוי איז געבליבן בלינד אין איין אויג.

זיין קאמף קעגן דרוקן ספרים

הלל איז געווען שטארק באליידיגט פון אנדערע בעלי שם וואס ער האט אנגערופן "חסידים שקרנים". ער האט געהאלטן אז זיי זענען שארלאטאנען וואס זוכן נאר געלט און נוצן פאלשע קמיעות. ער איז געווען באזונדערס אקעגן דעם וואס מען האט אנגעהויבן דרוקן קבלה-ספרים מיט סגולות אין שטאט זאלקווא; אין יענער צײט זענען געווארן פּאפּולער קליינע ספרי-סגולות וואס יעדער האט געקענט קויפן ביליג. הלל האט געהאלטן אז דאס מאכט די קבלה פאר עפעס ביליג וואס יעדער "ארחי ופרחי" קען קויפן און נוצן אָן פארשטאנד און ווערן פּלוצים א "בעל שם". ער האט געוואלט אז זײן ספר החשק זאל דוקא בלײבן א סודות'דיגער מאנוסקריפּט וואס זאל בלויז איבערגעגעבן ווערן פאר "צנועים".
צו באקומען די ארטיקלען גלייך אין דיין אינבאקס, שיק אן אימעיל צו yidstack@gmail.com, אדער שרייב דיך איין דא.
צו זען די ארכיוון: yiddish.substack.com.
שרייב פאוסט