בירגערברויקעלער זאַל, מינכן, דייטשלאנד, נאוועמבער 8, 1939
מיט א צאפלדיגן הארץ האט געארג עלצער זיך ארויסגעשלייכט פון זיין באהעלטעניש אינעם סטארעדזש צימער, אנגעצינדן דעם האנט-לאמפ, און געמאכט זיין וועג אין דער פינצטערניש צום הויפט זאל.
א שטאקיגער שטילקייט האט געהערשט אינעם זאל, און יעדע טריט זיינע האט זיך געהערט צו אים ווי עס קען אויפוועקן די טויטע. פארזיכטיגערהייט האט ער ארויפגעשפאנט אויפ'ן פלאטפארמע, זיך אפגעשטעלט ביי דעם גרויסן זויל וואס געפינט זיך פונקטליך הינטער דעם ארט וואו דער פירער פלעגט שטיין יעדעס יאר, און נאכן אראפגעלייגן זיינע געצייג האט ער זיך גענומען צו דער ארבעט.
עלצער האט שוין גוט געקענט דעם רוטין. ס'איז שוין איבער 30 נעכט נאכאנאנד וואס ער טוט דאס זעלביגע. אבער היינט איז די גורל'דיגע נאכט: מארגן גייט דא היטלער געבן זיין יערליכע רעדע.
ער האט אראפגענומען די האלצערנע ברעטער וואס האבן באדעקט דעם אויסגעהוילטן זויל, ארויסגעשלעפט די באמבע וואס איז שוין געליגן אינעווייניג, און צוגעטשעפעט צוויי צייט-זייגערס דערצו - זיכער צו מאכן אז אויב איינס ארבעט נישט וועט דער צווייטער איבערנעמען. ער האט צוריקגעשטעלט דעם באמבע אינעווייניג אינעם ליידיגן חלל, און אנגעשטעלט די זייגערס אויף פונקטליך 9:20 ביינאכט - ווען די רעדע האט געזאלט האלטן ביי איר קלימאקס.
ווי יעדע נאכט, האט ער פאכמאנישערהייט צוריקגעשטעלט די האלצערנע פאנעלן אז אפילו א געניט אויג זאל נישט אויפכאפן עפעס מאדנע, ער האט אפגעווישט דאס לעצטע ברעקל שטויב פונעם פלאטפארמע, צוריקגעלייגט זיינע געצייג אין זיין רענצל, און זיך ארויסגעשארט פונעם זאל צו דער קאלטער מינכנער נאכט.
אויב אלעס גייט מארגן ווי דער פלאן, וועט היטלער צוזאמען מיט צענדליגער נאצי-פירער - אריינגערעכנט היינריך הימלער, הערמאן גאורינג און יאזעף געבעלס - ארויפגיין אין פלאמען.
ווער איז געארג עלצער?
יאהאן געארג עלצער איז געבוירן געווארן אין 1903 אין דאס דערפל הערמארינגען, א קליין דערפל אין דרום-מערב דייטשלאנד, אלס דאס ערשטע קינד צו זיין פאטער לודוויג און מוטער מאריא. קורצליך נאך זיין געבורט האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן צום פארהעלטניסמעסיג גרעסערן שטעטל קעניגסבראן.
געארג עלצער
זיין טאטע איז געווען א האלץ-פארקויפער און פארמער, אבער ער איז געווען צוגעבינדן צום ביטערן טראפ. דאס האט צוגעברענגט אז דער מצב אין שטוב איז געווען אנגעשטרענגט, און געארג, אלס דער עלטסטער קינד, האט כסדר געדארפט איבערנעמען די לייצעס אינדערהיים און זיכער מאכן אז ס'פארט אויף גלייכע רעלסן.
געארג איז געווען א צוריקגעצויגנער טיפ, אבער פון יונגווייז אן האט שוין זיין בליציגקייט ארויסגעשיינט. ער האט געקענט קוקן אויף סיי וועלכע מאשין און גלייך ארויסהאבן וויאזוי עס אפערירט, און האט שנעל ערווארבן א נאמען ביי זיינע ארומיגע אלס אן אויסגעצייכנטער פאכמאן.
ווען ער איז עלטער געווארן איז ער אויף די געבעט פון זיין פאטער אריין אין די האלץ-אינדוסטריע, און צווישן די יארן פון 1917 ביז 1922 האט געארג זיך געלערנט צו זיין א סטאלער. ער איז געווען א גאר פלייסיגער סטודענט, און זייענדיג דערצו א פערפעקטציאניסט, איז ער שנעל געווארן גאר פראפעסיאנעל אין זיין פעלד.
אום 1926 איז ער אריבערגעגאנגען ארבעטן ביי א גרויסער פאבריק אין היידענהיים, וואו זיין טישלעריי פאך איז אים שטארק צונוצגעקומען. ער האט אנגעהאלטן דארט זיין שטעלע ביז 1929 ווען ער האט געטוישט ארבעט צו א זייגער פאבריק אין קאנסטאנץ — א דייטשע שטעטל הארט נעבן דעם שווייצן גרעניץ.
געארג'ס פאליטישע אנשויאונגן זענען געווען לינק און האט געשטיצט די דייטשע קאמוניסטישע פארטיי, אבער ער האט קיינמאל נישט געשאנקן קיין איבעריגע אויפמערקזאמקייט צו פאליטיק.
אלעס האט זיך אבער געטוישט אין 1933.
היטלער קומט צו דער מאכט
אום יאנואר 30 1933, האט דער דייטשער פרעזידענט פאול וואן הינדענבערג געשטעלט היטלער אלס קאנצלער פון דייטשלאנד.
וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן מיט עטליכע מאנאטן פריער - אום נאוועמבער 1932, און די נאצי פארטיי, כאטש וואס זיי האבן אנגעצויגן בלויז 33%, זענען זיי אבער אריינגעקומען דער ערשטער; און נאך אפאר מאנאטן פארהאנדלונגען האט הינדענבערג געשטעלט היטלער אלס קאנצלער - מיט'ן איינרעדעניש אז מ'וועט אים קענען "קאנטראלירן".
דייטשלאנד׳ס עקאנאמישער שטאנד איז געווען גאר שוואך דאן, און היטלער האט פארשפראכן צו פארבעסערן די לאגע פאר די פשוטע בירגער. אלזא אפאר חדשים נאכן איבערנעמען די מאכט, האט ער אנאנסירט עטליכע גראנדיעזע פראיעקט וואס האבן געזאלט ארויסהעלפן דעם דייטשן ארבעטער. צווישן אנדערע האט די רעגירונג געמאלדן איבער די "רייכ'ס-אויטאבאן" און די "רייכסבאַן," נעמליך, צוויי מאסיווע פראיעקטן פון בויען נייע שאסייען און באן רעלסן.
אינדערצייט וואס רוב דייטשן האבן געקויפט די פראפאגאנדע אז היטלער האט ממש איבערגעקערט די עקאנאמיע לטובת די ארבעטס-קלאס, האט עס עלצער גאנץ אנדערש געזען. ער האט געזען ווי די פרייזן טוען נאכאלץ שטייגן, און די באדינגונגען פון די ארבעטער פארבעסערן זיך נישט.
אבער וואס האט אים די מערסטע באַאומרואיגט איז געווען זיין איבערצייגונג אז דער פירער וועט אריינשלעפן דייטשלאנד אין אומנויטיגע מלחמות, און דאן וועט זיך די ביז יעצטיגע שוואכע עקאנאמיע זיך פילפאכיג פארערגערן.
וואס א יאר ס'איז אדורך, אלץ מער האט זיך עלצער איבערצייגט אז היטלער וועט גיין אין קריג, און אלץ מער איז זיין האַס צום פירער געוואקסן.
דאס לעצטע נאגל אינעם קאסטן איז אבער געקומען אין אקטאבער 1938 ווען היטלער האט אנעקסירט די סודעטנלאנד אין טשעכסלאוואקיע. מער האט עלצער נישט געדארפט, ער האט שוין נישט געברויכט קיין איבערווייז אז דער פירער וועט אנהויבן א וועלט מלחמה, און ער האט באשלאסן צו נעמען שריט.
עלצער האט זיך פלייסיגערהייט אריינגעווארפן אין זיין נייע מיסיע אפצושטעלן היטלער, און זיך גענומען זוכן א פאסיגער געלעגנהייט ווען אים אומצוברענגן. דאס אז ער איז געווען אן איינפאכער סטאלער האט אים נישט אפגעשטעלט. ער איז געווען אנטשלאסן צו פארמיידן די בעפארשטייענדע בלוט-באד וואס ער איז געווארן איבערצייגט אז דער פירער וועט אנברענגן.
ס'האט אים נישט גענומען לאנג צו טרעפן א געלעגנהייט.
די יערליכע רעדע
אום נאוועמבער 1938, האט עלצער געמאכט זיין וועג קיין מינכן, צום בירגערברויקעלער ביר-זאל, וואו דער פירער פלעגט אפהאלטן א יערליכער ברייט געדעקטער רעדע אפצוצייכענען דער יארטאג פון זיין דורכגעפאלנער פוטש וואס ער האט דורכגעפירט אין 1923 (אום נאוועמבער 8 1923, האט היטלער - דער פירער פון די-דאן-קליינע נאצי פארטיי - אריינגעשטורעמט אינעם בירגערברויקעלער מיט א רעוואלווער, געשאסן אין דער לופט, און פראקלאמירט אז די רעגירונג איז געפאלן. אינדערצייט וואס דער פוטש איז טאקע דורכגעפאלן און היטלער איז געגאנגען זיצן, האט אבער דאס געמאכט פאפולער איבער'ן גאנצן לאנד. אלזא צום יעדן יארטאג, פלעגט היטלער צוזאמען מיט די אלטע נאצישע קאלעגעס פון יענע צייט צוריקקומען קיין מינכן אינעם זאל, און דער פירער פלעגט האלטן א דרשה פאר די אלטע גווארדיע נאציס).
צום באשטימטן טאג פונעם רעדע איז עלצער אנגעקומען צום זאל, און ער האט זיך אריינבאקומען אינעווייניג. ער האט גלייך באמערקט אז די וואַך איז גאר נאכגעלאזט, און נאכן זיך ארומקוקן און האבנדיג באטראכט די ווירטשאפט, איז ער געקומען צום אויספיר אז ער האט געטראפן דאס וואס ער האט געזוכט, און אט דא ביים קומענדיגן פייערונג גייט ער אומברענגן דעם פירער.
ווען עלצער האט זיך אהיימגעקערט האט ער זיך גלייך גענומען צו דער ארבעט.
טוישט ארבעט'ס פלאץ
ער האט באשלאסן אז די בעסטע גייט זיין אויב אויף עפעס א וועג פלאנצט ער איין א באמבע אינעם זאל וואס זאל אומברענגן דעם פירער - און אין איינוועגס שוין מיטנעמען די אנוועזנדע הויכראנגקיגע נאציס מיט'ן רויעך. ער האט אבער פארשטאנען אז אויב וויל ער מצליח זיין דארף עס פארבלייבן א שטרענגן געהיימניס וואס קיין איין באשעפעניש טאר זיך נישט דערוויסן.
די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז געווען זיך אפצוזאגן פון זיין ביז יעצטיגער ארבעט. ער האט אין זיין לעבן נישט געהאנדלט מיט באמבעס, און עס האט אים געפעלט די וויסנשאפט וויאזוי צוזאמשטעלן איינס. אויסערדעם, האט ער געדארפט אויפרייס-מאטריאל. צו לעזן די צוויי פראבלעמען, איז ער געגאנגען ארבעטן ביי א פאבריק וואס האט אויסגעהאקט שטיין.
אויפרייסן די שטיין איז געווען א הויפט טייל פון דער ארבעט, און ער האט עס פונדערנאנט שטודירט און באאבאכט. ווען זיינע ארבעט'ס שטונדן זענען געקומען צו אן ענדע, האט ער יעדן טאג ארויסגעשמוגלט קליינע אויפרייס-מאטריאל און באמבע באשטאנדטיילן, און אהיימגעטראגן צו זיין הייזקע וואו ער האט געוואוינט איינער אליין.
די גאנצע צייט וואס ער האט גע'גנב'עט די מאטריאל האט ער עס נישט מיטגעטיילט מיט קיינעם. אלע זיינע פלענער, גנב'ערייען און צוגרייטונגען האט ער געטון אויסדריקלעך איינער אליינס און קיין שום דרויסנדע הילף.
אינדערהיים, האט עלצער אנגעפאנגן צו צוזאמשטעלן דעם באמבע. יעדן טאג האט ער עס געבויט מער און מער, ביז עטליכע מאנאטן שפעטער האט ער זיך דערזען מיט א מאכטפולער באמבע אין זיין באזיץ.
נאכ'ן זיך דערזען מיט׳ן גרייטן באמבע, האט עלצער גענוצט זיין ערפארונג וואס ער האט זיך ערווארבן ארבעטענדיג פאר די זייגער פאבריק, און צוגעטשעפעט צום באמבע צוויי אייגן געמאכטע זייגערס.
א וויילע שפעטער, ווען אלעס האט אויסגעזען גרייט, איז ער געגאנגען צום קומענדיגן פאזע.
עלצער ציט זיך אריבער קיין מינכן
ווען די זומער איז אנגעקומען האט עלצער זיך אריבערגעצויגן קיין מינכן - דער שטאט וואו די רעדע גייט אפגעהאלטן ווערן, און ארויסגעדינגן א שלאפצימער אין א דירה נישט ווייט פונעם בירגערברויקעלער - דער זאַל וואו די געפלאנטע אויפרייס וועט פארקומען.
דעם קומענדיגן טאג, נאכן זיך איינקווארטירן אינעם נייעם וואוינשטאט, איז עלצער אריבערגעגאנגען עסן נאכטמאל אינעם רעסטעראנט וואס האט זיך געפונען אין בירגערברויקעלער. ער האט באשטעלט עפעס זיך צו זעטיגן, און דערווייל זיך אומגעקוקט אויפ'ן הלוך-ילך אינעם זאל.
דעם קומענדיגן אווענט איז עלצער נאכאמאל געגאנגען עסן אינעם בירגערברויקעלער, און אזוי האט זיך איבערגעשפילט א טאג דערנאך, און ווי אויך די נאכפאלגענדע נעכט - ביז עס איז געווארן זיין טעגליכער רוטין צו עסן דארט.
נאך א שטיק צייט האבן די איינגעשטעלטע שוין דערקענט דעם נייעם צוריקגעצויגנעם מאן וואס קומט עסן דארט - און נישט געשאנקן קיין איבעריגע אויפמערקזאמקייט אין זיין ריכטונג. און אויף אט דאס האט ער געווארט.
צוגרייטונגען צום אויפרייס
אין איינע פון די נעכט אין יענע צייט האט עלצער, ווי זיין טעגליכער רוטין, געגעסן נאכטמאל אינעם בירגערברויקעלער. אבער נאכ'ן פארטיגן האט ער אנשטאט אהיימגיין, זיך שטילערהייט ארויסגעשארט פונעם זאל און זיך באהאלטן אין א סטארעדזש צימער אינעם אויבערשטן שטאק וואס ער האט אנדעקט אין איינע פון די נעכט עסנדיג דארט.
ערשט ארום צוועלף אזייגער ביינאכט – ווען דער לעצטער איינגעשטעלטער האט פארלאזט דעם זאל און א שטאקיגע שטילקייט האט געהערשט אינעם בנין – האט ער ארויסגענומען זיינע ארבעטס-געצייג. מיט גאר פארזיכטיגע טריט האט ער צוגעשפאנט צום פלאטפארמע, זיך געשטעלט ביי דעם באשטימטן זויל, און זיך גענומען צו דער מלאכה.
זיין ארבעט איז געקומען באגלייט מיט אויסטערלישע ריזיקעס. ער האט געוואוסט אז אסאך איינגעשטעלטע שלאפן אינעם געביידע, און יעדעס קליין גערויש קען זיין זיין טויט-אורטייל. כדי צו פארמיידן דאס מינדסטע גערודער, האט ער נאר גענוצט פשוט'ע האנט-געצייג. מיט אייזערנע געדולד האט ער געארבעט פאמעליך, אינטש נאך אינטש, ארויסקראצנדיג די הארטע ציגל פונעם זויל.
אזוי פלעגט ער טון נאכט נאך נאכט נאכאנאנד. ער האט אראפגעשרויפט די האלצערנע פאנעלן וואס האבן דעקארירט דעם זויל און אריינגעגראבן אינעם אינעווייניגסטן טייל. פארטאגס, ווען די כוחות האבן אים שוין כמעט פארלאזט, האט ער צוזאמגענומען יעדעס ברעקל ברוכווארג און שטויב און עס פארפאקט אין זיין רענצל, ווי אויך, נישט איבערצולאזן קיין שום שפור, האט ער מיט א נאסע שמאטע אפגערייניגט די פאדאלאגע ביז ס'האט זיך גארנישט אנגעזען.
שפעטער אינעם טאג איז ער ארויסגעגאנגען מיט זיין רענצל און עס אויסגעליידיגט אינעם דערנעבענדיגן טייך.
פאר איבער א חודש צייט האט עלצער איבערגעחזרט דאס זעלביגע, ביז דער לאך אינעם זויל איז געווען גענוג גרויס פאר זיין מאסיווע באמבע.
עלצער האט זיך יעצט גענומען צו די לעצטע – און קריטישסטע – פאזע.
פלאנצט איין דעם באמבע
ווען נאוועמבער איז אנגעקומען, האט עלצער ביסלעכווייז אנגעהויבן אריינצושמוגלען די באמבע-באשטאנדטיילן אינעם בירגערברויקעלער, און זיי ארייגעשטעלט אינעם אויסגעהוילטן זויל אויפ'ן פלאטפארמע.
אין די נאכט פון נאוועמבער 7, איין נאכט בעפאר די רעדע, האט ער - ווי אויבן געשילדערט - געמאכט די לעצטע פראקטישע צוגרייטונגען און אנגעשטעלט די צוויי צוגעטשעפעטע זייגערס. ער האט עס געשטעלט אויפצורייסן אום 9:20 אוונט - זיין חשבון איז געווען פשוט: דער פירער'ס דרשה איז געווען פאררופן אויף 8:00; די טיפישע היטלער-רעדע האט געדויערט 2 שטונדן; אלזא צוואנציג-נאך-ניין וועט היטלער האלטן ביים קלימאקס פון זיין דרשה.
ווי נאר עלצער האט אלעס פארענדיגט האט ער זיך ארויסדערזען פונעם זאל - און ווי זיין פונקטליך-אויספלאנירטן פלאן האט געלויטעט, איז ער ארויף אויף א באן וואס האט געפארן צום שווייצן גרעניץ.
דער גורל'דיגער טאג
שוין פון אינמיטן טאג האט דער בירגערברויקעלער געווירבלט מיט הויכראנגקיגע נאצי איינגעשטעלטע און פארטיי מיטגלידער. ארום דריי טויזנט נאצי שישיקעס האבן איבערגעפולט דעם זאל און געפייערט דעם יארטאג פונעם פוטש, ווען אלע קוקן ארויס אויפן הויכפונקט פונעם אווענט - ווען דער פירער אליין וועט אפהאלטן זיין רעדע.
צו שטורמישע אפלאדיסטן און הויכע קלאטשערייען האט היטלער, אום אכט אזייגער, געמאכט זיינע טריט אריין אינעם זאל, און נישט לאנג דערנאך אנגעהויבן זיין רעדע.
אלעס האט געשיינט צו גיין לויט'ן פארגעשריבענעם פלאן.
אבער דאן האט דאס אומפאראויסגעזעענע פאסירט.
היטלער יאגט זיך אהיים
אומבאוואוסט פאר עלצער, איז אנטשטאנען אן ערנסטער לעצט-מינוטיגער טויש אין פלאן. דער וועטער אין מינכן איז געווען א שווערער יענעם אווענט, א געדעכטער נעפל האט באדעקט די שטאט און אירע ארומיגע ראיאנען וואס האט האט פאראוממעגליכט דאס פליען מיט אן עראפלאן. היטלער, וואס איז דאן געשטאנען אין די ערנסטע שטאפלען פון פלאנירונגען איבער אן אינוואזיע אויף פראנקרייך, האט זיך געאיילט צוריקצוקערן קיין בערלין כדי זיך צו טרעפן מיט זיינע גענעראלן און פלאנירן די בעפארשטייענדע קריג. אבער אן קיין לופט-טראנספארטאציע איז ער געווען געצווינגן צו נוצן א ספעציעלע פריוואטע באן, וואס דאס האט באדייט א לענגערע רייזע. אלס רעזולטאט, האט היטלער געדארפט פארלאזן דעם זאל פריער ווי דער פלאן.
אום 8:00 אזייגער האט ער אנגעהויבן די רעדע, אבער אנשטאט די געווענליכע צוויי-שטונדן, האט ער גערעדט גאר שנעל און קורץ. אום 9:07 ביינאכט — בלויז דרייצן מינוט בעפאר די באמבע האט געזאלט אויפרייסן — האט היטלער פלוצלינג פארענדיגט זיין דרשה.
היטלער איז געווען אין אזא איילעניש, אז ער האט איבערגעהיפט דעם געווענליכן געזעגענעריי פון די אנוועזנדע נאצי-פירער, פארלאזט דעם בנין און זיך ארויסגעלאזט צום באן-סטאנציע.
אזויווי דער פירער האט פארלאזט דעם זאל, האבן די פארטיי שישקעס וואס האבן זיך דארט געפונען אים ארויסבאגלייט און ביז עטליכע מינוט האט דער זאל וואס האט נארוואס געהאט אין זיך די העכסטראנגקיגע דייטשן און עטליכע טויזנט פארזאמעלטע, געשטאנען כמעט אינגאנצן ליידיג.
פונקטליך 9:20 האט א מאסיווער אויפרייס אויפגעטרייסלט דעם בירגערברויקעלער.
די חורבן איז געווען אויסטערליש. דער באמבע האט צעפיצלט דעם זויל און די גאנצע דאך העכערן פאודיום - וואו היטלער איז געשטאנען פאר קוים עטליכע מינוט פריער - האט אראפגעקראכט מיט א מעכטיגן קראפט און באגראבן אלעס דערונטער. אכט מענטשן וואס האבן זיך געפונען אינעם זאל זענען אומגעקומען און איבער זעכציג זענען פארוואונדעט געווארן. אבער דעם הויפט ציל, אדאלף היטלער, האט זיך שוין דארט נישט געפונען.
דער בירגערברויקעלער נאכ'ן אויפרייס
עלצער ביים שווייצער גרעניץ
אינדערצייט וואס מינכן איז געווען אין פולקאמער כאאס, האט זיך עלצער געפונען ביים גרעניץ שטאט קאנסטאנץ. ארום 8:45 יענעם אוונט – נאך בעפאר די באמבע האט בכלל אויפגעריסן – האבן דייטשע גרעניץ-וועכטער אים אפגעשטעלט פאר א רוטינע אויספארשונג צוליב וואס זיין פאס איז געווען אפגעלאפן און אים דורכגעזוכט די טאשן, און זיי האבן דארט געפונען א קארטל פונעם בירגערברויקעלער און באשטאנדטיילן פון א צינדער.
אינצווישן האט די נייעס פונעם מארד-פרואוו דערגרייכט דעם גרעניץ און די וועכטער האבן גלייך צוזאמענגעשטעלט איינס און איינס. עלצער איז איבערגעגעבן געווארן צו געסטאפא און נאך טעג פון שווערע פייניגונגען האט ער זיך געבראכן און מודה געווען אז ער האט דורכגעפירט דעם אטענטאט.
היטלער'ס רעאקציע און די געסטאפא אויספארשונג
ווען די באריכטן איבער עלצער'ס ארעסט ביי די גרעניץ זענען אנגעקומען צו די העכסטע פענצטער פונעם רייך, האבן די הויפט נאצישע פירער, אריינגערעכנט היטלער און היינריך הימלער, פשוט נישט געקענט באגרייפן וויאזוי א פשוט'ער טישלער האט באוויזן דאס אוממעגליכע איינער אליין. זיי זענען געווען הונדערט פראצענט איבערצייגט אז עס מוז זיין די מייסטער-ארבעט פון די בריטישע שפיאנאזש אגענטורן, און אז עלצער איז בלויז דאס שיק-יונגל. די געסטאפא פייניגער האבן אים אויסגעפארשט מיט ברוטאלע מיטלען פאר טעג נאכאנאנד, זיך בעטנדיג און פארלאנגענדיג ער זאל ארויסגעבן זיינע "שותפים" און אונטערשטיצער.
אבער עלצער האט זיך געהאלטן ביי זיינס: ער האט דאס געטון איינער אליין. כדי איבערצוצייגן די געסטאפא, האט ער אפילו פארלאנגט מאטריאל און געצייג, און אינעם טורמע האט ער איבערגעבויט א פונקטליכע מאדעל פון זיין קאמפליצירטע צוויי-זייגערדיגע באמבע.
א פארטיגע באמבע, גענוי ווי דאס וואס ער האט גענוצט אינעם בירגערברויקעלער, וואס עלצער האט צוזאמגעשטעלט פאר זיינע אויספארשער
זיין טראגישע ענדע
טראץ זיין שולד, איז עלצער נישט גלייך הינגעריכטעט געווארן. היטלער האט געהאט אנדערע, מער פראפאגאנדיסטישע פלענער פאר אים. ווי נישט ווי, אן איינפאכער דייטשער בירגער זאל אים ווילן אומברענגן, שטימט נישט מיט די אפיציעלער פראפאגאנדע אז די דייטשע מאסן זענען אלע גלייכליך פאר'כישופ'ט פאר היטלער. צוליב דעם איז די פארארדענונג געקומען אז מען זאל אים אפגעהיטן אלס א "ספעציעלער געפאנגענער", און מ'האט אים געהאלטן אין זאקסענהאוזן און שפעטער אינעם דאכוי קאנצענטראציע לאגער.
דער פלאן פונעם פירער איז געווען אים צו האלטן ביים לעבן ביז נאכ'ן גרויסארטיגן "זיג" אינעם קריג, וואו מען וועט אים נוצן אין א מאסיוון און סענזאציענאלן "שוי-פראצעס" אלס דער הויפט-שולדיגער אין דינסט פון די בריטישע פיינט, און הערשט דאן וועט מען אים הינריכטן.
קוים א חודש פאר דער ענדע פונעם קריג, ווען די צוזאמפאל פונעם רייך איז נאר געווען א שאלה פון צייט, האט מען אויף דעם דירעקטן באפעל פון די הויכע פענסטער דערשאסן עלצער צום טויט.
עפילאג
געארג עלצער איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט פרובירט אומצוברענגן היטלער. אום יולי 20, 1944, איז פארגעקומען דער סאך-מער-בארימטער אטענטאט, ווען גענעראל שטאופענבערג האט אריינגעברענגט א רענצל-באמבע אינעם קאנפערענץ צימער וואו היטלער האט געהאלטן א זיצונג מיט זיינע גענעראלן און עס געלייגט צופוסענס פונעם פירער, און ווען נישט אן אנוועזענדער אפיציר האט מינוטן פארדעם אוועקגערוקט דעם באמבע, וואלט ווען היטלער זיכער געשטארבן אויפ'ן פלאץ.
אבער אנדערש ווי עלצער, איז די אויפרייס אין 1944 פלאנירט און אויסגעפירט געווארן דורך הויכראנגקיגע גענעראלן, נישט א פשוטער בירגער. ווי אויך, אנדערש ווי אינעם בירגערברויקעלער, איז שטאופענבערג'ס אטענטאט פארגעקומען ווייניגער ווי א יאר איידער'ן סוף פונעם קריג - און אפילו אויב ס'געלונגט ווען, וואלט ווען היסטאריע געווען היפש ענליך. ווידעראום עלצער'ס מארד-פארזוך איז פארגעקומען אין 1939 - ביים סאמע אנהויב פונעם מלחמה. וויאזוי ס'וואלט ווען געווען אויב ס'גייט ווען ווי עלצער'ס פלאן איז אוממעגליך צו וויסן, אבער דאס איז זיכער היסטאריע וואלט ווען געווען גאר אנדערש.
דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
Re: דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
סארא פעדער דאס! דו שרייבסט אייזן, כה לחי!
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען, אבער קודם נאדיר א לייק!
Re: דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
וואף! מאסיוו! זייער גוט געשריבן, און אינטערעסאנט!
@ייבי, א קנאקעדיגע התחלה, שטעל דיך אבער ביטע נישט אפ ביי דעם..
@ייבי, א קנאקעדיגע התחלה, שטעל דיך אבער ביטע נישט אפ ביי דעם..
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
יישר כח, זייער שיין.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
Re: דער פארגעסענער אטענטאט: ווען די צווייטע וועלט קריג איז כמעט פארמיטן געווארן
זייער שיין און ציענד, א רייכע פעדער.
די בילדער זענען עפעס צומישט
די בילדער זענען עפעס צומישט