Re: מיליטערישע נייעס

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
נאך אין די סעריע.

פאריגע חודש האט די פענטאגאן געשלאסן א 5.2 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט צו קויפן די Bumblebee V2 קאמיקאזי דראון,פאר די אמעריקאנע ארמיי.
די Bumblebee V2 איז א קאמיקאזי דראון דיזיינט צו אריינקראכן אין עלעמינירן פיינטליכע דראונ’ס.
oar2.jpg
oar2.jpg (30.23 KiB) געזען געווארן 113 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די סעריע.
אין א 2024-2026 קאנטראקט מיט anduril האבן זיי באשטעלט איבער 500 פון זייער אנטי דראון אינטערסעפטער די Roadrunner.
ס’קוקט אויס אביסל ווי דא,
אבער ס’ארבעט מיט ענדזשינס אנשטאט פראפעלערס און אויב די ציל ווערט עלעמינירט קודם דורך אנדערע מיטלען קען ער מאכן א בואו בשלום און צוריק לאנדן און ווערן איבערגענוצט.
5769b611ee1f98af6b5ed02b0a0eb31ed6599318-4000x2660.png
5769b611ee1f98af6b5ed02b0a0eb31ed6599318-4000x2660.png (305.66 KiB) געזען געווארן 109 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
נאך אין די סעריע.
5 טעג צוריק האט זשענעראל דיינעמיקס ארויסגעשטעלט די (Leonidas AGV (Autonomous Ground Vehicle
א נייע סארט אנטי דראון פארטיידיגונג סיסטעם,
די סיסטעם באשטייט פון א פארד F-600 טראק מיט פולע AI סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע,
און ס’האט א סיסטעם וואס שיסט ארויס מיקראוועיוו שטראלן, וואס קען פארברענען די עלעקטאראניקס פון א גאנצע פלאטע דראונס אויפאמאל,
אנדערש פון לעיזער וואס מ’דארף אראפשיסן יעדע דראון עקסטער.
LAGV.jpeg
LAGV.jpeg (207.78 KiB) געזען געווארן 106 מאל
69c27b36903168c7a671625f_Leonidas_AGV_Gram_Exterior_Mar_2026_2_ldgx2g.jpeg
69c27b36903168c7a671625f_Leonidas_AGV_Gram_Exterior_Mar_2026_2_ldgx2g.jpeg (180.76 KiB) געזען געווארן 106 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די סעריע.
אזוי ווי באריכטעט דא איבער די JLTV טרעקל, האט די ארמיי אויך אזא סארט סיסטעם באזירט אויף די ’סטרייקער’, א 8 רעדל’דיגע טרעקל גענוצט פאר לאגיסטיקס אויפן שלאכטפעלד.
די סיסטעם ווערט גערופן די Short-Range Air Defense (M-SHORAD) און האט שוין די Increment 1, 2 און יעצט ארבעט מען אויף Increment 3,
די סיסטעם נעמט אריין א 360 דעגרי ראדאר, פארגעשריטענע סענסערס,א 50 קילא-וואט לעזער סיסטעם, א 30 מ"מ טשעין גאן, סטינגער מיסילס, ועוד.

די ספעציפישע Increment 3 וועט טוישן די אטאמאטישע גאן צו די מער פונקטליכע סארט די Multi-Mode Proximity Airburst) XM1223 MMPA)
און וועט ריפלעיסן די סטינגער מיסילס מיט די נעקסט זשענערעישן שארט רענדזש אינטערסעפטערס (NGSRI),
און ס’איז ערווארטעט אריינצוקומען אין פולע באנוץ צוביסלעך צווישן 2026 און 2028
M-SHORAD-testing-scaled-e1718717831663-2048x1154.jpg
M-SHORAD-testing-scaled-e1718717831663-2048x1154.jpg (252.35 KiB) געזען געווארן 102 מאל
57484c5c17bda70a1155b04dbb2b568072b56a30.jpeg
57484c5c17bda70a1155b04dbb2b568072b56a30.jpeg (313.81 KiB) געזען געווארן 102 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
נאך אין די סעריע.
די JIATF-401, א טעסק פארס וואס געבט זיך אפ מיט די פראדוצירן און אנטוויקלען די אלע אנטי דראון סיסטעמס,
האט פאריגע וואך געשלאסן א 2.4 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט מיט די איזרעילי קאמפאני SmartShooter,
צו קויפן 210 שטיק פון די "Smash 2000LE" א קליינע 1.63 פונטיגע מאשינדל וואס מ’אינסטאלירט אויף א פשוט'ע מיליטערישע רייפל,
און ס’דיטעקט טארגעט’ס, מ’סעלעקט א טארגעט, מ’ציט די טריגער און די מאשין טוט די איבריגע,
ס’שיסט גאר פונקטליך, און מאכט זיכער אז יעדע איינציגסטע קויל טרעפט אין ציל.
smash-2000-sight.jpg
smash-2000-sight.jpg (159.87 KiB) געזען געווארן 98 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך אין די סעריע.
יאנואר 8 האט די אמעריקאנע עירפארס געמאלדן אז זיי האבן אוועקגעשטעלט Point Defense Battle Lab)PDBL),
א לאבאטאריע אין די Grand Forks עירפארס באזע אין נארט דעקאטע,
די לאבאטאריע וועט זיך אפגעבן מיט צואיילן די אנטוויקלונג און טעסטינג פון נייע פארטיידיגונג סיסטעמס דיזיינט פאר ביליגע אנטי דראון דיפענס,
ספעציעל צו באשיצן אמעריקאנע באזעס.
אריינגערעכנט מאשין גאנס און קלענערע 20 קילאוואט מאביל לעיזער סיסטעמס געאייגנט צו שנעל דעפלויען ארום מיליטערישע באזעס,
ווי אויך ספעציעלע AI געטריבענע ראדארן געמאכט אויפצוכאפן די חילוק צווישן פייגל און קליינע דראונ’ס.
ווי אויך וועט אין די באזע דורכגעפירט ווערן צענדליגע לייף עקסערסייזעס במשך די קומענדיגע יאר.
Grand_Forks_AFB_ND_-_17_Sep_1997.jpg
Grand_Forks_AFB_ND_-_17_Sep_1997.jpg (109.67 KiB) געזען געווארן 239 מאל
א בליק פון די הייעך אויף די Grand Forks עירפארס באזע.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
בראזיל האט געמאלדן אז זיי האבן געפארטיגט די פראדוקציע פון די ערשטע לאקאל פראדוצירטע פייטער זשעט.
די רעדע איז פון די שוועדישע F-39 E gripen א 4.5 זשענערעישן מולטי-ראל פייטער זשעט פראדוצירט דורך די שוועדישע קאמפאני Saab.

ברזיל האט געשלאסן א אפמאך מיט זיי צו פראדוצירן לאקאל אין בראזיל 36 פון די פייטער זשעטס פאר די בראזיליאנע עירפארס
מאכנדיג בראזיל איינע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט צו אליין פראדוצירן פייטער זשעטס.
F-39-GRIPEN-FAB.jpg
F-39-GRIPEN-FAB.jpg (241.03 KiB) געזען געווארן 236 מאל
BSP_9643-JDW-15275.jpg
BSP_9643-JDW-15275.jpg (32.82 KiB) געזען געווארן 236 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
די יאפאנעזע נעווי האט גענדיגט אפגרעידן איר ערשטע דעסטרויער,
אז ס’זאל קענען שיסן טאמהאק קרוז מיסילס,
ווערנדיג די ערשטע יאפאנעזע שיף מיט די מעגליכקייט צו אטאקירן ווייטער פון 1000 מייל.

יאפאן האט פאראיאר געשלאסן קאנטראקט צו קויפן ארום 400 טאמהאק קרוז מיסילס,
און פלאנירט אויסצושטאטן נאך פון אירע דעסטרויערס מיט די מעגליכקייט.
220426-N-N0831-0001.jpeg
220426-N-N0831-0001.jpeg (57.62 KiB) געזען געווארן 231 מאל
א זאמוואלט קלאס דעסטרויער ביים לאנטשן א טאמהאק מיסיל
ddg-1000-elmo-zumwalt-class-destroyer-08.jpg
ddg-1000-elmo-zumwalt-class-destroyer-08.jpg (164.97 KiB) געזען געווארן 231 מאל
מער א דראמאטישע בילד (AI)
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
די אינדיע עירפארס האט געמאלדן א פלאן צו בויען 4 סקוואדראנ’ס פון די Ghatak סטעלט דראון,
יעדע סקוואדראן וועט באשטיין פון ארום 15 דראונ’ס ברענגענדיג צו א סך הכל פון ארום 60 דראונ’ס.
די Ghatak דראון איז די ערשטע סטעלט עירקרעפט אין די אינדיע ארסענאלן, דיזיינט מיט א פלייענג ווינג דיזיין,
און איז דיזיינט סיי פאר שפיאנאזש און ס’קען אויך שיסן מיסילס, און גיידעד באמבעס.
Autonomous_Flying_wing_Tech.jpg
Autonomous_Flying_wing_Tech.jpg (129.25 KiB) געזען געווארן 229 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
אוסטראליע האט געמאלדן א 126 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט
מיט OCIUS Technology (א אוסטראלישע ראבאט שיף קאמפאני) פאר נאך 40 שטיק פון די Bluebottle דראון שיף,
צו פארברייטערן זייער פלאטע פון 15 צו 55.

די Bluebottle דראון שיף איז א סורוועילענס שיף וואס ווערט געטריבן פון סאלאר, ווינט, און כוואליע ענערגיע,
וואס געבט עס די מעגלעכקייט צו קענען אפערירן אויפן וואסער חדשים לאנג אן ריפיולינג.

די שיף ווערט אפערירט דורך אוסטראליע, ניו זילאנד, ווי אויך האבן זיי פארקויפט לעצטנס 2 שטיק פאר אמעריקע.
Image-1-Bluebottle-USV.jpg
Image-1-Bluebottle-USV.jpg (62.28 KiB) געזען געווארן 228 מאל
Bluebottle_fleet_sailing.jpg
Bluebottle_fleet_sailing.jpg (38.7 KiB) געזען געווארן 228 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
די דרום קארעא דעפענס דעפארטמענט האט געמאלדן א 4.9 ביליאן דאלער’דיגע פלאן צו בויען די KDDX next-generation destroyer,
די פלאן נעמט אריין צו בויען 6 פארגעשריטענע נעקסט זשענערעישן 6 טויזנט טאניגע דעסטרויערס,
און וועט ארבעטן אויף א עלעקטעריק פראפולשן סיסטעם, וואס מאכט עס שטילער, און לאזט איבער מער ענערגיע פאר אנדערע סיסטעמס ווי לעיזער אד’’ג.
און וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט א סטעלט דיזיין קעגן X בענד און C בענד ראדאר שטראלן (צוויי סארטן ראדארן וואס ארבעטן מיט אנדערע סארט שטראלן)
די שיף וועט יעצט אריינגיין אין די דיטעילד דיזיין פאזע מיט האנדעי און Hanwha Ocean וואס קאנקורירן פאר די קאנטראקט.
dd9d9997dc4a9a1091b61291641e510febf67281.jpg
dd9d9997dc4a9a1091b61291641e510febf67281.jpg (92.06 KiB) געזען געווארן 227 מאל
אולסטראציע פון האנדעי
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
די קאמפאני "גראוויטיקס אינק." (Gravitics Inc.), וועלכע געפינט זיך אין וואשינגטאן סטעיט, האט באקומען א קאנטראקט אין ווערט פון 30 מיליאן דאלאר.
דער קאנטראקט איז געגעבן געווארן פארן דעזיינען, פראדוצירן, צוזאמענשטעלן, און דורכפירן א פלייט-טעסט פון א ספעציעלע סארט ראקעט וואס וועט דינען אלס אן ארביטעל קעריער, פאר די ספעיס פארס.
ד’’מ א סטעישן אין ספעיס וואס האלט רעזערוו סעטעלייטס און דעפלויט זיי אן דימענד, ווי אויך וועט עס האבן ספעיס אינטערסעפטערס צו קענען אינטערסעפטן אינקאמינג מיסילס אדער פיינטליכע סעטעלייטס, א בחינה פון א עירקרעפט קעריער פון סעטעלייטס פאר די ספעיס פארס.
מען ערווארטעט צו ענדיגן די טעסט ביז דעצעמבער 2028.
Z-Q7wXdAxsiBv8SF_gravitics-1.jpg
Z-Q7wXdAxsiBv8SF_gravitics-1.jpg (82.64 KiB) געזען געווארן 226 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
די אמעריקאנע מלחמה דעפארטמענט האט באשטעטיגט א ריזיגע קאנטראקט פאר נארטראפ גראמען, אין ווערד פון 885 מיליאן דאלאר,
פאר די פראדוקציע פון די נייע M1147 פארגעשריטענע מולטי-פערפעס (AMP) טאנק שעלס.

די M1147 איז א פון פאראויס פראגראמירטע 120-מ"מ גיידעד שעל, וואס איז ספעציעל דעזיינט איבערצונעמען דאס פלאץ פון פיר אנדערע סארטן שעלס אויפאיינמאל!

אנשטאט צו דארפן האבן א עקסטערע היי עקספלאסיוו שעל און א עקסטערע שעל וואס לעכערט דורך פאנצערס, וכדומה,
וועט מען מיט איין איינציגע סארט שעל קענען טון די אלע זאכן,
די נייע טעכנאלאגיע ערלויבן פארן טאנק קאמאנדיר צו נוצן דאטא לינק, און באשליסן פונקטליך ווען די שעל זאל עקספלאדירן.
צי איז עס זאל דורלעכערן א בילדינג , אראפצושיסן א דראון, אדער דורכלעכערן א שווערע פאנצער.
M1147.png
M1147.png (126.72 KiB) געזען געווארן 134 מאל
די שעל.
us-department-of-war-signs-framework-agreement-with-northrop-grumman-for-m1147-amp-tank-ammunition.jpg
us-department-of-war-signs-framework-agreement-with-northrop-grumman-for-m1147-amp-tank-ammunition.jpg (55.29 KiB) געזען געווארן 134 מאל
די שעל בשעת’ן פליען, מערקט די צועפענטע פליגלען
size0-full (2).jpg
size0-full (2).jpg (68.11 KiB) געזען געווארן 134 מאל
א עיברעמס טאנק ביים טעסטן די שעל.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

M1147_AMP_Airburst.jpg
M1147_AMP_Airburst.jpg (169.67 KiB) געזען געווארן 132 מאל
די שעל ביים אויפרייסן אין די לופטן (ווערט גענוצט אנטקעגן לופט טארגעט'ס.
M1147_AMP_Wall_Results.jpg
M1147_AMP_Wall_Results.jpg (188.4 KiB) געזען געווארן 132 מאל
די שעל ביים דורכלעכערן א ריאינפארסט קאנקריט וואנט.
M1147_AMP_Impact.jpg
M1147_AMP_Impact.jpg (52.86 KiB) געזען געווארן 132 מאל
די שעל ביים דורכלעכערן א שווערע פאנצער.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
טראמפ האט געמאלדן אז ס’וועט געבויעט ווערן א ריזיגע אונטערערדישע מיליטערישע קאמפלעקס,
אינטער די נייע 400 מיליאן דאלער’דיגע באל רום וואס מ’בויעט יעצט צו, צו די ווייסע הויז.
ווי אויך האט ער געזאגט אז די באל רום וועט זיין א פאנצער פאר וואס ס’וועט זיין באגראבן אינטער דעם.
BALLROOM-5.png
BALLROOM-5.png (326.99 KiB) געזען געווארן 130 מאל
א סקיצע פון די באל-רום ארויסגעשטעלט דורך די ווייסע הויז.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:
א אמיוניציע טעקנישן פאר די מארינס אין א מיליטערישע באז אין קאליפארניע,
איז געווארן אנגעקלאגט פאר גנב’ענען אסאך אמיוניציע,
אריינגערעכנט זשעוועלין אנטי טאנק מיסילס און נאך פילע אנדערע אמיוניציע.
א חלק האט מען געטראפן אין זיין אפארטמענט, און די איבריגע האלטן נאך אויספארשער אינמיטן דערגיין פאר וועם ער האט עס פארקויפט.
original.jpg
original.jpg (120.52 KiB) געזען געווארן 128 מאל
די זשעוועלין אנטי טאנק מיסיל.
(א חג כשר ושמח, צום ווידערזעהן נאך יו’’ט בעז’’ה)
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

דעם פארגאנגענעם דינסטאג איז די מיסטעריעזע "NT-43A" עראפלאן פון די אמעריקאנע עירפארס געזען געווארן ארומפליען אין די פלארידע הימלען, וואו עס האט אנטייל גענומען אין די הכנות פאר נאס’’א’ס לאנג-עווארטעטע "ארטעמיס 2" מיסיע צום לבנה.

די NT-43A איז א גאר געהיימע און אייגנארטיגע פליגער – א מאדיפיצירטע מיליטערישע "בואינג 737-200" מאדעל, און ווערט אויך גערופן די RAT55.
היסטאריש דינט דער פליגער אלס א ספעציעלע פלאטפארמע אין די לופטן וואס האט ריזיגע ראדארן מיט גאר פארגעשריטענע געהיימע סענסארס, צו דיטעקטן און אויסרעכענען סיגנאלן און ראדאר סיגנעטשורס פון סטעלט עראפלאנען צו העלפן די אנטוויקלונג פון סטעלט עראפלאנען וואס ראדארן קענען נישט אויפכאפן.

מען האט געזען דעם "RAT55" ארום פליען העכער מעלבורן, אויפ'ן מזרח ברעג פון פלארידע, א זאך וואס ווערט פאררעכנט אלס גאר אומגעווענליך, וויבאלד געווענליך אפערירט דער "NT-43A" פליגער בלויז ביי די "טאנאפא" טעסט רעינדזש לופטפעלד אין נעוואדא, אויך גערופן עריע 51 א גאר געהיימע און פארזיכערטע מיליטערישע באזע וואס איז באקאנט מיט אירע געהיימנוספולע פליגער פראגראמען.
מען זעט אים אפט ארום "עריע 51" אין נעוואדא און ביי די "עדוואורדס" עיר פארס בעיס אין קאליפארניע, וואס זענען ביידע וויכטיגע צענטערן פאר מיליטערישע טעסטס, אבער אז מען זאל אים זען ערגעץ אנדערש איז א גאר זעלטענע זאך.

די באמערקן די RAT55 עראפלאן אין די הימלען איבער מעלבורן איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס אנליין טרעקינג דאטא האט געוויזן א פלייט מיט'ן קאל-סיין NASA522.
די טרעקינג אינפארמאציע האט אנגעוויזן אז דער עראפלאן איז ארויסגעפלויגן פון די מעקדיל לופט-באזע (MacDill Air Force Base) וואס געפינט זיך צו דרום-מערב און ס’איז ארומגעפלויגן אין די רעסטריקטעד לופט-שטח ארום "לאנטש קאמפלעקס 39B" ביים קענעדי ספעיס צענטער, פאר'ן צוריקפליען קיין מעקדיל.
ווי אויך איז די פליגער איז בטעות אידענטיפיצירט געווארן אלס א C-130 טראנספארט פליגער, אבער מען קען גלייך דערקענען דעם פליגער אפילו פון דערווייטנס, צוליב זיין מאדנע נאז און די ריזיגע ראדאר-חלקים וואס שטעקט ארויס פונעם הינטערשטן חלק פונעם פליגער.

(די ארטעמיס 2 איז ארויסגעפלויגן פון לאנטש קאמפלעקס 39B אפריל דער ערשטער, די ראקעט האט טראנספאטירט פיר אסטראנאטן אינאיינעם מיט אן "אריאן" קאפסול אריין אין ספעיס פאר א רייזע וואס האט גענומען ניין-און-א-האלב טעג, און האט געלאנדעט אין די פאסיפיק אקעאן פרייטאג ארום נאכמיטאג ארום 5:00 לאקאלע צייט.
די מיסיע איז די ערשטע מאל וואס מענטשן רייזן צום לבנה זינט "אפאלא 17" אינעם יאר 1972, כאטש די ארטעמיס 2 מאנשאפט וועט נישט לאנדן אויף די לבנה זעלבסט.
און אנשטאט דעם וועלן זיי פליען דערנעבן, מיט'ן ציל צו ברעכן א נייע רעקארד פאר די ווייטסטע שטרעקע וואס מענטשן האבן אמאל געפארן אוועק פון די וועלט.
דער ציל איז געווען צו דערגרייכן 252,000 מייל, וואס איז בערך 4,000 מייל ווייטער פונעם יעצטיגן רעקארד וואס איז געווארן אוועקגעשטעלט דורך די מאנשאפט פון די דורכגעפאלענע "אפאלא 13" לבנה מיסיע אין יאר 1970.
דער הויפט ציל פון די ארטעמיס 2 מיסיע איז צו העלפן אנגרייטן דעם באדן פאר קומענדיגע מיסיעס צו לאנדן אויף די לבנה, ווען די ערשטע אזא מיסיע ווערט יעצט ערווארטעט אין יאר 2028.)

נאסא שיקט געווענליך ארויס אנדערע סארט פליגערס צו כאפן בילדער און זאמלען וויכטיגע דאטא בשעת מען שיסט ארויס ראקעטס אין ספעיס. למשל, מען האט נעכטן געזען איינע פון זייערע "WB-57F" פארש-פליגערס פליען נעבן די "Launch Complex 39B" פלאטפארמע, אינאיינעם מיט'ן "NASA522" פלייט.
און עס איז נאכאלץ נישט קלאר פארוואס מען האט אריינגעברענגט דעם "RAT55" פליגער פאר די ארבעט, ספעציעל אז די אמעריקאנער מיליטער, און בפרט די "נעיווי", פארמאגט שוין א גאנצע רייע פליגערס וואס זענען ספעציעל אויסגעשטעלט צו העלפן ביי מיסיל טעסטס.

פונדעסטוועגן, ווי שוין דערמאנט פריער, איז דער "NT-43A" פליגער אויסגעשטאט מיט ספעציעלע סענסארס וואס וואלטן מסתם געווען זייער פאסיג ארויסצוהעלפן ביי א ספעיס לאנטש. וויל אחוץ פון זאמלען אלגעמיינע דאטא, קען דער פליגער מיט זיינע ספעציעלע ראדארן געבן פיל מער דעטאלן איבער פארשידענע חלקים פונעם ראקעט און די קאפסול בשעת'ן לאנטש,
איבערהויפט ווען איינס פון די געווענליכע ארבעט פונעם RAT55 איז איבערצוקוקן די ספעציעלע "קאוטינג" אויף די דרויסענדיגע ווענט פון סטעלט פליגערס דהיינו די ספעציעלע מאטעריאלן און קאוטינגס מיט וואס מ’באדעקט די פליגער איינצוזאפן ראדאר כוואליעס,
און בפרט אזעלכע מאטריאלן וואס באשיצן פון די עקסטרעמע היץ וואס איז גאר קריטיש פאר'ן דיזיין פון ספעיס ראקעטן און קאפסולס.

כאטש וואס די WB-57F פליגער פארמאגט אסאך פלאץ אונטער די פליגלען וואו מען קען אריינשטעלן סענסארס און אנדערע אפאראטן, איז אבער די NT-43A פליגער פיל גרעסער און ברייטער, און עס האט אויך די מעגליכקייט צו האבן ספעציעלע ראדארן אויפן דאך (fairings). דאס קען געבן פאר נאסא די מעגליכקייט צוצולייגן נאך סיסטעמען צו קענען נאכקומען די פארשידענע באדערפענישן פון זייערע מיסיעס אין די צוקונפט.

עס איז אויך כדאי צו באמערגן אז נאסא פארמאגט אינגאנצן דריי אזעלכע WB-57F פליגערס, און איינס דערפון איז געווען פארמישט אין עמערדזשענסי קראך לאנדונג ווי עס האט געלאנדעט אויפן בויך אין יוסטאן טעקסאס דעם פארגאנגענעם יאנואר. מען ווייסט נאכנישט זיכער וואס דער מצב פון יענעם פליגער איז יעצט.
אבער ס’איז מעגליך אז דאס איז די סיבה פון די באשלוס צו נוצן דעם NT-43A פליגער.

די עיר פארס האט שוין א דאקומענטירטע היסטאריע פון העלפן נאסא מיט זייערע מיסיעס צום לבנה דורך ספעציעלע פליגערס,
דורכאויס די 1960'ער און 70'ער יארן האט די עיר פארס צוגעשטעלט הילף פאר די 'אפאלא' פראגראם מיט א פלאטע פון EC-135N פליגערס (באקאנט אלס ARIA), וואס מען האט אויך גענוצט צו נאכקוקן מיסיל טעסטס. די דאזיגע פליגערס האבן זיך דערקענט מיט די ריזיגע ראדארן וואס זענען געווען אינסטאלירט אין זייער נאז. שפעטער האט מען זיי גערופן EC-135E, און זיי האבן ווייטער געדינט פאר פארשידענע פלייט-טעסטס ביז די לעצטע דערפון איז ארויס פון באנוץ אין יאר 2000.

דער פאקט אז מ'האט אויסגעקליבן דעם NT-43A פליגער פאר דעם מיסיע איז עטוואס א חידוש, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס אמעריקאנער מיליטער פארמאגט שוין א גאנצע רייע אנדערע פליגער וואס זענען ספעציעל דעזיינד נאכצוגיין מיסילס און צושטעלן טעכנאלאגישע שטיצע, ספעציעל ביי די יו-עס נעיווי. די סארט פלאטעס ווערן כסדר באנייט מיט פרישע מאדעלן, ווי למשל ווען די נעיווי האט אנגעהויבן נוצן דעם NC-37B פליגער
און זיי האבן אפילו איבערגעמאכטע RQ-4 "גלאבאל האק" דראונ’ס וואס זענען שוין היינט אריינגעמישט אין די ארבעט.

הגם ס'איז א נארמאלע זאך אז מיליטערישע פליגער זאלן ארויסהעלפן ביי נאסא לאונטשעס,
איז אבער נאך אלס נישט קלאר צי דער NT-43A וועט טאקע ווייטער טון אזעלכע סארט דזשאבס אויף א רעגולערן אופן, אדער ס’איז געווען א איינמאליגע זאך,
פונדעסטוועגן זעט מען קלאר אז זיינע פעאיגקייטן ווערן אלס ברייטער און גרעסער,
און דאס איז אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג פאר אזא אלטן פליגער וואס איז פאר אזא לאנגע צייט געווען קלאסיפיצירט און באהאלטן פון די עפנטליכקייט.
nt-43-nasa-space-launch-support.jpg
nt-43-nasa-space-launch-support.jpg (133.95 KiB) געזען געווארן 810 מאל
די RAT55) NT-43A) פליגער פון די עירפארס.
wb-57f-stock-image.jpg
wb-57f-stock-image.jpg (37.32 KiB) געזען געווארן 810 מאל
די WB-57F פליגער פון נאסא.
wb-57f-belly-up-landing-houston.jpg
wb-57f-belly-up-landing-houston.jpg (58.69 KiB) געזען געווארן 810 מאל
די קראך לאנדונג פון די WB-57F צוריק אין יאנואר.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א F-35 האט געקראכט ביי די Nellis Air Force Base אין נעוואדע,
א עירפארס טעסטינג סייט אין די נעוואדע מדבריות ארום ניינציג מייל פון עריא 51
וואו מען טעסט פרישע עראפלאנען און צווישן אנדערע קומט דארט אויך פאר די 'רויטע פאן' טרענירונגען.

דאס איז די פערצענטע קראך פון די F-35 אין די לעצטע 12 יאר, דהיינו פון 2014 ווען ס’איז אריין אין אקטיווע דינסט ביז יעצט,
אלעס צוזאמען האט די F-35 געהאט בלויז 14 קראכן מיט נאר איין פאטאליטעט,
אין האט א ראטע פון 1.6 קראכן פאר יעדע 100 טויזנט שעה וואס די פליגער איז געפלויגן.

אין פארגלײך צו די F-15 אין די ערשטע 12 יאר פון דעוועלאפמענט האט געהאט 25 פאטאלע קראכן,
וואס איז אויסגעקומען 2.36 קראכן פאר יעדע 100 טויזנט פלי שעות.

און די F-16 וואס איז געווען סאך ערגער מיט איבער 100 קראכן אין די ערשטע 12 יאר!
וואס איז אויסגעקומען איבער 3.5 קראכן פאר יעדע 100 טויזנט פלי שעות.

בקיצור, טראץ די אלע קראכן איז די F-35 נאכאלץ פון די מאסט רילייעבל פייטער זשעטס עווער!
NELLIS-F-35-CRASH.jpg
NELLIS-F-35-CRASH.jpg (118 KiB) געזען געווארן 802 מאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

אנאליז:

וואס איז די רויטע פאן טרענירונגען.
די ’רעד פלעג’ טרענירונגען איז א גרויסע עירפארס טרענירונג סעסיע וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 50 יאר זייט 1975, ווי מ’שפילט אויף כאילו עכטע מלחמות,
אזא סעסיע נעמט ארום צוויי וואכן אפאר מאל א יאר, וואס נעמט אריין סיי בייטאג און סיי ביינאכט טרענירונגען
די שטח נעמט אויך אריין חלקים פון יוטא צוזאמען איז עס ארום 36 טויזנט סקווער מייל גרויס,
ס’איז דא צוויי טיעמס, און די שטח האט ארום 1900 עכטע טארגעטס, עיר דיפענס וכ’
ווי אויך נעמט עס אריין אלע סארטן אפאראציעס אריינגערעכנט מיד-עיר ריפיולינג, שפיאנאזש, וכו’
במשך א יאר נעמט עס אריין ארום 500 פליגער און ארום 5000 פערסענאל.
לעצטנס אויך פון אנדערע אליאירטע לענדער.
אין די טרענירונגען דעם אנפאנג יאר האבן אנטייל גענומען ענגלאנד און אוסטראליע,
און בכלל איז דא נאך לענדער אנגעשלאסן אין די פראגראם, ווי די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און סאודי אראביע.
Red_Flag_Logo.png
Red_Flag_Logo.png (95.98 KiB) געזען געווארן 787 מאל
די רעד פלעג לאגא.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די A-10 אטאקע פליגער איז געזען געווארן די ערשטע מאל ביים ווערן ריפיולט אין די לופטן פון א KC-130.
דאס קומט אין א צייט וואס די A-10 איז שוין אויפן וועג צו ריטייערן,
און מיט דעם אלעם האלט מען עס נאך אין איין אפגרעידן מיט נייע מעגליכקייטן.
די ספעציפישע מעגליכקייט פון מיד-עיר ריפיולינג קען שטארק צונוץ קומען פאר אמעריקע אין לאנג רענדזש אפאראציעס אין די פאסיפיק ראיאן,
און געבט פאר אמעריקע נייע מעגליכקייטן ווען ס’קומט צו קלאוז עיר סופארט.
A10-nose-probe-refueling.jpg
A10-nose-probe-refueling.jpg (165.6 KiB) געזען געווארן 776 מאל
די A-10 מיט די נייע נאז פאר מיד-עיר ריפיולינג.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנער נעיווי האט אפגערופן די פלענער צוריק אריינצוברענגען אין באנוץ די 'יו-עס-עס בויסי' (USS Boise), אן אטאקע סובמארין פון די 'לאס אנדזשעלעס' קלאס,
נאך א אכט-יעריגע Overhaul וואס די שלעפט זיך שוין א לאנגע צייט און איז נאכאלץ נישט פארטיג געווארן.
די סיטואציע איז געווארן א סימבאל פון די אנגייענדע שוועריגקייטן וואס די נעיווי האט מיט די גרויסע צאל ארבעט וואס ליגט אנגעזאמלט,
און די באגרעניצטע כוחות פון די אמעריקאנער שיף-בויעריי פלעצער (shipyards).

די נעיווי האט היינט געמאלדן איר באשלוס אינגאנצן ארויסצונעמען די 'בויסי' פון באנוץ, וועלכע איז ארגינעל אריין אין דינסט אין יאר 1992.

אדמיראל דעריל קאדל, דער 'טשיף אוו נעיוועל אפערעישאנס' האט געמאלדן
’נאך א גרינטליכע און דורכגעדרונגענע אנאליז באזירט אויף דאטא, האבן מיר גענומען די שווערע אבער וויכטיגע באשלוס אפצושטעלן די יו-עס-עס בויסי,
די שריט וועט אונז ערלויבן צו שיקן אמעריקע'ס גאר טאלאנטפולע ארבעטער צו אונזערע וויכטיגסטע פריאריטעטן,
צושטעלן די נייע 'ווירדזשיניע' און 'קאלאמביע' קלאס סובמארינען, און פארשטערקערן די גרייטקייט פון די יעצטיגע פלאטע.
מיר האבן אן אחריות צו אונזערע זעלנער און צום לאנד צו מאכן די שווערע באשלוסן, כדי אויפצובויען א מער פעאיגע און גרייטע נעיווי.’ עכ’’ד.
boise-arrives-newport-news-2018.jpg
boise-arrives-newport-news-2018.jpg (124.44 KiB) געזען געווארן 764 מאל
די סובמארין ביים אנקומען קיין נארפאלק ווירדזשיניע פאר איבער 8 יאר צוריק.
(מערקט די מאסיווע גרויסקייט פון די סובמארין, די אנטענעס אליין גאנץ אויבן אויפן דאך נעבן די 2 מענטשן דארט, קוקט אויס צו זיין איבער 2 שטאק הויעך)
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נאך 3 אין די אנטי דראון סעריע:
נייעס:

אין פרישע בילדער פון פוירל הארבער, האוואי. ארויסגעשטעלט דורך די מארין קארפס דעם דארנשטאג,
ווערט געזעהן א נייע אומאידענטיפיצירטע לאונטשער אויף די DDG-120) USS Carl M. Levin) א אמעריקאנע נעווי ארלי בורק קלאס דעסטרויער.

דאס קומט אין א צייט וואס לעצטע יאר זענען געזעהן געווארן אין דער זעלבער לאקאציע אויף צוויי אנדערע ארלי בורק קלאס דעסטרויערס
די USS Bainbridge (DDG-96) און די USS Winston S. Churchill (DDG-81),
אנדערע סארט לאונטשערס וואס קוקט אויס צו זיין א שיף באזירטע ווערסיע פון די Coyote Block 2 launcher, א לאנד באזירטע אנטי דראון סיסטעם פון די ארמיי
פראדוצירט דורך רעיטיאן.

און אויך אין א צייט וואס די אמעריקאנע נעיווי איז יעצט פארנומען צו פראדוצירן און טעסטן
אסאך אנדערע ביליגע אנטי-דראון סיסטעמס אויף פארשידענע מלחמה שיפן,
צו פארשטערקן זייער פארטיידיגונג מעגליכקייטן קעגן די וואקסנדע געפאר פון קליינע דראונס.
(סא מאך דיין אייגענע מסקנא וואס די לאונטשער דארף לכאורה צו זיין...)
uss-carl-levin-mystery-launcher-composite.jpg
uss-carl-levin-mystery-launcher-composite.jpg (211.92 KiB) געזען געווארן 725 מאל
די פרישע בילד פון פוירל הארבער ווי מ’זעט א אומאידענטיפיצירטע לאונטשער אויף די דעק פון די USS Carl M. Levin
Coyote-Drone-Destroyer-CUAS-system.jpg
Coyote-Drone-Destroyer-CUAS-system.jpg (178.42 KiB) געזען געווארן 725 מאל
א בילד פון די זעלבע פארט אין יולי 2025 ווי מ’זעהט די קאיאטע סיסטעם אויף די USS Bainbridge
launcher-comparison.jpg
launcher-comparison.jpg (69.56 KiB) געזען געווארן 725 מאל
א בילד וואס ווייזט די פארגלייך פון די לאנד באזירטע און שיף באזירטע קאיאטע סיסטעמס.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די באכריינע עירפארס (RBAF) האט רעקארדירט די ערשטע Air to air kill ניצנדיג די פארגעשריטענע "בלאק 70" ווערסיע פון די עף-16 ווייפער פליגער,
ווען זיי האבן אראפגעשאסן צוויי איראנער דראונס דורכאויס די איראנע מלחמה.

די בלאק 70 אדער די עף 16 ווייפער איז א 4.5 זשענערעישן פייטער זשעט, א איבערגעמאכטע און פארבעסערטע ווערסיע פון די 4 זשענערעישן עף 16 פייטינג פאלקאן,
פראדוצירט דורך לאקהיד מארטין.

לאקהיד מארטין האט באשטעטיגט די דערגרייכונג אין א פאוסט אויף סאציאלע מידיא, וואו זיי האבן ארויסגעלייגט א בילד פון א באכריינער עף-16 פליגער פונעם "בלאק 70" טייפ, מיט אן אויפשריפט: "אויסגעפרואווט אין קאמף. צוויי פיינטליכע דראונס זענען עלימינירט געווארן."
BAHRAIN-F-16.jpg
BAHRAIN-F-16.jpg (89.05 KiB) געזען געווארן 720 מאל
די בילד.
8332385.jpg
8332385.jpg (117.54 KiB) געזען געווארן 720 מאל
אין די בילד זעט מען א באכריינישע "בלאק 70 ווייפער" קאמף-פליגער וואס טראגט א גאנצע רייע מיט פארשידענע סארטן וואפנס און באמבעס.
אויף די עקן פון די פליגלען זענען דא צוויי "עי-איי-עם-120" (AMRAAM) מיסילס.
אביסל אריינציר אונטער די פליגלען זעהט מען א "עי-איי-עם-9-עקס" (Sidewinder) אויף די לינקע זייט, און א "טעסט פאד" אויף די רעכטע זייט.
נאך מער אריינציר זעט מען 4 500-פונטיגע דזשעי-דעם (JDAM) באמבעס 2 דזשי-בי-יו-38/בי מאדעלן און 2 זשי-בי-יו-54/בי לעיזער גיידעד דזשעי-דעם באמבעס.
אויסער דעם איז דא אן "עי-ען/עי-עי-קיו-33 סנייפער" טארגעטינג פאד וואס איז צוגעטשעפעט צום רעכטן זייט פונעם חלק פונעם פליגער וואס ציט אריין די לופט אין די ענזשין.
(אלע וואפנס וואס מען זעט דא זענען נאר ליידיגע "טרענירונג" מאדעלן וואס ווערן נישט גענוצט פאר עכט)
7728228.jpg
7728228.jpg (96.9 KiB) געזען געווארן 720 מאל
א באכריינישע בלאק 70 עף 16 אין די עדוואורדס עירפארס באזע אין קאליפארניע פארן דערליווערי
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

אפריל 9 - אן אמעריקאנער מיליטערישע "טרייטאן MQ-4C" שפיאנאזש דראון איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די אנליין פלייט-טרעקינג זייטלעך,
נאכדעם וואס עס האט געמאלדן אן עמערדזשענסי אינמיטן פליען איבערן פערסישן גאלף.
פארן פארשוואונדן ווערן, האט מען געזען אויף די מאפעס ווי די דראון פארלירט זייער שנעל אלטיטוד און פאלט אראפ גאר שנעל פון זייער הויך.

די אינצידענט איז געשען בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס אמעריקע און איראן האבן דערגרייכט א פייער-אפשטעל וואס האלט זיך נאך דערווייל אויף הינער פיס.

די פליגער איז געווען אפן צו זען פארן פובליק אויף די טרעקינג זייטלעך פון ווען עס האט איבערגעלאזט די באזע אין איטאליע.
און לויט די דאטא פון די טרעקינג זייטלעך, האט די דראון שוין געהאלטן נאך א דריי-שעה'דיגע רייזע איבערן פערסישן גאלף און דעם סטראיט אוו הארמוז,
און עס האט אויסגעזען ווי עס קערט זיך צוריק צו זיין באזע אין איטאליע. די דאטא ווייזט אז די טרייטאן דראון איז פונקט אריין אינעם לופט-שטח פון סאודי אראביע,
ווען פלוצלינג האט עס געמאכט א שארפע דריי צפון-מזרח, אין די ריכטונג פון איראן.
די מאפעס ווייזן אויך אז די דראון האט אנגעהויבן פאלן גאר שנעל פון זיין נארמאלע הויך פון בערך 50,000 פוס ביז אונטער 10,000 פוס.

אין די מינוטן פארן פארשוואונדן ווערן, האט די דראון ארויסגעגעבן דעם קאוד "7700", וואס מיינט אן עמערדזשענסי מצב אינמיטן פליען.
די קאוד אליין זאגט נאך נישט פונקטליך וואס די פראבלעם איז אדער ווי ערנסט די מצב האלט, נאר איז א כלליות’דיגע עמערדזשענסי רוף קאוד.
עס זענען אויך דא באריכטן וואס זענען נאכנישט באשטעטיגט, אז די דראון האט לכתחילה ארויסגעגעבן דעם קאוד "7400",
א קאוד וואס ווערט גענוצט ווען עס ווערט איבערגעריסן די קאמיוניקאציע צווישן א דראון און די קאנטראלערס אויף די ערד.

זייט דעם יאר 2024 פירן די סארט טרייטאן דראונס כסדר אדורך מיסיעס איבערן מיטל מזרח און אנדערע געגנטער, ארויספארנדיג פון די סיגאנעללא באזע אין איטאליע.

דער MQ-4C טרייטאן דראן איז א ספעציעלע ווערסיע פונעם באקאנטן "RQ-4 גלאבאל האק" שפיאנאזש דראון פון די עירפארס, וואס איז ספעציעל צוגעפאסט פאר לאנגע שפיאנאזש מיסיעס איבערן וואסער, און איז געווארן ספעציעל דיזיינט פאר די נעווי.
פארדעם פלעגט די נעיווי נוצן א געוויסע צאל RQ-4A דראנס, וואס זענען געווען אויסגעשטעלט לויט זייערע געברויכן אלס טייל פונעם BAMS-D פראגראם.
דער פראגראם האט זיך אנגעהויבן נאך אין יאר 2003, מיטן הויפט ציל צו העלפן אריינברענגען די נייע MQ-4 טרייטאן דראונס אין באנוץ.
למעשה האט די נעיווי יא גענוצט די RQ-4 דראונס פאר מיסיעס אין דעם מיטל מזרח און אינדיאנער אקעאן פאר א תקופה פון 13 יאר.
א באקאנטע אינצידענט האט פאסירט אין 2019, ווען איראן האט אראפגעשאסן אזא סארט דראון העכער דעם "גאלף אוו אמאן".

היינט צוטאגס פארמאגט די נעווי 20 פון די MQ-4 דראאנס און ס’איז געפלאנט צו קויפן נאך זיבן שטיק,
די געלט פאר די לעצטע צוויי דראנס איז שוין באשטעטיגט געווארן אין דעם 2024 פיסקאל יאר, ווען יעדער דראון האט דעמאלטס געקאסט אביסל מער ווי 238 מיליאן דאלאר.

ביז דערווייל האט נישט סענטקאם אדער די איראנער רעגירונג ארויסגעגעבן סיי וועלכע אפיציעלע סטעיטמענט איבער דעם פארשווינדענע MQ-4C
mq-4c-sigonella-2024.jpg
mq-4c-sigonella-2024.jpg (75.57 KiB) געזען געווארן 715 מאל
די MQ-4 טרייטאן, ביי די sigonella באזע אין איטאליע.
rq-4-bams-d-drone.jpg
rq-4-bams-d-drone.jpg (98.45 KiB) געזען געווארן 715 מאל
די RQ-4 גלאבאל הוק פון די BAMS-D פראגראם.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 997

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

א פארגעשריטענע 'אינפרא-רעד' סיקער (די אויג פון די מיסיל) פון אן אמעריקאנער 'טאד' (THAAD) אנטי-באליסטישע מיסיל אינטערסעפטאר איז געפונען געווארן אין סיריע כמעט אין א גאנצע און גוטע צושטאנד.
די אינצידענט קען זיין א ערנסטע שפיאנאזש דורכפאל, וואס קען מעגליך ערלויבן פאר שונאים פון אמעריקע צו באקומען קריטישע אינפארמאציע איבער די כוחות פון די 'טאד' סיסטעם, א סיסטעם וואס ווערט שטארק באניצט אין די יעצטיגע קאנפליקט מיט איראן.
די 'טאד' סיסטעם האט אויך געשפילט א גאר וויכטיגע ראלע ביים אפשלאגן פריערדיגע איראנער מיסיל אטאקעס קעגן ארץ ישראל, און עס איז א קריטישע חלק פון די אמעריקאנער מיליטער'ס גלאבאלע מיסיל פארטיידיגונג אינפראסטרוקטור.

א ווידיאו וואס האט אנגעהויבן צירקולירן אויף סאציאלע מידיא, ווייזט די 'טאד' סיקער אינאיינעם מיט אנדערע טיילן פון די אינטערסעפטאר אויף די ערד. לויט די באריכטן איז די ווידיאו געכאפט געווארן נעבן די סירישע שטאט 'סואידא', וואס געפינט זיך אין דרום-מערב טייל פון לאנד, כאטש עס איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן זעלבסטשטענדיג. פונדעסטוועגן, סואידא געפינט זיך בערך 25 מייל צפון פון די ירדן’ע גרעניץ און בערך 55 מייל מזרח פון די גרעניץ פון איזרעיל. און עס קומט אין א צייט וואס די אמעריקאנע מיליטער האט יעצט טאד באטעריעס סטאנציאנירט סיי אין ארץ ישראל און סיי אין ירדן.
THAAD-SEEKER-SYRIA.jpg
THAAD-SEEKER-SYRIA.jpg (138.06 KiB) געזען געווארן 734 מאל
שרייב פאוסט