דער איסור פון ביטול תורה און וואס עס מיינט פאר מיר

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4383

דער איסור פון ביטול תורה און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך אנדערער »

צוויי נושאים וואס קומען פון איין מקור

וואס הייסט ביטול תורה? און וואס מיינט עס פאר מיר?

בין איך מבטל תורה יעדען טאג רוב טאג? בין איך מחיוב צו אייביג האבן א ספר און לערנען יעדע פרייע סעקונדע? שמועסן מיט א חבר איז ביטול תורה?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9270

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

יא
דער ערך שי פון סיגוט איז נישט געבליבן נאך די חופה פון זיינע אייגענע קינדער ווייל עס איז ביטול תורה, דער חפץ חיים האט זיך איינגעהאנדלט סטעפ אין שיך ווייל די סעקונדען וואס עס נעמט צוציבינדן די שיך איז ביטול תורה, אויב עס איז דא אן אנדערע ברירה.

הרבה עשו כר' שמעון בן יוחי ולא עלתה בידן.

נאר מען דארף נוצן שכל.

עס זענען דא גרעסערע מתמידים און עס איז דא וואס די התמדה האט זיי געשאדט, אדער איז עס געקומען פון א אומגעזונטע פלאץ.

שמועסן מיט א חבר איז עבודת ה', אויב רעדט מען וואס עס איז אויסגעהאלטן, טון פאר פרנסה אויף אן אויסגעהאלטענעם פארנעם איז עבודת ה', העלפן אין שטוב איז עבודת ה', גיין אין פארק זיך אויסלופטערן ווען עס פעלט אויס איז עבודת ה'. אא"וו.

דברי תורה צריכים חיזוק, און אונז אלע דארפן זיך שטארקן צו אויסנוצן מער און מער יעדע מינוט, לערנען ספרים און פילעווען אין סיפורי צדיקים וואס צינדן אן די חשק צו לימוד התורה, מינימוזירן ליינען שטותים, נישט סתם שמועסן מיט חברים סתם אין די וועלט אריין ווען מען איז ביכולת צו ענדיגן דעם שמועס איידעלערהייט און גיין לערנען.

פון די אנדערע זייט, ליידן ענקזייעטי פחדים און או סי די וועגן ביטול תורה איז ווייטער נישט קיין מהלך, דאס ברענגט אז איין טאג וועט עס פלאצן און עס וועט זיין א מעכטיגע ביטול תורה. אויב קומט די התמדה מכח אנערקענונג און מיט שמחה און געשמאק, נישט אויפן חשבון פון די אייגענע פליכטן בין אדם למקום ובין אדם לחבירו דאן איז עס געזונט און באלאנסירט בס"ד.

והערום יעשה בדעת.

כ'האב געשריבן אוממסודר, אבער כ'האף אז כ'האב געשריבן ריכטיגע נקודות, און דאס שרייבן איז געווען לתועלת און עס איז נישט געווען קיין ביטול תורה אין די וועלט אריין.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4383

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 2:50 pm
► Show Spoiler
אזוי שנעל געווארפן אסאך צדדים. דאס דארף מען גוט אויסארבעטן

אז דער ערך שי איז נישט געווען ביי די חופה פון זיינע קינדער מיינט עס אז גיין צו א חופה איז א ספק ביטול תורה? איז זיכער אז דאס איז געווען די סיבה?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9270

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 3:18 pm

יא, ער האט געזאגט אז וויבאלד עס איז דא אנדערע וואס זאלן קעיר נעמען ביי די חתונה איז עס שוין נישט די מצוה פון הכנסת כלה פון נאך די חופה, און ער איז געגאנגען לערנען.
אזוי דערציילט מהר"א מסאטמאר
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4383

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 3:23 pm
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 3:18 pm
אזוי שנעל געווארפן אסאך צדדים. דאס דארף מען גוט אויסארבעטן

אז דער ערך שי איז נישט געווען ביי די חופה פון זיינע קינדער מיינט עס אז גיין צו א חופה איז א ספק ביטול תורה? איז זיכער אז דאס איז געווען די סיבה?
יא, ער האט געזאגט אז וויבאלד עס איז דא אנדערע וואס זאלן קעיר נעמען ביי די חתונה איז עס שוין נישט די מצוה פון הכנסת כלה פון נאך די חופה, און ער איז געגאנגען לערנען.
אזוי דערציילט מהר"א מסאטמאר
וואס מיינט עס פאר אונז?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 841
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1690

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך צווייטער »

@אנדערער מראה מקום בעלמא אני לך, עין שו''ע הרב הל' תלמוד תורה ותמצא נחת. קודם וויסן וואס די עיקרי ויסודי הדברים זענען און נאכדעם קען מען אנהייבן קלערן.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9270

Re: די איסור פון ביטול תורה. און וואס עס מיינט פאר מיר

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 3:47 pm וואס מיינט עס פאר אונז?
אז אויב מיינען אונז אמאל אז אונז זענען הויעך אין התמדה, זאלן אונז וויסן אז עס איז נאך דא א מהלך צו גיין...
נישט אז אונז זאלן עס נאכמאכן, אבער איינער וואס האלט דערביי איז עס פארשטענדליך און אונז מעגן צילן אנצוקומען צו אזא מדריגה...
שרייב פאוסט