כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1054

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

ליינט און האט רחמנות.
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

הרב יואל יהושע העשיל בלום מראשי העסקנים נעכטן נאכט ביים חתונה פון בן הרבני הנגיד הטפסר המרומם מגדולי תומכים להצלת ילדי לב טהור מו"ה ר' וואלף ווערצבערגער שליט''א
די מחותן הערט א פונקטליכע באריכט ווי מען האלט, און מיט וואס מען קען אלץ ארויס העלפן.
IMG-20260324-WA0017.jpg
IMG-20260324-WA0017.jpg (16.22 KiB) געזען געווארן 3481 מאל
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15441

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

נעכטן איז פארגעקומען אין גווטאמאלא די געריכט פון
אהרן אריה טעללער הנקרא אב בי''ד און משה יוסף ראוזנער הנקרא ריש מתיבתא וועלעכע בלייבן אויף בעיל ביזן קומעדיגן משפט אין 3 חדשים ארום.
אזןי אויך די געריכט פון יואל ראוזנער וועלעכע איז ארעסטירט געווארן און גלייך ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל ביזן משפט.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גדי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:22 pm
x 34

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדי »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 7:19 pm נעכטן איז פארגעקומען אין גווטאמאלא די געריכט פון
אהרן אריה טעללער הנקרא אב בי''ד און משה יוסף ראוזנער הנקרא ריש מתיבתא וועלעכע בלייבן אויף בעיל ביזן קומעדיגן משפט אין 3 חדשים ארום.
אזןי אויך די געריכט פון יואל ראוזנער וועלעכע איז ארעסטירט געווארן און גלייך ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל ביזן משפט.
קען מען שרייבן מער פרטים ארום די משפט?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15441

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

או להם לבריות מעלבונה של תורה!

אין די מינוטן האבן זיך געענדיגט די געריכט פאר 4 משפחות ראוזנער אין אמעריקע:

ליידער ליידער מוז ארויסגעברענגט ווערן מיט ווייטאג, ביים געריכט איז פארגעקומען א שרעקליכע עלבון התורה ווען מרת משה יוסף ראזנער האט געבעטן די שופט ארויס צו שיקן איר אייגענע טאטע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א וועלעכע איז פרעזענליך אראפ געקומען צו די געריכט, ארויס צו העלפן ראטעווען די דורות פון די שרעקליכע מקום טומאה וזוהמה.

עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווי אזוי די מענטשן וועלעכע באלאנגען נאך צו לב טהור וועלן טון יעדע זאך אפי' נגד התורה, אלעס כדי צו קענען אנגיין מיט די מקום טומאה.

ביי די געריכט האבן זיך באטייליגט די זיידע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א, די פעטער הרב ר' יחזקאל בלום שליט"א, הרב ר' שמואל הערש בלום שליט"א, הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט"א, הרב שלמה זלמן בלום שליט"א, הרב מאיר דוד בלום שליט"א, הרב אשר אהרן בלום שליט"א, און די מומע הרבנית אבראהאם.

די 4 משפחות אויף וועם די געריכט איז היינט געווען זענען פון די וועלעכע זענען אנטלאפן הושענא רבא קיין קאלאמביא, און ווען זיי זענען אנגעקומען צוריק דא קיין אמעריקע האט די FBI אוועק גענומען די קינדער פון צוויי פון די משפחות, די אנדערע צוויי משפחות האבן 2 טאג שפעטער פראבירט צוריק צו אנטלויפן קיין גווטעמאלא, ווען די FBI האט זיי אפגעהאלטן און JFK עירפארט, און אוועק גענומען די קינדער.

היינט איז פארגעקומען די געריכט פאר די משפחות, וואו די שופט האט קלארגעשטעלט אז די עלטערן קענען נישט האבן קיין שום שייכות מיט די קינדער, ווי לאנג זיי גייען נישט אפלאזן די קולט.

כלל ישראל איז מתפלל אז די לעצט פארבליבענע נשמות זאלן בקרוב ארויס געראטעוועט ווערן פון דעם מקום טומאה, זיך פאראייניגן מיט כלל ישראל, און מען זאל שוין בקרוב קענען שליסן דעם ביטערן פרשה.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1322

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 27, 2026 3:50 pm או להם לבריות מעלבונה של תורה!

אין די מינוטן האבן זיך געענדיגט די געריכט פאר 4 משפחות ראוזנער אין אמעריקע:

ליידער ליידער מוז ארויסגעברענגט ווערן מיט ווייטאג, ביים געריכט איז פארגעקומען א שרעקליכע עלבון התורה ווען מרת משה יוסף ראזנער האט געבעטן די שופט ארויס צו שיקן איר אייגענע טאטע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א וועלעכע איז פרעזענליך אראפ געקומען צו די געריכט, ארויס צו העלפן ראטעווען די דורות פון די שרעקליכע מקום טומאה וזוהמה.

עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווי אזוי די מענטשן וועלעכע באלאנגען נאך צו לב טהור וועלן טון יעדע זאך אפי' נגד התורה, אלעס כדי צו קענען אנגיין מיט די מקום טומאה.

ביי די געריכט האבן זיך באטייליגט די זיידע כ"ק הגה"צ אב"ד תולדות רפאל קאשוי שליט"א, די פעטער הרב ר' יחזקאל בלום שליט"א, הרב ר' שמואל הערש בלום שליט"א, הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט"א, הרב שלמה זלמן בלום שליט"א, הרב מאיר דוד בלום שליט"א, הרב אשר אהרן בלום שליט"א, און די מומע הרבנית אבראהאם.

די 4 משפחות אויף וועם די געריכט איז היינט געווען זענען פון די וועלעכע זענען אנטלאפן הושענא רבא קיין קאלאמביא, און ווען זיי זענען אנגעקומען צוריק דא קיין אמעריקע האט די FBI אוועק גענומען די קינדער פון צוויי פון די משפחות, די אנדערע צוויי משפחות האבן 2 טאג שפעטער פראבירט צוריק צו אנטלויפן קיין גווטעמאלא, ווען די FBI האט זיי אפגעהאלטן און JFK עירפארט, און אוועק גענומען די קינדער.

היינט איז פארגעקומען די געריכט פאר די משפחות, וואו די שופט האט קלארגעשטעלט אז די עלטערן קענען נישט האבן קיין שום שייכות מיט די קינדער, ווי לאנג זיי גייען נישט אפלאזן די קולט.

כלל ישראל איז מתפלל אז די לעצט פארבליבענע נשמות זאלן בקרוב ארויס געראטעוועט ווערן פון דעם מקום טומאה, זיך פאראייניגן מיט כלל ישראל, און מען זאל שוין בקרוב קענען שליסן דעם ביטערן פרשה.
און דאס איז אויסערדעם וואס זי הערט נישט אויף אריינפרעדיגן אין אירע קינדער אז איר טאטע איז ריין פון די ערב רב און מען דארף אים נאר אויסנוצן כדי אים צוצושלעפן ער זאל זיך אננעמען פאר זיי
און עס איז איר שוין געלונגען ארויסצושלעפן פון איר טאטע פארגאנגענעם חודש אלול מער פון טויזנט דאלאר קעש דורך וויינען צו אים אז זי איז זייער פארארעמט און מיט די געלט איז זי אנטלאפן קיין קאלאמביע על אפו ועל חמתו וכו' וכו'
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
שעה משחקת לו
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
x 187

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעה משחקת לו »

און די מינוטן האבן זיך גענדיקט 2 געריכטן דא און א אמעריקא, ערשטע געריכט איז געווען בנוגע א געפיילטע ארדער אף פראטעקשן אנטקעגען אהרן ישעי' ראזנער (שריפת חלה) וויליאמסבורג, פון די באורד פון "קול יוצאי לב טהור" וואס איז שוין געווען אינוואלווד און קידנעפן קינדער (בעצם יום השבת), און זיי ארויס געשווערצט פון אמעריקא מיט פאלטשע פאספארטן, און זיי צוריק געטראגן קיין מעקסיקא צו די מקום טומאה וזוהמא לב טמא, אפאר וואכען צוריק האט ער פראבירט צו אינטעווינירן נישט ליגאל מיט געוויסע קינדער פון לב טהור וואס געפינען זיך דא און אמעריקא, די עסקנים נישט נעמענדיג מער קיין טשענסעס האבן תיכף גענומען שריט, און געפיילט א ארדער אף פראטעקשן, ווי עס ארבעט האט די שופט דאס תיכף נאכגעגעבען קודם אלץ א טעמפערערי ארדער, היינט האט די שופט באשטעטיקט די ארדער אף פראטעקשן אויף פערמינאנט, נישט וועלענדיג נעמען שאנסן מיט אזא קרימינאל. צווייטע געריכט איז געווען בנוגע די קינדער פון משפחת יעקב נחום וויינגארטן שר"י, די שופט האט ביי די געריכט קאטאגאריש אפגעווארפן סיי וועלכע פארלאנג פון וויזיטעישן, אפי' סאפערווייזט וויזיטעישן, די נעקסטע געריכט וועט פארקומען און 5-6 וואכען ארום.

https://chat.whatsapp.com/GbrSQbJpSEcId ... ?mode=gi_t
שעה משחקת לו
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
x 187

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעה משחקת לו »

איך בין אויף אדער איך שלאף???? איז דער נחמן אפציעל דייאגנאזד געווארן מיט די נערבען???? איז דער נחמן סתם א בייפאלער ליידענדער???? איז דער נחמן סתם דא ווייטער צו נעמען קינדער און זיי אויסצאפן די בלוט אן אפי' צולייגן אביסעלע קאפ, זיכער צו מאכן אז עס זאל אויסקוקען ווי עס האט מיט אידישקייט????. צום ענין ווי שוין פאריעדעם באקאנט האט נחמן געפאדערט (פארשטייט זיך אונעם באשעפערס נאמען), אז מען דארף האבן מסירות נפש נישט צו גיין קיין אמעריקא, אפי' מען זאל פארלירן די קינדער, אפי' די קינדער זענען צווישן גוים און שעלטער פאר חדשים לאנג אפגעזינדערט פון די עלטערן, זעהן זיך צו א גויאיש לעבן, איינגעשפארט און א תפיסה (שעלטער) אן קיין וועג ארויס, אבער אלעס פארן (באשעפערס) נחמן'ס וועגען. און פאר די זעלבע סיבה האט ער געהייסן משפחות וואס זענען שוין געווען און אמעריקא אנטלויפן קיין קאלאמביא, ווי עס איז נישט דא קיין שום אידישע געבראכן, אפגעזען וואס די תוצאות דערפון קען זיין, *מען דארף האבן מסירות נפש פארן נחמן אוי אוי טעות נא נא פארן באשעפער.* די זעלבע נחמן ווען עס קומט צו *זזזזזזזזייייייייייךךךךךךךךךך* קומען אנדערע גילוים פון הימל, דעמאלטס איז אמעריקא שוין נישט אוישוויץ, דעמאלטס זענען דא אידן און אמעריקא וואס זענען נישט קיין ערב רב, אמעריקא גייט שוין נישט באמבעדירט ווערען, וכו' וכו' אלע דמיונות חלומות שקרים וכזבים וואס מען האט פארקויפט פאר די אומשילדיגע יוצאי לב טהור ווערען צורינען און א אויגן בליק. נחמן העלבראנס שר"י פון אוטויסוויל תפיסה האט "געהייסן" זיין טאכטער וואס איז מיט מסירות נפש געווען א האלבע יאר באהאלטן מיט די אנדערע 8 פרויען אונטער געפערליכע אומשטענדן, און נאכדעם נאך בערך א האלבע יאר און שעלטער צווישן גוים ווייל מען טאר נישט גיין אויף אמעריקא דאס איז שמד, נעכטן נאכט נאכן איינזעהן זייער קלאר אז כדי צו קענען האבן וויזיטעישן און תפיסה פון זיינע אינגע קינדער וואס זענען שוין ב"ה ארויס געראטעוועט קיין אמעריקא, און האבן שוין לאנג מקבל געווען די עול התורה ומצוות, און אראפ געווארפן די עול ה'לב טמא, מוז ער ארויס לויזן זיין "חתונה געהאטע" טאכטער קיין אמעריקא, און נישט מעגן זיין מיט אזא מאס רשעות איר מאן, נא מען האט אפיר גענומען דעם כליא עורב.... מיט דעם אור הו'.... מיט נאך אפאר טמענע ביכער וואס יעקב נחום וויינגארטען שר"י האט געשריבן, און מען האט ארויס געגעבען א פסק אז לצורך קענען זעהן זיינע קינדער מעג מען מוותר זיין אויף מסירות נפש און מען גייט ארויס שיקן די טאכטער קיין אמעריקא. די פארגאנגענע נאכט איז די טאכטער אנגעקומען קיין אמעריקא. עס איז נישט דא די ווערטער, עס איז נישט דא די מח צו פארשטיין פון וואספארא מלאך המשחית דער נחמן איז, א מאסן מערדער איז א אונדערסטעטמענט, בשעת אינגעלייט שטייען אויס קלאגעס פון תפיסה פארן שטיין אויפן פראנט אנצוהאלטן די מסירות נפש צו בלייבן און גוטעמאלא, בשעת עס איז דא משפחות וואס זיי קענען נישט האבן זייערע קינדער ווייל זיי טאנצן נאך דעם נחמן ווי א ....., בשעת זיין טאכטער איז געווען פארשפארט א יאר צייט, אפגעהאקט פון די עלטערן נישט צו גיין קיין אמעריקא, קען דער נחמן בלויז פאר זיינע אינטערעסן מתיר זיין צו קומען קיין אמעריקא ווי גארנישט וואלט געווען???????????
שרייב פאוסט