איך פארשטיי דיין קוק ווינקל, אבער עס איז קאמפליעטלי ראונג.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 31, 2026 3:19 amיאנטשי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 31, 2026 2:12 amאגב, ווען האט מהר"א אפגעגעבן אויף דעם רעבע זיכרוינע ליבראכע קארטל? אדש ביזן פארלירן די רעכט צו זאגן וואס דער רבי (וואלט) [האט] געהאלטן אין דעם פאל?Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 30, 2026 5:58 pm
זיי האבן נישט פארגעסן, נאר האבן אנדערע שיטות וואס דער רבי זכרונו לברכה וואלט דא געהאלטן (אזוי ווי ביי אסאך אנדערע ענינים).
איך מיין ער זאגט און טוט כסדר וואס די רבי האט געהאלטן, נאר עס שמעקט נישט פאר יעדעם ווען ער טוט אייגענע זאכן, וואס דאן נעמען 'יענע' ארויס דעם קארטל. נישט ווי דא וואס, שוין, וועל מיר זיך דא אפשטעלן.
איך האב נישט ליב אריינצוגיין אין קיין שמועס איבער די רבי'ס זעלבסט מכמה טעמים מובנים, אבער די חסידי מהר"א מאכט מען נאכאנאנד חוזק פון די אידן וואס קאכן זיך ביי יעדע זאך וואס דער רבי ז"ל האט געטון אדער געהאלטן, עד כדי באשאפן די חוזק אויסדרוק רעבע זיכרוינע ליבראכע. משא"כ ווען ס'איז אויסגעקומען גוט פאר זייער פאליטיק זענען פלוצלונג יונג און אלט אויפגעשוידערט אז איינער וואגט זיך צו טון אנדערש ווי זיי ווילן, הלמאי, דער רעבע זיכרוינע ליבראכע וואלט עס נישט צוגעלאזט!
(גראדע האט מען שוין דארט געטון זאכן וואס דער רבי זי"ע האט בפירוש געזאגט און געשריבן פארקערט, א שטייגער ווי טוישן די דרך הלימוד צו קודם נאר חומש וכו', אבער כ'וויל נישט אריינגיין אין די שמועס יעצט.)
ביי חסידי מהר"א מאכט מען נישט חוזק פון איינער וואס טוט וואס די רבי האט געהאלטן, נאר פארקערט. וואס מען מאכט יא חוזק איז פון אידן וואס האבן נישט קיין לעבעדיגע רבי וואס זאל זיי זאגן וואס צו טון, און אויב רעלאוואנט וואס ער האלט די רבי ז"ל וואלט געהאלטן אין דעם פאל.
פארשטייט זיך אז די אידן פילן אז מען מאכט חוזק פון רבין ז"ל, צי ווייל זיי האלטן נישט אז מהר"א איז בכלל איינער מיט רעכט צו פירן א קהילה אין סאטמאר, צי זיי האלטן אז קיינער איז נישט.
עכ"פ, עס איז נישט קיין חוזק פון טון ווי די רבי האט געהאלטן איז ריכטיג, און ווען עס קומט ערגעץ וואו זיי זעען די רבי'ס מיינונג אלס רעלאוואנט האבן זיי די זעלבע רעכט עס צו נוצן ווי דער וואס צוברעכט דעם קאצקע אין 6. (פון א מהר"א קוק ווינקל, קענסט ווייטער האלטן ווי מיין צווייטע פאראגראף)