מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 1523
Re: מיליטערישע נייעס
נייעס:
די פירמע "L3Harris Technologies" האט געווינען א קאנטראקט פונעם אמעריקאנער נעיווי צו אנטוויקלען די 'רויטע וואלף' (Red Wolf)
א קרוז מיסיל פאר די מארינס וואס קען ווערן ארויסגעשאסן פון די מארינס AH-1Z viper העליקאפטער.
די מיסיל איז דיזיינד צו פליען איבער 230 מייל און קען זיך אליין אריענטירן און אליין אויסוועלן צילן, און קען אויך גענוצט ווערן פאר עלעקטראנישע מלחמה.
און אנדערע ווערטער א ביליגע שארט רענדזש קרוז מיסיל, ס’וועט קאסטן ארום 300 טויזנט דאלאר (אין פארגלײך צו די 1.5 מיליאן פון די JSSAM וואס פליט אויך נאר 230 מייל)
די מיליטער פלאנט צו בויען ארום 1000 א יאר אין אז עס זאל אריינגיין אין אקטיווע דינסט נעקסטע יאר

מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 1523
Re: מיליטערישע נייעס
נייעס:
די אמעריקאנע ארמיי האט נארוואס געמאלדן א 52 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט מיט Skydio צו קויפן מער פון 2,500 פון די Skydio X10D דראונ’ס
(יא, די זעלבע וואס איז געגנבעט געווארן פון א באזע אין קענטאקי א שטיק צייט צוריק ווי באריכטעט דא)
די קאנטראקט איז די גרעסטע איינצלנע קאנטראקט פון קלענערע ISR דראונס די ארמיי האט אמאל באשטעלט
די Skydio X10D איז דיזיינט מיט AI צו קענען אפערירן אפי’ אויב GPS ווערט געדזשעמט דורך קעמרעס און אריינגעבויטע מאפעס אין די דראון וואס דורכדעם קען די דראון אפערירן פולשטענדיג אויטאנאמיש.

- פיילס
-
- Screenshot_20260315_183411_Gallery.jpg (40.02 KiB) געזען געווארן 171 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 1523
Re: מיליטערישע נייעס
נייעס:
די נעווי האט עקסטענדעד פאנדינג צו 15.4 ביליאן דאלאר פאר General Dynamics
צו פארשנעלערן דאס בויען די נעקסט זשענערעישן קאלאמביע קלאס סובמארינען
די קאלאמביע קלאס וועט איבערנעמען די אהייא קלאס און דינען אלס א חלק פון די נוקלעארע טרייעד.

באריכט:
דענמארק’ס עפנטליכע ראדיא סטאנציע האט געמאלדן אז דענמארק האט געשיקט זעלנער מיט אויפרייס מאטריאל קיין גרינלאנד אין יאנואר אלס טייל פון א פלאן צו פארניכטן וויכטיגע לופטפעלדער אויב די אמעריקע וועט פרובירן צו אינוואדירן.
די סטראטעגיע, וואס האט זיך קאנצענטרירט אויף לופטפעלדער אין Nuuk און אין Kangerlussuaq איז געווען דיזיינט צו פארמיידן אמעריקאנער מיליטערישע עראפלאנען פון לאנדן זעלנער און עקוויפמענט (כאילו ס’וועט זיי עפעס העלפן...).
דענישע בלוט-באנקן האבן אפילו אריינגעשיקט בלוט צו באהאנדלען מעגלעכע קרבנות...

די יאפאנעזע מיליטער האט צום ערשטן מאל גע’טעסט די Kawasaki EC-2 א נייע עלעקטראנישע מלחמה פליגער,
וואס איז געמאכט צו זשעמען און צושטערן פיינטליכע סיגנאלן,
די EC-2 איז א איבערגעמאכטע ווערסיע פון די C-2 קארגא פליגער, וואס מען האט צוגעלייגט די עלעקטראנישע אפאראטן,
און עס קוקט אויס ווי א... כווייס נישט וואס... אולסטרציע פון די C-2 און די צוגעלייגטע חלקים.

א באוואפנטע ראבאטישע קאמיקאזי שיפל פאבריצירט דורך די אמעריקאנע קאמפאני Sierra Nevada איז ארויפגעשווימען געווארן אויפן ברעג פון טערקיי'ס שווארצן ים ברעג דעם פארגאנגענעם שבת.
לאקאלע איינוואוינער האבן אנטדעקט די שיף און אינפארמירט די אויטאריטעטן וואס האבן באשטעיטיגט אז ס’האט געטראגן אן אקטיווע באמבע (warhead)
די טערקישע נעווי האט דורכגעפירט א קאנטראלירטע אויפרייס קאנטרעלירטע אויפרייס ווי זיי האבן פארניכטעט די שיף.
די שיף איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אן AEGIR-W ווערסיע און האט די מעגליכקייט צו פארן העכער 25 קנאטן (28.75 מפ’’ש) ביז 575 מייל ווייט און טראגן א באמבע פון 660 פונט (די קאמפאני האט אויך געוויסע סטעלט ווערסיעס).
דאס איז די פיפטע מאל זייט ספטעמבער 2025 (6 חדשים) וואס מ’טרעפט א דראון שיף ביי די טערקישע ברעגעס
ביי פריערדיגע פעלער איז עס געווען אוקראינש געמאכטע דראונס
אבער יעצט איז די ערשטע מאל וואס איז באשטעיטיגט געווארן א אמעריקאנע געמאכטע דראון שיף אין די געגנט.
Sea-Drone-Black-Sea-2-860x484.jpg

די אמעריקאנע מיליטער האט געגעבן א קאנטראקט פון 17 מיליאן דאלאר פאר AeroVironment
צו קויפן די ’רעד דרעגאן’ א פרישע סארט קאמיקאזי דראון.
די פונקטליכע דעסקריבשן קען געזען ווערן אינעם בילד 400 קילאָמעטער איז בערך 250 מייל און 10 קילא איז בערך 22 פונט

זעה איך יעצט נאך א באריכט אז AeroVironment האט באקומען נאך א קאנטראקט פון 117 מיליאן דאלאר
פאר די P-550 דראון וואס איז א אויסשפיר און אטאקע דראון וואס קען אראפווארפן 2 פונטיגע גיידעד באמבעס
און קען האלטן ביז 15 פונט באמבעס און האט א בעטערי לייף פון 5 שעה
(אזא קליינע MQ9 ריפער געמאכט פאר טאקטישע מיסיעס אויפן שלאכטפעלד) דאס איז די 3טע גרויסע דראון קאנטראקט אין די לעצטע 3 טעג! די חברה סטאקן זיך אן וויפיל ס’גייט...
(לויט מיין חשבון דארף אמעריקע צו האבן איבער א מיליאן! דראונס ביז 2027)

לאקהיד מארטין האט אנטוויקלט א נייע סארט לאונטשער גערופן גריזלי, וואס שיסט ארויס AGM-114 העלפייער ראקעטן פון אינעווייניג,
די לאנטשער איז א 10-פוסיגן שיפינג קאנטעינער!
און די לאנטשער איז א פלעקסיבל און ’רעלאטיוו’ ביליגע מיטל צו פארשטערקערן לופט פארטיידיגונג,
אריינגערעכנט דראונ’ס, און צילן אויף דער אויבערפלאך. די לאונטשערס קענען זיך אויך באהאלטן ווערן באהאלטן דורכן עס אויסמישן מיט רעגולערע קאנטעינערס,
שאפנדיג ציל-דילעמעס און אומזיכערהייט פאר די שונא.
גריזלי האט שוין ערפאלגרייך פארענדיגט צוויי לעבעדיגע-פייער טעסטן, לויט א פרעסע-מעלדונג וואס לאקהיד מארטין האט ארויסגעגעבן היינט.
דער לאונטשער האט גענומען בלויז זעקס חדשים צו בויען, און ניצט די M299 לאונטשער, וואס איז אין ברייטן באנוץ גלאבאל היינט, מערסטנס אלס א מיטל צו לאונטשען העלפייער מיסילס פון פארשידענע סארט העליקאפטערס. (א העלפייער מיסיל קאסט ארום 150 טויזנט דאלאר, משא"כ, קוק די נעקסטע

אוקראינשע קאמפאניס זענען פארבאטן געווארן פון פארקויפן זייערע ביליגע דראון אינטערסעפטערס קיין אויסלאנד
דאס קומט אין א צייט וואס אסאך מיטל מזרח לענדער זוכן אלטערנאטיווע ביליגע מיטלען אראפצושיסן די איראנע דראונ’ס
און אין די זעלבע צייט וואס אוקראינע פירט געשפרעכן מיט אסאך לענדער איבער אזאנע אפמאכן (אזא דראון אינטערסעפטער קאסט ארום טויזנט דאלאר!)

באבאכטער ביי די Larissa עירפארט אין גריכלאנד האבן באריכטעט
אז זיי האבן געזען א אינטערעסאנטע סארט עירקרעפט לאנדן אין די מיליטערישע לופטפעלד
וואס האט אויסגעקוקט אביסל ווי די B-2 באמבארדיר פליגער
און האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א פארגעשריטענע RQ-180 סטעלט דראון וואס האט אנגעבליך געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג. נ.ב. די באריכט איז נאכנישט געווארן קאנפירמט ביי די פענטאגאן. אנגעבליכע בילד פון די RQ-180

די נייע F-22 Raptor 2.0 א נייע אפדעיטעט ווערסיע פון די F-22 איז געזען געווארן אריבערגיין פלייט טעסטינג.
די נייע ווערסיע פארמאגט דרויסענדע סטעלטי גאז טאנקן און צוויי מאכטפולע סטעלטי סענסערס, די צוויי גאז טאנקן וועלן פארלענגערן די רעינטש פונעם פליגער און וועלן קענען ווערן אראפגעלאזט פונעם פליגער צו ווערן אינגאנצן סטעלטי. ביי א עקספאו אפאר חדשים צוריק

די קאוסט גארד האט צייטווייליג סוספענדירט די קאמאנדיר פון די Douglas Denman שיף
א שנעלע רעספאנד קאוסט גארד שיףוואס איז באזירט אין אלאסקע
צוליב דעם וואס ער איז געווען פויל ביי די ארבעט... די שיף

אין פרישע בילדער ארויסגעשטעלט דורך סענטקאם, פון א פלאטע B-2 באמבארדיר פליגער גרייט ארויסצופליען פון די ווייטמאן עירפארס באז אין מיזורי קיין איראן,
ווערט באמערקט מאדנע ווייסע שטיקלעך ביי די זייטן פון די פליגער,
אנאלאזירער שפעקולירן צי ס’איז א ראדאר ריפלעקטערס צו מאכן די סטעלט פליגער מער סטעלטי, אדער ס’איז אפאראטן פאר עלעקטראנישע מלחמה ווי זשעמינג אד’’ג
ביזדערווייל איז נאכנישט קלאר וואס דאס איז. (מיר קוקט עס אויס די זעלבע ווי די עף 22 רעפטער 2.0
viewtopic.php?p=252497#p252497)

לעצטנס זענען דא מער און מער זארגן צוליב דראנס וואס פליען אריין איבער אמעריקאנער מיליטערישע באזעס וואו עס געפינען זיך וויכטיגע סטראטעגישע כוחות. שוין יארן לאנג וואס ס’ווערט באריכטעט איבער די סארט דראון אקטיוויטעטן העכער די פלעצער, און די סארט אינצידענטן ברענגן מיט זיך פאר א סכנה פאר די לאקאלע און נאציאנאלע זיכערהייט.
איין אזא פאל האט פאסירט אנהויב חודש העכער די Barksdale עיר פארס באזע אין לואיזיאנע, וואו עס געפינען זיך די באקאנטע B-52 באמבארדיר פליגערס און אויך געפונען זיך דארטן נוקלעארע וואפן סטארידזשעס, וואס איז א הויפט טייל פון אמעריקע'ס נוקלעארע כוחות אין די לופטן, און יענע אינצידענט האט געברענגט א Shelter in place פארארדענוג.
נאך א מעשה האט פאסירט פאריגע חודש ביי א אנדערע באזע,
ווי דער קאמאנדיר פון נארטקאם האט איבערגעגעבן אין א געשריבענע עדות'שאפט פאר די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע.
די ביידע אינצידענטן האבן פאסירט נאכדעם וואס אמעריקע האט אנגעהויבן די מלחמה מיט איראן וואו מ'האט גענוצט די B-52, B-1, און B-2 באמבארדיר פליגערס. מ'ווייסט דערווייל נישט אויב עס איז דא א שייכות צווישן די זאכן, אבער די מיליטער זייער באזארגט איבער דעם וואס דראנס אפערירן כמעט אן קיין שום שטער העכער זייערע באזעס.
חוץ פון דעם וואס עס קען שטערן די פליגערס און מ'קען עס ניצן אלס א וואפן, קענען די דראנס אויך נאכקוקן און אויפכאפן עלעקטראנישע סיגנאלן העכער א באזע, כדי צו טרעפן שוואכע פלעצער. זיי קענען אויך כאפן בילדער פון וויכטיגע פלעצער און אפעראציעס, וואס קען גיבן ווערדפולע שפיאנאזש פאר יעדן שונא.
איינע פון די אינצידענטן האט געפירט דערצו אז נארטקאם זאל ארויסשיקן זייער נייע פארטיידיגונג סיסטעם די Counter-Small Unmanned Aerial System , וואס איז ספעציעל געמאכט צו באשיצן באזעס קעגן קליינע דראנס.
לויט א באריכט פון ABC News, האט א ’געהיימע דאקומענט’ פון מערץ 15 אנגעוויזן אז די "דראונס זענען געקומען אין כוואליעס און זענען אריין און ארויס פון די באזע אויף אן אופן וואס קען צייגן אז זיי האבן פרובירן זיך ארויסצודרייען פון ווערן באמערקט דורך די אפערעיטערס.
ווי אויך האבן זיי געוויסט אנצוגעבן אז די לעקטערס אויף די דראונס האבן אנגעצייגט אז די אפערעיטערס פרובירן מעגליך אויסצוטעסטן די זיכערהייט רעאקציעס" ביי די באזע.
צווישן מערץ 9 און מערץ 15, 2026, האבן די זיכערהייט קרעפטן אין די Barksdale (BAFB) עירפארס באזע באמערקט עטליכע כוואליעס פון צווישן 12 ביז 15 דראונס וואס פליען איבער סענסיטיווע געגענטער פון די באזע, אריינגערעכנט העכער די ראנוועיס. די דראונס האבן געוויזן סיגנאלן וואס זענען נישט פון קיין געווענליכע קאמערציעלע דראונס, זיי האבן פארמאגט לאנג-שטרעקיגע קאנטראל סיסטעמען, און ס’איז געווען שווער זיי אפצושטעלן דורך די מיטלען מיט וואס מ’האט פרובירט ווי זשעמינג, וכדומה.
אינעם דאקומענט שטייט אויך אז נאכדעם וואס זיי זענען אנגעקומען צו פארשידענע פונקטן איבער די גאנצע באזע, האבן זיך די דראונס צושפרייט איבער סענסיטיווע פלעצער אויפ'ן באזע. דער דאקומענט לייגט צו אז מ'קען ערווארטן נאך אזעלכע דראון אינוואזיעס, און אז זיי שטעלן פאר אן ערנסטע סכנה פאר די זיכערהייט פון די עפנטליכקייט און פאר די נאציאנאלע זיכערהייט, היות עס צווינגט צו פארמאכן די ראנוועי, און עס שטעלט אויך אין א סכנה די עראפלאנען וואס פליען שוין אין יענעם געגנט. די Counter-Small Unmanned Aerial Sysem אין איינע פון די עירפארס באזעס

די אמעריקאנע מיליטער פלאנירט אנצוהייבן פראדוקציע שוין אזוי פרי ווי נעקסטע יאר,
פון די נעקסט זשענערעישן M1E3 Abrams טאנק
די טאנק וועט זיין לייכטער, האבן א הייבריד עלעקטעריק ענזשין,
ס’וועט קענען שיסן אנטי טאנק מיסילס,
און וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט לעיזער דעפענס סיסטעמס קעגן דראונס, ועוד, ועוד.

די ארמיי האט אנגעהויבן אקטיווע טרענירונגען אויף סימולעיטערס פון די MV75s העליקאפטער,
א נייע סארט העליקאפטער וואס איז ערווארטעט אריינצוקומען אין דינסט נעקסטע יאר.
די MV75s (bell V280 וועט ריפלעיסן א גרויס חלק פון די UH-60 בלעק-הוקס ווי אויך די MH-60M בלעק-הוקס פון די נייט סטאלקער’ס
ס’וועט קענען פליען 320 מפ’’ש אין פאַרגלייַך צו די 174 פון די בלעק-הוק און וועט האבן א רענדזש פון 1700-2200 מייל!

די אמעריקאנע ארמיי האט געהויבן די מאקסימום רעקרוטינג עדזש פון 35 יאר צו 42 יאר!
אפעקטיוו אפריל 20. (נישט געטראפן א בילד פון א סאלדאט מיט א ווייסע בארד...)

די אמעריקאנע ארמיי האט געמאלדן א 5 ביליאן דאלער’דיגע קאנטראקט מיט לאקהיד מארטין,
צו קוואדריפלען די פראדוקציע פון די PrSM ראקעטן,
דאס קומט נאך די סוקסעס פון די מיסיל אין די יעצטיגע מלחמה מיט איראן ווי די מיסיל איז צום ערשטן מאל גענוצט געווארן.
Lockheed_PrSM_Munitions_Acceleration_Agreement.jpg

- Lockheed_PrSM_Munitions_Acceleration_Agreement.jpg (126.19 KiB) געזען געווארן 332 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 1523
Re: מיליטערישע נייעס
נייעס:
די דרום קארעא עירפארס האט געמאלדן די דערליווערי פון זייער ערשטע KF-21 פייטער זשעט,
א פארגעשריטענע 4.5 זשענערעישן פייטער זשעט וואס קוקט אויס זייער ענדליך צו די F-22,
אבער טראגט די וואפן אינדרויסן, (וואס מיינט אז ס’איז נישט סטעלט).
מיט פאטענציאל פאר די קומענדיגע ווערסיעס ווי די KF-21 EX וועלן יא האבן אינטערנעל וואפן האלטערס.
זיי פלאנירן אויך צו עקספארטירן די פליגער צו פוילן די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און די פיליפינען.

די סענאט רעפאבליקאנער האבן נארוואס אראפגעשטימט א ביל אויפגעברענגט ביי דעמאקראטן,
וואס האט געזאלט צולייגן צו די העלט בענעפיטן פון וועטעראנען,
אנטי-קינדער טריעטמענטס...

די אמעריקאנער נעיווי האט געמאלדן א פרישן קאפיטל אין די אנטוויקלונג פון ראבאטישע שיפן(USV),
מיט'ן ציל צו פארשנעלערן די ארבעט אויף ראבאט טעכנאלאגיע און איבערשטייגן די ביז יעצטיגע פראגראמען.
היינט האט די מיליטער אפיציעל ארויסגעגעבן די "MUSV" פראגראם פאר מיטלע סייז שיפן,
און זיי האבן שוין אנגעהויבן אננעמען אפליקאציעס פאר א ספעציעלע סארט שיף וואס ווערט באטראכט אלס א וויכטיגע טייל פון די נעיווי'ס "גאלדענע פלאטע" .
א ווארטזאגער פאר די קנטראקטן אפטיילונג פון די נעווי האט געזאגט אז
די ציל איז צו שאפן א שטענדיגע און סטאבילע מארקעט, נישט נאר פאר די MUSV שיפן, נאר אויך פאר אנדערע סארט שיפן מיט די צייט,
כדי נאכצוקומען די וואקסענדיגע פארלאנג פאר ראבאטישע סיסטעמען פאר פארשידענע מיסיעס
און האט אויך געזאגט אז די מיליטער זוכט שיפן וואס זענען שוין יעצט גרייט פאר פראדוקציע און קענען גלייך דורכפירן סופליי מיסיעס, אין איינקלאנג מיט'ן פלאן פון דעם הויפט קאמאנדיר (CNO) אדמיראל דעריל קאדל.
דער אדמיראל האט שוין פריער פארגעשטעלט זיין פלאן, וואס זיין ציל איז אז מען זאל קענען ארויסשיקן קאנטעינערס וואס האלטן אין זיך פארשידענע פארטיידיגונג כוחות, ווי למשל דראונס און מיסילס, צו סיי וועלכע פלאץ אין די וועלט און זיי גרינג ארויפשטעלן אויף די שיפן לויט'ן געברויך. נייע ראבאטישע שיפן אין טעסטינג , סוף יאר 25

דער פענטאגאן האט געמאלדן אז די נעווי האט ארויסגעשיקט דראון ספיד-באוטס וואס פארן אן קיין מענטשן דערויף צו פאטראלירן די וואסערן אלס טייל פון די אפעראציעס קעגן איראן. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע באשטעטיגט אז מ'ניצט אזעלכע סארט שיפלעך ביי אן אקטיווע מלחמה.
די סארט שיפן קענען געניצט ווערן סיי פאר שפיאנאזש און סיי פאר "קאמיקאזי" אטאקעס,
און זיי זענען געווארן פאפולער אין די לעצטע יארן, נאכדעם וואס אוקריינא האט געניצט אזאלכע ספיד-באוטס אנגעפילט מיט אויפרייס מאטעריאל אנצוזייען גרויסע חורבנות ביי די רוסישע פלאטע אינעם שווארצן ים,
אבער דערווייל איז נישטא קיין שום אנדייטונג אז אמעריקע זאל האבן געניצט די שיפלעך פאר קאמיקאזי אטאקעס, נאר פאר פאטראל מיסיעס.
איראן אליין האט שוין אויך געניצט דראון שיפן צו אטאקירן אויל-טאנקערס אינעם גאלף ווייניגסטנס צוויי מאל זייט די אריאן מלחמה האט זיך אנגעהויבן.
ענטפערנדיג אויף פראגן פון רויטערס, האט טים האקינס, א ווארטזאגער פאר'ן די סענטראל קאמענד, געזאגט אז די שיפלעך ווערן געבויט דורך א קאמפאני אין מערילענד מיטן נאמען "בלעק-סי" (Blacksea). די שיפלעך, באקאנט אלס GARC (Global Autonomous Reconnaissance Craft), ווערן געניצט פאר פאטראלן אלס טייל פון די אמעריקאנער קאמפיין קעגן איראן.
ווי אויך האט ער געזאגט אז ’אמעריקאנער קרעפטן ניצן ווייטער די סארט שיפן אן קיין מאנשאפט אינעם מיטל מזרח ראיאן, אריינגערעכנט דראון שיפן ווי די GARC. די סארט שיף האט שוין אויף זיין רעקארד איבער 450 שעה און מער ווי 2,200 נארטיקאל מייל דורכאויס פאטראלן בלויז אין שטיצע פון די איראנע מלחמה’.
ער האט נישט געוואלט ארויסגעבן וועלכע אנדערע ראבאטישע שיפן וואס ווערן יעצט גענוצט, און די פירמע 'בלעק-סי' האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן.
די אמעריקאנער נעיווי מוטשעט זיך שוין לאנג מיט ערנסטע פראבלעמען ביי די דראון-שיפן. די נעווי פרובירט שוין יארן לאנג אויפצושטעלן א גאנצע פלאטע פון ראבאטישע שיפן און סובמארינען, אלס א ביליגערע און שנעלערע אלטערנאטיוו צו די געווענליכע גרוסע שיפן, ספעציעל כדי צו קענען אפענטפערן פאר כינע'ס מיליטערישע כוח אויפ'ן וואסער אינעם פאסיפיק ראיאן וואס וואקסט כסדר.
די פראיעקט איז אבער שטארק פארשלעפט געווארן און ליידט פון טעכנישע פראבלעמען, הויכע קאסטן, און א רייע דורכפעלער ביי די טעסטס. פאריגער יאר איז געווען באריכטעט אז די GARC שיף איז געווען פארמישט אין פארשידענע פראבלעמען מיט זיכערהייט און פונקציאנירונג, אריינגערעכנט איין פאל ווען עס האט זיך שטארק צועזעצט און אריינגעקראכט אין א צווייטע שיף אינמיטן א מיליטערישע טעסט,
און אין די לעצטיגע וואכן, ביי נאך א דורכגעפאלענע טעסט אינעם מיטל מזרח, איז איינע פון די GARC שיפן אינגאנצן ארויס פון באנוץ.
האקינס האט נישט געוואלט קאמענטירן איבער די דורכפעלער ביי די טעסטס, נאר האט בלויז געזאגט: "די GARC איז א נייע טעכנאלאגיע וואס ווערט יעצט אנטוויקלט, און עס איז א חלק פון א פלאטע פון דראון-שיפן וואס די פינפטע פלאט פון די יו.עס. נעיווי אפערירט, כדי צו האבן א בעסערע בליק וואס עס טוט זיך אין די ארטיגע וואסערן." די GARC פון בלעק-סי

רעיטיאן האט באקומען א 773.5 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט,
פאר ריסורטש או דעוועלאפמענט צו פארבעסערן די AN/TPY-2 ראדאר סיסטעם
וואס ווערט גענוצט פאר די THAAD מיסיל פארטיידיגונג סיסטעם

נאך אין די סעריע פון פרישע ביליגע אנטי דראון סיסטעמס.
די אמעריקאנער מארינס פונעם 'דריטן מארין רעזשימענט' (3rd MLR) האבן דורכגעפירט טרענירונגען אויף די נייע MADIS לופט פארטיידיגונג סיסטעם (Marine Air Defense Integrate System) דורכאויס לעבעדיגע פייער טרענירונגען אין די (Fort Irwin National Training Center (Fort Irwin NTC, וואס געפינט זיך אין די צפון מדבריות פון קאליפארניע,
די סיסטעם באשטייט פון א 360 דעגרי ראדאר, פארגעשריטענע קעמרעס און סענסערס, א מאשין גאן, סטינגער מיסילס, און זשעמינג אפאראטן, און ווערט אפערירט פון א 'דזשעי-על-טי-ווי' (JLTV) 4x4 געפאנצערטע טרעקל.
די טרענירונגען האט באשטעטיגט אז די 'מעדיס' סיסטעם ארבעט טאקע סוקסעספול און קען דיטעקטן, טרעקן, און אומשעדליך מאכן שנעל פליענדע דראונס וואס זענען שווער צו באמערקן. .