בירור האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 23, 2026 6:17 pm
איך ווייס נישט ווער ס'ספינט, איינער ספינט דא.
איך וועל נאך אין מאל זאגן וואס איך האב געזאגט און מער נישט, ווער סוויל קען אייביג צוריקקומען א שאד צו סירקלען.
פאריגע יאר איז ברוב חסדי ד', וויזניץ אראפ פונ'ם פלאן צו פארמעקן קרית יואל און בויען א וויזניצער עיר התורה והחסידות, (אזוי האבן זיי עס גערופן), זיי מיט די UJC האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט די קלארע ספין אז בלומינג גראוו האט גארנישט מיט קרית יואל נישט ברוחניות און נישט בגשמיות נאר בלומינג גראוו איז אפענע שטאט פאר אלע קהילות צו גיין בדרכי אבותיהם ורבותיהם.
למעשה אנשטאט דעם האט קהל מהרי"י אנערקענט אפיציעל די פלאץ אלס קרית יואל, אין אנדערע ווערטער מען האט צוריקגעגעבן די גניבה פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע ס'איז זיינס מער נישט די אפענע שטאט פאר אלע קהילות, סך הכל קען וויזניץ קומען אלס "יחידים" ווייל זיי האבן באקומען עפראוול פון קהל מהרי"י אז זיי פאסן אריין אין קרית יואל.
דאס איז גאר ווייט אנגעקומען, מען קען עס רופן געראטעוועט קרית יואל, ווען ס'איז אזוי קלאר געווארן געלעיבלט ביז פראספעקט אלס קרית יואל (עפעס וואס די UJC וויל נאכאלס נישט טוהן פיל נענטער), די מעסיזש איז קלאר פאר אלע קהילות אז ווי מע קומט אין די גאנצע געגנט קומט קיין קרית יואל מער נישט קיין דרכי אבותיהם ורבותיהם פאר יעדע סארט קהלה אין די וועלט.
די אפיצעלע לעבל אז דא בויט זיך א ווויזניצער שטאט וואס האט גארנישט מיט קרית יואל וואס די מעסיזש דערפון איז א סכנה נוראה פאר עתיד קרית יואל אין אלע מורחבת געגנטער, דאס איז ב"ה אראפ פון טיש, וויזניצער רבי האט קלאר געזאגט ער וויל עס נישט.
דאס איז גאר א גרויסע נס פאר עתיד קרית יואל.
כמובן מחבלי כרמים וועלן אייביג פראבירן צו טרעפן אונטער טירלעך צוריק צו גיין צו די אלטע באנקראטירטע אגענדא פון אויסמעקן קרית יואל, דערפאר דרייען זיי אן וויזניץ צו קומען ווי יחידים האפנדיג אז אזוי וועלן מען עוענטועל אויסמעקן קרית יואל, אבער דאס איז שוין פיל פיל ווייטער פון ווי מען איז געשטאנען א יאר צוריק ווען מען האטשוין כמעט געבויט די נייע שטאט און אפיציעל געמעקט קרית יואל, בויענדיג א שטאט פאר אלע חסידותן אין בלמינ גראוו ניו יארק 5 מייל ווייט פון קרית יואל פאר די וואס געדענקען נאך, יעצט ווילן זיי קומען ווי יחידים אונטער קרית יואל און נאר בערמה עס איין טאג פראבירן פארמעקן.'
ברוך אשר לא השבית לנו גואל, און הנהלת הקהלה טוט וואס זיי האבן צו טוהן.