נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 22, 2026 5:53 pm
@בקיצור דער עולם דא שרייבט פיין, אבער איך האב נאך נישט זוכה געווען צו כאפן דיין פראגע בכלל.
לאמיר נעמען א דוגמא. ביי בית שני איז די מצב אין ארץ ישראל צווישן די צדוקים, מתיונים, בריונים, און אלע אנדערע שמות וחניכות דאית להוא איז געווען ריזיגע פראצענטן פון כלל ישראל וואס האבן נישט געהאלטן קיין תורה ומצוות. כופרים ואפיקורסים. עכ"ז קומט די גמרא מיט א תמימות פרעגן פארוואס די בית המקדש איז חרוב געווארן.
סיריעסלי? וואס איז די פראגע? דו ווייסט נישט אליינס? די רשעים זענען געווען דאס מערהייט, זיי האבן קאנטראלירט דאס לאנד, די מקום המקדש. רבי יוחנן בן זכאי מיט זיינע חברים זענען געווען די מיינאריטי פון כלל ישראל. די ערליכע אידן האבן זיך נישט געדרייט קיין סאך אין בית המקדש סוף בית שני. די חוט שני איז נישט ווייס געווארן צענליגע יארן פארן חרבן. די מצב איז געווען שלעכט. נו וואס איז די פראגע על מה אבדה הארץ? און די תירץ אויף דעם איז נאך שנאת חינם וכדו', עפעס וואס ווערט געשטעלט אונטערן שאטן פון די אנדערע חטאים וואס איז דעמאלטס געווען? סאמטינג איז ראנג!
איך ווייס נישט די תירוץ אבער כמדומה האט מען אלעמאל פראבירט צו פארשטיין וואס דער אויבערשטער פארלאנגט פון "אונז" אידן הסרים למשמעתו, און נישט באשולדיגן די כופרים. די כופרים גלייבן דאך נישט אין באשעפער, צו זיי רעדט ער נישט. ער רעדט צו "אונז" וואס פראבירן יא צו טוהן זיין רצון נאר מיר פאלן דורך, און מיר פראבירן צו זעהן וואס "מיר" קענען פארעכטן. אין פאל פון בית שני איז עס געווען שנאת חינם. נישט אז עס זענען נישט געווען קיין רשעים, נאר שנאת חינם איז געווען ביי די "היימישע" אידן. און דאס ליגט אויף אונז מתקן צו זיין. נישט באשולדיגן די רשעים אין די חרבן, און אונז זאלן זיצן באקוועם כאילו דאס האט מיט אונז נישט קיין שייכות.
אט דאס האט הרה"ק מסאטמאר געטוהן נאכן קריג. וואס האט מען פון זאגן אז אין יוראפ זענען געווען 60 פראצענט מחללי שבתות. דאס איז אונז נישט מחייב. אונז איז מחייב אז מיר זאלן היטן די מחשבה פון חלילה אריינפאלן מיט "מחשבת" מינות וואס אויף דעם שטייט אני מתיר. די מציאות איז אז פארן קריג איז די נסיון פון ציונות געווען זייער שטארק [און נאכן קריג נאך שטערקער] און ליידער זענען אסאך אריינגעפאלן מיט מחשבת מינות. די אידן זענען געווען ערליכע תורה טרייע אידן, אבער ליידער דורך געפאלן. און די אידן האט רבינו הק' ברוב קדושתו פראבירט צו האלטן ריין. פאר די אידן האט ער געשריבן דעם ויואל משה, געזאגט שלש סעודות תורות, אויפגעשטעלט אלע סארטן קרנות. אלעס כדי דער איד וואס וויל זיין ערליך זאל האבן פון וואו יונק צו זיין די ריינע אמונה. ער האט נישט געשריבן ויואל משה פאר דעתי לאומי אידן, דאס האט ער געשריבן פאר היימישע אידן אז זיי זאלן חלילה נישט פארכאפט ווערן אינעם נסיון הטמא!
איך האב פאר דיר נייעס. ווען דער בעלזער רב זכרונו לברכה זאל זאגן א סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען, בין איך נישט מחויב דאס צו גלייבן. דער בעלזער רב איז נישט נאכגעקומען די פארלאנגטע כללים וואס דער רמב"ם שטעלט אוועק כדי צו קענען פעסטשטעלן אז ער איז בגדר נביא. טאקע אן איש קדוש ונורא, אבער פארט נישט קיין נביא. משא"כ ווען דער סאטמאר רב זאגט א סיבה זאגט ער נישט אז איך האב אזוי געזעהן ברוח הקודש, ער זאגט נאר נאך וואס חכמינו ז"ל האבן געזאגט ברוח קדשם! דברי חז"ל איז כיתד שלא תימוט. ווער עס גלייבט נישט אין דעם אז א כופר ואפיקורס!
די מציאות איז אז עס איז געטוהן געווארן כל מיני השתדלות צו עובר זיין על השבועות, און די מציאות איז אז ליידער זענען אסאך אסאך ערליכע אידן אריינגעפאלן מיט א מחשבה לטובת דעם רעיון הטמא. דו ביסט אויך אן ערליכן איד, און איך בין זיכער אז ביי דיר איז קלאר אז דברי חכמינו ז"ל איז אמת. און דו ביסט אודאי אויך באקאנט מיט די בירור וואס אונזער רבי זכרונו לברכה האט מברר געווען אז ציונות איז העברה על השבועות. איינס פלאס איינס איז צוויי, און עס איז קלאר אז דאס האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די אני מתיר אזוי ווי עס איז מבואר בדברי חז"ל אז עס פאסירט אויב עס איז דא אן העברה על השבועות. צו נאך פאקטארן האבן געשפילט א ראלע? איך האב נישט קיין השגה. קיינער ווייסט נישט. מען דארף א נביא פאר דעם. אבער דאס איז זיכער אז אויב עס איז געווען אן העברה און מען זעהט דערנאך אזא עונש איז קלאר אז דאס האט א שייכות.
ואגב. דאס וואס דו ברענגסט פון די חרבן. גאר גאר אסאך וואס ווערט געברענגט בדברי חז"ל איבער די חרבן, איז נישט פון חרבן ירושלים, נאר פון חרבן ביתר. און דאס איז טאקע אויך אן עונש אויף די העברה על השבועות נאך די ריוואלט פון בן כזובא וואס דעמאלטס איז פארלוירן געגאנגן קרן ישראל ביז משיח'ס טאג.