מצויינים היינו ל......

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 264

מצויינים היינו ל......

פאוסט דורך שלא לשמה »

די נושא פון מצוינים ישיבות איז א נושא וואס איז גאר אסאך אדרעסירט געווארן ביים יהדות החרדית אין די פארלאפענע תקופה, פון אדמו"רים ורבנים, ביז כלל טוער און עסקנים, אזש אפי' היץ קעפ און מיינונג זאגער, האבן זיך אויך געלאזט הערן מיט זייער מיינונג און שטעלע אנבאלאנגט די נושא פון מצוינים ישיבות, מיר וועלן זיך בכלל נישט באציען צו די נושא צו מען זאל אהין שיקן אדער נישט, אדער צו איז די מהלך פון אויפשטעלן אזעלכע סארט ישיבות אויסגעהאלטן צו נישט, נאר מיר וועלן ענדערש ווידמען די פעדער צו שרייבן מיין אייגענע איבערלעבעניש האבנדיג געלערנט אין אזא ישיבה אין מיינע ישיבה'שע יארן.

בחורים ענק וועלן זיך נאך בענקען צו די בחור'ישע יארן!!!, האט די רעדנער געדינערט מיט פאטאס קלאפענדיג אויפן שטענדער מיט ביידע פויסטן, איך בין שוין דעמאלטס געווען סוף מיינע ישיבה גדולה יארן, און איך האב אזוי געבליקט אויפן רעדנער טראכטענדיג מיט אויפברויז, וועמען ווילסטו דרייען א קאפ??? הא??? רעד אונז נישט איין קיין שטותים, יעדער ווארט שוין קוים אז די עטליכע פיינפולע יאר זאל שוין קומען צו איר האסטיגע אפשטעל, וואס מאכסטו משוגע אז מ'וועט זיך בענקען??? אפי' די פאר בחורים וואס האבן זיך געהאלטן פעסט אז די בעל דרשן איז גערעכט, האבן זיך אין די צוקונפט שוין לאנג אויסגעניכטערט פון אזעלכע געדאנקען.....

ווארום וואס איז דא געווען אזוי אנדערש ווי אין יעדע ישיבה ווי טייל בענקען זיך צוריק צו די ישיבה ווענט און טייל האבן שוין אפגעאטעמט מיט געלייכטערונג אז זיי האלטן דערנאך?,
פארוואס דא האבן די סאמע שפיץ בעסטע בחורים זיך געפרייט זיך טרעפענדיג די אנדערע זייט פון די ישיבה ווענט?,
פארוואס אין א ישיבה וואס אפי' א משגיח איז נישט געווען בנמצא זענען בחורים אריינגעפאלן אין טיפע ענקזייעטי און דעפרעשענ'ס פון בלויזע פרעשור?,
און ווי אזוי זענען אזויפיל בחורים באקרוינט געווארן אלץ וויקטעם'ס אן האבן איינער וואס זאל זיי דערעקט עפעס ענג מאכן?,

אט די אלע שאלות וועלן פארענטפערט ווערן אין דעם פאלגענדיגע "פרעזענליכע געשיכטע" און טיילווייז אויפדעקן די פיין און ליידן פון אחינו בני ישראל, די טייערע בחורים וואס פלאגען זיך ליידער מיט זייער גלות הנפש, מלמד שהיו ישראל 'מצוינים' שם....
פאלגט נאך....
אוועיטער
בחינה 25
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 193

Re: מצויינים היינו ל......

פאוסט דורך בחינה 25 »

נא?
ס'עט נאך זיין געשריבן פאר פסח?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
שרייב פאוסט