הגה"ק רבי מאטעלע (מרדכי דוב) הארנאסטייפלער זי"ע - כ"ב אלול תרס"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

הגה"ק רבי מאטעלע (מרדכי דוב) הארנאסטייפלער זי"ע - כ"ב אלול תרס"ג

פאוסט דורך מירון »

רבי מרדכי דוב ז"ל איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל - כ"ט כסליו אין יאר ת"ר לפ"ק, צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא אווערבאך ז"ל וואס איז געווען רב אין טאלמיטש, א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון ר"ר משולם זוסיא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער גרויסער רבי רבי זושא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא פייגא ע"ה, א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי, פון טשערקאס.

אין גאר אינגן עלטער איז רבי מרדכי דוב איז געווארן א יתום ל"ע פון זיין מוטער. רבי מאטעלע איז טאקע אויפגעוואקסן ביים זיידן אין טשערקאס, פון וואו ער האט געשעפט עמערס פון תורה ומדות טובות, יראת שמים און צדקות.

ער איז געווען אן איידים ביים הייליגן דברי חיים - צאנזער רב. זיין חתונה איז פארגעקומען אינעם זעלבן טאג פון זיין בר מצוה.

זיין נאמען ' מרדכי דוב' איז געווען א צוזאמשטעל פון זיינע צוויי הייליגע זיידעס, רבי מאטעלע טשערנאבלער און זיין שווער דער מיטעלער רבי (הרה"ק רבי דובער מליובאוויטש ז"ל). דער זיידע דער טשערקאסער - הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס ז"ל האט גע'חלומ'ט אז דער טאטע איז געקומען פונעם עולם העליון בעטן אז מ'זאל א נאמען געבן נאך אים, און אויך דער זיידע איז געקומען בעטן מ'זאל א נאמען געבן נאך אים, האט ער א נאמען געגעבן ביידע, דערפאר הייסט ער 'מרדכי דוב'.

אין יאר תרכ"ג נאך וואס זיין פאטער רבי משולם זוסיא האט איבעגענומען דאס רבנות אין טשערקאס איז רבי מרדכי דוב געווארן רב אין הארניסטייפל אויף זיין פאטער'ס פלאץ.

זיינע קינדער:
  • מרת שטערנא פייגא, איר מאן איז געווען רבי נחום זלמן שניאורסאהן ז"ל רב אין טשערקאס.
  • מרת חיה מלכה, איר מאן איז געווען רבי משה גיטערמאן א זון פון רבי דוד גיטערמאן רב אין קיעוו.
  • רבי אהרן אלימלך שניאור זלמן טווערסקי, פון קראסנא, חתן רבי משה'לע ראזוואדאווער זי"ע.
  • מרת שרה מרים, איר מאן איז געווען איר פעטער רבי שלום אליעזר'ל ראצפערטער זי"ע. (אגב דער עצי חיים איז געווען אן איידים ביי אים)
  • רבי חיים משה צבי טווערסקי, חתן רבי מנחם נחום טווערסקי, רחמיסטריווקא רבי ז"ל.
  • רבי בנציון יהודה לייב טווערסקי חתן רבי יצחק יואל ראבינאוויטש, פון קאנטיקוזיבה, ער איז נפטר געווארן אין שיקאגא, אמעריקא.
  • מרת יוכבד רבקה ע"ה, איר מאן איז געווען רבי אלישע גארליצער ז"ל.
  • רבי ברוך דוד טווערסקי חתן רבי שלמה זלמן, פון ראשקוב, ער איז נפטר געווארן אין וויען.
  • מרת אסתר הענדל, איר מאן איז געווען רבי חיים ישעיה שניאורסאהן ז"ל.
זיינע ספרים:
  • שו"ת עמק שאלה
  • פלפולים על התורה - עמק החכמה
  • ספר פלא יועץ על התורה ומועדים בדרך תורת וחסידות
  • ספר חיבור לטהרה אויף הלכות נטילת ידיים ומקוואות
  • תורי זהב אויף הלכות רבית

זיין יארצייט איז קומענדע וואך פרייטאג. ער איז נטמן געווארן אין האראנסטייפעל. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: הגה"ק רבי מאטעלע (מרדכי דוב) הארנאסטייפלער זי"ע - כ"ב אלול תרס"ג

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח @ענותן פארן ברענגען, און יישר כח @מירון פארן עדיטן
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 430

Re: הגה"ק רבי מאטעלע (מרדכי דוב) הארנאסטייפלער זי"ע - כ"ב אלול תרס"ג

פאוסט דורך ענותן »

דא האב איך פון די סאטמאר ירושלימ'ע גליון פון פאריאר, כיון שיש בו חידושים
די שרייבער קען איך, און איך ווייס אז ער איז א שטארקע דייקן. (איך האב אויך פון די מעין גנים איינע פון די יארן)

די וואך כ"ב אלול וועט זיין די יארצייט פון ר' מאטעל'ע הארנאסטייפלער.
*
כ'האב געהערט פון טאטן ז"ל, ער האט דערציילט פארוואס ער האט געהייסן מרדכי דוב, ער איז געווען אן אייניקל א טאכטער'ס א זוהן פונעם טשערקאסער, ער איז געווען א יתום פון זיין מאמע און ער איז נתגדל געווארן ביי זיין זיידע דער טשערקאסער. דער טשערקאסער איז געווען א זון פון ר' מאטעלע טשערנאבלער און אן איידעם ביים תניא'ס א זון דער מיטעלער רבי, ווען ר' מאטעלע הארנאסטייפלער איז געבוירן געווארן איז ר' מאטעלע טשערנאבלער געקומען אין חלום און געבעטן אז מ'זאל א נאמען געבן נאך אים, און דער מיטעלער רבי איז אויך געקומען אין חלום און געבעטן אז מ'זאל א נאמען געבן נאך אים, איז געווארן א שאלה נאך וועמען מ'זאל א נאמען געבן, האט מען געמאכט א פשרה און מ'האט געגעבן ביידע נעמען מרדכי דוב.
*
ער איז א חתן געווארן ביים דברי חיים, די חתונה איז פארגעקומען ביי די גרעניץ צווישן עסטרייך און רוסלאנד, אוקריינע האט דעמאלט באלאנגט פאר רוסלאנד, און עסטרייך האט זיך געצויגן ביז בראד, בראד לעמבערג טשערנאוויץ בעלזא דאס איז אין מזרח גאליציע, דאס האט אלעס באלאנגט צו עסטרייך. ביי די שידוך האט דער דברי חיים צוגעזאגט נדן ווי דער מנהג איז געווען, פאר די חתונה האט דער דברי חיים צוגעגרייט געלט פאר נדן צו טראגן אויף די חתונה, - מ'האט געדארפט גלייך ביי די חתונה אראפלייגן דאס געלט - דער דברי חיים איז געפארן צו די חתונה בין כך ובין כך האט ער געטראפן ארעמעלייט, האט ער פארטיילט דאס געלט, דער דברי חיים איז אנגעקומען צו די פלאץ פון די חתונה, ער האט זיך געטראפן מיט דער טשערקאסער, האט אים דער דברי חיים געזאגט: מחותן כ'וועל אייך זאגן כ'האב אנגעגרייט געלט פאר נדן און אונטערוועגנס האב איך אנגעטראפן ארעמעלייט און כ'האב עס פארטיילט, כ'זאג דעם אמת כ'האב נישט קיין געלט, אויב ווילט איר מוותר זיין אויפן נדן און אזוי מאכן די חתונה איז גוט, און אז נישט וועט מען דארפן ווארטן א שטיק צייט, כ'וועל ארומפארן אין די ארומיגע שטעט און ס'וועט אריינקומען געלט וועל איך קענען געבן די נדן, האט דיער טשערקאסער געענטפערט, ניין, איר דארפט
נישט ארומגיין נאך געלט, כ'בין מוותר אויפן נדן, מ'קען שוין גיין צום חופה, און מ'האט געמאכט די חתונה. שפעטער האט דער דברי חיים געפרעגט דעם טשערקאסער, מחותן זאגט מיר פארוואס זענט איר געווען אזוי מילד, ווען כ'האב אייך געזאגט אז כ'האב נישט די נדן פארוואס האט איר מוותר געווען - פארצייטנס האט מען נישט אזוי מוותר געווען - האט דער טשערקאסער געענטפערט: כ'האב געזעהן דעם טאטן מיט בגדי שבת, כ'האב אים נישט געוואלט נאכאמאל מטריח זיין.
*
פאר די חופה איז די חתן געגאנגען אין מקוה, ווי ס'איז דער מנהג אז די חתן גייט אין מקוה פארן חופה, האט דער דברי חיים געזאגט אז ער וויל זעהן ווי דער חתן טובל'ט זיך, האט מען אים געזאגט, דעמאלטס און דעמאלטס וועט דער חתן גיין זיך טובל'ען, און דער דברי חיים איז געגאנגען, און ער האט געזעהן, ווען ער איז ארויסגעגאנגען האט ער זיך אנגערופן "ער טובל'ט זיך זייער שיין", יארן שפעטער האט מען עס איבערגעזאגט פאר ר' מאטעלע הארנאסטייפלער, וואס דער שווער האט געזאגט - עמיצער האט עס אים איבערדערציילט - אז דער שווער האט געזאגט אז ער טובל'ט זיך זייער שיין, האט ער געזאגט, "יענע טבילה, ס'איז טאקע געווען א שיינע טבילה".
*
ער האט געוואוינט אין הארנאסטייפל, הארנאסטייפל איז נעבן טשערנאבל, נישט ווייט, איז געווען אמאל פאר סוכות און ער האט נאכנישט געהאט קיין לולב, די לולב האט אים נישט צופרידן געשטעלט, הארנאסטייפל איז א קליין שטעטל, (ולא היה שם לולבים בהרחבה) ס'איז שוין געווען נאנט צו סוכות און ער האט נאך נישט געהאט קיין לולב, ער איז נישט געווען צופרידן פון די לולב, אין טשערנאבל האט געוואוינט ר' אהרן טשערנאבלער ער איז געווען א גרויסער רבי, ער האט געהאט א גרויסע הויף קינדער און אייניקלעך,
און מ'פלעגט איינקויפן אסאך לולבים און ער האט געטיילט לולבים פאר די אייניקלעך, יעדעס אייניקל האט באקומען א לולב. האט ר' מאטעלע הארנאסטייפלער געשיקט א שליח צו זיין פעטער ר' אהרן טשערנאבלער אויב ער קען אים אריבער שיקן א לולב, ער האט דאך מערערע לולבים, דער שליח איז אנגעקומען ערב סוכות פארמיטאג, ר' אהרן טשערנאבלער האט געהערט אז ער האט נאכנישט קיין לולב, אזוי, האט ער צוזאמגענומען אלע לולבים וואס ער האט געהאט, און ער האט אויסגעוועלט די שענסטע לולב און
אים געשיקט. ס'איז געווען א אייניקל וואס ער האט שוין געהאט געלייגט אן אויג אויף דעם לולב, ס'איז דאך געווען א שיינע לולב, ער האט געהאט אין חשבון עס צו באקומען, ס'האט אים וויי געטוהן אז דער זיידע האט עס אוועקגעגעבן, איז ער אריין צום זיידן און געפרעגט, היתכן, ער האט שוין געהאט אין חשבון צו באקומען דעם לולב און דא האט עס דער זיידע אוועקגעגעבן, האט אים ר' אהרן טשערנאבלער געענטפערט, "אז דו וועסט מאכן אזא שיינע 'על נטילת לולב' ווי אים, וועסטו באקומען א "שיינע לולב"...
*

פארצייטנס איז געווען פריצים, א פריץ האט געהאט א גרויסע נחלה אין דעם נחלה איז געווען א קרעטשמע, און מ'האט געדארפט באצאלן - אין אמעריקע זאגט מען - רענט, און אז מ'האט נישט באצאלט איז מען געווען אויף צרות, ווי אזוי מאכט מען בראנפן דורך ברענעריי - מען נעמט א קעסל מען קאכט עס אויף און פון די דאמף וואס קומט ארויף מאכן מען בראנפן. איז געווען איינער א פאכמאן, א איד וואס האט געמאכט קעסלעך, מ'האט דאך געדארפט האבן א קעסל, דער פריץ האט אים געגעבן קופער, א שטיק קופער און ער האט געמאכט א קעסל, אזוי איז געווען כסדר דער פריץ האט אים געגעבן א שטיק קופער און ער האט געמאכט א קעסל, ער האט דאך געדארפט האבן פרנסה, איז ווען דער פריץ האט אים געגעבן קופער האט ער אראפגענומען אביסל קופער, ער האט אראפ גע'מעשר'ט, אזוי האט ער געהאט פון דעם אביסל פרנסה, איינמאל האט מען אים פאר'מסר'ט פארן
פריץ אז ער נעמט אראפ, איז ער געווען אויף צרות איז ער געפארן צו ר' מאטעל'ע הארנאסטייפלער מזכיר זיין, האט ר' מאטעל'ע הארנאסטייפלער גענומען א צעטל, ער האט אויפגעשריבן זיין נאמען "מרדכי דוב בן ר' משולם זושא", ער האט אים געגעבן דעם צעטל און געזאגט: ס'וועט זיין א פראצעס און מ'וועט אפוועגן א קעסל צו זעהן אויב ס'וועגט ווינציגער זאל ער ארויפלייגן דעם צעטל אויפן קעסל און ס'וועט אראפוועגן, וכך הוה ביים פראצעס האט דער יוד גענומען דאס צעטל ער האט דאס ארויפגעלייגט אויפן
קעסל און ס'האט אראפגעוואויגן אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
*

ער איז איינמאל געווען אין אונגארן, ער איז געווען אין ראצפערט ביים זיידן ר' שלום אליעזר'ל, ר' שלום אליעזרל איז געווען ביי אים אן איידעם, ס'איז געווען ביי די חתונה פון איינער פון די קינדער, ר' שלום אליעזר'ל האט חתונה געמאכט א טאכטער און ער איז געקומען אויף די חתונה, די אונגארישע רבנים זענען אים געקומען מקבל פנים זיין, אסאך אונגארישע רבנים, דער ערוגת הבושם, דער דרכי תשובה, ס'איז געקומען א גדול פון רוסלאנד זענען זיי געקומען אים זעהן. ביי די חתונה איז ער געווען און נאך די חופה האט מען גערעדט און ער האט זיך אנגערופן אז א סגולה פאר איינער וואס האט נישט קיין קינדער אז מ'טוט אזוי און אזוי, עפעס א סגולה, יארן שפעטער האט דאס פארפאלק נישט געהאט קיין קינדער ביז עמיצער האט זיך דערמאנט אז נאך די חופה איז ער געווען אין שטוב און מ'האט געשמועסט, און ער האט געזאגט א סגולה פאר ווער ס'האט נישט קיין קינדער, איז מען געגאנגען און מ'האט געטוהן די סגולה און זיי זענען געהאלפן געווארן...
*


די באבע ר' שלום אליעזר'לס רעבעצין האט געהייסן שרה מרים, זי איז געווען א גרויסע מלומדת, די באבע האט געקענט לערנען, דער טאטע ז"ל האט דערציילט ער האט געדענקט, זי פלעגט קומען קיין סיגוט, זי האט געבעטן א פנים יפות, פנים יפות פלעגט זי צו לערנען און א מאור עינים, זי האט געלערנט מאור עינים. זי איז געווען א גרויסע מלומדת מ'דערציילט אז דער גארליצער רב (דודה הרה"ק ר' ברוך מגארליץ בנו של רביה"ק מצאנז זי"ע) איז אמאל געווען אין הארנאסטייפל ביי איר טאטן אין שטוב זי איז געווען א קליין מיידל און ער האט ארויפגעלייגט א קאפל אויף איר... מ'האט איר אמאל געפרעגט פון וואו קומט צו א פרוי זי זאל קענען אזוי לערנען, האט זי געזאגט, "ביים טאטן אין שטוב האבן די ווענט געקענט לערנען"...
*
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 178

Re: הגה"ק רבי מאטעלע (מרדכי דוב) הארנאסטייפלער זי"ע - כ"ב אלול תרס"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

בדרך אגב...
אין יענע דור איז ער געווען פון די גרעסטע יחסנים אויפן וועלט.
אן איידעם ביים צאנזער רב.
א זוהן פון רבי משולם זושא יצחק ב"ר יחיאל מיכל ב"ר צבי מנחם מענדל בן הרבי ר' זושא מאניפאלי זיע.
רבי צבי מנחם מענדל איז געווען אן איידעם ביי רבי דוב בער ב"ר צבי בן מרן אור שבעת הימים הבעש"ט זיע"א.
זיין טאטע רבי משולם זושא יצחק איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב ישראל מטשערקאס בן רבי מרדכי המגיד מטשערנאבל זי"ע בן המאור עינים זי"ע וחתן רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.
רבי יעקב ישראל מטשערקאס איז געווען אן איידעם ביי רבי דוב בער די מיטעלער רבי פון לעבאוויטש זי"ע בן האדמור הזקן די בעל התניא זי"ע.

(איך דערמאן זיך יעצט א שיינעם מעשה אויפן טשערקאסער..
אמאל האט די בעל התניא געווען אויף א באזוך ביים טשערנאבילער מגיד און האט געבעטן אז ער וויל זעהן די קינדער, האט די טשערנאבילער מגיד אים גענומען צום צימער ווי די קליינע קינדער זענען געשלאפן, די בעל התניא האט געלייגט זיין האנט אויף אלע קינדער און ווען ער האט געלייגט די האנט אויף רבי יעקב ישראל האט ער געזאגט "דעם קינד נעם איך פאר מיר" און ער איז טאקע אן איידעם געווארן ביי זיין זוהן די מיטעלער רבי זי"ע.)
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
שרייב פאוסט