משה נחום האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 04, 2026 9:58 pm ר' אליעזר אבא הואיל והזכירו אספר בשבחו
ווייניג פון די וואס קענען אים ווייסן וואספארא טייערע נשמה עס ליגט אונזטער די שטאפענע הוט מיט די הערליכע שמייכל.
הוא הגבר וואס איז צענדליגע מאל אראפגעפארן קיין גואטעמאלא, און געוויילט מיט די יוצאים שעות ארוכות.
סיי ווער פון די יוצא לב טהור פילט זיך געשמאק צו פארברענגען מיט אים סיי ווען, ביז די שפעטע פארטאגס שטונדן פארברענגט ער יומם ולילה לטובת הכלל, און שטייט אייביג גרייט צו העלפן סיי וועם פון די עסקנים אדער יוצאים.
צענדליגע טויזענטע דאלערס האט ער ארויסגעגעבן פון זיין אייגענע טאש לטובת די חשובע אידן, אן קיין רעש און קיין פרסום, און כמעט וואס מ'זעהט אים נישט אויף קיין בילדער.
ועל הכל האט ער אריינגענומען איינס פון די טייערע לעכטיגע בחורים צו זיך אינדעהיים ווי א אייגן קינד, און ער געבט זיך אפ מיט אים כאשר ישא האומן את היונק.
לאמיר נישט רעדן אז ער איז אראפגעפארן קיין שפאניע למען פדיון שבוים ועוד ועוד.
זאל דיך די באשעפער באצאלן, זאלסט זעהן אסאך תענוג ונחת דקדושה מכל יוצאי חלציו, זאלסט קענען ווייטער אויפטוהן ביתר שאת ויתר עוז לטובת הכלל והפרט, און בקרוב וועט מען שוין זוכה זיין אז משיח וועט קומען און ווייזן מיט די פינגער, אז דעס זענען די אידן וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה בב"א.
נ.ב. ווייל ס'איז בפניך קען איך נאר זאגן מקצת שבחך...
א גרויסן יישר כח הרב @משה נחום
אבער נעקסט טיים זארג מיר פארדעם...
נו, שוין, למעשה טרעף מיר דא שיינע (אפס קצהו) דברי הערכה אויפן בעל שמחה, כמובן נגד רצונו, דער איז דאך אן עקספערט צו אנטלויפן פון עהרע און הערצה, קוקט אפילו אויס ווי ער גלייך ווען מען צוטרעט אים.
אבער פון הארציגע ברכות קען מען נישט אנטלויפן, זדא"ה די אלע הארציגע הכרת הטוב געפילן וואס די טייערע אידן האבן צו אים, זאל אים שטענדיג צוניץ קומען, ויראה לפניך תמיד זכיותיו, ביי אייגענע קינדער און דורות ווייטער.