וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

אינטער א יאר צוריק איז עס געווען, ממש א טאג פאר ל''ג בעומר, ווען דא אויף אידטיש איז געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס אז 'די רומפלער קינדער זענען באפרייט געווארן פון שעלטער'
דאס איז געווען א באזינדערע שמחה נאך וואס מען רעדט דא פון די סאמע חשוב'סטע משפחות אין וויליאמסבורג, אייניקלעך פון אותו צדיק ר' משה הלבערשטאם קיוויאשד'ער רב זצוק''ל, ולמעלה בקודש אייניקלעך פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע און הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי''ע. זייער באפרייאונג איז צישטאנד געקומען נאך וואס זייער חשוב'ע ברודער פון בני ברק האברך ר' מרדכי רומפלער הי''ו איז אפגעזיצן חדשים לאנג אין גווטאמאלא און אריינגעגאסן שווערע געלטער אין דעם קעיס ביז צו דעם גליקליכן מינוט ווען ער האט געזען זיינע ברודער אויפן פליגער קיין אמעריקע.

ר' מרדכי איז א זון פון ר' אלעזר רומפלער בזוו''ר, און אלע יארן געוויינט און געהאפט צו קענען ארויסזען זיין משפחה פון אינטער די אייזערנע פירהאנג, עד שבא לידו וקיימנו. די קינדער זענען אנגעקומען קיין אמעריקע ווי א חשוב'ע עסקן פון מאנסי האט זיי אריינגענומען צו זיך אין שטוב און זיך אפגעגעבן מיט וואס עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, יעדן טאג וואס עס איז אריבערגעגאנגען האט מען געזען ווי די קינדער גלידערן זיך איין בעסער און בעסער.

ערגעץ אינצווישן האב אני הקטן זוכה געווען צו א חשוב'ן גאסט ווען הילד החשוב משה'לע ני''ו איז געקומען איינשטיין צו אונז אין שטוב. ווער עס האט אים נאר אמאל באגעגענט ווייסט אז מען רעדט פון א גאר א חשוב'ע זאך, משה'לע איז אריין אין תלמוד תורה וויזשניץ אין וויליאמסבורג און בליץ שנעל זיך ארויפגעארבעט צו זיין פון די סאמע שטערקסטע מציונים פון די חדר, זיינע בחינות ליגן נאך ביי מיר אין שטוב וואו שטאלצע 100 צייכענעס ערשיינען אויף גאנצע פרקים אין בבא מציעא. יודן האבן זיך געריבן די אויגן וויאזוי אזא יונג קינד וועלעכע איז געווען געפאנגען ביי גוים פאר איבער א האלבע יאר טראסקעט אין לערנען ווי א פלייסיגער כולל יונגערמאן. דער וויזשניץ וויליאמסבורג'ער רבי שליט''א האט יעדע וואך פערזענליךמפארהערט זיין פלומעניק משה'לע, און זיך פשוט געטשאטשקעט מיט אים.

ר' מרדכי האט אבער נישט איינגערועט. זיין חלום צו צאמברענגען די משפחה האט נאך געדארפט דורכגיין עטליכע שטאפלען...

המשך יבא בעז''ה
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 571

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך אורך ימים »

זעט אויס דראמאטיש...
וועמען גייט מען אינטערוויען?
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1070

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יענץ מבין »

סובסקרייבט.

איך בעט דיר נאר אז דעי אינטערוויו זאל טאקע פארקומען, נישט אזוי ווי מענדי שטערן'ס צווייטע חלק אינטערוויו מיט ר' יי"ה בלום, וואס איז ערגעץ וואו פארשוואונדן געווארן.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3419
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4024

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך אנדערער »

ווען קומט די המשך?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
לעצטענס
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 10:03 pm
Location: New York
x 5

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך לעצטענס »

צופיל שפאנונג שוין געווען און די לב טהור טעמע,
האלט אונז נישט נאכאמאל געשפאנט,
קום אריין מיט דעטאלן הצדיק ר' יצחק ,
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: montreal
x 81

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך שלא לשמה »

וואס איז די איצטיגע מצב מיט ר' אלעזר'ן אליינס ???
איז ער געווען ביי די בר מצוה ???
וויפיל יאר דארף ער זיצן???
וכו' וכו'
טייערע ר' יצחק האלט אן מיט דיינע טעגליכע מעלדונגען, דו קומסט אריין זייער קלאר און צום פינטל כה לחי
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

יצחק טייכמאן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 9:09 pm אינטער א יאר צוריק איז עס געווען, ממש א טאג פאר ל''ג בעומר, ווען דא אויף אידטיש איז געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס אז 'די רומפלער קינדער זענען באפרייט געווארן פון שעלטער'
דאס איז געווען א באזינדערע שמחה נאך וואס מען רעדט דא פון די סאמע חשוב'סטע משפחות אין וויליאמסבורג, אייניקלעך פון אותו צדיק ר' משה הלבערשטאם קיוויאשד'ער רב זצוק''ל, ולמעלה בקודש אייניקלעך פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע און הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי''ע. זייער באפרייאונג איז צישטאנד געקומען נאך וואס זייער חשוב'ע ברודער פון בני ברק האברך ר' מרדכי רומפלער הי''ו איז אפגעזיצן חדשים לאנג אין גווטאמאלא און אריינגעגאסן שווערע געלטער אין דעם קעיס ביז צו דעם גליקליכן מינוט ווען ער האט געזען זיינע ברודער אויפן פליגער קיין אמעריקע.

ר' מרדכי איז א זון פון ר' אלעזר רומפלער בזוו''ר, און אלע יארן געוויינט און געהאפט צו קענען ארויסזען זיין משפחה פון אינטער די אייזערנע פירהאנג, עד שבא לידו וקיימנו. די קינדער זענען אנגעקומען קיין אמעריקע ווי א חשוב'ע עסקן פון מאנסי האט זיי אריינגענומען צו זיך אין שטוב און זיך אפגעגעבן מיט וואס עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, יעדן טאג וואס עס איז אריבערגעגאנגען האט מען געזען ווי די קינדער גלידערן זיך איין בעסער און בעסער.

ערגעץ אינצווישן האב אני הקטן זוכה געווען צו א חשוב'ן גאסט ווען הילד החשוב משה'לע ני''ו איז געקומען איינשטיין צו אונז אין שטוב. ווער עס האט אים נאר אמאל באגעגענט ווייסט אז מען רעדט פון א גאר א חשוב'ע זאך, משה'לע איז אריין אין תלמוד תורה וויזשניץ אין וויליאמסבורג און בליץ שנעל זיך ארויפגעארבעט צו זיין פון די סאמע שטערקסטע מציונים פון די חדר, זיינע בחינות ליגן נאך ביי מיר אין שטוב וואו שטאלצע 100 צייכענעס ערשיינען אויף גאנצע פרקים אין בבא מציעא. יודן האבן זיך געריבן די אויגן וויאזוי אזא יונג קינד וועלעכע איז געווען געפאנגען ביי גוים פאר איבער א האלבע יאר טראסקעט אין לערנען ווי א פלייסיגער כולל יונגערמאן. דער וויזשניץ וויליאמסבורג'ער רבי שליט''א האט יעדע וואך פערזענליךמפארהערט זיין פלומעניק משה'לע, און זיך פשוט געטשאטשקעט מיט אים.

ר' מרדכי האט אבער נישט איינגערועט. זיין חלום צו צאמברענגען די משפחה האט נאך געדארפט דורכגיין עטליכע שטאפלען...

המשך יבא בעז''ה
א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק. יעצט לאמיר ממשיך זיין.

בעת ההוא איז דער טאטע ר' אלעזר רומפלער געזיצן אין תפיסה אין על סאלוואדאר.

וויאזוי קומט א יוד אן אין תפיסה אין על סאלוואדאר? דאס איז צו פארדאנקן די געטרייע הנהלה פון לב טהור וועלעכע האבן געהאט נישט קיין קליינע פראבלעם אז ר' אלעזר קומט אן אין טורמע. ר' אלעזר איז געווען פאר די הנהלה ווי א דארן אין אויג. סיי וויבאלד ער איז א ת''ח וועלעכע האט גענאסן היפש ריספעקט ביים ציבור אין לב טהור, שטעלנדיג דעם חכם און דעם ריש כלה אין שאטן, און סיי צוליב זיין קשר מיטן דעמאלטסדיגן קהילת כנישתא חדא פון ר' יואל העניך. עס איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז ערגעץ וואו וועט ר' אלעזר לאנדען אין כנישתא חדא.

ווען זיין טאטע הגה''צ ר' אהרן הערש ז''ל אב''ד תהילות ישראל איז נפטר געווארן איז ר' אלעזר געפארן קיין ארץ ישראל צום לוויה און צום שבעה. דער חכם האט שוין דאן מורא געהאט אז ר' אלעזר וועט אפלאזן לב טהור, האט ער מיטגעשיקט א שומר וואס זאל אים פשוט נאכשפאצירן 24 שעה א טאג. זייענדיג אין ארץ ישראל האבן די ארטיגע איסטאנצן געעפנט א קעיס קעגן ר' אלעזר אויף וועלעכע עס וואלט אים געדראעט מאקסימום 2 יאר טורמע, און מען וואלט עס ווארשיינלעך געקענט נידערן צו האלב דערפון. אבער היות די הנהלה פון לב טהור איז דאך קלוגער פונעם געזעץ האט אים דער חכם באפוילן צו פארלאנגען בעיל און פשוט אפפיצן פון לאנד, א זאך פון וואס ר' אלעזר ליידט נאך ביז היינט. ר' אלעזר האט טאקע געפאלגט דעם חכם און עוקר געווען דורך ירדן. דאן איז ער ארויף אויפן אינטערפאל געזוכטע ליסטע.

א קורצע צייט נאכן באקאנטן איבערפאל כ' כסליו תשפ''ה לפ''ק האט יעקב נחום וויינגארטן באפוילן ר' אלעזר צו גיין אויסשפיאנירן א פרישע מקום פאר קהילת לב טהור, אנצוקומען אהין האט מען געדארפט דורכגיין די גרעניץ פון על סאלוואדאר, ר' אלעזר האט גלייך פארשטאנען אז דאס באדייט אריינצוגיין אין טורמע. ר' אלעזר האט געוויינט צום ריש כלה אז ער וויל נישט אריינשפאצירן אין תפיסה, און ער זאל ביטע שיקן א צווייטן, דער ריש כלה האט אים אבער מיט זיין העפליכע אכזריות קלארגעשטעלט אז גזירה היא מלפניו ואין לך רשות להרהר אחריה.

די סוף פון די מעשה איז אז ר' אלעזר האט זיך געטראפן געבינדן אין קייטן אין איינע פון די שווערסטע תפיסות אין די וועלט.

ווען די וועלט האט גע'רעש'ט איבער די פרשה און נאכגעפאלגט יעדע נייעס'ל, איז עס ביי ר' מרדכי נישט געווען קיין נייעס'ל, ער האט גוט געקענט זיין טאטן און גוט געוואוסט אז לב טהור האט אים גרויזאם צוגערויבט זיינע שענסטע יארן, זיין דעת, און היצט זיין פרייהייט צו עקזעסטירן אויף דעם וועלט. איבערמידלעכע כוחות, הונדריטער שעות, און בעיקר שווערע צענדליגער טויזנטער דאלארן האט ר' מרדכי אריינגעגאסן, אלעס פאר דעם איין השתדלות, צו קענען ברענגען זיין טאטן אויף ארץ ישראל, ענדיגן דעם פראצעס, אפקומען זיין אורטייל, און צוריק אויפשטעלן די משפחה. און יא, פארלאפענעם זומער העעל''ט האט ער ב''ה מצליח געווען.

דאן איז געקומען די ארבעט פון ברענגען די מאמע פון די משפחה אויף ארץ ישראל, וואס מען האט איר יארן לאנג געפרעדיגט אז דאס איז שמד ממש. איבערמידליכע כוחות איז אריינגעגאנגען ביזן זען די עקרת הבית אראפגיין די שטיגן פונעם פליגער אין ארצינו הקדושה.

המשך יבא בעז''ה.
ברוך השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:35 am
x 119

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך ברוך השם »

מיין הארץ פאמפט
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

אצינד האבנדיג שוין אריבערגעברענגט דעם טאטן קיין ארץ ישראל, איז די מצב געווארן פיל גרינגער. הגם אין תפיסה ציווישן חילונים קען אמאל זיין שווערער פאר א פרומער יוד ווי ציווישן ספאנישע גוים וועלעכע האבן מער ריספעקט פאר א א ראביי, איז אבער די מציאות אז תפיסה אין ארץ ישראל איז רעלעטיוו גאנץ גוט צוגעשטעלט פון א פראקטישן פערספעקטיוו. ר' מרדכי איז כמעט טעגליך געגאנגען באזוכן דעם טאטן, און די קינדער האבן אנגעהויבן רעדן אויפן טעלעפאן, דער מצב האט אנגעהויבן ווערן מער סטאביל.

ווי נאר די מאמע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט זי פארשטייט זיך אנגעהויבן אפשטאטן רוטינע באזוכן ביי איר מאן, זאכן האבן אנגעהויבן פאלן אין פלאץ, דא האט ר' מרדכי געפילט אז מען קען גיין צום קומעדיגן שטאפל.

ממש ביפאר ראש השנה האב איך געהאט די זכי' צו טראגן די 3 טייערע קינדערלעך קיין ארץ ישראל, ווי זיי האבן נאך לאנגע חדשים געטראפן זייער מאמע'ן, און געגאנגען טרעפן זייער טאטן. די געפילן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט קענען קיינע אותיות נישט אראפגעבן. לכה''פ וועט זיך אויספעלן א טעמע פון 1000 בלעטער. נאך יארן לאנג מיטמאכן רדיפות און פיין אין לב טהור, די קינדער שמאכטן חדשים לאנג אין שעלטער ציווישן גוים, דעם טאטנ'ס ארעסט אינעם שוידערליכן על סאלוואדאר טורמע, אלעס האט זיך ווי צאמגעקומען אין איין כוואליע פון פיין, פרייד, בענקעניש, טרויער, און ווידער פרייד אויף איין מאל! והשיב לב אבות על בנים, מושובי עקרת הבית, תבא לפניך אנקת אסיר, יתומים היינו, אלע פסוקים האבן פארגעשריבן דעם דראמאטישן מגילה, ווען די קינדער זענען צוריק לחיק אביהם ואמם, דאס מאל אין די פרייע וועלט, ווייט ווייט אוועק פון די טינקעלע לב טהור פארגאנגענהייט.

איך פלעג אייביג פרעגן ר' מרדכי וויאזוי ער דעקט זיך? נעמענדיג אין אכט אז די איין יאר אליין האט אים אפגעקאסט עטליכע מאה'לעך...
ר' מרדכי פלעגט מיר אייביג ענטפערן אז ער איז זיך 'מסדר' ב''ה... הלואי וואלטן נאך יודן געהאט עקסעס צו דעם 'מסדר אקאונט' וויבאלד עס זעט אויס אז עס פליסט פון דארט ארויס מיליאנען...

(ערגעץ ווי האב איך זיך אינטערגעהערט אז ר' מרדכי האט דאן געהאלטן אין די נאנטע שטאפלען פון קויפן אן אייגענעם דירה, אבער האט אלעס אוועקגעגעבן צו אויסלייזן זיין משפחה פון געפענגעניש, און אצינד שטייענדיג א יאר שפעטער וואוינט שוין ב''ה א צווייטע משפחה אין די דירה וואס ר' מרדכי האט שוין געהאלטן ביים קלאוזן, איי געס 'מסדר' מענידשט דעם דירה...)

המשך יבא בעז''ה
אוועיטער
אלי סאפראנאוויטש
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:09 am
Location: ברוקלין
x 39

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך אלי סאפראנאוויטש »

ר' יצחק, איר האט א אייזערנע פעדער און א גאלדענעם הארץ
postit
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pm
Location: אין ווינקל
x 39

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך postit »

פאר דער וואס קען ר' מרדכי ווייסט אז ער האט אלץ געהאט א גאלדענע הארץ פאר יעדעם...
געדענק מיר איהם נאך אלץ הויז-בחור...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3419
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4024

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך אנדערער »

נו ר' יצחק

ווייטער?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
פון די חברה
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:20 pm
x 70

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך פון די חברה »

דאס אלעס איז די אינטערוויו, אדער חוץ פון די אלע באריכטן קומט חוץ פון דעם א אינטערוויו?
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 822

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך כבוד מלכים »

רבי יצחק, אז מען ציעט שוין יא די נערווען, און נאך אזאלעכע ווארימע הקדמות האבן מיר סיריעס הויכע עקספעטעישינ'ס...

זעה מיר זאלן נישט דיספוינטעט ווערן...

שטעל צוזאם ר' מרדכי, ר' אליהו, דער בר מצוה בחור, אינאיינעם מיטן טאט'ן פאר א זאפטיגע שמועס...
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

א יישר כח פאר די אלע וואס געבן חיזוק און גוטע ווערטער, לאמיר ממשיך זיין.

די קינדער מיט די מאמע וואוינען שוין ב''ה אין ירושלים עיר הקודש, די טאטע לערנט אויס די קינדער אז יעדע זאך מיט א גוטע הכשר מעג מען עסן, אנדערש ווי מען האט מחנך געווען אין לב טהור, משה'לע ני''ו האט אנגעהויבן חדר אין ת''ת תולדות אברהם יצחק, זאכן הייבן אן צו פאלן אין פלאץ ב''ה. משה'לע גייט ווערן 13 ט''ז אדר הבעל''ט. איך פרעג אים ווען זיען בר מצוה גייט פארקומען, און משה ווייסט נישט 'ס'ווענדט זיך אויב מיין טאטע גייט נאך זיין אין תפיסה אדער נישט' זאגט ער מיר. ר' מרדכי ארבעט אויף אלע פראנטן ארויסצוזען זיין טאטן פון תפיסה, 'דער לויער דארף נאך 15 אלפים' זאגט מיר מרדכי, אויף מיין פראגע פון וואו ער האט די געלט ענטפערט ער דעם זעלבן 'איך בין זיך מסדר' פוזמן.

נאכן זיצן עטליכע מאל אין געריכט האט דער ריכטער גע'פסק'נט 2 יאר טורמע פאר ר' אלעזר, אבער היות ער איז שוין געזיצן א יאר אין על סאלוואדאר און אין ארץ ישראל באטרעפט דאס צו בערך נאך א יאר, פון וואס עס קען נאך אויך אראפגיין בעז''ה עטליכע חדשים פאר גוטע אויפפירונג.

פון די לאנגע מגילה וואס דער שופט האט פארגעליינט, און די אלע הויעכע ווערטער האט משה'לע פארשטאנען בלויז איין שורה: משה'לע, דו גייסט נישט האבן קיין טאטע ביי דיין בר מצוה!

מען האט אנגעהויבן פלאנירן דאס בעסטע וואס איז שייך, און טאקע א טאג נאך שושן פורים העעל''ט איז פארגעקומען די הערליכע בר מצוה, מיט די השתתפות פון קרובים וידידים, און יוצאי לב טהור פון ארץ הקודש. א גרופע עסקנים פון אמעריקע זענען געווען געסקעדשולט צו פארן, אבער צוליב די מלחמה זענען די טיקעטס געקענסעלד געווארן.

איך האב געשמועסט נאך בר מצוה מיט ר' מרדכי, און אים געפרעגט ווער עס באצאלט די תפילין און די בגדים, סעודת הבר מצוה וכדו' און דאן צום ערשטן מאל האט ער געבעטן הילף! שווערע אלפים ורבבות האט ר' מרדכי געטראגן אויף זיין רוקן, די פדיון שבויים פון זיין טאטנ'ס גאנצע משפחה האט אים אויסגעזעקלט ביזן לעצטן גרייצער ועד בכלל, די מסירת נפש אוועקצושטעלן די הייליגע משפחה אויף די פרייע לופט, אריינשטעלן די קינדער און מוסדות, אויסרישן בכל טוב וטוב ברוחניות ובגשמיות האט אויסגעליידיגט דעם קראן אזש אפילו 'מסדר' האט שוין אויפגעהערט צו שיקן טשעקס.

'משה'לע האט געוואוינט ביי מיר א שיינע פאר חדשים, איך מוז אים העלפן' האב איך גלייך קלארגעשטעלט פאר ר' מרדכי. מען גייט שאפן געלט! א זאך וואס איז ביז היינט געווען ווילד פרעמד פאר דעם צדיק.
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

אפשר א קאמפיין אויף אידטיש? האט ער געפרעגט. איך בין אבער געווען זייער סקעפטיש, מען האט שוין צופיל קאמפיינט, אלעס האט א שיעור, און די ווארט אלעס נעמט אויך אריין אין זיך 'קאמפיינען פאר יוצאי לב טהור'... אנדערע האבן אבער געהאלטן פונקט פארקערט 'זאגסט דאך אז מען האט אזויפיל קאמפיינט, נו, זעסט דאך אז מען האט יעדע מאל מצליח געווען'.

נמנו וגמרו אז מען וועט טעסטן די וואסערן, פון פראבירן וועט מען נישט דערלייגן. מען וועט ארויסלייגן א לינק וואו מען קען געבן, און ארומשיקן פאר חברים צו געבן.

און ווען מען וועט אנקומען צו 5 טויזנט דאלער וועט מען מהנה זיין דעם ציבור מיט א היסטארישע אינטערוויו וואס עס איז קיינמאל נישט געווען זיינס גלייכן, נעמליך מען וועט אראפזעצן א יונג קינד וועלעכע איז אויפגעוואקסן אין לב טהור, און איז נאך יעצט א יונג קינד, און דער עולם וועט קענען פרעגן לייוו שאלות! דהיינו שרייבן שאלות אויפן טעמע און מען וועט אויפן פלאץ אפטייפן די תשובות וואס דער קינד וועט ענטפערן, פארשטייט זיך כלשונו ממש, צו לאזן ווי מער א נאטורליכן טעם.

נו, וואס זאגט דער עולם? מען וועט מצליח זיין?
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1720
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2840

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

ווי קען מען געבן OJC?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:21 pm ווי קען מען געבן OJC?
מ'קען אויך געבן מיט סיי וועלכע צדקה קארטל אדער זעלל. שיקט אן אימעיל צו helpLTvictims@gmail.com
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

א טייערע יוד האט אריינגעווארפן א הונדריטער אין די ערשטע 2 מינוט וואס די פאוסט איז ארויף! מי כעמך ישראל!
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 470

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

איינער האט געפרעגט אין אישי אויב מען קען אריינשיקן שאלות ביפאר די אינטערוויו, און די תירוץ איז יא, מען קען שיקן אן אישי מיט די שאלה און מען וועט עס בל''נ פרעגן ביים לייוו אינטערוויו.
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 571

Re: וועט די לב טהור טעמע איינשלאפן? הכונו צום היסטארישן אינטערוויו!

פאוסט דורך אורך ימים »

געשיקט דעם לינק פאר אפאר חברים זיי זאלן אריינווארפן אפאר דאלער, מיין חבר שיקט מיר יעצט א מעסידש: איך וויין!
שרייב פאוסט