מענדי שטערן האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 22, 2026 11:26 pm
ב"ה די שמועס איז שוין ארויף.
אזוי ווי פאריגעס מאל איז אויך דאסמאל אריינגעקומען פיל פיל פיל מער מעסעזשעס ווי געראכטן זענען אונז געווען געצווינגן צו צוטיילן די שמועס.
אויף די ערשטע שמועס פרעגן אונז פון ר' יהושע העשיל איבער די נייע האטליין איב עס העלפט אדער מאכט קאליע וכו'. אונז זענען נישט אנגעקומען (אין די יעצטיגע) צו פרעגן איבער ספעציפישע אינטערוויס וכו' נאר בכלליות אויב עס שטערט די עסקנים מיט די מערכה.
אזוי אויך איבער די לעצענסדיגע גאר שארפע אטאקעס וואס די עסקנים באנוצן זיך אין די לעצטע עטליכע וואכן קעגן א געוויסע יחיד בפרט דא אויף אידטיש און הערן צי מען מעג עס טון און וואס איז די תועלת אא"וו (אויף די יעצטיגע שמועס רעדט מען נישט פון די הלכה'דיגע חלק נאר אויף די מענטשליכקייט פון אטאקירן א מענטש. די שאלות ארום הלכה אזוי ווי אויב איז דא א רב/דיין וואס לאזט עס צו, לאזן אונז פאר חלק ב' בע''ה).
מען קען עס הערן אויף
קווארטעל.
אמעריקאנע נומבער:
7162322100.
ענגלישע נומבער:
03306138948.
ביי די לב טהור אפטיילונג
4-7 פון די מעין מעניו.
פאר די אלע וואס פרעגן אויב מען קען נאך אריינשיקן קשיות. מען קען נאך אבער מען זאל זיך ביטע צו-איילן און אויב וועט מען עס נישט קענען פרעגן דאסמאל וועט מען עס פרעגן ביי א קומעדיגע געלעגנהייט אי"ה.
אזוי אויך ווילן מיר זיך שטארק באדאנקען פאר אונזער producer @יוחנן בוקסבוים פאר'ן אריינלייגן גאר אסאך כח און צייט אז די שמועס זאל ארויסקומען קלאר און חלילה נישט ווייטון קיין שום יחיד.
פון ווען ר' יוחנן האט באקומען די שמועס (מיט די instructions ווי צו שניידן/צולייגן) ביז ווען עס איז געווען גרייט איז געווען ווייניגער ווי א שעה!
עס כאפט א פחד צו הערן די אריגענעלע רעקורדינג און די איבערגעמאכטע. די חיליק איז הימל און ערד.
אן ר' יוחנן וואלט לכאורה נישט געווען (אדער כמעט נישט געווען) קיין אינטערווי'ס.
אויב האט איר הנאה פון אן אינטערווי, באדאנקטס אים, נישט מיך. איך באקום כאטש צוהערער, קאמפלימענטן וכו'. ער באקומט נישט גארנישט.
ש'כח @יוחנן בוקסבוים די זכות זאל אייך ביישטיין.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך שאלות, קאמענטארן, הערות, געדאנקן אדער סיי וואספארא feedback, ביטע רופן אריין צו
קווארטעל און דריקט 4-7 פון די מעין מעניו אדער שיקט אן אימעיל צו
mendyshtern@gmail.com.