אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
טשענעל 12: אמעריקאנע אפישעלס שאצן אז אויב די געשפרעכן וועלן נישט פירן אין ערגעץ, וועט טראמפ זיך ארויסלאזן אין א מאסיווע אטאקע דורך מדינת ישראל/אמעריקע אין דירעקט אטאקירן די רעזשים.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
אן איבערראשונג ביים חיפה ברעגעס.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
קשת 12:
סאודיע אראביע קרוין פרינץ צו מדינת ישראל קוועלער: כומעיני דארף ווערן אפגעווישט צוזאמען מיט זיין רעזשים.

די איראנע מיט זייער פסיכילאגישע מלחמה האבן ארויסגעגעבן א ווידיאו ווי זיי האבן געגראבן 5,000 קברים פאר אמעריקאנע סאלדאטן אין די הויפּט שטאָט טעהראן.
- פיילס
-
- Screenshot_20260222_233533_Telegram.jpg (275.92 KiB) געזען געווארן 739 מאל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
א קורצע סך הכל ווי מ'שטייט איצט:
די לאגע האט דערגרייכט א גאר קריטישע שטאפל, ווען דער מיטל מזרח געפינט זיך אויף די שוועל פון א ריזיגע מלחמה וואס קען זיין פיל גרעסער פון אלעס וואס מיר האבן ביז איצט געזען. אין צענטער פון דעם שטורעם שטייט א קאמף צווישן דעם לעצטן טערמין וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשטעלט און איראן'ס שנעלע אויסברייטערונג פון נוקלעארע אינפראסטרוקטור טיף אונטער דער ערד. נאך די ביטערע זכרונות פון די 12-טאגיקע מלחמה פארגאנגענען יוני, איז די יעצטיגע אטמאספערע פול מיט מיליטערישע צוגרייטונגען וואס צילן צו ווייזן אז די צייט פאר דיפלאמאטיע לויפט אויס.
די פאראייניגטע שטאטן האט אויפגעשטעלט די גרעסטע מיליטערישע מאכט אין דעם ראיאן אין די לעצטע צוויי צענדליג יארן, מיט צוויי ריזיגע קעריער שיפן - די USS עברעהעם לינקאלן און די USS דזשעראלד פארד - וואס געפינען זיך גרייט צו אטאקירן איראנער אינטערעסן. דאס ווערט באגלייט מיט אן אומאויפהערליכע לופט-בריק וואס האט אנגעפילט די באזעס אין יארדאניע און קאטאר מיט די מערסט פארגעשריטענע קאמף-עראפלאנען. אנדערש ווי אמאל, רעדט דעם פענטאגאן איצט נישט נאר פון איינצוימען איראן, נאר פון אן אפענסיווע וואס קען אנהאלטן וואכן לאנג און צילן נישט נאר אויף נוקלעארע פלעצער ווי פארטשין און איספאהאן, נאר אויך אויף די הויפט קאמאנדא צענטערן פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע. דאס אלעס זאל געבן קראפט פאר די 15 טאגיקע דעדליין וואס וואשינגטאן האט געגעבן פאר איראן אינגאנצן אפצושטעלן דאס אנרייכערן אוראניום.
טעהראן האט רעאגירט מיט א שטייפע שטעלונג פון ווידערשטאנד, ווייזנדיג אז זי וועט זיך נישט לאזן דערשרעקן. שפיאנאזש בילדער צייגן אז די איראנער גראבן זיך גאר טיף אריין אין שטיינערנע בערג צו באשיצן זייערע נוקלעארע אוצרות פון די אמעריקאנער באמבעס. אויף די וואסערן האט איראן דורכגעפירט איבונגען אינאיינעם מיט רוסישע כוחות אין דעם שמאלן דורכגאנג פון הארמוז, פראקטיצירנדיג וויאזוי אפצושלסן דעם וויכטיגסטן וועג פאר נאפט אין דער וועלט. אינעווייניג אין לאנד האט דער העכסטער פירער געגעבן פאר עלי לארידזשאני ברייטע כוחות איבער דער ארמיי, וואס צייגט אז זיי גרייטן זיך אויף א לאנגע מלחמה, אפילו בשעת פרעזידענט פעזעשקיאן פרובירט נאך אלס צו לאזן אן עפענונג פאר די פארהאנדלונגען אין זשענעווע.
מדנ"י געפינט זיך אין א מצב פון העכסטע וואכזאמקייט, ווען זי פרובירט נאך אלס צו היילן די וואונדן פון די איראנער מיסילס פאריגן זומער. די מדינת ישראל לופט כוחות האבן שוין דורכגעפירט ריזיגע איבונגען פון לאנגע פליען און אנפילן ברענשטאף אינמיטן דער לופט, וואס דאס איז א פראקטיק פאר אן אטאקע טיף אינעווייניג אין איראן. כאטש זיי ארבעטן צוזאמען מיט דעם אמעריקאנער מיליטער, האט מדנ"י קלאר געמאכט אז אויב די געשפרעכן אין זשענעווע דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועלן דורכפאלן, וועלן זיי מוזן האנדלען אליין אפצושטעלן איראן פון באקומען א נוקלעארע באמבע.
בשעת די וועלט קוקט ארויס אויף דעם גורל'דיגן מיטינג אין שווייץ דעם דאנערשטאג, בלייבט דער גאנצער ראיאן ווי א פולווער-פאס וואס קען אויפרייסן יעדע רגע. איין קליינע טעות אין דעם פערסישן גאלף אדער א קאמף אויפן לבנון גרעניץ קען אנצינדן א פייער וואס וועט איבערדרייען דעם גאנצן מיטל מזרח. די קומענדיגע טעג וועלן באשליסן צי דאס אלעס וועט פירן צו א היסטארישן שלום אדער צו דעם אנהויב פון א שרעקליכע מלחמה.

שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2352
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7783
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
וואס זאגט איר צום געדאנק אז טראמפ זאל אינמיטן דעם סטעיט אוו די יוניאן רעדע מעלדן פאר אלע מיליאנען צוקוקער און אינאיינוועגס אויך פאר קאנגרעס אז אמעריקע האט נארוואס דורכגעפירט א סוקסעספולער אפאראציע אין איראן מיט דער עלימינירונג פונעם איראן הויפט גייסטליכער אינאיינעם מיט אלע זיינע ארומיגע און דער שפיל איז געענדיגט, עס האט נישט געקאסט קיין איין אמעריקאנע לעבן, און מ'האלט אינמיטן אויסארבעטן די דעטאלן מיט דער נייער רעגירונג. רוסלאנג באקומעט מער נישט קיין אויל פון זיי.
אה און אויך האט אמעריקע אין דער זעלבער צייט עלימענירט די האוטי פירער און אלע זיינע נאנטע און מיטארבעטער, וכו וכו... די רעשט פון דער דמיון לאז איך פאר אים...

נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 686
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1607
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
זייער א גוטע פלאן! יעצט גיס אפ נעגל וואסער....שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:11 pm וואס זאגט איר צום געדאנק אז טראמפ זאל אינמיטן דעם סטעיט אוו די יוניאן רעדע מעלדן פאר אלע מיליאנען צוקוקער און אינאיינוועגס אויך פאר קאנגרעס אז אמעריקע האט נארוואס דורכגעפירט א סוקסעספולער אפאראציע אין איראן מיט דער עלימינירונג פונעם איראן הויפט גייסטליכער אינאיינעם מיט אלע זיינע ארומיגע און דער שפיל איז געענדיגט, עס האט נישט געקאסט קיין איין אמעריקאנע לעבן, און מ'האלט אינמיטן אויסארבעטן די דעטאלן מיט דער נייער רעגירונג. רוסלאנג באקומעט מער נישט קיין אויל פון זיי.
אה און אויך האט אמעריקע אין דער זעלבער צייט עלימענירט די האוטי פירער און אלע זיינע נאנטע און מיטארבעטער, וכו וכו... די רעשט פון דער דמיון לאז איך פאר אים...
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
ריפולינג פליגער היינט אין בן גוריון לופטפעלד און מדינת ישראל
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
וואל סטריט זשורנאל:
איראן האט ריזשקטעט די אמעריקאנער פארלאנגען
איראן האט ריזשקטעט די אמעריקאנער פארלאנגען
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
אין יאר 2060, טראמפ געבט 10 טעג פאר איראן צו קימען פאר א דיעל.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס קעגן דעם רעזשים
אומבאשטעטיגטע באריכטן איבער א אראפגעשאסענע אמעריקאנער דראון ביי די איראנע ברעגעס
אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
איך מיין עס איז צייט
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
פרעזידענט טראמפ:
איראן קען נישט אין וועט נישט האבן קיין נוקלעארע וואפן
איראן קען נישט אין וועט נישט האבן קיין נוקלעארע וואפן
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
טשיינע רופט אירע בירגער נישט צו טרעוועלען קיין איראן, אין די בירגער וואס זענען דארט, זאלן פארלאזן די לאנד ווי אמשנעלסטן
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
פראנקרייך, די יונייטעט קינגדאם, פוילן, רופן זייערע בירגער נישט צו טרעוועלן קיין מדינת ישראל
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
באריכטן אז רוסלאנד עוואקואירט זייערע אמבאסאדע מיטגלידער פון איראן
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
בלומבערג באריכטעט אז וויטקאפף און קושנער זענען אהיים געקומען פון די מיטונגען נעכטן זייער דיסעפאונטעט
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
אמעריקאנער אמבאסאדע באאמטע פון איראק, זענען געווארן עוואקואירט
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
באמבע שעלטערן זענען געפענט געווארן אין באר שבע, אין און נאך שטעט אין מדינת־ישׂראל
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
נאך:
איך בין נישט צופרידן פון די געשפרעכן מיט איראן.
* פרישע געשפרעכן אויף פרייטאג.
* איך וויל א דיעל
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 686
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1607
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
ס'קוקט שוין מער און מער אויס אז טראמפ וויל עכט א דיעל.... ווען נישט ווייס איך נישט אויף וואס ער ווארט אזוי לאנג. די שאלה איז נאר צו ער טראכט טאקע אז א דיעל האט א טשענס
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
אין פרינציפ וויל ער א דיעל. כ'מיין, פארוואס דען נישט. ער ווייסט אבער אז ער קען מיט זיי נישט דערגרייכן קיין צופרידנשטעלנדן אפמאך, דעריבער האט ער ארומגעשלעפט מיט פארהאנדלונגען אזוי לאנג אז יעדער זאל זען קלאר אז ער האט געטון דאס בעסטע וואס ער האט געקענט דיפלאמאטיש כדי צו פארמיידן א קריג. ס'איז א שפיל צו געווינען די דעת הקהל.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 27, 2026 2:49 pm ס'קוקט שוין מער און מער אויס אז טראמפ וויל עכט א דיעל.... ווען נישט ווייס איך נישט אויף וואס ער ווארט אזוי לאנג. שי שאלה איז נאר צו ער טראכט טאקע אז א דיעל האט א טשענס
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 686
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1607
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
עס פעהלט דען דעת הקהל כלפי איראן?
Re: אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און איראן
ווענדט זיך וועלכער קהל. אין זיין קהל ווערט מען נישט אזוי שנעל צופרידן מיט מלחמה.