ארגון תפארת בחורים

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 118

ארגון תפארת בחורים

פאוסט דורך שלא לשמה »

איך האב לעצטענס געטראפן גאר א שיינע אויסגאבע פון ארגון תפארת בחורים איך לייג עס דא ארויף להנאת הציבור
attachment=0]גיליון תפארתינו שבט פה.pdf[/attachment]
גיליון תפארתינו שבט פה.pdf
(27.05 MiB) דאונלאודעד 102 מאל
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 118

Re: ארגון תפארת בחורים

פאוסט דורך שלא לשמה »

דא לייג איך ארויף אן ערשט האנטיגע מעשה, געהערט מכלי ראשון:

ווי א פארוועלקטע בלום, וואס קיין טראפנס וואסער איז שוין א יובל יארן נישט אנגעקומען אויף זיינע פלייצעס, און פרובירט מיט די לעצטע ביסל כוחות צו ציען אביסל חיונה, פונעם פארטרוקענטע בעל אכסניא -די גלעכערטע ערד- וואס דארף דינען אלץ זיין שפייזער. די בלומעלע איז אזוי געשטאנען מיאוס פארהויקערט איינזאם אליינס זיך שלאגענדיג איבערצולעבן די קומענדיגע סקונדען עלי אדמות, אויסגעמוטשעטערהייט שוויצנדיג אונטערן לאסט פון די אומגעהויערטע היצן שטייענדיג אן קיין שאטן איבער זיין קעפל, רוב פון זיינע חברים געפינען זיך שוין נישט בין החיים ווערנדיג פארשניטן אין זייערע שענסטע יארן, שטייענדיג אינמיטן בליען אין זייער פולסטן פראכט, ווען א בייזע מגיפה האט זיך אנגערוקט איבער זייערע קעפ דראענדיג צו פארשניידן אינג און אלט, און לא היו ימים מועטים ביז פונעם שיינעם גארטן איז כמעט קיין שריד ופליט נישט פארבליבן, נאר די איינע פארקריפלטע רויז וואס שטייט אזוי אינעם פארלאזטן ערוגה ווארטנדיג איינער זאל זיך אויף אים מרחם זיין און דערלאנגן א גלאז וואסער צו שטילן זיין דארשט, בעפאר ס'איז נישט צו שפעט.
אט דאס זענען געווען מיינע מחשבות, נארוואס לאנדענדיג אויף די אדמת קודש אנהויב חשון זמן שנת תשפ"ג, בשעת'ן נאך פארוויילן אין די תל-אביב האפן האבן שטורעמישע געפילן באגלייט מיט ברויזענדע מחשבות, אנגעהויבן ארומקורסירן ביי מיר אין קאפ, אזש די צומישטע הרגשים האבן אפגעטוהן דאס זייערדיגע, אנזייענדיג כאאס און אומארדענונג אין די טיפענישן פון מיין האקעלע נפש, צובראכן און צוקלאפט בין איך אזוי געזעצן, מיטשלעפנדיג די באנק אונטער מיין געוויכט אין די קאלוזע פון מיינע רעיונות רייזע, טראכטנדיג פון די אומגעלונגענע אנגעזעצטע עבר פרובירנדיג עטוואס צו צוזאמפארן מיין יעצטיגע מצב מיט מיינע מאסיווע בר מצוה שאיפות, נישט קענעדיג זיך אליינס טרעפן צווישן די טראפן, וואס זענען פארוואנדלט געווארן אין א ברייטע מים הזדונים'דיגע טייך, וואס פליסט שטורעמיש מיט הייבעדיגע כוואליעס וואס די בייזע ווינטן פאראורזאכן אן אויפהער
מיינע ווירבלדיגע מחשבות און מיינע צופלויגענע הרגשים האבן מיך צוריק געטראגן צו די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, ווען איך בין געווען אין מיינע גאלדענע ישיב"ק יארן, געזעצן און געלערנט פלייסיג און געשווימען אין די טיפענישן פונעם ברייטן ים התלמוד, נישט חלומ'דיג אז די מצב וועט זיך אין די גאר נאנטע טעג בייטן צו גאר שווערע דורכגענג און צו הארבע ביטערנישן, איך בין אין יענע תקופה געווען פארעכענט און אנגעזען פון די העכערע שטייסל אין די מצוינים ישיבה וואו איך האב אין יענע צייט פאבראכט די טעג אנגעפילט מיט סיפוק און שמחת החיים, געשטאנען בין איך דעמאלטס סוף ווינטער זמן פון שנת תש"פ זיך גרייטנדיג צו פארענדיגן די געהויבענע זמן וואס איז נארוואס אריבער אויף מיר מיט גרויס סוקסעס און מיט א געוואלדיגע הצלחה למעלה מן המשוער, זיך איינזאמלנדיג הויפענעס פון תורה און עבודת ה' צווישן די ישיבה ווענט.
אבער רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום, איז מקויים געווארן אין באשיינפערליכן זין פון ווארט ווען די גרויזאמע 'קאוויד' עפידעמיע האט זיך אנגערוקט אויפן האריזאנט מיט אירע שווארצע און טונקעלע קאלירן, די הו-הא פון די גאנצע וועלט איז געקומען צו אן האסטיגע אפשטעל, ווען די וועלטליכע פארקער האט זיך פארשפארט אונטער גראטעס און מאסקעס פרובירנדיג זיך צו האלטן ווי מער אפגעזונדערט איינער פונעם אנדערן, דורכאטעמען יענע שרעקליכע זמנים איז פאר יוגענטליכע אנגעקומען ספיציעל גאר שווער און דערקוטשענט, זייענדיג אינמיטן זייערע שענסטע יארן וואס פארברענגן און סאציאלן איינער מיטן צווייטן איז אינעם טאג טעגליכן סדר היום און פונעם סאמע מערסטע קריטישע באדערפענישן, און פארשטייט זיך אז מיין זעל האבן די שוועריקייטן אויך נישט איבערגעהיפט ווערנדיג פלוצלונג באטראפן פון גאנצעטע מאנאלאגן איינזאמקייט זיצענדיג רוב רובם פון די טעגליכע שעות אין די זעלבע פאר ווענט, ווען דא דארט גייט מען ארויס באגלייטן א באקאנטן צו זיין אייביגע רוה........
לערנען מיט חברותות אויפן טעלעפאן האט אויך זיין שיעור ביז די געדולד פלאצט, און נאכדערצו אז קיין גינגסטעגע נייעס איז אין יענע צייט נישט ערשינען אויף די צייטונג קעפלעך איז קיין אינטרעסאנטע טעמעס אויך נישט געווען פון וואס צו שמועסן, זייענדיג אזוי איינזאם מיט פארשטיינערטע געפילן פון אלץ וואס שפילט זיך אפ אויפן כדור'ל האב איך זייער שנעל אויפגעגעבן די קאמף, פאלירנדיג די חשק צו עפעס טוהן מיטן טאג, און אזוי האב איך מיך געטראפן דורכשטופן די טאג צו נאכט און די נאכט צו טאג, לעכצנדיג צו אן עטוואס נארמאלע סדר היום וואס איז נישט געווען אין די גיסטע צו ערשינען אויפן וועלטליכע ארענע, פון טאג צו טאג בין איך געווארן מער און מער פאר'יבש'ט מילד גערעדט, און פארשטייט זיך אז מיין גאנצע חשק צו לערנען און צו יעדע דבר שבקדושה האט אויסגעוועפט זייער גיך אזש איך האב מיך געפילט ווי אן הויפן ברוכווארג פון א נארוואס געוועזענע פראכטפולע בנין.
ווען די ערב פסח האט זיך אנגערוקט מיט איר גאלאפ, איז געווען א ישועה פורתא ווערנדיג עטוואס פארנומען מיט די גרויסע הכנות וואס אזא יו"ט ברענגט מיט זיך מיט, אבער טיף אין מיינע קעמערליך האב איך זיך געטראפן מיאוס צוקלאפט און שטארק צובראכן, זיך דערמאנענדיג ווי אזוי מיינע הכנות צום יו"ט פסח האט אויסגעקוקט א גענויע יאר צוריק, הארעווענדיג די בין הזמנים טעג אין די סוגיות פון פרק ערבי פסחים, אריינבליקנדיג אין חסידישע ספרים אויף די גרויסקייט פון ליל התקדש חג, אנפילנדיג די זייטיגע צייטן מיט שיעורים אין גבורות ה' פונעם הייליגן מהר"ל, און יעצט באבאכטנדיג די מצב האט די זכרונות אכזריות'דיגעהייט געשניטן די טיפע האקעלע סטרונעס פון מיין טריפנדיגע הארץ, וואס דאס האט מיך נאך מער איינגעקוטשעט אין מיין ביז יעצטיגע הארבע משבר, צופיצלנדיג מיין נאך ביסל פארבליבענע ענערגיע ביז צום גרונד.
ליל שמורים ענדליך האט מען דעגרייכט די דערהויבענע נאכט וואס כלל ישראל איז געוורן אויסגעלייזט פון מצרים, פאר אידן אין אלע דורות נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען האט זיך נאר נישט געפונען, צו אין די לאגערן אדער אין די אינקוועזיציע קעלערן, איז ליל התקדש חג אייביג געווען א שטראל און פינקל פון האפענונג אז והקב"ה מצילנו מידם, מיט אן ארויסקוק אז הרחמן הוא ינחילנו ליום שכולו טוב, אין עס זאל שוין פארווירקלט ווערן דעם אזוי געגארטן בניסן עתידין ליגאל, אין די שווערסטע צייטן האט מען זיך אין דעם סדר-נאכט דערהויבן א טפח צוויי פונעם ערד'דיגע מציאות זיך אנזאפענדיג מיט די גרויסע אורות פון אמונה וואס ווערט נשפע אין דעם דאזיגן דערהויבענע נאכט, אויך אין די פארמאטערטע 'קראנא' תקופה האבן אידן פרובירט עטוואס צו פארגעסן פון די גאנצע ארום און זיך מדבק זיין אין די גרויסע אור מתוך החושך וואס האט בלויכטן דעם שטאק טונקעלע חשכת לילה, שלומי אמוני ישראל האבן פרובירט אז די סדר-נאכט זאל געפראוועט ווערן ווי נארמאל, פרובירנדיג אנצוצינדן די עקסטאזישע און ענטוזיאטישע פסח גיסטע זאל טליען אין שטוב אויפן העכסטן גראד.
איך ווייס נישט פארוואס אבער וויפיל איך האב נאר פרובירט זיך צו ערוועקן צום יו"ט'דיגע שטומינג בין איך האסטיג פארשטומט געווארן פון עפעס א טאפבארע געפיל וואס האט אומאיינגעלאדנטערהייט באזעצט די אויבן אן זיץ פון מיין גיייסט, און מיט צוואנג האט ער מיר אנידערגעזעצט אונטער די הרי חושך פון מיין צובראכן נפש, די הגדה האט זיך אפגעזאגט מיט גאר ווייניג געדולד און כונה, מצה און מרור האב איך אפגעיארכעט ווי נישט מיר מיינט מען, און ביי שולחן עורך האבן מיינע מחשבות ארומגעוואנדערט אן קיין געהעריגע ציל וואו צו דעגרייכן, זיצענדיג ביים רייך געדעקטן טיש ווי א וואנזיגער נישט וויסנדיג ווי אזוי מ'קריכט ארויס פון די ביטערע מאטערנישן וואס האבן געפאטשט אין פנים ווי די רוח קדים וואס ברענגט אן די מכות, ביי נרצה האט א שטאך אין הארצן מיך ערפאנגן זאגענדיג, -ווער עס טוהט די אלע זאכן ווערט באוויליגט פארן אויבערשטן- אוי ט-א-ט-ע ווען וועל איך שוין זיין באוויליגט??? האט די דאזיגע טיפע צעקה געשניטן צובראכענע שטיקער פון מיין צושארבטע מוט, א טיפע קרעכץ וואס נאר א מבין וועט אויפכאפן פון וואו טיף די קרעכץ רייסט זיך ארויס האט זיך געהערט פון מיינע לעפצן ביים זינגען, אוי קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה.
די פסח איז אריבערגעלאפן צוקייענדיג מצה מיט קארטאפל ביינאזאם, די הלל וואס פלעגט געזאגט ווערן מיט השתפכות הנפש אנגעפילט מיט שבח והודאה אשר גאלנו ואבותנו ממצרים איז אפגעזאגט געווארן אן קיין געפיל נישט שפירענדיג בכלל קיין נאנטע ערשיינונג פון א גאולה פרטית, ביז וואס-ווען-וואו איז מען אויפגעשטאנען צום פארמאטערטן אסרו חג טאג פרובורנדיג עטוואס אויסצוציען די צוזאמעגצויגענע ביינער פון די שווערע צאמלייג עבודה פונעם נארוואס פארבייגעלאפענע חג האביב, און פלוצלונג האט מען זיך געטראפן צוריק צום דערקוטשעניש, די לאנגווייליגע צייטן האבן פון פריש באטראטן די גרינע באדן אראפהאלטנדיג יעדע שפיר פון פרישקייט און סיפוק, דא-דארט האט איך פרובירט אנצוקלינגן א חבר האפענדיג אויף א גוטע פארצויגענע שמועס אבער מיט גאר ווייניג ערפאלג און הצלחה, מיין טאטע שליט"א זעענדיג מיין אומצופרידענע גייסט און מוט האט גאר שטארק און שווער פרובירט מיך ארויסצוהעלפן אבער ער האט זיך געטראפן טאפן א דופק נישט וואוסענדיג וועלכע בייזע אנשיקעניש האט באטראפן זיין טייערע זוהן'ס אינג און פריש נפש, האפענדיג אז דאס איז א בלויזע אריבערגאנג.
חודש אייר מיט איר פרילינג'דיגע אטמאספער איז ערשינען, און מ'גרייט זיך אנצוהייבן א נייע פרישע זמן האפענדיג אביסל ארויסצוקריכן פון די קראנא'שע אנגעצויגענקייט, פון עפענען געהעריג מוסדות איז קיין מדובר דעמאלטס נאכנישט געוועזן האבן אלע געטרייע מנהלי המוסדות געארבייט איבערמידליך שווער צו קענען באצייטנס עפענען טעלעפאנישע מוסדות און ישיבות, דארפנדיג אויסהערן שיעורים אויפן טעלעפאון האב איך מיך אייינגעהאנדלט א סעל פון די נייעסטע מאדעל האפענדיג עס צו נוצן אויף גוטע צוועקן, ווען גייט מען לערנען? זעה איך פלוצלונג אן אויפשריפט אויפן סקרין פון מיין נייע אפאראט, נישט וואוסענדיג וואס דאס באדייט האב איך געעפענט די פרישע מאשינדל כדי צו זעהן וואס דא גייט פאר, און צו מיין נייגער האט זיך פלוצלונג געעפענט א פרישע וועלט וואס הייסט טעקס"ט מעסעדשע"ס עס האט נישט גענומען קיין פאר סקונדעס ווען מיין געטרייע חברותא האט ערהאלטן א -וואס איז נייעס?- אויפשריפט אויף זיין דז'יטאלע אביעקט און פון דארט און וויטער איז שוין געפארן גאר א געשמאקן פאברענג על דא ועל הא פארגעסנדיג בכלל פונעם ערשטן -ווען גייט מען לערנען?- פראגע, און אזוי איז אריבער געפלויגן עטליכע שטונדן בעת עס זענען געפלויגן דזשאק"ס און וויצן פון אלע זייטן אויף די תמימות'דיגע שורה'לעך פון מיין מעסעדז'ש אפציע.
צוביסלעך פון טאג צו טאג האב איך אויסגעטראפן נאך און נאך אפציעס אויף מיין קוים איינגעהאנדלטע מאשינקע, און מיינע לאנגווייליגע שעות זענען קורצער געווארן פון מינוט צו מינוט, ווערנדיג פארנומען ביז איבערן קאפ שיקן בילדער און קאראקטורן און אפענטפערן יעדע קאמענטאר פון יעדן דריטן שמויגער, טרייבנדיג הארבע לצנות פון יעדע אריינגעפאלענע עלעמענט וואס איז נאר נעבעך ערשינען צווישן די סקרינען פון אונזער אזוי גערופענע 'כתה-גרופ' ביז געציילטע טעג בין איך פארוואנדלט געווארן אין די 'סטאר' פון די גרופ ווערנדיג די 'זאך' פון אלע 'חברה' אריינקומענדיג די מערסטע קלאר, פון טאג צו טאג האב איך מיך אנגעהויבן פילן מער און מער גוט מיט זיך, א קלייניגקייט איך בין דאך די מעי"ן פון די כתה, פאר איינער לייגט עפעס ארויף אויפן גרופ טראכט ער א מינוט פארדעם וואס איך גיי זאגן צו דעם, מיינט עס אז איך בין WANTED, נישט אזוי?, איך האב מיך אנגעהויבן פילן ווי א העלד פארגעסענדיג פון די שווערע אריבערגאנג וואס איך האב אפי' נאכנישט געענדיגט דורכשוויצן נאר ענדערשט קוים אנגעפאנגן נישט חלומ'נדיג פון די שטורעמישע וואסערן צו וואו מיין שיפל נייגט יעצט אהין מיט א שנעלע גאלאפ.
איין טאג ערגעץ ווי אין יענע תקופה האב איך מיך ערוועקט ווען די זון האט שוין געשיקט ווארימע שטראלן אויף די קעפ פון אלע אירע אונטערטאנען שטייענדיג אינמיטן די רקיע מיט איר פולן פראכט, נאך מיט א פארשלאפענע קאפ האב איך א כאפ געגעבן נאטירליכערהייט מיין טייערעסטע חבר -מייין בליבטע מעסעדזש אפציע- און ווי נאר איך האב געעפענט די טעלעפאון און אנגעהויבן דורכצוקוקן ווואס איך האב פארפאסט אין די פאר שלאפעדיגע שעות, האב איך מיך אנגעטראפן מיט גאר אן אינטרעסאנטע 'ווידיאו' ווי דעמאלטסדיגע און אויך היינטיגע פרעזידענט טראמפ יר"ה, שטייט און רייסט אראפ דאקטאר פאוטשי אזש ס'גייט א רויעך, די פרעזידענט שטייט מיט א 'רויטע' פרצוף און שוימט פאר כעס, ער שעלט און זידט אויף די העכסטע טענער באגלייט מיט פראזן פון לצנות און גאות אויף אלע זייטן, נאכן ענדיגן קוקן דעם ריקעדיגס האב איך גלייך ארויסגעשיקט א מעסעדזש צום גרופ, ווער ס'האט נאך אזעלכע קליפס זאל ביטע ארויפלייגן להנאת הציבור, און טאקע פון יענע טאג און ווייטער האבן די מזכי הרבים אנגעהויבן ארויפצולייגן נייעס קליפס איינס נאכן צוווייטן אזש איך האב געארבייט זייער שווער רונדע דעם זייגער צו קענען נאכקומען די פלוס פון פרישע ווידיאו"ס וואס האט נישט אויפגעהערט אריינצופלוסן אין די קארידארן פון אונזער גרופ, און איך מיט מיין דעמאלטסדיגע נאיווקייט האב איך נישט אין אכט גענומען פון וואו די סחורה ווערט טאג טעגליך געדאונלאוד דורך מיינע נענסטע חברים, געמיינט האב איך אז דאס פארט פשוט ארום צווישן די גרופ'ס, אין מיין ווילדסטן חלום איז מיר נישט איינגעפאלן אז די אלע קליפס קומען פון דארט וואו עס קומט טאקע.
ענדליך ענדליך ענדליך, מ'איז צוריק אין ישיבה, געווען איז עס ארום שבועות צייט ווען מ'האט זיך צוריק געזען בין כותלי הישיבה נאך גאר א לאנגע וויילע נישט באזוכן דארט, די כותלי ביהמ"ד האבן מיך ענטפאנגן מיט זייער אן אומהיימליכע געפיל זייענדיג גוט אפגעפרעמדט פון זיי, און ליידער האט מיין גמרא זיך אויך צוגעכאפט צו די פארשעמטע קבלת פנים......, די חשובע בחורים פון כתה האבן געהויבן קרומע מינעס זעענדיג ווי איך פיר גרויסע קופקעס וואס באשטייט מער פון די נידריגע טייל כתה, און אנשטאט מיך זען זיצן און לערנען פלייסיג ווי זיי זענען געווען געוואוינט מיך צי זען, בין איך גאר פארנומען מיט גאר צווייטיגע צווייפלהאפטיגע ענינים, און ווער פון זיי עס האט זיך נאר דערוואגט צו געבן אין מיין ריכטונג א האלבע קרום מיט די נאז, אוי האט ער צוריק געכאפט כפלי כפלים, זיין נאמען האט זיך נישט אפגעטון פון מיינע לעפצן פאר די קומענדיגע שעה'ן טרייבענדיג שווערע לצנות פון זיין גאנצע מציאות שיסנדיג שפיזיגע פיילן אויף צוריק יעדע פאר מינוט, זיכער מאכענדיג אז ער פילט זיך כאטשיג צוויי צענט אויב נישט BELOW ZERO, אזוי ביז אפאר טאג האט שוין יעדער געוואוסט אז מיט מיך פאנגט מען זיך נישט אן, און אז איך בין צוריק געקומען גאר עפעס אנדערש פון וואס איך בין געוועזן.
אין ישיבה איז א טעלעפאון געווען אסור בתכלית האיסור, ממילא אין די ערשטע תקופה האב איך זיך (נאכ)נישט געזוכט זיך צו פארטשעפענען מיט די הנהלה איז מיין פאון געבליבן אינדערהיים, און איך פלעג קוים קענען ווארטן אהיים צוקומען זען וואס איך האב פארפאסט משך'ן טאג, דורכאויס די נאכט שטונדן פלעג איך ליגן אין בעט און וואטש"ן און שיקן און צוריקבאקומען מעסעדזשעס און קליפס אהין און צוריק איינשלאפענדיג אין די גאר פריע פארטאגס שטונדן, פארשטייט זיך אז אנגעזאמעלט מיט צופיל חשק פאר א פרישע טאג בין איך נישט אויפגעשטאנען.
ביום מן הימים האב איך מיך איינגעהאנדלט א פרישע כלי וואס מ'קען אויף דעם וואטש"ן מאווי"ס אד"ג, האפענדיג אז אפי' מ'כאפט מיך אין ישיבה מיט דעם וועט די הנהלה מיינען אז עס איז א פשוטע רעקארדער אדער עפעס אזוי, טראכטענדיג פון די מנהל'ס אויסערגעווענטליכע פארנאטישקייט, און פון דעמאלטס און ווייטער זענען רוב שעות פון די סדרים געפראוועט געווארן ביני עמודי פון די ביה"כ זייענדיג פארטיפט אין שרעקעדיגע און אינטרעסאנטע מאווי"ס, גוי'שע ווי אידישע צוגלייך......, די פוסטע און ליידיגע געפיל וואס האט זיך פון טאג צו טאג מתגבר געווען אויף מיין געשפילטע העלדישקייט, איז נישט מעגליך ארויסצוברענגן אויפן פאפיר זייענדיג אומבאשרייבליך און פארווייטאגט, פון מינוט צו מינוט בין איך אריינגעפאלן טיפער און טיפער אין א אינעוויניגסטע מרה שחורה, אין רעזולטאט פון מיינע טעג ליידיג פון אינהאלט, מיינע געפילן און הרגשים זענען געווארן צופיצלט און צובראכן פארשטאפענדיג יעדע גייסטישע אבר און גיד מיט ברוכווארג און אפפאל, און די תוצאת האבן זיך געזען אויף מיין גאנצע ארום ווערנדיג געטריבן דורך א מאכטפולע סו"ב קאנטשע"ס טרייב קראפט, צו מאכן זיכער אז קיינער אין מיין גאנצע ארום חלומ'ט נישט אין וואספארא פיינפולע קאנצעטראציע מיינע אינערווייניגסטע טיילן געפינען זיך איצטער.
און אזוי זענען מיינע ישיבה גדולה יארן אריבער געלאפן אן עפעס פאקטיש אויפטוען אויפן נצחיות'דיגע פראנט, מיט פארקנאקטע געפילן און אן קיין עכטע לעבנס-לוסט בין איך אויפגעשטאנען טאג טעגליך אן דעם וואס קיין שום מוט האט מיך נישט געטריבן אנצוגיין, און אן קיין שום דריי"וו אין לעבן האב איך דורגעשוויצט די אייזיגע יארן, און אפי' בטעות בין איך קיינמאל נישט עכט געווען אפי' עטוואס אויפגעלייגט און פרייליך, אפי' אין מער אויפריכטיגע זמנים ווען מיינע געפילן האבן קלאר אנגעדיייט די שולד מיט זייער טייטל פינגער אויף מיינע דעווייסע"ס, -וואס אין יענע צייט זענען פרישע דעווייסע"ס אריין אין מיין באזיץ א שטייגער ווי א סמאר"ט-פאון וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם- האב איך נאכאלץ פאר קיין שום פרייז אין די וועלט נישט געקענט זיך אפשיידן פון דעם זייענדיג אזוי עדיקטע"ט אינעם ריכטיגן ריאליטעט, מיין דיעפרעשא"ן האט מיך געהאלטן צום סקרין אדוק און מקושר נישט זעענדיג קיין וועג ארויס, און געמיינט האב איך אז קיין ליכטיגקייט וועל איך אין מיין לעבן שוין נישט נאכאמאל זען און אזוי וועל איך פאר אייביג בלייבן......
מיט די דאזיגע מחשבות בין איך געזעצן דארט, ווען שנירעלעך טרערן פליסן פריי אויף מיינע צוביילטע אינערליכע געפיל, די ערשטע מאל אין גאר א לאנגע תקופה וואס מיינע פון לאנג פארטרוקענטע טרערן קוואלן, האבן געלאזט זייערע זאלבן רינען עטוואס צוהיילן דעם מדוכא ביסורים'דיגע נפש, מיט שווערע טריט האב איך געוואנדן מיינע טריטן קיין ירושלים צו מיין נייע דירה מיט כמעט א פאלשע האפענונג אויף א גלארייכע נייע תקופה, אטעמענדיג אוירא דארץ ישראל המחכים, מיין כמעט אויסגעלאשענע פינק וואס האפט און גארט פאר א שינוי איז גאר שנעל אויפגעפלאקערט געווארן ווען איינע פון די ערשטע נעכט אין דירה האט מען געשלאסן די זיצונג אז מ'גייט זיך גיין איינשרייבן אין ארגון תפארת בחורים מיטן ציל צו לעבן א נארמאלע לעבן צווישן אונזער פרישע דירה ווענט, אויפן עצה פון הנהלת הארגון האב איך נישט אוועקגעווארפן מיין דעוויי"ס נאר ליבערשט איינגעשפארט אינעם סעי"ף דארטן אין אפיס גרינגער צומאכן די קבלה, טראגנדיג אין מיינ"ד-סע"ט אין יעדע שווערע מינוט, אז אויב איך וויל דוקא קען איך צוריק האבן מיין דעוויי"ס נאר איך בין גאר דער וואס וויל עס נישט צוריק נעמען פאר קיין פרייז אין דער וועלט!!!
פארשטייט זיך אז גאר אסאך פרטים פון מיין רייזע קען מען נישט ארויפברענגן זייענדיג נישט פאסיג, און געלויבט השי"ת אז מיין איבערלעבעניש קען איך פארציילן אין פריידן בעת'ן פארענדיגנדיג קרוב צו צוויי יאר טעכנעלאגיע-ריין, און איך פארענדיג מיטן האפענונג אז מיין געשיכטע וועט ברענגן אן אויפוואכונג פאר די וואס געפינען זיך נאך ליידער אין די רוישיגע טעכנעלאגישע נסיונות, "הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך"
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1765

Re: ארגון תפארת בחורים

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

שוין ווייטער בלום
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 118

Re: ארגון תפארת בחורים

פאוסט דורך שלא לשמה »

כא כא כא.....................
טאקע בלום.... אבער יענער איז נישט קיין פארוועלקטע.........
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 782

Re: ארגון תפארת בחורים

פאוסט דורך חנן »

קוקט אויס זייער א שיינע מעשה. וואלט מעגליך געווען צו שרייבן בקיצור די מעשה אן די משלים פון פארוועלקטע בלומען? ס'איז מיר (און מסתמא נאך אסאך דאהי) שווער צו ליינען אזא לאנגע מעשה אויפן סקרין.

ייש"כ למפרע.
שרייב פאוסט