שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 6:27 pm
חנן האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 6:26 pm
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 15, 2026 3:49 pm
קען זיין אז כ'בין נישט גערעכט, אבער פאר מיר האט נישט אויסגעזען ווי ער ברענגט דאס ארויס.
ס'האט אויסגעזען ווי ער ברענגט ארויס אז נישט טראמפ איז דער וואס שרייבט זיינע פאוסטס.
ער האט זייער קלאר געשריבן אז טראמפ איז פריש, געזונט און משוגע. ער האט נאר געפרעגט א שטארקע פראגע: וואס איז פשט אז מעסעדזשעס וואס ווערן ארויסגעשיקט אינעם פרעזידענט'ס נאמען, ווערן אפילו נישט איבערגעקוקט דורך אים? ווער איז דער וואס שטייט דערונטער?
די פעקעדזשינג אין וואס ער האט עס אריינגעשטעלט, פארגלייכנדיג דאס צו ביידענ'ס אויטא-פען, איז שוין הוילע דעמ-פערדעריי.
זיינע מעסעדזשעס צו אינדארסירן עפעס א קאנגרעס קאנדידאט אין איינע פון די סטעיטס? קאמ-אן...
וואס מיינט קאמ-אן? וואס ענטפערט עס דא?
ס'איז א געהעריג לעגיטימע פראגע. שטעל דיר פאר דער פרעזידענט גיבט א רעדע פארן פאלק אויפן טעלעוויזיע, און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז ס'איז עכט נישט געווען דער פרעזדינט, נאר א ווייסע הויז געהילף וועלכער שרייבט סייווי געווענליך פאר די רעדעס, און מען האט מיט עי-איי געטוישט דעם שטימע און פנים אזוי אז עס זאל אויסזען ווי ס'איז דער פרעזידענט, ווי אזוי וואלט דאס פאלק רעאגירט?
מיט טרוט מעסעדזשעס דארף זיין די זעלבע זאך. פיין, כ'פארשטיי אז ס'איז נישט דער פרעזידענט זעלבסט וואס זיצט און שרייבט, פונקט ווי ער שרייבט נישט אליין פאר זיין רעדעס, אבער כאטש זאל ער זאגן וואס צו שרייבן, און אין ערגסטן פאל דאס כאטש באשטעטיגן.
קענסט נישט חוזק מאכן פונעם פאלק.