דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 623
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1440

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:28 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:25 pm איך האב נישט קיין מושג וואס איר רעדט דא פאר פםייער און וואסער. זייט מיר מוחל פארן אויסדרוק. איך האב געפרעגט פארוואס איר האט געמעקט איידעלע ווערטער צו מאכן אויסזען שלעכט. זאגט אז אז מ'דארף מברר זיין געוואויר צו ווערן וואס די ווערטער מיינען. האב איך געלייגט אייער דאקומענט אויף דזשעמיני און אלעס איז זייער נארמאלע ווערטער.

וואס נאך?
מיר האבן אייך געענטפערט וויאזוי מען איז מברר, און איר האט מורא דאס צו טוהן
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:08 pm און אויב איר ווילט נישט פרעגן די שאלה לויט די ווערטער וואס מיר האבן פריער דא געשריבן, דאן ווייסט איר זייער גוט וואס די תשובה גייט זיין, און איר זענט בכלל נישט אינטערעסירט צו וויסן דעם אמת.
דריי נישט ארום. איך האב געפרעגט פארוואס דו האסט פארדערקט נארמאלע ווערטער. דו האסט נישט קיין ענטפער. די ווערטער זענען איידל אפגעזען וואס די געזעץ אין לאנדאן איז.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 313

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך מיטב הגיון »

ווי איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל.

וואס מען זעהט פון די 2 רעפארטס איז, אז די רעגירונג האט זיך געבראכן, און נישט פארקערט.

די רעגירונג זאגט אז מען קומט שוין נאך די סטאנדארטן, אהן דעם וואס מען זאל לערנען זאכן וואס זענען אסור.

דאס איז וואס מען זעהט דארט, און יעדער נארמאלער געזונטער מענטש זעהט דאס.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:25 pm איך האב נישט קיין מושג וואס איר רעדט דא פאר פםייער און וואסער. זייט מיר מוחל פארן אויסדרוק. איך האב געפרעגט פארוואס איר האט געמעקט איידעלע ווערטער צו מאכן אויסזען שלעכט. זאגט אז אז מ'דארף מברר זיין געוואויר צו ווערן וואס די ווערטער מיינען. האב איך געלייגט אייער דאקומענט אויף דזשעמיני און אלעס איז זייער נארמאלע ווערטער.

וואס נאך?
אויב AI איז נישט גענוג גוט אט האט איר א באמבע דאקומענט!

האמיר באקומען יעצט א בריוו פון די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן (די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן איז נישט ווי אפסטעד און נישט דוגמת עדשעקעישאן דעפארטמענט אין ניו יארק זיי זענען אמאל קעגן די מוסדות און אמאל לטובתם לאמיר עס אנרופן כאילו צענטראל אבער צומאל מאכן זיי אויך צרות) צי איינע פון די מוסדות וואס האבן געליטן פון אפסטעד און זיי האבן געשריבן פאר די עדשיקעישאן דעפארטמענט היתכן אז מען פארלאנגט צי לערנען וועגן "קאנסענט" ווען אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעשריבן פון תועבה אזוי ווי די געזעץ זאגט אז יעדער קען זיך ארויסשרייבן מזאל נישט דארפן לערנען

האבן זיי טאקע קלארגעשטעלט אז סאיז דא צוויי סארט קאנסענט איינס פון שמוץ דהיינו רשות אויף שמוץ, און א צווייטע וואס מיינט נישט קיין שמוץ נאר רשות פון בארגן א חפץ! דאס איז בלויז א רילעישאנשיפ רול און נישט קיין שמוץ!

און זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס אבער מדארף יא לערנען איבער חפצים קאנסענט, דהיינו פרעגן רשות פארן בארגן א חפץ!

יא גענוג קלאר! אבער מיינט נישט אז פאר יעדן נאר פאר די וואס שפירן נישט קיין זאלץ אין די אריזאנע מצות...
אבער געדענקט צי חזרן הונדערט און איינמאל אז רילעישאן און קאנסענט מיינט שמוץ!!!
פיילס
קאנסענט.png
קאנסענט.png (186.1 KiB) געזען געווארן 750 מאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 623
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1440

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:54 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:25 pm איך האב נישט קיין מושג וואס איר רעדט דא פאר פםייער און וואסער. זייט מיר מוחל פארן אויסדרוק. איך האב געפרעגט פארוואס איר האט געמעקט איידעלע ווערטער צו מאכן אויסזען שלעכט. זאגט אז אז מ'דארף מברר זיין געוואויר צו ווערן וואס די ווערטער מיינען. האב איך געלייגט אייער דאקומענט אויף דזשעמיני און אלעס איז זייער נארמאלע ווערטער.

וואס נאך?
אויב AI איז נישט גענוג גוט אט האט איר א באמבע דאקומענט!

האמיר באקומען יעצט א בריוו פון די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן (נישט אפסטעד און נישט דוגמת עדשעקעישאן דעפארטמענט דאהי זיי זענען אמאל קעגן די מוסדות און אמאל פאר לאמיר עס אנרופן כאילו צענטראל אבער צומאל מאכן זיי אויך צרות) צי איינע פון די מוסדות וואס האבן געליטן פון אפסטעד און זיי האבן געשריבן פאר די עדשיקעישאן דעפארטמענט היתכן אז מען פארלאנגט צי לערנען וועגן "קאנסענט" ווען אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעשריבן פון תועבה אזוי ווי די געזעץ זאגט אז יעדער קען זיך ארויסשרייבן

האבן זיי טאקע קלארגעשטעלט אז סאיז דא צוויי סארט קאנסענט איינס פון שמוץ דהיינו רשות אויף שמוץ, און א צווייטע וואס מיינט נישט קיין שמוץ נאר רשות פון בארגן א חפץ! דאס איז בלויז א רילעישאנשיפ רול און נישט קיין שמוץ!

און זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס -ווי געשריבן וואס די געזעץ איז כהיום איבער זיך ארויסשרייבן- אבער מדארף יא לערנען איבער חפצים קאנסענט, דהיינו פרעגן רשות פארן בארגן א חפץ!

יא גענוג קלאר! אבער מיינט נישט אז פאר יעדן נאר פאר די וואס שפירן נישט קיין זאלץ אין די אריזאנע מצות...
אבער געדענקט צי חזרן הונדערט און איינמאל אז רילעישאן און קאנסענט מיינט שמוץ!!!
Wow
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:54 pm אויב AI איז נישט גענוג גוט אט האט איר א באמבע דאקומענט!

האמיר באקומען יעצט א בריוו פון די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן (די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן איז נישט ווי אפסטעד און נישט דוגמת עדשעקעישאן דעפארטמענט אין ניו יארק זיי זענען אמאל קעגן די מוסדות און אמאל לטובתם לאמיר עס אנרופן כאילו צענטראל אבער צומאל מאכן זיי אויך צרות) צי איינע פון די מוסדות וואס האבן געליטן פון אפסטעד און זיי האבן געשריבן פאר די עדשיקעישאן דעפארטמענט היתכן אז מען פארלאנגט צי לערנען וועגן "קאנסענט" ווען אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעשריבן פון תועבה אזוי ווי די געזעץ זאגט אז יעדער קען זיך ארויסשרייבן מזאל נישט דארפן לערנען

האבן זיי טאקע קלארגעשטעלט אז סאיז דא צוויי סארט קאנסענט איינס פון שמוץ דהיינו רשות אויף שמוץ, און א צווייטע וואס מיינט נישט קיין שמוץ נאר רשות פון בארגן א חפץ! דאס איז בלויז א רילעישאנשיפ רול און נישט קיין שמוץ!

און זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס אבער מדארף יא לערנען איבער חפצים קאנסענט, דהיינו פרעגן רשות פארן בארגן א חפץ!

יא גענוג קלאר! אבער מיינט נישט אז פאר יעדן נאר פאר די וואס שפירן נישט קיין זאלץ אין די אריזאנע מצות...
אבער געדענקט צי חזרן הונדערט און איינמאל אז רילעישאן און קאנסענט מיינט שמוץ!!!

קודם א ישר כח פאר ענדליך מודה זיין אז דאס וואס די רשעים פון אפסטעד האבן פארלאנגט פון די מוסדות און נאכגעקוקט צו זיי לערנען קאנסענט, רעדט מען טאקע יא די 'קאנסענט' פון שמוץ.

אבער ווי פארשטענדליך קענען מיר נישט קאמענטירן איבער די תוכן פון די פרישע חינוך יו.קעי. באמבע דאקומענט... וואס איר זענט מהנה דעם ציבור מיט פרישע ווארימע געבעקסן לכבוד די פארפרוירענע וועטער...

וויבאלד דער סקרינשאט וואס איר האט דא ארויפגעלייגט,
- איז געשטיקלט פון אלע זייטן...
- עס פארמאגט נישט די טענה פון די מוסד צום עדיוקעשאן דעפארטמענט...
- עס האט ניטאמאל די לעדערהעד פון די רעגירונג...
- מען זעהט אז דאס איז שוין סעיף 26... [און איר האט פארמעקט די ערשטע 25 סעיפים, אזוי אויך די נאכפאלגענדע סעיפים…]

און מיר האבן שוין בעבר געהאט גענוג רבי געלט מיט סקרינשאטס וואס @TOTTY האט דא געברענגט און האט זיך גאר ארויסגעשטעלט פונקט דאס פארקערטע...

אבער פון דעם שטיקל סקרינשאט אליין קען מען שוין זעהן אייער אנגייענדע 'מסורה' בלאפעריי מהלך,
וואס איר שרייבט דא, אז אין דעם 'באמבע' סקרינשאט קען מען זעהן קלאר און דייטליך אז:
totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:54 pm זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס

און למעשה האבן מיר איבערגעליינט דעם סקרינשאט עטליכע מאל ישר והפוך און מיר קענען נישט געפונען קיין רמז ורמיזא פון די ווערטער וואס איר האט דא געשריבן אז מען 'דארף טאקע נישט לערנען' איבער 'קאנסענט שמוץ' אויב די עלטערן שרייבן ארויס די קינדער... [והעיקר חסר מן הבאמבע...]
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

מעשה שהי'...

יעצט לאמיר פרובירן פארשטיין בכלל די עצם 'באמבע' מעשה וואס איר פארציילט דא בשם חינוך יו.קעי.

איר פארציילט אזוי: אז אפסטעד האט פארלאנגט פון א געוויסע מוסד צו לערנען קאנסענט שמוץ, איז די מוסד געגאנגען פארמסר'ן אפסטעד פאר די עדיוקעישאן דעפארטמענט, מיטן טענה היתכן זיי פארלאנגן צו לערנען די ענין פון שמוץ, וואס לויטן געזעץ ברויך מען דאך נישט לערנען אויב די עלטערן האבן זיך ארויסגעשריבן דערפון…

וואס -לשיטתכם- קומט דאך אויס פון די מעשה, אז די מוסד האט מודה געווען פאר די רעגירונג, אז בעצם איז דער געזעץ מחייב אלע מוסדות צו לערנען 'קאנסענט פון שמוץ', נאר 'זייער' ספעציפישע מוסד איז פטור צוליב דעם וואס אלע עלטערן האבן ארויסגעשריבען זייערע קינדער.

די תשובה פון די רעגירונג...

יעצט די תשובה פון די רעגירונג וואלט געדארפט זיין אויף איינע פון די צוויי וועגן, [ווענדט זיך אויב מען גייט נאר אייער לשון ראשון [אז אפסטעד פארלאנגט אליינס זאכן...], אדער אייער לשון אחרון [די געזעץ פארלאנגט עס יא, נאר געוויסע מוסדות קענען זיך ארויסדרייען דערפון...].

1) לשון ראשון: די רעגירונג וואלט געברויכט ענטפערן, אז מטעם זיי איז בכלל נישט דא אזא פארלאנג פון קיין איין מוסד, וויבאלד די ענגלישע רעגירנג זוכט בכלל נישט מען זאל לערנען פון תועבה... און דאס וואס זיי שרייבן אין זייערע גיידענס אז מען דארף לערנען איבער 'קאנסענט' מיינען זיי בכלל נישט קיין שמוץ... זיי פארלאנגן בלויז אז מען זאל אויסלערנען די קינדער צו נעמען רשות ביים בארגען א חפץ... [ווייל אין ענגלאנד זענען זייער שכיח גנבים, ממילא האט די ארטיגע רעגירונג א ספעציעלע אינטערעסע צו מאכן זיכער מען זאל אויסלערנען די מיידלעך צו בעטן רשות איידער מען באנוצט זיך מיט יענעם חפץ...], און דאס וואס אפסטעיד האט פארלאנגט פון די מוסד אין 24' צו לערנען 'קאנסענט שמוץ' דאס איז געווען זייער אייגענע רשעות'דיגע פארלאנג...

2) לשון אחרון: וואלט די רעגירונג געברויכט ענטפערן, אז בעצם פארלאנגן זיי יא אז אלע מוסדות מוזן לערנען די 'קאנסענט' אויף שמוץ, חוץ אויב די עלטערן שרייבן ארויס די קינדער דערפון, און וויבאלד דער מוסד וואס האט געפרעגט די שאלה, האבן גראדע די עלטערן אויסגעשריבן די קינדער, ממילא זענען זיי פטור פון דעם לימוד. און דאס וואס אפסטעד האט געהאט פארלאנגט פון אייך צו לערנען קאנסענט איבער שמוץ [24' רעפארט] איז נישט געווען בארעכטיגט, צוליב דעם וואס אייערע עלטערן האבן אויסגעשריבן די קינדער... [און חינוך יו קעי וואלט שוין געהאט פרישע שטאף צו קענען נעמען אפסטעד אין געריכט...]

די באמבע...

למעשה אין דעם שטיקל 'באמבע' סקרינשאט וואס איר האט נארוואס באקומען... זעהט מען נישט קיין רמז ורמיזא פון קיין איינס פון די צוויי זאכן:
1) נישט אז סקולס בכלליות אין ענגלאנד ברויכן נישט לערנען קיין 'קאנסענט שמוץ'...
2) און נישט אז דער ספעציפישער סקול ברויך נישט לערנען קיין 'קאנסענט שמוץ'...

ווי עס שיינט טוען די עסקני חינוך יו.קעי. אויסנוצען אייער שוואכקייט וויסענדיג אז איר קענט נישט אזא גוטן ענגליש...
ממילא שפירן זיי פריי און באקוועם אייך צו קענען אייינרעדן הוידל בוידל וואס עס לאזט זיך...

ממילא אויב איר קענט אזוי גוט זיין און איבערפרעגן די מעשה פון אייער חינוך יו.קעי. אויבערהארן...
און אויך אהער ברענגן דעם גאנצן דאקומענט בשלימות נישט געשטיקעלט...
ווי דער ציבור וועט קענען קלאר זעהן די פאלגענדע:

1)וואס איז 'פונקטליך' געווען די שאלה פון די מוסד...
2)וואס איז 'פונקטליך' געווען די גאנצע תשובה פון די רעגירונג פארן מוסד...

און די מינימום זאלט איר כאטש ברענגען די שטיקל וואס זאל באשטעטיגן דעם ליגענט וואס איר שרייבט דא אז:
totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:54 pm זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס

נ.ב. איר קענט דאס צולייגן צו די ליסטע פון די דאקומענטן וואס דער ציבור ווארט שוין איבער א חודש...

1) די 2 סקווירא בריוון
2) די קאורט דאקומענטן ווי חינוך יו קעי קלאגט אפסטעד
3) די ענדגילטיגע רעגירונג דאקומענטן פון די געוואלדיגע שינוים לטובה וואס חינוך יו.קעי. האט ערלעדיגט
4) אצינד לייגט צו דעם פרישען [באמבע...] דאקומענט ווי מען וועט קענען זעהן ווי די רעגירונג זאגט פארן מוסד אז: מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס...

מען קען רואיג ערווארטן אז איר גייט יעצט ווידער שפילען די זעלבע געים ווי די לעצטע פיר-פינף וואכן,
איר ווילט זיי עס נישט בעטן... זיי גייען עס אייך נישט וועלן געבן... קודם ענטפער דו אז דו גייסט אראפקריכן פון בוים ... מיט א שקרן רעדן מיר נישט... גאפל דזשאפל... זאלץ אין די מצות...

אבער די פאקט איז קלאר, אז עס איז נישטא אזא געזעץ אין ענגלאנד וואס זאל געבן רעכט פאר עלטערן ארויסצונעמען די קינדער פון לימודים איבער "רילעישאנשיפ" און "קאנסענט" (שמוץ).
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

בקיצור נישט גאפל זשאפל, נאר זאלץ זאלץ זאלץ!
די אריזאנע מצות האט זאלץ! סאיז ביטער ווי א זית! איין שטיק זאלץ!
זאלץ! זאלץ! זאלץ!
קיין רמז רמיזה פון טייג בלויז זאלץ!
נישט קיין וואונדער אז דער רבי האט געגעסן די ווייץ דייקא נאר פון מדבר טוסאן ווייל מדבר טוסאן איז נישט זאלץ נאר מדבר יומא איז זאלץ!
לאמיר זינגען אינאיינעם זאלץ זאלץ זאלץ...
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 145

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך משה זיכמעך »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 4:11 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:54 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:25 pm איך האב נישט קיין מושג וואס איר רעדט דא פאר פםייער און וואסער. זייט מיר מוחל פארן אויסדרוק. איך האב געפרעגט פארוואס איר האט געמעקט איידעלע ווערטער צו מאכן אויסזען שלעכט. זאגט אז אז מ'דארף מברר זיין געוואויר צו ווערן וואס די ווערטער מיינען. האב איך געלייגט אייער דאקומענט אויף דזשעמיני און אלעס איז זייער נארמאלע ווערטער.

וואס נאך?
אויב AI איז נישט גענוג גוט אט האט איר א באמבע דאקומענט!

האמיר באקומען יעצט א בריוו פון די עדשיקעישאן דערפארטמענט אין לאנדאן (נישט אפסטעד און נישט דוגמת עדשעקעישאן דעפארטמענט דאהי זיי זענען אמאל קעגן די מוסדות און אמאל פאר לאמיר עס אנרופן כאילו צענטראל אבער צומאל מאכן זיי אויך צרות) צי איינע פון די מוסדות וואס האבן געליטן פון אפסטעד און זיי האבן געשריבן פאר די עדשיקעישאן דעפארטמענט היתכן אז מען פארלאנגט צי לערנען וועגן "קאנסענט" ווען אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעשריבן פון תועבה אזוי ווי די געזעץ זאגט אז יעדער קען זיך ארויסשרייבן

האבן זיי טאקע קלארגעשטעלט אז סאיז דא צוויי סארט קאנסענט איינס פון שמוץ דהיינו רשות אויף שמוץ, און א צווייטע וואס מיינט נישט קיין שמוץ נאר רשות פון בארגן א חפץ! דאס איז בלויז א רילעישאנשיפ רול און נישט קיין שמוץ!

און זיי האבן געזאגט אז מדארף טאקע נישט לערנען איבער שמוץ קאנסענט אויב די עלטערן סיינען זיך ארויס -ווי געשריבן וואס די געזעץ איז כהיום איבער זיך ארויסשרייבן- אבער מדארף יא לערנען איבער חפצים קאנסענט, דהיינו פרעגן רשות פארן בארגן א חפץ!

יא גענוג קלאר! אבער מיינט נישט אז פאר יעדן נאר פאר די וואס שפירן נישט קיין זאלץ אין די אריזאנע מצות...
אבער געדענקט צי חזרן הונדערט און איינמאל אז רילעישאן און קאנסענט מיינט שמוץ!!!
Wow
א ידיד מיינער דא אויף אידטיש וואס האט שוין אויפגעהערט קוקן אינעם אשכול נאכן נמאס ווערן פון די לאנגע הסברים פון @פארטריבן האט מיר געזאגט פריער אז ער זעהט אז ער האט שוין נישט צוריקגעשריבן די לעצטע פאר שעה ממילא זעהט אויס ער הייבט אן כאפן אז סאיז א טעות און ער קריכט אראפ..
האב איך איך אים געזאגט איך קען מיט דיר וועטן אז עס נעמט פשוט צייט אויפצוקומען מיט א פליפ פלאפ תירוץ דער בחור גייט נישט אויפגעבן זיין פול טיים דשאב אפילו די אמת פאטשט אים שוין אין פנים צום הונדערטסטן מאהל!
ער האט מיטן שקר חתונה געהאט און ער גייט זיך פון דעם נישט גט'ן!...
וויאזוי זינגט נאר @totty? זאלץ זאלץ אוי אוי אוי זאלץ זאלץ...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

און פאר די וואס גלייבן נאר AI,

פאלגענד האבן מיר אנגעפרעגט צי אין ענגלאנד קענען עלטערן אויסשרייבן די קינדער פון רילעשאנשיפ און קאנסענט,
און די תשובה איז געווען אויסדרוקליך 'ניין'.

withdraw.jpg
withdraw.jpg (82.54 KiB) געזען געווארן 588 מאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

וואס AI זאגט איבער די שקרים וואס ער גיבט פאר @פארטריבן
פיילס
פארטריבן.png
פארטריבן.png (38.78 KiB) געזען געווארן 578 מאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 623
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1440

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

לאמיר דא ווערן קלאר. עס איז יעצט א דיון אויב מען קען ארויסשרייבן קינדער פון לערנען הלכות יחוד, און @פארטריבן זאגט פאר זיכער אז "מען קען נישט", און דערפאר איז דא א ביטערע גזירה אין ענגלאנד. ביטע באשטעטיגן בעפאר מען גייט ווייטער. ענדליך כאפ איך אויף וואס מען טענה'ט זיך.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1382
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2038

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך יאנטשי »

נעטפרי פילטער לאזט דורך די אלע ווערטער? אפילו מיין פשוטע פילטער קומט ארויף אזוי.

איינער ווייסט וועלכע פילטער עס לאזט יא דורך הלכות ייחוד?
פיילס
Screenshot_20260210_112304_Chrome.jpg
Screenshot_20260210_112304_Chrome.jpg (155.14 KiB) געזען געווארן 506 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 313

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך מיטב הגיון »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:11 am לאמיר דא ווערן קלאר. עס איז יעצט א דיון אויב מען קען ארויסשרייבן קינדער פון לערנען הלכות יחוד, און @פארטריבן זאגט פאר זיכער אז "מען קען נישט", און דערפאר איז דא א ביטערע גזירה אין ענגלאנד. ביטע באשטעטיגן בעפאר מען גייט ווייטער. ענדליך כאפ איך אויף וואס מען טענה'ט זיך.
ניין, דו האסט עס נישט ארויס.

ווען מען רעדט איבער די געזעץ העט מען שרייען אז אין די רעפארטס האט מען זיך אונטערגענומען און געשריבן אז מען לערנט שמוץ.
און ווען מען וועט אויפווייזן קלאר אז אין די רעפארטס שטייט דאס נישט, נאר אדרבה מען זעהט דארט פארקערט, וועט מען חוש'ן און בעטן פרוף וועגן די געזעץ.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1382
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2038

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך יאנטשי »

איבער די געזעץ קוקט אויס ווי @פארטריבן איז גערעכט, עס קען אבער זיין אז אויב איז עס א נייע געזעץ ווייסט נישט עי איי דערפון, איינער קען אויסקלארן?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 623
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1440

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:29 am איבער די געזעץ קוקט אויס ווי @פארטריבן איז גערעכט, עס קען אבער זיין אז אויב איז עס א נייע געזעץ ווייסט נישט עי איי דערפון, איינער קען אויסקלארן?
פיילס
Screenshot 2026-02-10 114100.png
Screenshot 2026-02-10 114100.png (348.25 KiB) געזען געווארן 485 מאל
זייער קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 3

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

ביטע זיך האלטן צו פאקטן עס קוקט אויס ווי די רוב וויל אוועק גיין פון דעם
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4910
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6733

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך שמח »

זייער קלאר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:28 pm ביטע זיך האלטן צו פאקטן עס קוקט אויס ווי די רוב וויל אוועק גיין פון דעם
שלום עליכם.
זייער קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
Location: ברוקלין
x 3

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך זייער קלאר »

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:25 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:11 am לאמיר דא ווערן קלאר. עס איז יעצט א דיון אויב מען קען ארויסשרייבן קינדער פון לערנען הלכות יחוד, און @פארטריבן זאגט פאר זיכער אז "מען קען נישט", און דערפאר איז דא א ביטערע גזירה אין ענגלאנד. ביטע באשטעטיגן בעפאר מען גייט ווייטער. ענדליך כאפ איך אויף וואס מען טענה'ט זיך.
ניין, דו האסט עס נישט ארויס.

ווען מען רעדט איבער די געזעץ העט מען שרייען אז אין די רעפארטס האט מען זיך אונטערגענומען און געשריבן אז מען לערנט שמוץ.
און ווען מען וועט אויפווייזן קלאר אז אין די רעפארטס שטייט דאס נישט, נאר אדרבה מען זעהט דארט פארקערט, וועט מען חוש'ן און בעטן פרוף וועגן די געזעץ.
און דערנאך וועט מען וויסן די אמת!
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

זייער קלאר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:36 pm

א דריטע ניק פאר פארטריבן
שלום עליכם..
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1382
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2038

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך יאנטשי »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:42 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:29 am איבער די געזעץ קוקט אויס ווי @פארטריבן איז גערעכט, עס קען אבער זיין אז אויב איז עס א נייע געזעץ ווייסט נישט עי איי דערפון, איינער קען אויסקלארן?
דא שטייט די זעלבע זאך, נאר אנשטאט שרייבן ערשט וואס מען קען נישט אויסמיידן שרייבט ער ערשט וואס מען קען יא.

בעסיקלי אז די עצם הלכות ייחוד קען מען יא ארויסנעמען די קינדער, און ביי סייענס קען מען נישט אפילו אויב עס אנהאלט טריפהנע לימודים. און כנראה רעדט מען פון סקולס וואו דאס איז א חלק פון די סייענס לעקטורס. וואס שטייט נישט דא איז צו א סקול אליינס קען עס ארויסנעמען פון זייערער סייענס. איז דאס די מחלוקה דא?
א טראכטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 97

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך א טראכטער »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:23 pm
זייער קלאר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:36 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:25 am

ניין, דו האסט עס נישט ארויס.

ווען מען רעדט איבער די געזעץ העט מען שרייען אז אין די רעפארטס האט מען זיך אונטערגענומען און געשריבן אז מען לערנט שמוץ.
און ווען מען וועט אויפווייזן קלאר אז אין די רעפארטס שטייט דאס נישט, נאר אדרבה מען זעהט דארט פארקערט, וועט מען חוש'ן און בעטן פרוף וועגן די געזעץ.
און דערנאך וועט מען וויסן די אמת!
א דריטע ניק פאר פארטריבן
שלום עליכם..
וואס גייט פאר @totty ... די האסט נאר צוויי? ...

עצה טובה

עס קוקט נישט אזוי גוט אויס ווען די שרייבסט אזוי,
די עולם כאפט פשוט וואס עס גייט פאר ביי דיר....
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

א טראכטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 4:12 pm
totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:23 pm
זייער קלאר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:36 pm

און דערנאך וועט מען וויסן די אמת!
א דריטע ניק פאר פארטריבן
שלום עליכם..
וואס גייט פאר @totty ... די האסט נאר צוויי? ...

עצה טובה

עס קוקט נישט אזוי גוט אויס ווען די שרייבסט אזוי,
די עולם כאפט פשוט וואס עס גייט פאר ביי דיר....
איך האב נישט געזאגט אז דו ביסט איינע פון די דריי..
די נער זאל ארויסגיין פון מקוה...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1425

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איין זאך טוט מיר א טובה. ברענגט נישט קיין ראי' פון עי-איי.
א טראכטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 97

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך א טראכטער »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 4:18 pm
א טראכטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 4:12 pm
totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:23 pm

א דריטע ניק פאר פארטריבן
שלום עליכם..
וואס גייט פאר @totty ... די האסט נאר צוויי? ...

עצה טובה

עס קוקט נישט אזוי גוט אויס ווען די שרייבסט אזוי,
די עולם כאפט פשוט וואס עס גייט פאר ביי דיר....
איך האב נישט געזאגט אז דו ביסט איינע פון די דריי..
די נער זאל ארויסגיין פון מקוה...
אלעס איז ב''ה מסודר ? .. ... :lol:
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

פארגאנענעם זונטאג משפטים איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים פון גדולי רבני לאנדאן - רבני חינוך יו קעי- ווי די רבנים זענען אדורכגעגאנגען די פרטים פון די אנגייענדיגע געריכט אקעגן די אפסטעד דעפארטמענט פון די רעגירונג וועלכע רודפן יהדות לאנדאן מיטן גזירת החינוך א געריכט געראנגעל וואס איז געפענט געווארן פארגאגענעם חודש סיון תשפ"ה ולמספרם June 4 א טאג נאכן זמן מתן תורתינו

און די רבנים זענען איבערגעגאנגען מיט די עסקני חינוך יו קעי וואס האבן געברענגט די שאלה - וואס איז געווען מוטל בספק ביי די לויער'ס - צי מזאל בלייבן אינעם נידריגן געריכט (tribunal) אדער ארויפגיין אין די העכערע געריכט (high court)

ביים אסיפה איז באשלאסן געווארן דורך די רבני חינוך הטהור צי גיין אין די הויעכע געריכט וועלכע זענען מער גענויגט לטובת רעליגיע (freedom of religion)

כלל ישראל איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים און מזאל קענען באקעמפן די שונאי הדת און מזאל אזוי ווי ביז יעצט קענען אנגיין ווייטער מיטן ריינעם חינוך הטהור בדרך אבותינו ורבותינו בלי שום שינוי!

צווישן די רבנים האבן זיך אנגעזעהן:
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א אב"ד סאטמאר לאנדאן
הגה"צ ר' יוסף פדוה שליט"א דומ"ץ התאחדות קהילות החרדים כדתיא
הגה"צ ר' לייביש פדוה שליט"א חבר הבדי"ץ כדתיא בשליחות אביו המרא דאתרא שליט"א
הרה"ג ר' אברהם מרדכי רויד שליט"א מדייני ק"ק גור לאנדאן
הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ומנהל רוחני מוסדות סאטמאר מהר"א
הרה"ג ר' יצחק משה קארענבלי שליט"א טוען רבני ומעסקני סאטמאר מהרי"י
הרה"ג ר' יודל בוימגארטן שליט"א מנהל מוסדות בעלזא
פיילס
IMG_3449 (1).JPG
IMG_3449 (1).JPG (189.24 KiB) געזען געווארן 239 מאל
שרייב פאוסט