Pom Tester האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:53 pm
שכוח פאר די הערות. איך האב עס שוין נעכטן געשיקט ווייטער און ביינאכט האט מען מיר געזאגט אז עס איז שוין אויפן ליסטע און עס גייט ווערן צוגעלייגט די זאכן. עס איז אריינגעקומען אסאך קליינע הערות, בעיקר מיט קליינע אפשענס וואס די אלטע עפפס האבן געהאט און זיי האבן נישט געטראכט אז ס'איז וויכטיג און געוואלט לאזן מער קלין. זיי וועלן מאכן א אפשענל סאפטוועיר אפדעיט בקרוב פאר די אלע הוספות.
למעשה קומט אריין געשמאקע נייעס אז די זאך גייט סאך ווייטער.
מאכן א סאפטוועיר אפדעיט פאר יעדע הערה און הוספה, האט 2 פראבלעמען. איין אז עס נוצט אויס אסאך דאטא פארן עולם, און צוויי אז די סאפטוועיר אפדעיט מאכט די מעין "פאון סאפטוועיר קאמפאני" וואס האט געמאכט און מענעדזשט די גאנצע פאון סאפטוועיר, און די נייע עפפס מאכט א נייע "פאם סאפטוועיר טיעם" וואס פאקט איין די אנדערע בליעה"ר סיי מיט שנעלקייט סיי מיט שיינקייט און סיי מיט אפעקטיווקייט, אבער יעדע נייע זאך וואס זיי מאכן דארף גיין צום פאון סאפטוועיר דעוועלאפער.
האט ער יעצט אויפגעבויט א עפפ, דורך די נייע פאם טיעם, וואס איז א נייע "עפפ אפדעיטער", וואס מיט דעם גייט די נייע טיעם קענען שיקן עני טיים עני אפדעיט אויף אלע נייע עפפס וואס זיי האבן געבויט. א עפפ אפדעיט נעמט ממש גארנישט קיין דאטא, בערך ווי שיקן 2 פיקטשערס אויף טעקסט.
היינט איז ארויס פאר די טעקסטערס די פרישע "סאפטוועיר אפדעיט" וואס אינסטאלט די נייע "עפפ אפדעיטער", און אויב ס'ווערט אפראווד ביי די טעסטער און ביי ועד הקהלות וועט עס גיין צו אלע גרויסע פאם טאלק ענד טעקסט פאונס.
קורץ נאכדעם וועט קומען א עפפ אפדעיט אויף די געלערי צו פיקסן וואס דער עולם האט געבעטן, און זיי ארבעטן שוין אויך אויף די קאלענדער.

- 01.png (47.61 KiB) געזען געווארן 49 מאל

- 02.png (39.02 KiB) געזען געווארן 49 מאל