סאך מער חיזוק האב איך פון אייערע ריספאנדס, ווען מען זעהט אז זאכן טרעפן אין פינטלדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:05 pm ס'איז א געוואלדיגע זאך אז @פארטריבן האט חיזוק אנצוגיין.
נאכדערצו ווען די חיזוק קומט פון דורותינו אליינס.
חזקו ואמצו, לאמץ ברכיים כושלות.
דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
-
משה זיכמעך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
- Location: kj ruzin rd 11
- x 91

לאמיר צונעמען א תגובה מזאל כאפן וואס חושעריי מיינט
צי פרעגן הונדערט מאל דשאפל און דערנאך פרעגן מיט וואס עסט מען די זופ און דו וועסט ענטפערן מיט א גאפל אנשטאט א לעפעל...
ער וויל יעצט אז איך זאל יעצט ענטפערן אז עכט האט toty געברענגט די גאנצע און ער נאר א פיצי שורה פאר ווער עס געדענקט
אבער איך גיי מיר נישט פארדשאפלאן און ווייטער זיך האלטן צי די "קשיא" נאכדעם וואס מהאט שוין יא געברענגט די רעפארטס פון די באגלייבטע אפסטעד א מלערנט נישט די אלע זאכן און מקומט נישט נאך די רעקווייערמענטס
דעריבער וואס פשט אז קיינער חוץ סקווירא פאלגט נישט חינוך יו קעי
נישט סאטמאר נישט בעלז נישט בנות ירושלים קיינער פאלגט נישט צי מאכן פשרות כאטש לפנים?
דא האט איר נאכאמאל די קשיא פון toty וואס האט שוין יא א יסוד און האט שוין יא די רעפארטס קליפ און קלאר אז מלערנט נישט די אלע תועבה
יעצט ירא הקהל וישפוט! לאמיר זעהן ווער חושט?פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:07 pm ביזדערווייל וועלן מיך זיך באציען צו אפאר פון די שקרים וואס מען האט דא געשריבן.
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:12 pm וואס צי ערשט האט פארטריבן גענטפערט אז ער גלייבט נאכנישט די קלארע רעפארטס פון אפסטעד אז בעלז און סאטמאר און אלע אנדערע לערנט נישט די אלע ענינים
וואו ער האט געשריבן ערב שבת אז די רעפארטס איז גאר א דבר שלא בא לעולם..
און וואס האט ער למעשה באמת געהאט געשריבן
און וואס איז ער מסביר אז ער מיינט עכט צי זאגן מיט די קשיא וואס ער האט נישט געפרעגט..פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 5:29 pm די קשיא איז מרפסין איגרא,
ווייל איר פרעגט שוין פשט פון די 99 פראצענט ריפארטס, נאך איידער איר האט אפילו געברענגט איין ריפארט
און מיר דארפן שוין יעצט ענטפערן א תירוץ אויף א קשיא וואס איר גייט פרעגן נאך שבת, און איז דערווייל נאך א דבר שלא בא לעולם...
ער האט נאר ארויסגעברענגט אז..פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 5:29 pm איך האב סך הכל ארויסגעברענגט זייער פשוט, אז ער פרעגט א קשיא נאר פאר ער האט בכלל געברענגט דעם יסוד אויף וואס ער בויט די קשיא, ממילא איז די 'קשיא' א דבר שלא בא לעולם, און הערשט נאכדעם וואס ער וועט ברענגען די ריפארטס און מען וועט זעהן פון וועלכע 99 פראצענט מוסדות ער רעדט, דאן וועט מען קענען באטראכטן 'אלעס' וואס מען זעהט דארט אמת'דיג אין די גאנצע ריפארטס (נישט נאר א געוויסע אויסשניט וואס ער וויל אז מען זאל זעהן).
צי פרעגן הונדערט מאל דשאפל און דערנאך פרעגן מיט וואס עסט מען די זופ און דו וועסט ענטפערן מיט א גאפל אנשטאט א לעפעל...
ער וויל יעצט אז איך זאל יעצט ענטפערן אז עכט האט toty געברענגט די גאנצע און ער נאר א פיצי שורה פאר ווער עס געדענקט
אבער איך גיי מיר נישט פארדשאפלאן און ווייטער זיך האלטן צי די "קשיא" נאכדעם וואס מהאט שוין יא געברענגט די רעפארטס פון די באגלייבטע אפסטעד א מלערנט נישט די אלע זאכן און מקומט נישט נאך די רעקווייערמענטס
דעריבער וואס פשט אז קיינער חוץ סקווירא פאלגט נישט חינוך יו קעי
נישט סאטמאר נישט בעלז נישט בנות ירושלים קיינער פאלגט נישט צי מאכן פשרות כאטש לפנים?
דא האט איר נאכאמאל די קשיא פון toty וואס האט שוין יא א יסוד און האט שוין יא די רעפארטס קליפ און קלאר אז מלערנט נישט די אלע תועבה
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
א וויכטיגע נקודה וואס דארף ווערן אויסגעקלארט פאר מען גייט ווייטער,
אז קיינער איז נישט מחולק אז די הארבע איסור פון די אלע שרעקליכע און געמיינע לימודים אסורים, סיי פון עניני כפירה, סיי פון עניני תועבה, איז נישטא ביי דעם קיין שום נפקא מינה צי מען לערנט דאס פאקטיש מיט די קינדער, צי מען זאגט נאר -אין סיי וועלכע צורה- פאר די רעגירונג אז מען לערנט עס אדער מען גייט עס לערנען.
און דאס זענען אויך די אלע רבני חינוך יו.קעי. מודה דערצו, אז זאגן אז מען לערנט לימודים אסורים איז די זעלבע הארבע איסור ווי לערנען ממש, אזויווי מען זעהט אין זייער קול קורא וואס מען האט א געברענגט, און זיי זענען מחייב אלע מנהלי המוסדות צו זאגן קלאר 'בלישנא דלא מישתמע בתרי אנפין' אז מיר טארן נישט לערנען די אלע זאכן, און דאס שטייט אויך אין די גילוי דעת פון מוסדות סקווירא, און דאס האט אויך געזאגט דער חשוב'ער רב צווישן זיינע פייערדיגע ווערטער ביי של"ס פר' לך שנת תש"פ וואס מיר האבן געהאט אראפגעברענגט, און דאס זעהט מען אויך אין די הוראה פון אב"ד סאטמאר מאנשעסטער וואס מען האט דא געברענגט.
ממילא איז בעצם נישט קיין שום נפק"מ צי מען לערנט פאקטיש די אלע לימודים אסורים, צי נישט, ווייל די זעלבע געפערליכע זאך איז אפילו ווען מען זאגט נאר אז מען לערנט, און דארט הייבט זיך באמת אן דער חורבן וואו מען הייבט אן דורכצופלאן, אזויווי אונזערע רבי'ס האבן געלערנט אין אלע דורות אז מען טאר זיך גארנישט אפילו אונטערנעמען צוליב דרוק ווייל דאן פאלט מען אדורך, אוןמען דארף נישט קיין עדות דערויף.
ממילא דאס וואס מאנכע זענען געקומען און געעפנט אזעלכע קעלבערנע אויגן, פרעגנדיג עטליכע מאהל מיט אזעלכע לשונות ווי: דו האלטסט טאקע אז די און די מוסדות לערנט טאקע 'פלייסיג' תועבה מיט די קינדער? דאס איז א חלק פון די ספינעריי וואס מען פרובירט צו חושען דעם ציבור, כאילו די גאנצע טענה וואס מען האט אויף חינוך יו.קעי. מוסדות, איז נאר אז זיי לערנען באמת די אלע געמיינע לימודים, און דאס לאזט זיך דאך נישט גלייבן...
(און הגם עס איז לייער אויך אמת אין געוויסע פעלער, וואס איז פארהאן קלארע פראף אז געוויסע מוסדות האבן שוין ליידער צוביסלעך אנגעהויבן צו לערנען בפועל פון די לימודים אסורים, איז אבער דאס בכלל נישט די עיקר טענה, נאר די נושא איז די אלע זאכען וואס די מוסדות האבן זיך געבראכען און אונטערגעגעבן פאר די רעגירונג, און 'געזאגט' פאר די רעגירונג אז מען גייט דאס לערנען, און צומאל אפילו שוין 'געוויזן' די פאקטישע קוריקולום אדער פאליסיס פאר די לימודים אסורים).

עס איז א שאד אז צוליב דעם וואס איר שפירט אז איר מוזט עפעס ענטפערן, און איר האט נישט עפעס זאכליך לגופו של ענין, זאלט איר פארפאטשקענען אייער רעפיוטאציע דורך שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס פאסט ענדערש פאר איינעם וואס האט גענומען פון די סחורה נאר מיט 'דשאפל'....משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:53 pm לאמיר צונעמען א תגובה מזאל כאפן וואס חושעריי מיינט► Show Spoiler
-
משה זיכמעך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
- Location: kj ruzin rd 11
- x 91
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
די "קשיא" איז נישט לגופו של ענין אדער דיין "חושעריי"?פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 3:10 pmעס איז א שאד אז צוליב דעם וואס איר שפירט אז איר מוזט עפעס ענטפערן, און איר האט נישט עפעס זאכליך לגופו של ענין, זאלט איר פארפאטשקענען אייער רעפיוטאציע דורך שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס פאסט ענדערש פאר איינעם וואס האט גענומען פון די סחורה נאר מיט 'דשאפל'....משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:53 pm לאמיר צונעמען א תגובה מזאל כאפן וואס חושעריי מיינט► Show Spoiler
א רגע כהאב שוין פארגעסן מיט וואס עסט מען נאר די זופ?...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
נאך גאר א וויכטיגע ענין וואס דארף ווערן אויסגעקלארט פאר מען גייט ווייטער צו דן זיין איבער די 99 פראצענט ריפארטס, ווייל עס וועט זייער שטארק נוגע זיין צו פארשטיין געוויסע חלקים פון די ריפארטס.
דאס איז בנוגע א זאך וואס מען האט דא טרומפייטערט און געשאלט איבער די מורא'דיגע דערגרייכונגען פון די רבני ועסקני חינוך יו.קעי. בנוגע לימודי תועבה,
אז די חינוך יו.קעי. האט אנגעבליך ערלעדיגט און געטוישט די 'געזעץ', אז ביז די 12 יאר דארף מען בכלל נישט לערנען די לימודי תועבה, און העכער די 12 וואס די געזעץ פארלאנגט יא צו לערנען, האבן זיי ערלעדיגט אז די עלטערן זאלן קענען ארויסשרייבן זייערע קינדער, און ביי די חרדישע מוסדות שרייבן זיך אלע עלטערן ארויס.
אזויווי דער 'מסורה' שרייבער פון חינוך יו.קעי. האט געשריבן אין זיין 'פאבריצירטע' סך הכל:
מיר האבן שוין בעבר דא געבעטן פון @totty מערערע מאהל ער זאל ברענגען די לשונות פון די אלטע געזעץ, כדי יעדער זאל זיך קענען אליין איבערצייגן פונקטליך וואס עס האט זיך געטוישט לטובה, אבער ווי דער ציבור האט מיטגעהאלטן האט ער גענצליך איגנארירט אונזער בקשה פאר א לאנגע צייט.
למעשה האבן מיר אפאר טעג צוריק אנגעהויבן אליין אביסל אריינטוהן און נאכגיין די פרט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע פראפאגאנדע אז די חינוך יו.קעי. ארבעט האט געברענגט א שינוי לטובה אינעם 'געזעץ', וואס זיי האבן ערלעדיגט אז עלטערן זאלן קענען ארויסשרייבן די קינדער, און קלענערע קינדער זאלן בכלל נישט זיין מחוייב, דאס איז גאר א צווייפאכיגער בלאף און שקר, פאבריצירט דורך די חינוך יו.קעי. 'מסורה' פאראיין.
(איך וועל צוטיילן די פאוסט, לכבוד די אלע וואס האבן נישט ליב עס זאל זיין 50,000 קערעקטערס אויפאמאל...)

ווי אויך גאנץ אין אנהייב פון די טעמע:
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm 1) מיט 12 יאר צוריק 2014 למספרם איז אריין א געזעץ מיט גיזרות על החינוך און עטליכע יאר צוריק האט מען געמאכט טוישינגען לטובת החינוך דורך די ארבעט פון רבני ועסקני חינוך UK
.....
3) מדארף נישט לערנען קיין תועבה ביז די 12 בכלל אפילו ביי די גויים און פון 12 און העכער וואו ביי די גויים דארף מען יא האט מען ציגעלייגט אז עלטערן קענען זיך ארויסשרייבן פונעם געזעץ און אזוי טוען אלע חרדישע מוסדות מיט צעטלעך פון אלע עלטערן זיך ארויסצישרייבן, און נישט נאר מלערנט נישט גארנישט פון דעם דעם נאר מהאט זיך קיינמאל נישט אינטערגענומען אפילו לפנים דאס צי לערנען
מיר האבן שוין בעבר דא געבעטן פון @totty מערערע מאהל ער זאל ברענגען די לשונות פון די אלטע געזעץ, כדי יעדער זאל זיך קענען אליין איבערצייגן פונקטליך וואס עס האט זיך געטוישט לטובה, אבער ווי דער ציבור האט מיטגעהאלטן האט ער גענצליך איגנארירט אונזער בקשה פאר א לאנגע צייט.
למעשה האבן מיר אפאר טעג צוריק אנגעהויבן אליין אביסל אריינטוהן און נאכגיין די פרט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע פראפאגאנדע אז די חינוך יו.קעי. ארבעט האט געברענגט א שינוי לטובה אינעם 'געזעץ', וואס זיי האבן ערלעדיגט אז עלטערן זאלן קענען ארויסשרייבן די קינדער, און קלענערע קינדער זאלן בכלל נישט זיין מחוייב, דאס איז גאר א צווייפאכיגער בלאף און שקר, פאבריצירט דורך די חינוך יו.קעי. 'מסורה' פאראיין.
(איך וועל צוטיילן די פאוסט, לכבוד די אלע וואס האבן נישט ליב עס זאל זיין 50,000 קערעקטערס אויפאמאל...)
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
דער ערשטער חלק פונעם שקר,
איז דאס וואס זיי מאכן דעם אנשטעל כאילו עס איז דא א מעגליכקייט פאר עלטערן אויסצושרייבן די קינדער פון 'אלע' לימודים וואס האבן שייכות צו עניני תועבה, וואס דאס איז א שקר גס.
ווייל די לימודי תועבה וואס די רעגירונג פארלאנגט, זענען נישט קאנצענטרירט נאר אין איין ספעציפישע סאבזשעקט, נאר איז צושפרייט אונטער מערערע חלקים און סאבזשעקטס פון די לימודים, ווי למשל סייענס, סעיפטי, רעספעקט, און נאך, וואס געוויסע פון די געמיינע לימודים איז מען מחוייב צו לערנען אפילו ביי אינגערע קינדער.
(איין דוגמא וואו עס ווערט אריינגעמישט די שמוציגע לימודים, איז וואו די געזעץ איז מחייב אויסצולערנען די קינדער 'רעספעקט' פאר די געמיינסטע עלעמענטן די אנשי תועבה ודור המבול, און זיי שרייבן דארט קלאר ארויס אז עס איז נישט גענוג אז מען זאל אויסלערנען סתם אז מען דארף 'רעספעקטירן אלע מענטשן פון די וועלט', נאר מען מוז אריינגיין בפרטיות פון די אנשי דור המבול רח"ל, און בכלל די גאנצע לימוד פון 'רעספעקט' דארף נאך א באזונדערע שמועס, איבער דאס וואס מאנכע פרובירן צו חושען אז דאס רעדט זיך סך הכל פון אויסלערנען 'גריסן' יעדן איינעם... וואס מען וועט נאך צוריקקומען דערצו אין אן אנדערע געלעגנהייט).
די דרגא געמיינקייט און נידריגקייט פון די גרויליגע לימודים, איז נישט אייניג, עס זענען דא זאכן וואס זענען 50 פראצענט געמיין, אנדערע זענען מער געמיין, הצד השווה שבהן אז די אלע גרויליגע לימודים גרעניצען זיך מיט די הארבסטע עבירות ואביזרייהו דג"ע, וואס ביי אידישע קינדער האט מען געוואוסט אין אלע דורות אז מען שטייט ווייט דערפון כמטחוי קשת, און מען טאר נישט זאגן אפילו לפנים אז מען איז מסכים צו לערנען אפילו א פערטל פראצענט פון די שמוציגע זאכן און אפילו נישט אביזרייהו דאביזרייהו.
ביי רוב רובו פון די געמיינע לימודים, קענען עלטערן קלאר 'נישט' ארויסשרייבען זייערע קינדער פון די לימודים, און דעריבער האט א אידישע 'רעגיסטרירטע' מוסד נישט קיין שום וועג זיך ארויסצודרייען פון די לימודים, ווייל ביי דעם איז נישטא די אפציע אז אלע עלטערן זאלן אריינגעבן א פארלאנג צו ארויסשרייבען זייערע קינדער.
די איינציגסטע וועג פאר א מוסד זיך ארויסצודרייען פון די שמוציגע לימודים ביי וועלכע מען קען נישט ארויסשרייבן די קינדער, איז נאר דורך 'נישט רעגיסטרירן' די מוסד אלץ א 'סקול', נאר זיך איינגעבן אלץ א 'קלאב', און דאס טוען טאקע אלע ערליכע מוסדות וואס ווילן זיך נישט אונטערגעבן קיין זיז כל שהוא פאר די רעגירונג פארלאנגען, און ווילן נישט מיטגיין מיט די פשרה'דיגע מהלך פון חינוך יו.קעי. און די מוסדות האבן טאקע נישט קיין שום מגע ומשא מיט די אפסטעד אינספעקטארס, און אזוי טוען אויך אלע ישיבות קטנות אין לאנדאן.
דערנאך איז דא איין גאר גאר געמיינע און גרויליגע לימוד מעומקא דתהום רבא, וואס איז געווידמעט דירעקט פאר די שמוציגע ענינים, וואס די חיוב דאס צו לערנען הייבט זיך אן ביי די 11 יאר (נישט 12), נאר ביי די ספעציפישע לימוד האבן עלטערן (אפילו ביי די גויים) די רעכט ארויסצושרייבן זייערע קינדער , אבער מיטדעם אלעם פארלאנגט די געזעץ אז אפילו אויב עלטערן שרייבן אויס די קינדער, דארף 'די מוסד' נאך אלץ האבן גרייט א קלארע געשריבענע פאליסי וואס זאל ווערן דארט מבואר פארשידענע פרטים און אנוווייזונגען איבער די שמוציגע לימודים אין פאל זיי וועלן עס דארפן לערנען.
די רעכט פאר עלטערן ארויסצושרייבן די קינדער איז נאר ביז די 15 יאר, דערנאך האבן שוין די עלטערן נישט קיין רעכט אפצוהאלטן זייער קינד פון אליין פארלאנגען אז די סקול זאל איהם דאס צושטעלן.
אגב, לויט די אינפארמאציע וואס איך האב באקומען, איז ענגלאנד די איינציגסטע מדינה (וואו עס געפינען זיך ערליכע אידן), וואס פארמאגט אזא גרויליגע געזעץ וואס איז מחייב צו לערנען אט די גאר געמיינסטע לימודים, און טאקע צוליב די שרעקליכע געמיינקייט, האבן זיי געמוזט אריינלייגן אין געזעץ שוין אין אנהייב אז עלטערן האבן א רעכט ארויסצושרייבען די קינדער פון דעם. אבער אין ניו יארק איז לויט מיין אינפארמאציע ניטאמאל דא אזא געזעץ וואס איז מחייב צו לערנען אפילו ביי די גויים אט די ענינים.
דעריבער דאס קומען זאגן אז די גזירה איז בטל ווייל עלטערן קענען אויסשרייבן זייערע קינדער פון די לימודי תועבה, דאס איז פאלש און פארפירעריש,
- ווייל ווי געזאגט איז ביי מערסטנסטייל פון די גרויליגע און געמיינע לימודים בכלל נישטא די מעגליכקייט ארויסצושרייבן די קינדער.

דער צווייטער חלק פונעם שקר,
אז אפילו בנוגע די חלק פון די ספעציפישע גאר געמיינע און גרויליגע לימוד, וואס ביי דעם קענען עלטערן יא ארויסשרייבן זייערע קינדער, דאס האט אויך נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום השתדלות אדער ארבעט פון חינוך יו.קעי.
ווייל די חיוב הלימוד אין ענגלאנד אויף אט די גאר געמיינסטע גרויליגע לימוד, איז שוין בעצם אין געזעץ פאר צענדליגער יארן ביי די היי סקולס, נאר אין אנהייב האט די געזעץ נאכנישט מחייב קיין 'אינדעפענדענט' היי סקולס, ממילא איז דאס נוגע געווען נאר פאר די גויאישע פאבליק סקולס, און ביי אינגערע קינדער האט דער געזעץ אמאל אויך נישט מחייב געווען דאס צו לערנען.
און שוין דעמאלס אין אנהייב ווען די געזעץ איז נאר געווען נוגע ביי די גויאישע סקולס, איז שוין אויך געווען קלאר ארויסגעשריבן, נאך אזוי פרי ווי 'דרייסיג יאר צוריק' אין יאר 1996, (וואס איז איבער צוואנציג יאר פאר חינוך יו.קעי. איז אפילו געבוירן געווארן), אז עלטערן האבן די רעכט ארויסצושרייבן זייערע קינדער פון אט די גאר געמיינע לימוד.
און אויב איז עפעס געשעהן א שינוי אין געזעץ בנוגע די חיוב פון אט די גאר געמיינסטע שבגעמיינסטע לימוד, איז דאס נאר געווען א שינוי לגריעותא, ווען עטליכע יאר צוריק צווישן די יארן 17' און 20' זענען געטוישט געווארן געוויסע זאכן, סיי אין די 'געזעץ' און אין די 'גיידענס' פון אט די דערמאנטע גאר געמיינע גרויליגע לימוד, און סיי ביי די לימוד וואס איז באהאפטן צו דעם, וואס די שינויים עטליכע זאכן וואס זענען גאר דאס פארקערטע פון א שינוי לטובה, נאר לרעה ח"ו, וואס אפילו להבדיל די קריסטליכע רעליגיעזע סקולס האבן באוויינט די שינויים.
לדוגמא,
1) אז די געזעץ איז שוין היינט מחייב יעדע איינציגע 'רעגיסטרירטע' היי סקול, נישט נאר די רעגירונג באצאלטע סקולס,
2) ביי די אינגערע קינדער איז צוגעקומען א חיוב אויף די חלק פון די עדיוקעשאן וואס איז באהאפטן צו די גאר געמיינע לימוד, וואס ביז דאן זענען זיי נישט געווען מחוייב,
3) עס האט געטוישט און מצמצם געווען געוויסע פרטים אין די וועג וויאזוי עלטערן קענען ארויסשרייבן די קינדער, און צוגעלייגט געוויסע זאכן וואס איז ראטזאם צו טוהן פארן ארויסשרייבן,
דעריבער דאס קומען זאגן אז די רבני ועסקני חינוך יו.קעי. האט געארבעט און געמאכט עטליכע יאר צוריק א שינוי לטובה אינעם געזעץ אז בי היי סקול זאלן די עלטערן זאלן קענען אויסשרייבן זייערע קינדער, און ביי קלענערע קינדער זאל מען בכלל נישט זיין מחוייב,
דאס איז שוא ושקר, פאלש און פארפירעריש, ווייל
- דאס וואס עלטערן קענען ארויסשרייבן די קינדער ביי היי סקול פון די ספעציפישע געמיינסטע לימוד, איז שוין אלט כאטש 30 יאר,
- דאס אז קלענערע קינדער זענען בכלל נישט מחוייב דאס איז שוין צענדליגער יארן אלט,
- דאס וואס איז עטליכע יאר צוריק געווארן א שינוי אין דעם געזעץ, איז גאר געווען דער היפוך פון א שינוי לטובה, נאר אדרבה א שינוי לגריעותא.
למעשה בלייבט אין סך הכל,
אז די גאנצע האוקעס פאוקעס פון די געוואלדיגע דערגרייכונג און ארבעט פון חינוך יו.קעי. איבער די לימודי תועבה, איז נישט מער ווי איין שטיק 'מסורה' בלאף.

מקען אויף אלעם אי"ה ענטפערן דבר על אופניו אבער ערשט א תירוץ אויף די קשיא וואס האט שוין יא פראף און א יסוד
-
משה זיכמעך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
- Location: kj ruzin rd 11
- x 91
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
ווער איז דער @גמח וואס גיבט מיר לייקס און אויך פאר פארטריבן? א נייע גמ"ח פאר לייקס?..
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
גראדע וואלט איך אים אויך געלייקט פארן אנהייבן רעדן היבש א אנדערע טאן און מודה זיין כאטש אויף איבער 50 פארצענט פון ביז אהער.. אבער נאר וועגן דיר שרייב איך נאכנישט דערוועגן צי אים ווארטנדיג אויף א תשובה איבער די קשיא (נישט די קשיא פון מה חובתו בעולמו... דו ווייסט וועלכע איך מיין)משה זיכמעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:11 pm ווער איז דער @גמח וואס גיבט מיר לייקס און אויך פאר פארטריבן? א נייע גמ"ח פאר לייקס?..
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
פעלשעריי בתפארתה!!
יעצט וועלן מיר צוגיין באהאנדלן די ריפארטס וואס דער 'מסורה' שרייבער פון חינוך יו.קעי. @totty האט געברענגט, וואס דארף אנגעבליך אויפווייזן אז די חינוך יו.קעי. מוסדות לערנען 'גארנישט' קיין שום לימודים אסורים, און זאגן אפילו קלאר אז מען לערנט נישט, וכלשונו:
נאר אנשטאט ענטפערן אויף די קשיא, וועלן מיר אויפוויקלען פארן ציבור א 'פרישע קאפיטעל' פון די לאנדאנע 'מסורה' בלאפעריי:
ווי געשריבן אויבן האבן מיר זיך נישט געוואלט פארלאזן בלינדערהייט אויף די סקרינשאט, און מיר האבן פארשאפט מערערע פולע ריפארטס פון די דערמאנטע מוסדות, און נאכן אריינקוקן אין די ריפארטס זענען מיר געווארן שאקירט פון די אפענע און גראבע פעלשערייען וואס די שרייבער פון די חינוך יו.קעי. 'מסורה' פאראיין (@totty)האבן דא געטוהן -כדרכם- מיט שקרים במילתא דעבידי לגלויי, וואס די יעצטיגע פרישע קאפיטעל אין די סעריע פון פעלשערייען, שטייגן איבער אלע ביז יעצטיגע קאפיטלען פון די חינוך יו.קעי. 'מסורה' בלאף, (פון די תועבה פענער, סקווירא מחאה בריוון, חינוך יו.קעי שינויים לטובה, און כלומר'שטע געריכטן).
אזוי ווייט אז מיר דארפן טאקע דא ברבים צוריקציען פון דעם וואס מיר האבן ביז יעצט געשריבן אז חינוך יו.קעי. איז די זעלבע ווי פערל'ס, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז חינוך יו.קעי. איז סאך ערגער פון פערל'ס, און האלטן שוין מערערע שטאפלען ווייטער אויפן וועג אראפ, און האבן זיך שוין ערלויבט צו טוהן זאכן וואס אין ניו יארק האט פערל'ס זיך נאך ניטאמאל ערלויבט צו ברענגען אויפן געדאנק.
און מיר וועלן דא אין די קומענדיגע עטליכע פאוסטס, דאס אויפוויקלען פארן ציבור, ווי יעדער וועט זיך קענען אליין איבערצייגן די ביטערע און אמת'דיגע מציאות הדברים, אז די מוסדות האבן זיך ליידער 'יא' געבראכן צוביסלעך נאך אביסל און נאך אביסל פאר די רעגירונג פארלאנגען, [די שינויים זענען נישט געווען תיכף ביי די גאר הארבע און געמיינע זאכן, נאר אין אנהייב נאר מיטן צולייגן סאבזשעקטס (וואס ווען פערל'ס אין ניו יארק האט דאס געטוהן -פעטוועי בלע"ז-, איז מען ארויס במלחמת חרמה קעגן זיי), און דערנאך צוביסלעך האט זיך די רויטע ליניע גערוקט מער און מער, און מען האט זיך אנגעהויבן ברעכען אויך בנוגע לערנען אזעלכע ענינים וואס זענען כולל אין זיך געוויסע חלקים פון די געמיינע און שמוציגע לימודים], ממש אזויווי חז"ל האבן געווארנט אז היום אומר לך עשה כך ומחר אומר לו עשה כך עד שאומר לו לך...
און מען דארף גרויס רחמי שמים אז זאכן זאלן זיך נישט דערקייקלען נאך ווייטער, און די מוסדות זאלן זיך נישט ברעכן און אונטערגעבן ביי דאס לעצטע ביסל פון די גאר גרויליגסטע חלקים פון די שמוציגע לימודים פון רעספעקטירן די געפערליכע 'אנשי תועבה', וואס ליידער קען מען זעהן אז עטליכע פון די מער שוואכערע מוסדות האבן זיך שוין געבראכן אפילו אויף דעם, און געזאגט אז מען לערנט דאס מיט די קינדער, (און ווי עס האט שוין אויך ליידער פאסירט אז א מוסד האט גאר אויפגעהאנגען בריש גלי די 'שושנים' תועבה פענער..)
נ.ב. נאר צו דערמאנען נאכאמאל וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט, אז די הארבע איסור פון די אלע שמוציגע און גרויליגע לימודים, איז פונקט די זעלבע ביים 'זאגן' לפנים פאר די רעגירונג אז מען לערנט דאס, און עס איז נישט נפק"מ צי מען לערנט דאס בפועל מיט די קינדער, אזויווי אלע רבנים אין לאנדאן האבן דאס גע'פסק'נט.

און דאס האט ער אויך געשריבן גאנץ אין אנהייב בשם איינעם פון די רבנים אין לאנדאן, (וואס דאס האט איהם געמאכט אנהייבן צי ווארפן די אברים ווי ווייט מהאט איהם פארנארט), אז:

וועלכע אפסטעד ריפארטס קען מען גלייבן און וועלכע נישט?
ביים ברענגען די ריפארטס וואס דארפן אויפווייזן אז די מוסדות לערנען גארנישט און זאגן אויך קלאר אז מען לערנט נישט, האט די 'מסורה' פאראיין שע"י חינוך יו.קעי. אראפגעשטעלט א גזירת הכתוב אן קיין שום הסבר, אז נקוט האי כללא בידך, נאר ריפארטס פון די מוסדות וועלכע חינוך יו.קעי. גיבט רשות צו גלייבן, נאר יענע ריפארטס מעג מען גלייבן, וואס צווישן די ריפארטס וואס זענען זייער קראנט און באגלייבט, ווערן אריינגערעכנט די ריפארטס פון מוסדות סאטמאר - בעלז - בנות ירושלים, משא"כ די ריפארטס פון מוסדות סקווירא און יסודי התורה זענען -מאיזה טעם כמוס- נישט באגלייבט און זענען גאר געפעלשט.
און פון אט די 'באגלייבטע' ריפארטס האט די 'מסורה' פאראיין געברענגט סקרינשאטס פון 3 היי סקולס סאטמאר, בעלז, בנות ירושלים, וואס דארט זעהט מען אז בשעת 'יענע' אינספעקשאנס האבן זיך די 3 מוסדות נאכנישט גענצליך צוגעשטעלט צו די רעגירונג אויף 100 פראצענט, און זיך נאכנישט אונטערגעגעבן צו לערנען אדער זאגן אז מען לערנט 'געוויסע' פון די שמוציגע לימודים.
פון וועלכע אינספעקשאנס זענען די סקרינשאטס, און וועלכע ענינים ווערט דארט דערמאנט?
עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז אלע סקרינשאטס וואס דער 'מסורה' שרייבער @totty האט דא געברענגט צו פארנארן דעם ציבור, זענען פון אינספעקשאנס וואס זענען פארגעקומען בשנת תשפ"ד-אנהייב תשפ"ה (24'), און צוויי פון די דריי מוסדות האבן שוין זינט דאן געהאט א פרישע אינספעקשאן אין יאר 25', אבער מיט דעם אלעם האבן די 'מסורה' שרייבערס, געברענגט סקרינשאטס דייקא נאר פון די ריפארטס פון 24', און 'בזדון' זיך פארהוילן פון די נייע און פרישע ריפארט פון יאר 25', ווי עס וועט ווייטער אויפגעדעקט ווערן די בלאף און שווינדל וואס ליגט אונטער דעם.
(כאטש געווענליך דארף מען נאר מאכן אינספעקאשנס בערך יעדע 3 יאר, דאך אויב די אינספעקשאן איז דורכגעפאלן דאן פארלאנגט די רעגירונג אז די מוסד מוז אריינגעבן אן עקשאן פלען, און אויב נישט סטראשען זיי מיט צונעמען די רעגיסטרירונג פונעם מוסד, וואס דאן נאך וואס די רעגירונג איז צופרידן פונעם אריינגעגעבענעם עקשאן פלאן, וועלן זיי שיקן אינספעקטארס זיך צו איבערצייגן אז די אלע זאכן וואס די מוסד האט זיך פארגענומען צו פאררעכטן ווערן טאקע אימפלעמענטירט, און דאן קומען זיי אפילו פאר די 3 יאר, און צומאל מאכן זיי אפילו עטליכע אינספעקשאנס).
נאך א וויכטיגע פוינט דארף די ציבור וויסן, אז די סקרינשאטס וואס מען האט געברענגט פון די 3 מוסדות, רעדן נישט אלע פון די זעלבע חלקים פון די שמוציגע לימודים, וואס ווי שוין אויסגעשמועסט דא זענען די געמיינע און שמוציגע לימודים צושפרייט אונטער עטליכע סאבזשעקטס און עדיוקעשאן פארלאנגען, און נאר ביי די סקרינשאט פון 'איין' מוסד (בנות ירושלים) רעדט זיך עס בנוגע די גאר געמיינע לימוד פון וואס די עלטערן האבן יא די רעכט ארויסצושרייבן זייער קינד, און מען זעהט דארט אז ליידער האבן זיי שוין אריינגעגעבן זייער געשריבענע סקול פאליסי איבער די געמיינע און גרויליגע לימוד וואס זיי האבן גרייט אין פאל איינער פון די עלטערן וועלן נישט ארויסשרייבן זייער קינד, אדער אין פאל א קינד העכער די 15 יאר וועט דאס פארלאנגען, (נאכדעם וואס סאטמאר היי סקול האט שוין מקרר געווען דעם אמבטי רותחת און ליידער אריינגעבן אזא פאליסי שוין עטליכע יארן פריער אין 22').
ווידער די זאכן וואס ווערן דערמאנט אין די סקרינשאט פון די אנדערע צוויי מוסדות סאטמאר און בעלז, זענען שמוציגע לימודים וואס זענען פארמאסקירט אונטער אנדערע חלקים פון די רעגירונג פארלאנגען, (ווי למשל געזונט, סעיפטי, באציאונגען, רעספעקט), וואס ביי דעם איז קלאר 'נישט' פארהאן קיין מעגליכקייט פאר עלטערן ארויסצושרייבן זייער קינד, ווי שוין אויסגעשמועסט דא, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די מוסדות זענען דורכגעפאלן יענע אינספעקשאן, וואס אויב וואלט געווען אמת די חינוך יו.קעי. בלאף אז מען קען געזעצליך ארויסשרייבן די קינדער פון 'אלע' לימודי תועבה, וואלט דאך די מוסד נישט געדארפט דורכפאלן ביים אינספעקשאן אפילו זיי לערנען נישט די שמוציגע לימודים, דעריבער טאקע פון די ריפארטס אליין זעהט מען אויך קלאר די בלאף פון די דערמאנטע חינוך יו.קעי. איינרעדעניש, נאר די אמת איז ווי מיר האבן געשריבן אויבן אז רוב שמוציגע לימודים קען מען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער.

די פעלשערייען איבער די ריפארט פון סאטמאר היי סקול
היות די ערשטע סקרינשאט וואס מען האט געברענגט איז געווען פון די ריפארטס אויף סאטמאר היי סקול, וואס די ריפארטס פון די מוסד האט חינוך יו.קעי. גע'פסק'נט אז דאס איז יא 'קראנט און באגלייבט', דעריבער האבן מיר באשלאסן קודם דורכצוטוהן די ריפארטס פון אט די מוסד, און מיר האבן דורכגעקוקט עטליכע פון די 14 ריפארטס וואס איז אוועילעבעל פון די היי סקול, אריינגערעכנט די נייע פרישע ריפארט פון 25', און אויך די ריפארט פון 24' וואס פון יענע האט @totty ארויסגעלייגט די סקרינשאט.
און בשעת קוקען די ריפארטס האט זיך אנטפלעקט פאר אונזערע אויגן די שרעקליכע בלאפעריי און שקר במילתא דעבידי לגלויי, וואס די 'מסורה' פאראיין האט דא אפגעטוהן מיטן ברענגען א סקרינשאט דייקא פון די 24' ריפארטס, אין די צייט וואס זיי האבן שוין געוואוסט אז עס עקזיסטירט א פרישע נייע ריפארט פון 25', און דאס געפינט זיך די ערשטע אין די רייע ביי אפסטעד (זעהט בילד מיט די רויטע צייכן צום נייע ריפארט, און גרינע צייכן צום אלטן ריפארט), דאך האבן זיי זיך בכוונה ובזדון זיך פארהוילן דערפון, און געגאנגען צו די צווייטע און עלטערע ריפארט פון 24',
[און אגב, אינמיטן נאכגיין די אמתדיגע פאקטן איבער די ריפארטס, האבן מיר זיך אויך אנגעשטויסן אין נאך אסאך אנדערע פרטים און אויפדעקונגען בנוגע חינוך יו.קעי. און זייערע פעלשערייען, וואס דאס פארענטפערט זייער אסאך קשיות און תמיהות וואס פלאגט שוין דעם ציבור, און קלארט אויס דאס פארנעפלקייט וואס הערשט איבער דעם גאנצן גזירת החינוך אין ענגלאנד, ווי אויך די געלט אינטערעסען וואס האט געברענגט די ראשי חינוך יו.קעי. זיי זאלן אריינפירן די מוסדות אינעם זומפ און זיך צושטעלן צו די רעגירונג פארלאנגען, אבער דאס אלעס אין א שפעטערדיגע געלעגענהייט.
ווי איז אונז געווארן זייער פארשטענליך פארוואס אזעלכע מוסדות וואס באלאנגען צו קהילות וואס אין אנדערע מדינות איבערן אטלאנטיק האבן זיי זיך נישט געלאזט אזוי שנעל אונטערגעבן פאר די גזירות על החינוך, אבער אין לאנדאן זענען זיי יא דורכגעפאלן און זיך אנגעהויבן ברעכען צוביסלעך צוביסלעך, וואס דאס איז אויך דער גורם צו די געוואלדיגע היפאקריטישע איינזייטיגקייט וואס הערשט דא ביי מאנכע פונעם ציבור].
להבנת הדברים, וועלן מיר דא פאלגענד איבערלייגן די שטיקל פונעם סקרינשאט פון די (אלטע) ריפארט פון 2 יאר צוריק, וואס דער 'מסורה' שרייבער (@totty) האט געברענגט עטליכע טעג צוריק.
מיר ווילן נישט אריינגיין בפרטיות איבער די זאכן וואס מען האט דא פארמעקט, משום הרחק מן הכיעור, אבער די סך הכל שרייבט דא די רעגירונג אז אין 24' האט דער מוסד דאן נאכנישט געלערנט געוויסע פון די עניני תועבה וואס איז צושפרייט אונטער אנדערע סאבזשעקטס און ווערט פארלאנגט לויטן געזעץ, (וואס ביי די זאכען קען מען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון דעם), און דעריבער האבן זיי געשריבן אויפן ריפארט אז די מוסד איז דורכגעפאלען און קומט נישט נאך די געזעצן פון די אט די רעגירונג פארלאנגן.
אין דעם סקרינשאט פון די 24' ריפארט קען מען אויך אנמערקן, אז די מוסד האט דאן זיך נאכנישט געהאט געבראכן נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען צו לערנען איבער אנליין סעיפטי, סיי צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.

דער אמת'ע מצב כהיום פון די היי סקול!!
יעצט וועלן מיר ברענגען די נייע ריפארט, וואס דער לאנדאנער 'מסורה' שרייבער האט 'נישט' געוואלט ברענגען, און מען וועט שוין פארשטיין פארוואס ער האט זיך בזדון פארהוילן דערפון,
ווייל דארט שטעלט זיך ארויס די ביטערע מציאות ווי דער מוסד איז ליידער געפאלן כורעים און זיך געבראכען פאר די רעגירונג פארלאנגען, און מען זעהט קלאר, אז די אלע זאכן וואס @totty האט געברענגט פונעם אלטן ריפארט פון 24' אז דער מוסד האט דעמאלס נאך געזאגט אז מען לערנט דאס נישט, זעהט מען שוין אינעם נייעם ריפארט פון 25' ווי די רעגירונג איז מעיד וואס דער מוסד זאגט שוין יעצט יא אז מען לערנט דאס שוין ליידער...
און דאס איז נישט סתם גענומען א 'פעטוועי' אז מען איז זיך מקבל אז מען גייט לערנען די דברים אסורים, נאר זיי האלטן שוין ביים קומענדיגן שטאפל פון מקיים זיין 'למעשה', און מען האט שוין געוויזן פאר די רעגירונג די 'פאקטישע קוריקולום' וואס מען האט איבערגעמאכט אז דאס זאל שוין האבן די לימודים וואס די רעגירונג פארלאנגט רח"ל.
- - -
דיסקלעימער, ווי מיר האבן שוין געשריבן אמאל ביי אן אנדערע נושא, ערווארטן מיר דא אויך נישט אז די לאנדאנע 'מסורה' שרייבער און אלע חינוך יו.קעי סימפאטיקער זאלן בלייבן שטיל אדער גאר מודה זיין אויף די אלע פעלשערייען, און איינזעהן אז די מוסדות האבן זיך ליידער יא געבראכן פאר די רעגירונג פארלאנגען, און עס וועלן זיכער זיין אזעלכע וואס וועלן ארויפקומען סתם אנפירקלען און 'דשאפלען' מיט נארישע און קינדערישע געשרייבעכצער און פורים תורות...
מיר רעדן דא נאר צו די אלע מיט אומפארטייאישע ערוואקסענע מוחות, וואס ווילן נאך הערן דעם ריינעם אמת איבער דעם גזירת החינוך אין ענגלאנד.

אצינד פרעגט דער ציבור די פאלגענדע קשיות:
פארוואס האט איר באהאלטן די נייע ריפארט פון סאטמאר היי סקול, וואס מען זעהט די מוסד זאגט קלאר אז מען לערנט שוין יא עניני תועבה?
ווי אויך זענען אלע אנדערע קשיות חוזר וניעור:
פארוואס באהאלט איר די אנגעבליכע צוויי סקווירא מחאה בריוון?
פארוואס באהאלט איר די אנגעבליכע שינוי לטובה געזעצן?
פארוואס באהאלט איר די אנגעבליכע געריכט פאפירן?
עס וואלט געווען זייער כדאי איר זאלט איבערגיין פון אנהייב פון די טעמע, און איבערציילן וויפיל מאהל איר האט דא איבערגע'חזר'ט דעם גראבן שקר, אז אין ענגלאנד האבן די מוסדות נישט געמאכט קיין שום שינויים, און אוודאי נישט אין לימודים אסורים, און אוודאי נישט אין עניני תועבה וכפירה, נישט נאר בפועל, נישט בדיבור, אפילו נישט לפנים,
און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט, אז יעדע איינציגע פון די שקרים און פאבריקאציעס וואס די חינוך יו.קעי. האט אייך אנגעפיטערט, וואס איר האט דא נאכגעשריבן מיטן ציהל אויסצופירן זייער שליחות צו פארחושען און פארשלעפערן די מוחות פונעם ציבור, און דערשטיקען די שרעקליכע מצב פונעם גזירת החינוך אין לאנדאן, טאקע די אלע זאכן אליין האבן סוף כל סוף צוריק געפאטשט אין פנים, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט דער בלאף דערפון און עס איז אויפגעוויזן גאר דאס פארקערטע.
אנגעהויבן ביי די פרשה פון די תועבה פענער,
ווייטער מיט די מחאה בריוון פון סקווירא,
דערנאך די אנגעבליכע ביטול הגזירה פון ארויסשרייבן די קינדער ביי לימודי תועבה,
און יעצט מיטן באהאלטן די ריפארט וואו מען זעהט ווי די מוסד האט זיך ליידער 'יא' געבראכן, און 'יא' נאכגעגעבן געוויסע פון די רעגירונג פארלאנגען, און 'יא' אונטערגענומען צו לערנען געוויסע עניני תועבה, וואס א האלבע יאר פריער האבן זיי זיך נאכנישט געהאט נאכגעגעבן,
און ללמד על הכלל כולו יצא, אז די זעלבע זאך זעהט מען אין די ריפארטס פון אלע אנדערע מוסדות, אז ווי א יאר שפעטער טוען די מוסדות צוביסלעך צוביסלעך זיך ברעכען און אונטערגעבן פאר נאך אביסל און נאך אביסל פון די רעגירונג פארלאנגען, איינער אביסל פריער א צווייטער אביסל שפעטער, ביז צום סוף זעהט מען שוין גאר שרעקליכע זאכן וואס די מוסדות זענען שוין היינט צוטאגס מסכים צו זאגן אז מען לערנט יא, אזעלכע זאכן וואס מען האט אמאל זיך נישט דערוואגט און נישט גע'חלומ'ט אז מען וועט דאס אזוי גלייכגילטיג אריינגעבן פאר די רעגירונג, און די מוסדות טוען דאס טראץ די קלארע פסק אפילו פון די אייגענע חינוך יו.קעי רבנים.
און ווער רעדט נאך פון די שרעליכע געשריבענע סקול פאליסי פון די לימודי תועבה, וואס אפילו די גאר פרומע מוסד וואס האט זיך נאך געהאלטן פעסט אויף די נושא ביז 24', האט זיך שוין אויך געבראכן ליידער און דאס אריינגעגעבן, וואס סאטמאר האט זיך שוין געבראכן אויף די נקודה און אריינגעגעבן די סקול פאליסי פון די לימודי תועבה שוין מיט 2 יאר פריער,

יישר כח פארטריבן פארן עענדליך אנהייבן כאטש "פרובירן" צי רעדן איבער "ווערטער מתוך" פון די קשיא הגדולה
כאטש איר זענט טאקע פארפארן צי אריכות מיט מסקנות אנע באווייזן כדרכך און אויך מיר געגעבן א צינאמען אלס מסורה פארטראעטער פון חינוך יו קעי וואס דו ווייסט דאך אויך אז כהאב מיט חינוך יו קעי גארנישט מיר האבן פשוט מברר געווען די אמתע צד פון די מטבע מיט אנשי אמת וואס מהאט זיי נאכנישט געכאפט ביי ליגנטס וואס מהאט אייך געכאפט לכל אורך הדרך
אבער כאטש האט איר רויט געמאכט א חלק קשיא און זיך כאטש באצויגן צי די קשיא גיי איך מיר יא נעמען די מי' און ענטפערן
יעצט איידער כגיי אריין אין די נייע דאקומענטן וואס דו ברענגסט - כהאב נאכנישט גערעדט קיין לאנדאן צי הערן די תשובה אויף דיינע אזוי גערופענע קשיות וואס דו האסט איבער סאטמאר מיידל שולע איך בין נישט אזוי גוט אין ענגליש און אויך ברענגט איר כדרכך נאר האלבע שטיקלעך דארף איך ערשט הערן קלארער במה המדובר דעריבער גיי איך נאך יעצט ניטאמאל אריינקוקן דערין- אבער פאר איך גיי אריין אין די דאקומענטן פון סאטמאר הויעך שולע, וויל איך ערשט פארשטיין צי דו האלטס אז סאטמאר לערנט תועבה אדער נישט...
דא פארשטייט איר אז נישט
אבער יעצט זאגט איר אז סאטמאר לערנט גאר למעשה אלע תועבה..
א אנדערע שאלה איך זעה אז פון רבני חינוך יו קעי זענט איר יא צופרידן נאך זייער מכתב חיזוק פאר חינוך יו קעי
איז נאר איר דא אין ניו יארק ווייסט איר אז מען פאלגט נישט די רבנים, די רבנים אין לאנדאן ווייסען דאס פשוט נישט? די עלטערן פון טוינזטער אידן ווייסן נישט אז מלערנט רחמנא ליצלן תועבה מיט זייערע קינדער???...
דא זענט איר דאך מודה אז רבני חינוך יו קעי לאזן נישט לערנען און אויך אפילו נישט זאגן אז מלערנט...
מילא אז איך זאג אויף די כופרים אפסטעד אז זיי זענען נישט באגלייבט און רוב מאל שרייבן זיי ריכטיג און אמאל נישט איז נאך מתקבל על הלב
אבער צי זאגן אז די רבני יו קעי זענען נאר באגלייבט מיטן דעת תורה אז מטאר נישט זאגן אז מלערנט אבער דאס אז חינוך יו קעי טוט וואס זיי הייסן דאס טאר מען זיי נישט גלייבן הייסט מגלייבט זיי נאר א האלבע בריוו??
אתמהה
איך רעד שוין נישט אז בעצם אפילו וואלט איר געהאט סאטמאר פ"ו א פרעכע רעפארט פונקט ווי סקווירא תש"פ איז די קשיא נאך במקומה עומדת איבער אלע אנדערע רעפארטס פון רוב מוסדות אז מלערנט נישט אריינגערעכנט די נייע פון סקווירא (איך גיי נישט שרייען אז איר האט אינטערערדיש באהאלטן די נייע פון סקווירא ווי עז שטייט קלאר אז מלערנט נישט פשוט ווייל מיין מח ארבעט נישט ווי א סיקריק אז אלעס איז אינטערערדיש ווי אין איראן מיט א פלאן אפצישמדן כלל ישראל צעביסלעך ל"ע..)
אבער לגופה של ענין האבעך נאך בכלל נישט אריינגעקוקט אין די דאקומענטן וואו נאכן אריינקוקן דערין וועט זיך לכאורה ארויסשטעלן להיפך ווי געווענליך...
אקעי ערשט עפעס חמין למוצאי שבת
העמיר גיין ווייטער מארגן אדער מאנטאג ווען די צייט וועט ערלויבן צי אדורכליינען די דאקומענטן און צי הערן פון די וואס ווייסן..
ערשט ליינט ביטע אדורך די בריוו פון רבני לאנדאן רבני חינוך יו קעי און זייט מחליט וואס מען גלייבט זיי יא און וואס נישט..

פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 3:06 pm
ממילא דאס וואס מאנכע זענען געקומען און געעפנט אזעלכע קעלבערנע אויגן, פרעגנדיג עטליכע מאהל מיט אזעלכע לשונות ווי: דו האלטסט טאקע אז די און די מוסדות לערנט טאקע 'פלייסיג' תועבה מיט די קינדער? דאס איז א חלק פון די ספינעריי וואס מען פרובירט צו חושען דעם ציבור, כאילו די גאנצע טענה וואס מען האט אויף חינוך יו.קעי. מוסדות, איז נאר אז זיי לערנען באמת די אלע געמיינע לימודים, און דאס לאזט זיך דאך נישט גלייבן...
אבער יעצט זאגט איר אז סאטמאר לערנט גאר למעשה אלע תועבה..
בקיצור מלערנט יא פלייסיג...פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm
ווייל דארט שטעלט זיך ארויס די ביטערע מציאות ווי דער מוסד איז ליידער געפאלן כורעים און זיך געבראכען פאר די רעגירונג פארלאנגען, און מען זעהט קלאר, אז די אלע זאכן וואס @totty האט געברענגט פונעם אלטן ריפארט פון 24' אז דער מוסד האט דעמאלס נאך געזאגט אז מען לערנט דאס נישט, זעהט מען שוין אינעם נייעם ריפארט פון 25' ווי די רעגירונג איז מעיד וואס דער מוסד זאגט שוין יעצט יא אז מען לערנט דאס שוין ליידער...
און דאס איז נישט סתם גענומען א 'פעטוועי' אז מען איז זיך מקבל אז מען גייט לערנען די דברים אסורים, נאר זיי האלטן שוין ביים קומענדיגן שטאפל פון מקיים זיין 'למעשה', און מען האט שוין געוויזן פאר די רעגירונג די 'פאקטישע קוריקולום' וואס מען האט איבערגעמאכט אז דאס זאל שוין האבן די לימודים וואס די רעגירונג פארלאנגט רח"ל.
א אנדערע שאלה איך זעה אז פון רבני חינוך יו קעי זענט איר יא צופרידן נאך זייער מכתב חיזוק פאר חינוך יו קעי
איז נאר איר דא אין ניו יארק ווייסט איר אז מען פאלגט נישט די רבנים, די רבנים אין לאנדאן ווייסען דאס פשוט נישט? די עלטערן פון טוינזטער אידן ווייסן נישט אז מלערנט רחמנא ליצלן תועבה מיט זייערע קינדער???...
דא זענט איר דאך מודה אז רבני חינוך יו קעי לאזן נישט לערנען און אויך אפילו נישט זאגן אז מלערנט...
און אז איר גלייבט רבני חינוך יו קעי איבער די ערשטע האלב בריוו וואס גלייבט איר זיי נישט די אנדערע חלק אז חינוך יו קעי טוט א הייליגע ארבעט?פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 3:06 pm און דאס זענען אויך די אלע רבני חינוך יו.קעי. מודה דערצו, אז זאגן אז מען לערנט לימודים אסורים איז די זעלבע הארבע איסור ווי לערנען ממש, אזויווי מען זעהט אין זייער קול קורא וואס מען האט א געברענגט, און זיי זענען מחייב אלע מנהלי המוסדות צו זאגן קלאר 'בלישנא דלא מישתמע בתרי אנפין' אז מיר טארן נישט לערנען די אלע זאכן, און דאס שטייט אויך אין די גילוי דעת פון מוסדות סקווירא, און דאס האט אויך געזאגט דער חשוב'ער רב צווישן זיינע פייערדיגע ווערטער ביי של"ס פר' לך שנת תש"פ וואס מיר האבן געהאט אראפגעברענגט, און דאס זעהט מען אויך אין די הוראה פון אב"ד סאטמאר מאנשעסטער וואס מען האט דא געברענגט.
מילא אז איך זאג אויף די כופרים אפסטעד אז זיי זענען נישט באגלייבט און רוב מאל שרייבן זיי ריכטיג און אמאל נישט איז נאך מתקבל על הלב
אבער צי זאגן אז די רבני יו קעי זענען נאר באגלייבט מיטן דעת תורה אז מטאר נישט זאגן אז מלערנט אבער דאס אז חינוך יו קעי טוט וואס זיי הייסן דאס טאר מען זיי נישט גלייבן הייסט מגלייבט זיי נאר א האלבע בריוו??
אתמהה
איך רעד שוין נישט אז בעצם אפילו וואלט איר געהאט סאטמאר פ"ו א פרעכע רעפארט פונקט ווי סקווירא תש"פ איז די קשיא נאך במקומה עומדת איבער אלע אנדערע רעפארטס פון רוב מוסדות אז מלערנט נישט אריינגערעכנט די נייע פון סקווירא (איך גיי נישט שרייען אז איר האט אינטערערדיש באהאלטן די נייע פון סקווירא ווי עז שטייט קלאר אז מלערנט נישט פשוט ווייל מיין מח ארבעט נישט ווי א סיקריק אז אלעס איז אינטערערדיש ווי אין איראן מיט א פלאן אפצישמדן כלל ישראל צעביסלעך ל"ע..)
אבער לגופה של ענין האבעך נאך בכלל נישט אריינגעקוקט אין די דאקומענטן וואו נאכן אריינקוקן דערין וועט זיך לכאורה ארויסשטעלן להיפך ווי געווענליך...
אקעי ערשט עפעס חמין למוצאי שבת
העמיר גיין ווייטער מארגן אדער מאנטאג ווען די צייט וועט ערלויבן צי אדורכליינען די דאקומענטן און צי הערן פון די וואס ווייסן..
ערשט ליינט ביטע אדורך די בריוו פון רבני לאנדאן רבני חינוך יו קעי און זייט מחליט וואס מען גלייבט זיי יא און וואס נישט..
- פיילס
-
- Screenshot 2026-02-01 000805.png (71.54 KiB) געזען געווארן 281 מאל
-
- Screenshot 2026-02-01 000254.png (59.52 KiB) געזען געווארן 284 מאל
-
- Screenshot 2026-01-18 153249.png (237.3 KiB) געזען געווארן 288 מאל
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
די קאץ ארויס פון זאק!!!
עד כאן!!! האמיר יעצט אפירגענומען די גאנצע אינפארמאציע פון חינוך יו קעי איבער די רעפארטס און אונז קענען מאכן אן על המחי' אויף דעם פארטריבן אויב וויל ער מיט מיר רעדן מוז ער מאכן א נייע ניק ווייל מיט א שקרן וואס גלייבט נישט אינעם מאמר חז"ל "מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי" וויל איך מער נישט רעדן
און כאפט אן אייער בענקל! דער שקרן וכזבן האט געמאכט א גאנצע דשאפעל גאפל דא ווי כאילו מהאט דא באהאלטן די נייע רעפארט פון סאטמאר פון 25 און להכעיס געוויזן נאר 24
און יא סאטמאר האט טאקע ווי אלע מוסדות נישט געפאלגט חינוך יו קעי צי לערנען שמוץ ביז תשפ"ה אבער יא עעענדליך אין תשפ"ה האבן זיי זיך געבראכן און גייען שוין לערנען שמוץ, א רחמנות אויף יו קעי אז אזוי לאנג נעמט אז איין מוסד זאל זיי שוין ענדליך פאלגן...
אבער ניין.. יעצט מוזט איר אנכאפן דאס בענקל גאר שטארק! האמיר יעצט באקומען די רעפארטס און מיר זעען יעצט ווי נישט מער און נישט ווייניגער ער האט אויסגעלאזט די אנהייב פון די רעפארט פון 2025 בזדון ממש ווייל דאס איז אויפן ערשטן זייט פונעם רעפארט ווי עס שטייט קלאר אז סאטמאר לערנט נישט גארנישט פון די ענינים.. נאר זיי פאלגן טאקע אויס די הוראה פון רבני יו קעי אז מען זאל זאגן קלאר אז מלערנט נישט ווי עס שטייט דארט אזוי קליפ און קלאר אז מקומט נישט נאך די רעקווייערמענט און עס שטייט קלאר אז די סאטמארע סקול האט גארנישט פארראכטן פון 2024!!!
און @פארטריבן איז געגאנגען נעמען פון אונטען אפאר ווערטער וואס נעבן דעם שטייט עפעס א באליבטע ווארט "קערוקעלעם" ווי כאילו דאס מיינט שוין די קעריקעלעם פון קאמאן קאר... און ער האט שווארץ געמאכט צוויי ווערטער און מזאל מיינען אז מרעדט דארט פון שאק שוידערליכע שמוץ און ער האט עס אויסגעמעקט מיט שווארצע טינט!!!..
יא איר האט גוט געליינט דאס איז א היימישער איד פון דאהי וואס דאווענט דריי מאהל א טאג האט געטאן אזא מיאוסע פאראט פון שקר בזדון ובגלוי שקר במילתא דעבודא לגלוי'! אבי צי באשמיצן א הייליגע סאטמארע מוסד מיסודו פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע!
אט זעהט די 3 דאקומענטן איינס די ערשטע זייט פונעם רעפארט אז סאטמאר אין 2025 לערנט נישט די אלע ענינים וואס @פארטריבן האט בזדון אויסגעלאזט
און דערנאך די אנדערע 2 דאקומענטן וואו ער האט געלייגט די אויסגעמעקטע ווערטער וואס הייבט נישט אן צי זיין מער ווי חושעריי!!! מרעדט דארט נישט מער ווי פון רילעישאן שיפ! אבער כדאי איר זאלט מיינען אז מרעדט דארט פון תועבה האט ער עס פארמעקט!!!
איי וואס איז געווען זיין חשבון? זעהט אויס חיי שעה פון פרייטאג ביז זונטאג איז אויך געלעבט...
אבער נישט געזארגט יעצט גייט ער מסביר זיין פארוואס די ווערטער מיינט יא תועבה און עס וועט זיך ענדיגן ווי די 3 קאלאר תועבה קעיק...
א רגע כהאב פארגעסן נאך איין גוטע חושעריי, דארט שטייט אויך אין געהל אז מרעדט איבער אנליין סעיפטי דורך א דרויסענדיגע ארגענעזאציע.. און ער וויל דא בעיני הקורא מזאל מיינען אז ווייסעך וואס, הער מיר יעצט אז דאס איז נישט ווייניגער און נישט מער ווי די ארגענעזאציע הנקרא "טעג" דהיינו ווי "גדר" אדער "משומר" דאהי וועלכע איז דארט מסדר דרשות פאר די מיידלעך איבער די סכנה פון אינטערנעט!
בקיצור ווען איך פאלג ווען @דער תהלים איד איד פאריגע וואך וואלט איך ווייניגער צייט פארברענטאין מיסט... אבער לדעתי לוינט עס מזאל זעהן מיט די אויגן קלארער ווי ווייט עס פעהלט אויס לברר הענין פאר מען גלייבט די אנשי שקר ומרמה
אין קורצן:
ערשטענסט: והיא העיקר די ערשטע זייט פון די רעפארט וואס ער האט אויסגעלאזט שטייט אז מהאט גארנישט פארראכטן אין 25 מער פון 24 און מאיז נאך אלס גארנישט נאכגעקומען!!!
זעהט ערשטע דאקומענט
והשנית: די אויסגעמעקטע ווערטער מיינט תועבה אזוי ווי די קאלאר קעיק, איין וווארט איז relationship דהיינו פריינטליכקייט און מענטשהייט צווישן די מיידליך, די צווייטע ווארט איז Consent וואס מיינט בעטן רשות פאר מען נעמט יענעמס חפץ ווי למשל ווען מוויל בעטן איינעם עפעס בעהט מען פארדעם רשות וכו' אזוי ווי א "קאנסענט" פארום! (אבער א מח וואס לויפט אויף שמוץ זעהט תועבה ביי יעדע קאלאר קעיק..)
זעהט צווייטע און דריטע דאקומענט (ביידע די זעלבע נאר די צווייטע פון זיינס און ביים דריטן די ארגינעלע געעפענט די געמעקטע ווערטער)
והשלישית: די סעיפטי אנליין ארגענעזאציע איז די פירמע טעג TAG קעגן טעכנעלאגיע!
זעהט צווייטע דאקומענט (זיינע געהיילייטע שטיקל ביים סוף)
קוקט די דאקומענטן און איבערצייגט אייך אליינס וירא הקהל וישפוט!!!
העמיר לכאורה גיין וואקאציע איבער די נושא נאכן פעסטשטעלן וואסערע שקרן @פארטריבן איז דעריבער איז באמת גערעכט אז אין קץ לדברי רוח עס איז א שאד מיין טייערע צייט

- satmar report 25.jpeg (197.69 KiB) געזען געווארן 214 מאל
-
- Beis Rochel - March 2025.jpg (97.81 KiB) געזען געווארן 214 מאל
-
- 215eaf8f-39e8-4187-b703-fd5514daeb42.JPG (109.25 KiB) געזען געווארן 214 מאל
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
גראדע האבן מיר נישט געזאגט אז איר זענט די 'מסורה פארטרעטער' פון חינוך יו.קעי. נאר איר זעלבסט זענט דער 'מסורה שרייבער' פאר חינוך יו.קעי. וויבאלד זיי האבן נישט די געלט ארויסצושיקן מסורה ביכלעך אויף די פאסט, ממילא שרייבט איר די 'מסורה' אויסגאבע פאר חינוך יו.קעי. דא אויף אידטיש.
און אפילו די ווערטער אליין זענען ממש קאפי\פעיסט פון די מסורה שרייבער פון פערל'ס, וואס זיי האבן אויך געשריבן אז זיי האבן 'גארנישט' מיט פערל'ס נאר זיי האבן פשוט אליין מברר געווען די אמת דורך פארבינדן זיך מיט פערל'ס.
גראדע ווייסן מיר זייער קלאר אז איר האט 'יא' שייכות מיט חינוך יו.קעי. און אלע אייערע אינפארמאציע קומט אויסדרוקליך פון די אזויגערופענע 'אנשי אמת' וואס זענען א חלק פון חינוך יו.קעי.
ווי אויך ווייסט יעדער אין לאנדאן צו זאגן אז דער 'ערליכער דיין' פון אייער קהילה אין לאנדאן איז פון די אנפירער פון חינוך יו.קעי. פון די היימישע געגנט פון לאנדאן, און ווי מיר האבן זיך אליינס איבערצייגט ביים קוקן די אלע ריפארטס פון די סאטמאר היי סקול וואס איר האט דא געברענגט, איז ער טאקע אויסגערעכנט אלץ דער ראש המוסד, (וואס צוליב דעם איז זייער פארשטענדליך זיינע געלט אינטערעסען אז דער מוסד זאל נאכקומען די רעגירונג פארלאנגען), און 'בהשגחה פרטית' פיגורירט זיין נאמען אויך פראמינענט אויף די וועבסייט פון חינוך יו.קעי. אלץ איינער פון די דריי רעדל פירער און דעסיזשען מאכערס פון די היימישע (נארט) לאנדאן אינערהאלב חינוך יו.קעי. (די אנדערע צוויי זענען, דער ראש המוסד פון בעלז, און א פרוי פון די אנפירער פון אגודת ישראל פון לאנדאן).
מיר האבן שוין לאנג אליינס משער געווען אז איר קענט נישט קיין גוטן ענגליש, זעהנדיג ווי איר ברענגט דא כסדר זאכען וואס צום סוף שטעלט זיך דארט ארויס גאר דאס פארקערטע פון דאס וואס איר ווילט איינרעדן פארן ציבור, אבער עס איז זייער גוט צו הערן אייער אייגענע הודאה ברבים דערויף.totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 12:00 am כאטש איר זענט טאקע פארפארן צי אריכות מיט מסקנות אנע באווייזן כדרכך און אויך מיר געגעבן א צינאמען אלס מסורה פארטראעטער פון חינוך יו קעי וואס דו ווייסט דאך אויך אז כהאב מיט חינוך יו קעי גארנישט מיר האבן פשוט מברר געווען די אמתע צד פון די מטבע מיט אנשי אמת וואס מהאט זיי נאכנישט געכאפט ביי ליגנטס וואס מהאט אייך געכאפט לכל אורך הדרך
אבער כאטש האט איר רויט געמאכט א חלק קשיא און זיך כאטש באצויגן צי די קשיא גיי איך מיר יא נעמען די מי' און ענטפערן
יעצט איידער כגיי אריין אין די נייע דאקומענטן וואס דו ברענגסט - כהאב נאכנישט גערעדט קיין לאנדאן צי הערן די תשובה אויף דיינע אזוי גערופענע קשיות וואס דו האסט איבער סאטמאר מיידל שולע איך בין נישט אזוי גוט אין ענגליש און אויך ברענגט איר כדרכך נאר האלבע שטיקלעך דארף איך ערשט הערן קלארער במה המדובר דעריבער גיי איך נאך יעצט ניטאמאל אריינקוקן דערין-
און טאקע אייערע ווערטער אז איר קענט נישט קיין גוטן ענגליש, און איר קענט נישט אליין ליינען און קלאר פארשטיין קיין איינע די ריפארטס, נאר איר דארפט רופען קיין לאנדאן צו הערן וואס די 'אנשי אמת' האבן צו זאגן, און דערנאך קומען ווי א פאפעגיי נאכזאגען אלע באבקעס וואס מען האבן אייך פארקויפט, און איר מאכט ניטאמאל די מינימאלע אנשטרענגונג צו נאכגיין 'אליין' אויב די זאכען וואס מען פארקויפט אייך שטימט מיטן מציאות,
דאס אליין איז די שטערקסטע באווייז און הודאת בעל דין אז איר זענט טאקע 'יא' דער 'מסורה שרייבער' פאר חינוך יו.קעי. און זייער דירעקטע שליח צו פארקויפן זייערע לאקשן פארן ציבור.
און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווי איר טרייבט דא שפאס און פרובירט צו מאכן דאס גענאר פונעם ציבור, אז בשעת וואס איר קענט נישט קיין גוטן ענגליש, און עס איז אייך אוממעגליך אליין צו מברר זיין אויב זאכן זענען ריכטיג און שטימען מיטן מציאות, און אלע אייער אינפארמאציע קומט נאר פון די חינוך יו.קעי. פארשטייער, קומט איר גאר זאגן אז האט 'מברר' געווען די אמתע צד...
צי האלט איר טאקע אז אויב איינער גייט אנפרעגן דעם גנב אליין צו ער האט גע'גנב'עט וואס ווי פארשטענדליך לייקנט ער שטיין און ביין, זאל דאס ווערן אנגערופן 'מברר' געווען די 'אמתע צד'....
און בככל איז אומפארשטענדליך ווי אזוי איר פרובירט צו מאכן דעם איינדרוק אז איר קענט אליין מברר זיין די אמת, בזמן וואס איר קענט נישט אליין ליינען די ריפארטס צו פארשטיין פונקטליך אויב דארט שטייט טאקע דאס וואס די 'אנשי אמת' האבן אייך איינגערעדט, און אוודאי האט איר זיי 'נישט געכאפט ביי קיין ליגנט', וויאזוי דען קענט איר כאפן אויב עס ליגנט צי נישט? פונקט ווי יענער וואס האט נישט געטראפן קיין שעטנז אינעם בגד ווען ער האט נישט געוואוסט וויאזוי עס דארף אויסזעהן די שעטנז...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
אייער פראגע מאכט מיך טראכטען צי אין אידיש זענט איר יא גוט?totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 12:00 am אבער פאר איך גיי אריין אין די דאקומענטן פון סאטמאר הויעך שולע, וויל איך ערשט פארשטיין צי דו האלטס אז סאטמאר לערנט תועבה אדער נישט...
דא פארשטייט איר אז נישטפארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 3:06 pm
ממילא דאס וואס מאנכע זענען געקומען און געעפנט אזעלכע קעלבערנע אויגן, פרעגנדיג עטליכע מאהל מיט אזעלכע לשונות ווי: דו האלטסט טאקע אז די און די מוסדות לערנט טאקע 'פלייסיג' תועבה מיט די קינדער? דאס איז א חלק פון די ספינעריי וואס מען פרובירט צו חושען דעם ציבור, כאילו די גאנצע טענה וואס מען האט אויף חינוך יו.קעי. מוסדות, איז נאר אז זיי לערנען באמת די אלע געמיינע לימודים, און דאס לאזט זיך דאך נישט גלייבן...
אבער יעצט זאגט איר אז סאטמאר לערנט גאר למעשה אלע תועבה..בקיצור מלערנט יא פלייסיג...פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm
ווייל דארט שטעלט זיך ארויס די ביטערע מציאות ווי דער מוסד איז ליידער געפאלן כורעים און זיך געבראכען פאר די רעגירונג פארלאנגען, און מען זעהט קלאר, אז די אלע זאכן וואס @totty האט געברענגט פונעם אלטן ריפארט פון 24' אז דער מוסד האט דעמאלס נאך געזאגט אז מען לערנט דאס נישט, זעהט מען שוין אינעם נייעם ריפארט פון 25' ווי די רעגירונג איז מעיד וואס דער מוסד זאגט שוין יעצט יא אז מען לערנט דאס שוין ליידער...
און דאס איז נישט סתם גענומען א 'פעטוועי' אז מען איז זיך מקבל אז מען גייט לערנען די דברים אסורים, נאר זיי האלטן שוין ביים קומענדיגן שטאפל פון מקיים זיין 'למעשה', און מען האט שוין געוויזן פאר די רעגירונג די 'פאקטישע קוריקולום' וואס מען האט איבערגעמאכט אז דאס זאל שוין האבן די לימודים וואס די רעגירונג פארלאנגט רח"ל.
ווייל מיר האבן גראדע מדקדק געווען צו שרייבן
זעהט אויס אז איר אליין האלט שוין אויך, אז אויב מען ווייזט א קוריקולום פאר די רעגירונג מיינט דאס נישט סתם לפנים, נאר אז מען 'לערנט' דאס שוין פאקטיש מיט די קינדער...זעהט מען שוין אינעם נייעם ריפארט פון 25' ווי די רעגירונג איז מעיד וואס דער מוסד זאגט שוין יעצט יא אז מען לערנט דאס שוין ליידער...
פונקטליך ווי 'פלייסיג' מען לערנט עס, קענען מיר נישט וויסן, וויבאלד מיר זענען נישט געווען באזוכן די מוסד בשעת'ן לערנען.
מעגליך אז די קינדער לערנען נישט אזוי פלייסיג, נאר זיי ווארפן עפלעך אויף די טיטשער, אזויווי מען האט אלע געטוהן אלע יארן ביי ענגליש ביינונז אין סאטמאר....
אבער די נקודה פונקטליך ווי פלייסיג מען לערנט עס, איז נישט מעלה ומוריד לגבי די שרעקליכע דרגא צו וואס דער מוסד האט זיך דערקייקלט ווען זיי האבן געוויזן פאר די רעגירונג א קוריקולום פאר די לימודים אסורים, און דערמיט קלאר עובר געווען אויפן פסק פון זייערע אייגענע רבנים פון חינוך יו.קעי. אויף סאך א גרעסערע און שטארקערע פארנעם ווי די פערל'ס מוסדות אין ניו יארק האב עובר געווען אויף די ווערטער פון זייערע רבנים...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
איר האט נישט גוט געפרעגט די שאלה, די שאלה גייט אזוי:totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 12:00 am א אנדערע שאלה איך זעה אז פון רבני חינוך יו קעי זענט איר יא צופרידן נאך זייער מכתב חיזוק פאר חינוך יו קעי
איז נאר איר דא אין ניו יארק ווייסט איר אז מען פאלגט נישט די רבנים, די רבנים אין לאנדאן ווייסען דאס פשוט נישט? די עלטערן פון טוינזטער אידן ווייסן נישט אז מלערנט רחמנא ליצלן תועבה מיט זייערע קינדער???...
היכי תמצא אז נאר דא אין ניו יארק ווייסט איר אז מען פאלגט נישט די רבנים, אבער אין לאנדאן האלט איר אז מען פאלגט יא די רבנים???...
היכי תמצא אז דא אין ניו יארק רייסט איר אראפ די פערלס ארגאניזאציע און איר האלט אז זיי מאכן פשרות מיט די רעגירונג, טראץ וואס די עלטערן פון טוינזטער אידן ווייסן נישט אז מלערנט רחמנא ליצלן תועבה מיט זייערע קינדער, אבער אין לאנדאן שרייט איר אז עס נישט מעגליך אז די מוסדות געבן זיך אונטער פאר די רעגירונג ווייל די טויזנטער עלטערן ווייסן נישט דערפון???...
און דאס האלט דער ציבור דא אין איין איבערפרעגן, אבער איר אנטלויפט און זענט זיך מעלים פון די קשיא וואס האט נישט קיין נארמאלע תירוץ, נאר די איין איינציגע תירוץ פון עבדים היינו ל'פארטיי', און וואס 'מיין' פארטיי טוט איז כשר וישר, און וואס 'יענעמס' פארטיי טוט איז גאר געפערליך...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
בעצם איז די שאלה צי איך גלייב יא די בריוו פון די רבני חינוך יו.קעי. צי נישט, און פארוואס נאר א האלבע און נישט די גאנצע, אינגאנצען שלא מן הענין,totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 12:00 am און אז איר גלייבט רבני חינוך יו קעי איבער די ערשטע האלב בריוו וואס גלייבט איר זיי נישט די אנדערע חלק אז חינוך יו קעי טוט א הייליגע ארבעט?
מילא אז איך זאג אויף די כופרים אפסטעד אז זיי זענען נישט באגלייבט און רוב מאל שרייבן זיי ריכטיג און אמאל נישט איז נאך מתקבל על הלב
אבער צי זאגן אז די רבני יו קעי זענען נאר באגלייבט מיטן דעת תורה אז מטאר נישט זאגן אז מלערנט אבער דאס אז חינוך יו קעי טוט וואס זיי הייסן דאס טאר מען זיי נישט גלייבן הייסט מגלייבט זיי נאר א האלבע בריוו??
ווייל אייער שאלה האט געהאט צו טוהן מיט די ריפארטס פון אפסטעד, וואס איר האט אראפגעשטעלט א באמבע קשיא,
און אלץ ראי' דערצו האט איר געברענגט עטליכע ריפארטס, וואו מען דארף אנגעבליך זעהן אז די מוסדות זאגן קלאר אז מען לערנט נישט די לימודים אסורים, און די ערשטע ריפארט האט איר געברענגט פון סאטמאר היי סקול.
אויף דעם האב איך געברענגט די ריפארט ווי מען זעהט קלאר אז די מוסד האט זיך א האלבע יאר שפעטער שוין יא געבראכן, אויף 'די ספעציפישע ענינים' און לימודים אסורים וואס איר האט געברענגט אין אייער סקרינשאט, (וואס דאס האט נישט קין שייכות צו די סאך ערגערע און געמיינערע לימוד פון מחשיב זיין די 'אנשי תועבה' וואס 'דערווייל' האבן זיך נאך א גרויס חלק ערליכע מוסדות נאכנישט געבראכן אויף דאס וואס איז פון די סאמע לעצטע נידעריגסטע טרעפ צום שאול תחתית אריין צום עומקא דתהום רבה).
יעצט ווען די וויכוח איז צי מען זעהט אין די ריפארטס אז די מוסדות זאגן פאר די רעגירונג אז מען לערנט נישט, אדער מען זעהט קלאר ווי די מוסדות ברעכען זיך צוביסלעך צוביסלעך איינער שנעלער איינער אביסל שטאטער, וואס מיר האבן דא אויפגעוויזן קלאר פון די אפסטעד ריפארטס, דאן קומט בכלל נישט אריין און עס איז נישט קיין שום נפק"מ אויב מיר גלייבן די גאנצע אדער די האלבע פון פון די חינוך יו.קעי. רבנים בריוו, דאס איז סתם אוועקגעפירט די שמועס פון די רעלסן.
אבער אז איר זענט שוין יא אזויפיל פארנומען און איר האלט אין איין איבערלייגען די 'איין איינציגסטע בריוו' וואס איז צום געפינען פון די רבני חינוך יו.קעי. פון 6 יאר צוריק! וועלמיר ווידמען דא אפאר ווערטער אויף דעם.
וואס איך זעה אינעם בריוו, איז אינעם ערשטן העלפט סך הכל וואס זיי האבן ארויסגעגעבן זייערע הוראות און פסק הלכה וויאזוי און וואס די מוסדות זאלן ענטפערן פאר די רעגירונג,
און איך זעה גראדע גארנישט אין די צווייטע העלפט בריוו אז עס זאל עפעס שטיין ווי די רבנים 'באשטעטיגן' אז חינוך יו.קעי. פאלגט אלעס וואס די רבנים הייסן, דארט שטייט סך הכל אפאר ווערטער פון חיזוק פאר זיי.
און עס איז זייער אינטערעסאנט ווי איר מאכט זיך תמ'עוואטע כאילו איר האט נישט קיין אנונג וויאזוי עס ארבעט די סארט המלצה בריוון, ווען פערל'ס אין ניו יארק האט די זעלבע און נאך סאך בעסערע חיזוק און המלצה בריוון, היבש מער ווי איינס... ווי זיי שרייבן אויך אזעלכע שטארקע ווערטער אויף די פערלס ארגאניזאציע און זייערע פירער, און דאס האט אייך אבער בכלל נישט אפגעהאלטן פון אראפרייסן פערל'ס אז זיי מאכן פשרות און געבן זיך אונטער פאר די רעגירונג.
וואס מען האט שוין די צענדליגער מאהל געפרעגט פון אייך וואס איז די פשט פון די היפאקריטישע מהלך צו מחלק זיין צווישן ניו יארק און לאנדאן, און ביזדערווייל האלט איר נאר אין איין אנטלויפן פון די קשיא און נאכנישט געברענגט צום טיש קיין שום דברים של טעם.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
די סטייל געשרייבעכץ פון די דאזיגע שורות, ווי אויך נאך היבש פון אייער לעצטערע פאוסטס, קוקט אויס ווי איר האט נישט געקענט אליין ארויסקריכן פונעם זומפ און געברויכט נעמען הילף פון אנדערע שרייבער דא.....totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 12:00 am איך רעד שוין נישט אז בעצם אפילו וואלט איר געהאט סאטמאר פ"ו א פרעכע רעפארט פונקט ווי סקווירא תש"פ איז די קשיא נאך במקומה עומדת איבער אלע אנדערע רעפארטס פון רוב מוסדות אז מלערנט נישט אריינגערעכנט די נייע פון סקווירא (איך גיי נישט שרייען אז איר האט אינטערערדיש באהאלטן די נייע פון סקווירא ווי עז שטייט קלאר אז מלערנט נישט פשוט ווייל מיין מח ארבעט נישט ווי א סיקריק אז אלעס איז אינטערערדיש ווי אין איראן מיט א פלאן אפצישמדן כלל ישראל צעביסלעך ל"ע..)
-
משה זיכמעך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
- Location: kj ruzin rd 11
- x 91
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
הרב @totty גאר שטארק!!! נישט צום גלייבן וואס א שקרן דער פארטריבן איז!
איך מיין אז ביסט גערעכט מיט דעם שורה
viewtopic.php?p=239853#p239853
דאך האלט דיר איין און לאז אים אויסברענען
איינמאל מזעהט זיינע שקרים דארפסטו מער גארנישט זיך טענהן
והאמת עד לעצמו...
איך מיין אז ביסט גערעכט מיט דעם שורה
און אפילו אויב פארטריבן גייט יעצט קומען מיט הונדערט טויזנט תגובות כדאי מזאל נישט זעהן דיין אייזענע אויפדעקונג
viewtopic.php?p=239853#p239853
דאך האלט דיר איין און לאז אים אויסברענען
איינמאל מזעהט זיינע שקרים דארפסטו מער גארנישט זיך טענהן
והאמת עד לעצמו...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
אין אט די לעצטע פאוסט ליגט א שרעקליכע השחתה און אשר קרך, ואס מען הייבט דא אן צו כשר'ן דעם שרץ בק"ן טעמים, און מען פרובירט צו נעמען געמיינע לימודים וואס יעדער קען זיך אליין איבערצייגן וואס די רעגירונג מיינט צו פארלאנגען בשעת זיי בעטן מען זאל לערנען אט די לימודים, און עס איז קלאר און דייטליך אויסגעשמועסט אין די רעגירונג דאקומענטן פון די גיידענס אויף די אלע לימודים וואס די אלע טערמינען מיינען, זאל מען קומען דא פארשטעלן כאילו מען רעדט פון בעטן רשות צו נוצען יענעמ'ס חפץ,
דאס איז אלעס נאר דער כח הפארטיי וואס קען אריינפירן א מענטש אין טיפסטן אפגרונד רח"ל..
און עס איז ממש ווינדערליך ווי א קוים א וואך א צוריק האט מען אלץ ראי' אז די מוסד זאגט אז מען לערנט 'נישט' די שמוציגע לימודים, גאר אליין געברענגט א סקרינשאט ווי מען האט אויסגעמעקט אט די זעלבע ווארט (די דריטע פון די גרינע אויסגעמעקטע דורך @totty) וואס מען האט נאך דעמאלס פארשטאנען וואס איז די ריכטיגע באדייט דערפון,
איז יעצט פלוצלינג ווען מיר האבן געכאפט דעם גנב רויטהאנטיג און געטראפן די נייע ריפארט פון א האלבע יאר שפעטער אז די מוסד האט זיך שוין ליידער געבראכן און אריינגעגעבן א קוריקולום טאקע אויף 'אט די לימודים' וואס אין 24' האבן זיי נאכנישט געהאט זיך אונטערגעגעבן, דאן פלוצלינג ווערט דאס טראנפארמירט צו אן ענין פון בעטן רשות צו נעמען יענעמס חפץ... (זעהט אויס אז אין 24' האט די מוסד נאך געהאלטן אז מען טאר נישט אויסלערנען די קינדער צו בעטן רשות צו נוצען יענעמס חפץ...),
מען דארף נאך באמת אביסל מער מאריך זיין און אויפווייזן דעם שקר און אשר קרך וואס ליגט דא באהאלטן, אבער היות אונזער צייט איז יעצט שוין באגרעניצט, וועלן מיר מוזן מפסיק זיין און ממשיך זיין אין די נאנטסטע געלעגנהייט.