מיין שבת אין וויליאמסבורג
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8470
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20645
מיין שבת אין וויליאמסבורג
לעצטע וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין וומסב"ג, ב"ה אויף שמחות.
ס'איז נישט קיין זעלטענע זאך ביי מיר בעצם... אבער דאסמאל האב איך מער צוגעלייגט קאפ צו אויפכאפן נקודות, און אויך, דאסמאל האב איך נישט געדאוונט אזוי טראדיציאנאל אין הופער סט. אדער ראדני, און נישט איינגעשטאנען אזוי נאנט וכו'.
איז לאמיר גיין אין א רייע מיט מיינע אויפפאסונגען.
1) פרייטאג צונאכטס: די לאקאלע שולן אלל אויווער
פרייטאג צונאכטס האט מען געדאוונט אין א ביהמ"ד וואס פונדרויסן קוקט נישט אויס אז דארט איז אריינגערוקט א ביהמ"ד, אבער אינעווייניג אנטפלעקט זיך א שיינער געשמאקער ביהמ"ד מיט אזא 80-120 מתפללים.
וואס איז דאס? מסתמא 2 דירות אפגעקויפט און געמאכט א ביהמ"ד, און עס האט זיך פארמירט א לאקאלע קאמיונעטי.
דאס איז א זאך וואס קרית יואל האט זייער ווייניג. ווען דו ווילסט דא עפענען א ביהמ"ד האסטו צרות מיט שכנים, קיינער וויל עס נישט, די קאנדא וועט דיר בלאקירן, וועסט דארפן זאמלען חתימות, שמירן געלט, און זיך צוקריגן מיט מענטשן. ממילא געשעט עס זייער ווייניג. משא"כ אין וומסב"ג איז דאס דער נארם, און ס'איז גאר א געשמאקע זאך אז וואו מען גייט און שטייט איז דא שיינע רואיגע ווינקלען לתורה ולתפילה.
מ'קען זאגן אז ס'קומט פון זיין געסוילט אין קרית יואל, די דירות זענען שיין און ברייט ממילא "קעירט מען" פאר'ן רואיגקייט, משא"כ אין וומסב"ג איז עס ממילא א חאטקע, סוי "זאל שוין זיין", וועמען גייט אן אז דער שכנס הויז איז א שול.
ס'קען אבער אויך זיין אז ס'איז א צווייטע זאך, די וועג פון בויען. אין קרית יואל הערט מען אריבער ווען ס'איז דא גרויסע גערודער, משא"כ אין וומסב"ג. די צעמענטענע סיטי בילדינגס זענען מער באהיטן פון זארגן וואס ס'טוט זיך ביין שכן. אפשר איז דאס די סיבה.
אבער עכ"פ, ס'איז א מעלה אין וומסב"ג.
*
2) שבת אינדערפרי: עס איז גרינג צו וואקן ווייט
מיין אכסניא איז געווען אין פוינט פלאזא האטעל. געדאוונט האב איך אין קעסקעיד, בנין געלבשטיין. ס'איז א וועג פון לכאורה א האלבע שעה. און, ס'איז געווען א ציפעדיגע קעלט דעם שבת.
אבער, ראה זה פלא, איך בין אנגעקומען רואיג און נישט געווען אויסגעמוטשעט! די 30 מינוט האט מיר אסאך ווייניגער אויסגעמוטשעט ווי ווען איך גיי אין קרית יואל צו א "נאנטע" קידוש. פון א 10 מינוט שפאציר. די גראדע גאסן, מאכט עס פאר א גאר גרינגע שפאציר. צייט נעמט עס, אינדערוואכן וואלט איך זיכער געזוכט א וועג מיט א קאר, אבער פאר שב"ק איז עס געווען א מחי' צו שפאצירן, און אנקומען רואיג נאכ'ן מיינען אז קעסקעיד איז "ווייט ווייט אוועק"...
סוי די גראדע גאסן זענען א שטארקע געשמאק, און מאכן זייער גרינג צו גיין ווייט, עכ"פ שב"ק ווען מ'האט די צייט. דאס איז מעגליך די ענטפער פארוואס מ'גייט מער ארויס צו שמחות פרייטאג צונאכטס. אסאך מער.
*
3) מקוה: ס'איז געווארן שפעט פון די לאנגע וועג, אבער קיינער איז נישט ביזי מיט מיר...
צוליב די לאנגע וועג איז שוין געווארן ארום 10 אזייגער, און אין קרית יואל אזא צייט ווערט פארשפארט האלב טירן, אויסגעלאשן האלב לעקטערס, כ'ווייס נישט גענוי... אבער מען נעמט קעיר...
דא איז געווען אלעס רואיג, שיין, לעכטיג, געשמאק, רואיג. ס'איז געווארן שפעט? נו, אז ס'איז געווארן שפעט און דא אזא זאך ווי א שפעטע מקוה... אן קיין טויש. אפגערעדט אז די קעסקעיד ביהמ"ד איז סתם אזוי העעעערליך געשמאק.
נאך א זאך, דא זענען עפעס די רבנים ודיינים זייער פארנומען אז דער הייסער בור זאל נישט זיין הייס, וועגן די הלכות פון רחיצה בחמין וכו'. זייענדיג נאך א געפרוירענע וועג האב איך געזוכט צו גיין אינעם הייסן בור, און, ס'איז געווען גוט הייס אז ס'האט מיר ממש צוריקגעברענגט די פיס... איז מיין שאלה, דארט איז אויך דא דיינים... אנגעהויבן פון הגרש"ד סאקס, הגר"י שווארץ, ועוד. איך גלייב נישט אז די הלכה איז אנדערש אין א סיטי... אפשר איז די גאנצע חשש סתם א חומרא בעלמא? ווייס איך נישט.
*
4) א געשמאקע דאווענען, געשמאקע גבאים, א סיטי 'ברייטקייט'
איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, אבער פון די גאנצע באנעמונג שפירט זיך א געשמאקע רואיגקייט וואס איז נישטא אין אפסטעיט. כ'ווייס נישט וואו עס אנצוכאפן.
כ'קען למשל געבן א נארישע משל, אז כ'האב געזען ווי דער גבאי גייט צו א גאסט וואס איז אריינגעקומען נאך ברכו... און ער זעצט אים שיין אין פארנט... וואס איך מיין אז אין קרית יואל וואלט זיך דער גאסט געשפירט עטוואס ווי א מצורע, און דא איז ער געווען וועלקאם מיט די גרעסטע רואיגקייט... אבער כ'ווייס נישט אויב "דאס" איז דער משל, ס'איז אפשר א נארישע משל.
אבער די פאקט איז, אז עס שפירט זיך ווייניגער ווי מען קוקט אויף דיר, ווי מען איז דיר דן, וכו'. עפעס איז דא דערין! א סיטי לייף וואו יעדער טוט וואס איז גוט ווייל ער פארשטייט עס נישט צוליב פרעשור וכדו' (ס'איז איבערגעטריבן, איך זאג נאר די קאנצעפט שארף).
*
5) של"ס אין לאשאנץ...
דאס איז שוין געווען סתם א טשערי אן דע פיי, זייענדיג אינעם האטעל האב איך געזוכט א לאקאלע של"ס וואו מען ענדיגט נישט שפעט די משפחה זאל נישט דארפן ווארטן לאנג אליינס, אבער נישט א מנחה-מעריב סטייל מנין וואס פאסט נישט פאר שב"ק.
האט מיר איינער אנגעצייגט אז ממש קעגנאיבער איז דא א לאשאנצע קעלער... און כ'האב דארט געדאוונט.
פארוואס דער רבי שליט"א הרב שווארץ מוז גיין א ווייסע בעקיטשע ווייס איך נישט, וואס וואלט געווען שלעכט צו גיין צו א בלויע בעקיטשע?... שוין, איך מוז נישט אלעס פארשטיין, אבער: ס'איז געווען זייער געשמאק! מ'האט געזינגען נארמאל שיין, ער האט געזאגט אפאר ווערטער, און אויך מכבד געווען א גאסט צו זאגן עפעס, ס'איז געווען רואיג שיין און אנגענעם.
נאך א מושג...
*
היוצא לי, אז איך פארשטיי אויסדרוקליך די ליבשאפט וואס סיטי-איינוואוינער האבן צו זייער שטאט. און די טשעלענדזש וואס זיי האבן ביים ארויסמופן ביז זיי געוואוינען זיך צו צום אנדערן סארט מענטשהייט און אנדערן סארט ווירטשאפט.
נישט אז איך וואלט געצאלט דערפאר דאס געלט וואס ס'קאסט... און נישט אז איך וואלט דערפאר געוואוינט אויף רענט אגאנץ לעבן אין א קליינע דירה'לע. עקטשולי פעלט מיר ב"ה גארנישט פון די דערמאנטע, איך האב וואס איך דארף, אלעס ווערט מסודר ב"ה, איבעראל איז דא געשמאקע ווינקלען, איך האק מיך נישט אן כמעט אין קיינעמס ביוראקראטיע וכו'.
אבער מ'קען נישט חוזק מאכן פון "ליב האבן דעם שטאט". ס'איז נישט בלויז חן המקום על יושביו, נאר ס'האט עפעס צו זיך.

Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
זייער שיין!
בנוגע די הייסע בור, לויט אויף וויפיל איך ווייס איז עס נישט די טעמפעראטור פונעם בור וואס איז דא דער חשש. (כאטש וואס טרוקן שו"ע טאר מען בכלל נישט גיין אין קיין געהייצטע מקוה שבת. אבער דערויף האט מען ביי חסידים מקיל געווען מיט פארשידענע היתרים און מיעוט עוונות, אבער איינמאל ס'איז שוין געהייצט איז לכאורה נישט קיין חילוק צי ס'איז א גראד ארויף אדער אראפ).
די פראבלעם איז נאר דאס זיך זוימען (ווייקן) אין מקוה, וואס דערויף איז שוין נישט פארהאן קיין שום היתר, און דאס איז עפעס וואס וועט זיך ענדערש טרעפן אינעם הייסן בור.
דעריבער, אין קרית יואל, וואס עס זענען פארהאן רבנים וואס נעמען קעיר, פון אלעס - ווי דו האסט דערמאנט, דעריבער נעמט קעיר פון דעם אויך, מען לאזט נישט צו קיין הייסע בורות, אזוי וועט די פירצה פון זיך ווייקן אין בור שבת זיין ווייניגער. משאי"כ אין וויליאמסבורג, וואס אויסער מיטן עירוב, וועט קיינער נישט קעיר נעמען פון דיין אידישקייט.

-
סוחר
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 137
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
- Location: אויפן מארק
- x 374
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
Juts FYI רבי גוגל גיבט עס 11 מינוט צו שפאצירן פאמעלעך...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
*
2) שבת אינדערפרי: עס איז גרינג צו וואקן ווייט
מיין אכסניא איז געווען אין פוינט פלאזא האטעל. געדאוונט האב איך אין קעסקעיד, בנין געלבשטיין. ס'איז א וועג פון לכאורה א האלבע שעה. און, ס'איז געווען א ציפעדיגע קעלט דעם שבת.
.[/b]
https://maps.app.goo.gl/g2iXs7DZFTB9iMkt9
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 723
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
א שפאציר מיט א אויטא...סוחר האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:24 pmJuts FYI רבי גוגל גיבט עס 11 מינוט צו שפאצירן פאמעלעך...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
*
2) שבת אינדערפרי: עס איז גרינג צו וואקן ווייט
מיין אכסניא איז געווען אין פוינט פלאזא האטעל. געדאוונט האב איך אין קעסקעיד, בנין געלבשטיין. ס'איז א וועג פון לכאורה א האלבע שעה. און, ס'איז געווען א ציפעדיגע קעלט דעם שבת.
.[/b]
https://maps.app.goo.gl/g2iXs7DZFTB9iMkt9
גראדע נעמט עס געווענליך לענגער מיט א קאר ווי מיט די פיס
-
סוחר
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 137
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
- Location: אויפן מארק
- x 374
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
אופס... גערעכט... אבער און ווילי איז געווענליך שנעלער צו וואקן ווי צו גיין מחט א קאר...ChatGPT האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:26 pmא שפאציר מיט א אויטא...סוחר האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:24 pmJuts FYI רבי גוגל גיבט עס 11 מינוט צו שפאצירן פאמעלעך...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
*
2) שבת אינדערפרי: עס איז גרינג צו וואקן ווייט
מיין אכסניא איז געווען אין פוינט פלאזא האטעל. געדאוונט האב איך אין קעסקעיד, בנין געלבשטיין. ס'איז א וועג פון לכאורה א האלבע שעה. און, ס'איז געווען א ציפעדיגע קעלט דעם שבת.
.[/b]
https://maps.app.goo.gl/g2iXs7DZFTB9iMkt9
גראדע נעמט עס געווענליך לענגער מיט א קאר ווי מיט די פיס
און פאר וואקן גיבט רבי גוגל 17 מינוט,https://maps.app.goo.gl/dySpzoSygYR5TG3A9 און אויף א נארמאלע וואק נעמט עס 11-12 מינוט
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
זייער א לאנגע שפאציר געמאכט אדער קענסטו פשוט נישט די וועג
איך זעה נישט ווי אזוי עס קען נעמען לענגער ווי 20 מינוט
געווענדליך נעמט עס מיר 13/14 מינוט רואג געוואקט

זבולון שטיינקלאץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 110
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
- x 292
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
ער האט לכאורה נישט געטיימט פונקטליך מיט א זייגער. (אין וויליאמסבורג אידאך נישטא קיין עירוב...) ס'האט אים גענומען צוואנציג מינוט און ס'האט געפילט ווי א האלבע שעה, וואס איז זייער נארמאל..
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8470
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20645
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
עקזעקטלי.זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:05 pm ער האט לכאורה נישט געטיימט פונקטליך מיט א זייגער. (אין וויליאמסבורג אידאך נישטא קיין עירוב...) ס'האט אים גענומען צוואנציג מינוט און ס'האט געפילט ווי א האלבע שעה, וואס איז זייער נארמאל..
כ'האב עס נישט געטיימט בכלל, כ'האב געוואקט די וועג וואס גוגל גיבט פאר 18 מינוט (פרענקלין/מורטל). די האלבע שעה איז געווען א שאצונג און מאכט נישט אויס פאר די פוינט קיין סאך.
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 356
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 656
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
שיין געווען דיר צו האבן אין ווילי, טאקע געזעהן עטליכע פון די תהלים ברידער, יעדע תפילה אן אנדערע ברודער אין אן אנדערע שוהל....
לכאורה קענסטו נאך ווילי פון פאר איך האב עס געקענט... הופפער און ראדני זענען שוין לאנג נישט טראצידינאל, ביידע בתי מדרשים זענען אינדרויסן פון שטאט...
כ'דערמאן מיר דיין פאוסט דא ווי מען ווארט פאר מנין אין פאפא אין א זומער'דיגן טאג, זאג פאר די אידן זאלן גיין קיין בנין בראך...

דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am לעצטע וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין וומסב"ג, ב"ה אויף שמחות.
ס'איז נישט קיין זעלטענע זאך ביי מיר בעצם... אבער דאסמאל האב איך מער צוגעלייגט קאפ צו אויפכאפן נקודות, און אויך, דאסמאל האב איך נישט געדאוונט אזוי טראדיציאנאל אין הופער סט. אדער ראדני, און נישט איינגעשטאנען אזוי נאנט וכו'.
איז לאמיר גיין אין א רייע מיט מיינע אויפפאסונגען.
1) פרייטאג צונאכטס: די לאקאלע שולן אלל אויווער
פרייטאג צונאכטס האט מען געדאוונט אין א ביהמ"ד וואס פונדרויסן קוקט נישט אויס אז דארט איז אריינגערוקט א ביהמ"ד, אבער אינעווייניג אנטפלעקט זיך א שיינער געשמאקער ביהמ"ד מיט אזא 80-120 מתפללים.
וואס איז דאס? מסתמא 2 דירות אפגעקויפט און געמאכט א ביהמ"ד, און עס האט זיך פארמירט א לאקאלע קאמיונעטי.
דאס איז א זאך וואס קרית יואל האט זייער ווייניג. ווען דו ווילסט דא עפענען א ביהמ"ד האסטו צרות מיט שכנים, קיינער וויל עס נישט, די קאנדא וועט דיר בלאקירן, וועסט דארפן זאמלען חתימות, שמירן געלט, און זיך צוקריגן מיט מענטשן. ממילא געשעט עס זייער ווייניג. משא"כ אין וומסב"ג איז דאס דער נארם, און ס'איז גאר א געשמאקע זאך אז וואו מען גייט און שטייט איז דא שיינע רואיגע ווינקלען לתורה ולתפילה.
מ'קען זאגן אז ס'קומט פון זיין געסוילט אין קרית יואל, די דירות זענען שיין און ברייט ממילא "קעירט מען" פאר'ן רואיגקייט, משא"כ אין וומסב"ג איז עס ממילא א חאטקע, סוי "זאל שוין זיין", וועמען גייט אן אז דער שכנס הויז איז א שול.
ס'קען אבער אויך זיין אז ס'איז א צווייטע זאך, די וועג פון בויען. אין קרית יואל הערט מען אריבער ווען ס'איז דא גרויסע גערודער, משא"כ אין וומסב"ג. די צעמענטענע סיטי בילדינגס זענען מער באהיטן פון זארגן וואס ס'טוט זיך ביין שכן. אפשר איז דאס די סיבה.
אבער עכ"פ, ס'איז א מעלה אין וומסב"ג.
*
2) שבת אינדערפרי: עס איז גרינג צו וואקן ווייט
מיין אכסניא איז געווען אין פוינט פלאזא האטעל. געדאוונט האב איך אין קעסקעיד, בנין געלבשטיין. ס'איז א וועג פון לכאורה א האלבע שעה. און, ס'איז געווען א ציפעדיגע קעלט דעם שבת.
אבער, ראה זה פלא, איך בין אנגעקומען רואיג און נישט געווען אויסגעמוטשעט! די 30 מינוט האט מיר אסאך ווייניגער אויסגעמוטשעט ווי ווען איך גיי אין קרית יואל צו א "נאנטע" קידוש. פון א 10 מינוט שפאציר. די גראדע גאסן, מאכט עס פאר א גאר גרינגע שפאציר. צייט נעמט עס, אינדערוואכן וואלט איך זיכער געזוכט א וועג מיט א קאר, אבער פאר שב"ק איז עס געווען א מחי' צו שפאצירן, און אנקומען רואיג נאכ'ן מיינען אז קעסקעיד איז "ווייט ווייט אוועק"...
סוי די גראדע גאסן זענען א שטארקע געשמאק, און מאכן זייער גרינג צו גיין ווייט, עכ"פ שב"ק ווען מ'האט די צייט. דאס איז מעגליך די ענטפער פארוואס מ'גייט מער ארויס צו שמחות פרייטאג צונאכטס. אסאך מער.
*
3) מקוה: ס'איז געווארן שפעט פון די לאנגע וועג, אבער קיינער איז נישט ביזי מיט מיר...
צוליב די לאנגע וועג איז שוין געווארן ארום 10 אזייגער, און אין קרית יואל אזא צייט ווערט פארשפארט האלב טירן, אויסגעלאשן האלב לעקטערס, כ'ווייס נישט גענוי... אבער מען נעמט קעיר...
דא איז געווען אלעס רואיג, שיין, לעכטיג, געשמאק, רואיג. ס'איז געווארן שפעט? נו, אז ס'איז געווארן שפעט און דא אזא זאך ווי א שפעטע מקוה... אן קיין טויש. אפגערעדט אז די קעסקעיד ביהמ"ד איז סתם אזוי העעעערליך געשמאק.
נאך א זאך, דא זענען עפעס די רבנים ודיינים זייער פארנומען אז דער הייסער בור זאל נישט זיין הייס, וועגן די הלכות פון רחיצה בחמין וכו'. זייענדיג נאך א געפרוירענע וועג האב איך געזוכט צו גיין אינעם הייסן בור, און, ס'איז געווען גוט הייס אז ס'האט מיר ממש צוריקגעברענגט די פיס... איז מיין שאלה, דארט איז אויך דא דיינים... אנגעהויבן פון הגרש"ד סאקס, הגר"י שווארץ, ועוד. איך גלייב נישט אז די הלכה איז אנדערש אין א סיטי... אפשר איז די גאנצע חשש סתם א חומרא בעלמא? ווייס איך נישט.
*
4) א געשמאקע דאווענען, געשמאקע גבאים, א סיטי 'ברייטקייט'
איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, אבער פון די גאנצע באנעמונג שפירט זיך א געשמאקע רואיגקייט וואס איז נישטא אין אפסטעיט. כ'ווייס נישט וואו עס אנצוכאפן.
כ'קען למשל געבן א נארישע משל, אז כ'האב געזען ווי דער גבאי גייט צו א גאסט וואס איז אריינגעקומען נאך ברכו... און ער זעצט אים שיין אין פארנט... וואס איך מיין אז אין קרית יואל וואלט זיך דער גאסט געשפירט עטוואס ווי א מצורע, און דא איז ער געווען וועלקאם מיט די גרעסטע רואיגקייט... אבער כ'ווייס נישט אויב "דאס" איז דער משל, ס'איז אפשר א נארישע משל.
אבער די פאקט איז, אז עס שפירט זיך ווייניגער ווי מען קוקט אויף דיר, ווי מען איז דיר דן, וכו'. עפעס איז דא דערין! א סיטי לייף וואו יעדער טוט וואס איז גוט ווייל ער פארשטייט עס נישט צוליב פרעשור וכדו' (ס'איז איבערגעטריבן, איך זאג נאר די קאנצעפט שארף).
*
5) של"ס אין לאשאנץ...
דאס איז שוין געווען סתם א טשערי אן דע פיי, זייענדיג אינעם האטעל האב איך געזוכט א לאקאלע של"ס וואו מען ענדיגט נישט שפעט די משפחה זאל נישט דארפן ווארטן לאנג אליינס, אבער נישט א מנחה-מעריב סטייל מנין וואס פאסט נישט פאר שב"ק.
האט מיר איינער אנגעצייגט אז ממש קעגנאיבער איז דא א לאשאנצע קעלער... און כ'האב דארט געדאוונט.
פארוואס דער רבי שליט"א הרב שווארץ מוז גיין א ווייסע בעקיטשע ווייס איך נישט, וואס וואלט געווען שלעכט צו גיין צו א בלויע בעקיטשע?... שוין, איך מוז נישט אלעס פארשטיין, אבער: ס'איז געווען זייער געשמאק! מ'האט געזינגען נארמאל שיין, ער האט געזאגט אפאר ווערטער, און אויך מכבד געווען א גאסט צו זאגן עפעס, ס'איז געווען רואיג שיין און אנגענעם.
נאך א מושג...
*
היוצא לי, אז איך פארשטיי אויסדרוקליך די ליבשאפט וואס סיטי-איינוואוינער האבן צו זייער שטאט. און די טשעלענדזש וואס זיי האבן ביים ארויסמופן ביז זיי געוואוינען זיך צו צום אנדערן סארט מענטשהייט און אנדערן סארט ווירטשאפט.
נישט אז איך וואלט געצאלט דערפאר דאס געלט וואס ס'קאסט... און נישט אז איך וואלט דערפאר געוואוינט אויף רענט אגאנץ לעבן אין א קליינע דירה'לע. עקטשולי פעלט מיר ב"ה גארנישט פון די דערמאנטע, איך האב וואס איך דארף, אלעס ווערט מסודר ב"ה, איבעראל איז דא געשמאקע ווינקלען, איך האק מיך נישט אן כמעט אין קיינעמס ביוראקראטיע וכו'.
אבער מ'קען נישט חוזק מאכן פון "ליב האבן דעם שטאט". ס'איז נישט בלויז חן המקום על יושביו, נאר ס'האט עפעס צו זיך.
זעט אויס אז מ'דארף ליב האבן א קאכעדיגע מקוה שבת צופרי 10 אזייגער און אנקומען אין ביהמ"ד נאך ברכו צו ליב האבן וומס"ב
בד"וו, די אלע פירצות הדור וואס דו האסט אויבן דערמאנט האט קנאפ ווייניג מיט רבנים, ס'האט מיט די זעלבע סארט מענטשן עסקנים ומעוררים וואס זענען ביזי מיטן עירוב און מיט זכו
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8470
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20645
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
הא?אסרוחג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:49 pm זעט אויס אז מ'דארף ליב האבן א קאכעדיגע מקוה שבת צופרי 10 אזייגער און אנקומען אין ביהמ"ד נאך ברכו צו ליב האבן וומס"ב
בד"וו, די אלע פירצות הדור וואס דו האסט אויבן דערמאנט האט קנאפ ווייניג מיט רבנים, ס'האט מיט די זעלבע סארט מענטשן עסקנים ומעוררים וואס זענען ביזי מיטן עירוב און מיט זכו
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
קיין לאשאנץ ביסטו געגאנגען ביי של"ש? אך, וואס פארשטייט א פונקטליכער.. נעקסטיים גיי צו שחרית..
אינאיינוועגס העסטו שוין אויך פארשטיין פארוואס דער רבי גייט מיט א ווייסע בעקיטשע...

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
קאנטראקטער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 2
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 9:12 am
- Location: 10950
- x 12
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
איך הייב אן טראכטן פון מאפן פון קרית יואל צו וויליאמסבורג............ 
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
@דער תהלים איד סופער!
איך בין שוין געווען אין אסאך וויליאמסבורגע בתי מדרשים, אבער וואס קעסקעיד פארמאגט האט נישט קיינער. עפעס אזא ברודערליכע היימישקייט, פאזאטיווע ווייבס (...), גאר געשמאק.

איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
לאו דוקא, אויב וואלסטו געקענט דעם קעסקעידער דיין הרה''ג רבי שמואל דוד סאקס שליט''א וואלסטו דאס נישט געשריבן.חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:54 am
דעריבער, אין קרית יואל, וואס עס זענען פארהאן רבנים וואס נעמען קעיר, פון אלעס - ווי דו האסט דערמאנט, דעריבער נעמט קעיר פון דעם אויך, מען לאזט נישט צו קיין הייסע בורות, אזוי וועט די פירצה פון זיך ווייקן אין בור שבת זיין ווייניגער. משאי"כ אין וויליאמסבורג, וואס אויסער מיטן עירוב, וועט קיינער נישט קעיר נעמען פון דיין אידישקייט.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
קען איך טאקע נישט, אבער איך מיין אז די תירוץ איז נאכאלץ גילטיג. קענסט נישט האבן קיין טענות אויף א גדר אז מען פירט עס נישט איין.צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 4:57 pmלאו דוקא, אויב וואלסטו געקענט דעם קעסקעידער דיין הרה''ג רבי שמואל דוד סאקס שליט''א וואלסטו דאס נישט געשריבן.חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:54 am
דעריבער, אין קרית יואל, וואס עס זענען פארהאן רבנים וואס נעמען קעיר, פון אלעס - ווי דו האסט דערמאנט, דעריבער נעמט קעיר פון דעם אויך, מען לאזט נישט צו קיין הייסע בורות, אזוי וועט די פירצה פון זיך ווייקן אין בור שבת זיין ווייניגער. משאי"כ אין וויליאמסבורג, וואס אויסער מיטן עירוב, וועט קיינער נישט קעיר נעמען פון דיין אידישקייט.
-
פון די חברה
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:20 pm
- x 4
Re: מיין שבת אין וויליאמסבורג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
צוליב די לאנגע וועג איז שוין געווארן ארום 10 אזייגער, און אין קרית יואל אזא צייט ווערט פארשפארט האלב טירן, אויסגעלאשן האלב לעקטערס, כ'ווייס נישט גענוי... אבער מען נעמט קעיר...
עס איז דא נאך בתי מדרשים אין ק"י חוץ ביהמ"ד הגדול..