וואס נישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 4:28 pm
עס איז זייער איטערסאנט די איינזאטקייט פון געוויסע @ניקס וואס ווען @פארטריבן בעט שוין א שטיק צייט א תירוץ אויף אפאר פון זיינע שאלות האט קיינער נישטא אריינגעקומען בעטן @פארטריבן אז ער זאל נישט ענטפערן פאר @totty ווילאנג ער ענטפערט אים זיינע שאלות, אבער ווען די מעשה איז פונקט פארקערט דעלמאלטס מאכט מען שוין א חרם אויף פארטריבן ....
און יעצט אויב איך מעג בעטן סיי פון @פארטריבן און סיי פון @totty אז מזאל זיך נישט משוגע מאכן אז איך ענטפער נישט ווייל די ענטפערסט נישט... און אזוי ווייטער.. ווייל עס איז דא - ואני בתוכם- וואס זענען יא איטערסירט און נייגערט צו הערן וואס איז די אמת איבער לאנדאן,
הצלחה רבה
ייש"כ,
מיר האבן הנאה פון אייערע אויפריכטיגע ווערטער, און אויפריכטיגע בקשה, און עס גיבט אונז חיזוק צו שרייבן ווייטער, וויסנדיג אז עס געפינען זיך נאך דא א געוואלד מענטשן וואס וויל נאך יא הערן דעם קלארן אמת,
און כאטש וואס די מבקשי האמת וואס געפינען זיך דא, טוען זיך צוריק האלטן בדרך כלל פון ארויסקומען ברבים, צוליב וואס עס הערשט דא גאר א שטארקע אווערפאוערניג ווינט פון די אלע איינזייטיגע פארטייאישע מענטשן, וואס זיי זענען דא מיט איין מיסיע, צו פארשטיקן מיט אלע כוחות דעם אמת וואס גייט פאר מיטן שרעקליכער מצב פונעם גזירת החינוך אין לאנדאן, און מאכן זיכער צו פארטיידיגן די חינוך יו.קעי. מיט אלע סארט ספינערייען און חושערייען,
דאך זעהט מען די גאנצע צייט אז עס זענען נאך אלץ דא א ריזיגער ציבור וואס וויל יא וויסן דעם 'ריינעם' אומגעפעלשטן אמת פון לאנדאן.
און דעריבער וועלן מיר אננעמען אייער בקשה, און גיין פאראויס צו אדרעסירן די 'מעכטיגע' 'באמבע' קשיא וואס
@totty האט דא פארגעשטעלט, טראץ וואס ער האט נאך בכלל נישט צוגעשטעלט 'קיין איינע' פון די פראף וואס 'מיר האבן געבעטן', און נישט געענטפערט אויף אלע אונזערע שאלות.
(און באמת האבן מיר שוין ארויסגעברענגט אויבן, אז קיינער זאל אפילו נישט ערווארטן אז בעתיד גייט מען יא ברענגען די פארלאנגטע פראף, ווייל די איינציגסטע און אמת'דיגע סיבה פארוואס מען האט ביז יעצט נישט צוגעשטעלט די פראף, אדער געענטפערט די קשיות וואס מיר האבן געפרעגט אויף די איינזייטיגע היפאקריטישע מהלך, איז פשוט צוליב וואס די אלע פראף 'עקזיסטירט נישט' און די קשיות 'האבן נישט קיין תירוצים',
און די גאנצע שפיל וואס
@totty מיט זיין גאנצע כנופיא שפילן דא, אז איין ניק לאזט נישט דעם צווייטן ניק ארויסגעבן די פראף, איז סתם א ספינעריי געים, ווי יעדער וועט זיך גאנץ בקרוב אליין איבערצייגען, אז אפילו נאכדעם וואס מיר וועלן ענטפערן א תירוץ אויף זיין קשיא, וועט ער נאכאלץ נישט ברענגען די פראף און נישט ענטפערן אויף די אלע קשיות, נאר מען טרעפן עפעס א פרישע געים וויאזוי צו שפילן אז מען 'לאזט נישט' ברענגען די פראף...).
דעריבער שפירן מיר אויך אז די צייט איז שוין גענוג רייף צו קענען גיין ווייטער,
אבער היות מיר האבן שוין בעבר זייער אסאך עקספיריענס מיט די חינוך יו.קעי. שלוחים און פארטיידיגער, און מיר האבן זיך שוין מערערע מאהל איבערצייגט אז מען קען נישט טראסטען זייערע סקרינשאטס וואס זיי ברענגען, (לדוגמא די סקרינשאט פון עמעזאן וואס מען האט דא געברענגט בעבר צו חושען דעם ציבור מען אל גלייבן די נישט געשטויגענע מעשה פון די 'שפיצל פרוי' וואס האט געזוכט 'קאלירטע פענער' פאר די 'שושנים' פראגראם), דעריבער קענען מיר זיך נישט פארלאזן סתם אויף די סקרינשאטס וואס
@totty האט דא ארויפגעלייגט פון די דריי היי סקולס, און מיר מוזן זעהן אליין די גאנצע פולע ריפארטס פון די דערמאנטע מוסדות.
און וויבאלד אונזער נעטפרי פילטער לאזט נישט אדורך די ריפארטס, און
@totty האט עס אויך נישט צוגעשטעלט, דעריבער האבן מיר אליין געבעטן א חבר ער זאל אונז ברענגען די גאנצע ריפארטס, און דערנאך וועלן מיר אי"ה צוריקקומען דאס צו אדרעסירן, האפנטליך נאך היינט ביינאכט.