מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 5:09 pm
שכח פארן מיט פילן מיין צער . סאו די זאגסט אז גאנץ חסידות איז סך הכל א קאמיאנעטי לייף ?? עס איז כלים פאר אורות בלי שום אור ?? סאו פארוואס ביסטו א חסיד ?? וואס פארקויפט דיר חסידות חוץ א קרקע אין ביה''ח ? ווי אזי האסטו דורך קאמיונעטי לייף דביקות השם ? איך פארשטיי נישט
כ'האב נישט געליינט אזוי בדיוק דיינע ווערטער
אויב איז דיין טענה פון שקר איבער דאס פנימיות פון דאס ווארט חסידות, אויף דעם קען איך דיך נישט ענטפערן, ווייל אין לי עסק בנסתרות, ובפרט ווען רביה"ק מסאטמאר האט שוין געזאגט אז נשתכח דרך הבעל שם.
ביי מיר איז חסידות א פארעם פון עבודת ה' פונקט ווי עס איז דא סאטמאר, עס איז דא פאפא, עס איז דא ליובאוויטש, עס איז דא גור, זענען דא אשכנזים און עס זענען דא ספרדים.
יעדער דינט דעם אייבערשטן מיט זיינע באזונדערע שטריכן אויף וואס זיין חסידות איז געבויעט.
אויב איז דיין טענה איבער די פארטיי שקר, דאן איז די תשובה ווי אויבנדערמאנט.
אויב זעהסטו א חסרון אין קאמיונעטי לעבן, איך קען דיר נישט מער ווי זאגן אז דער באשעפער האט עס קריעטעט, באשאפן און ערצייגט, גאנץ כלל ישראל איז א קאמיונעטי, עס צוטיילט זיך צו שבטים, צו שרי אלפים ושרי עשרות, משפחה ומשפחה עיר ועיר, און איז א געהעריגע חלק פון אידישן לעבן פונקט ווי בשר וחלב, הלכות סוכה און חושן משפט.
ווי אזוי איך האב דביקות ה' דורך קאמיונעטי לייף? עס איז א לאנגע תשובה, כ'האב באמת נישט יעצט קיין צייט אפשר שפעטער, אבער אין קליינע דוגמאות?
מען דאווענט מיט מנין ווייל עס איז דא אזוי השראת השכינה, דורך קאמיונעטי דאוון איך בעסער, די לופט נעמט ארויס פון די צוזעצטקייט אין וואס מען געפונט זיך, מען טרעפט אנדערע מענטשן, מען זעהט זייער עבודת ה', דאס איז מיך מעורר אז איך זאל זיך מתאמץ זיין אין עבודת ה', עס מאכט קנאת סופרים תרבה חכמה, און די דוגמאות זענען אומצאליג,
אויב ביסטו יעצט אין א דערדרוקטע שווארצע מצב, אדער קאמיונעטי האט דיר מיאוס בא'עוול'ט דאן האב איך יעצט נישט די געלעגנהייט צו אביסל רעדן הילינג, אבער עוד חזון למועד, כ'האב נישט קיין צייט אפשר שפעטער