נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
אי"ה מיר גייען ווייטער מיט אויפבויען די אידישע היסטאריע ביינונז אויפן טישל,
דאס מאל וויל איך עפענען א שמועס איבער די זיסע נאסטאלגישע זכרונות פון בית המדרש בית יואל אדער וויאזוי מען רופט עס צווישן אנ"ש די "רעבעצען'ס שול",
א פלאץ וואס האט געווירבעלט מיט נערים עם זקנים, חן האט זיך געגאסן בשפע אין אלע ווינקלען ממש.
איך וועל אי"ה אהערשטעלן בילדער, און מיטן הילף פונעם עולם וועלן מיר אינאיינעם מפנח זיין, און מעלה זיין זכרונות פונעם שול.
*איין וויכטיגע זאך ביטע פירן די שמועס ווי אידטיש חברים מיט אן ערוואקסנקייט, אלע זייטיגע זאכן לאזן ביי זיך*
לאמיר זיך נעמען אין די האנט אריין און אנהייבן שטעלן סחורה!
געגאנגען....

אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
א זיסער שמועס טעם זקנים אויפן פארטש, מסתמא עפעס גוטע מעשיות נאך פון סאטמאר אינדערהיים.
פון רעכטס צו לינקס:
ר' פּילאָ פריינד,
רבי שלמה יעקב געלבמאן ז"ל, להבחל"ח רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג ,
רבי הערשל הסופר לויפער.
פון רעכטס צו לינקס:
ר' פּילאָ פריינד,
רבי שלמה יעקב געלבמאן ז"ל, להבחל"ח רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג ,
רבי הערשל הסופר לויפער.
- פיילס
-
- IMG-20230919-WA0031.jpg (92.14 KiB) געזען געווארן 1498 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
שכח @דאפלטער פארן כסדר אויפלעבן די היסטאריע ווינקל.
די בילד איז ציקער זיס.
פעלט נאר א רעקארדירונג פונעם שמועס...
די בילד איז ציקער זיס.
פעלט נאר א רעקארדירונג פונעם שמועס...
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
א יארצייט סעודה בראשות הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל.
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?
פון רעכטס צו לינקס הגה"צ משארמאש זצ"ל, די רב, הרה"ח זלמן לייב וואלדמאן זז"ג שניידט די חלה, הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן זצ"ל, דערנאך איז?
- פיילס
-
- IMG-20230919-WA0035.jpg (35.98 KiB) געזען געווארן 1443 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
הגה"צ משארמאש זצ"ל לייגט תפלין פאר אן אייניקעל פון רבי הערשל פאלקאוויטש זז"ג (לינקס).
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.
מערקט די נאסטאלגישע פאפיר אויפן וואנט...
ווען ווענט קענען ווען רעדן און פארציילן....
די שארמאשע מנין האט זיך דערנאך געצויגן קיין חרדים.
- פיילס
-
- IMG-20230919-WA0039.jpg (104.6 KiB) געזען געווארן 1437 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
יישר כח @דאפלטער
זייער אינטערסאנט
זייער אינטערסאנט
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
קוקט אויס א ל"ג בעומר סעודה, דער שארמאשער רב ז"ל האלט (לכאורה) דעם ספר הוד שבהוד
---
יישר כח פאר דעם אשכול!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 247
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 260
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
וואס הייסט שארמאשער מנין? עס איז דאך געווען/דא א שארמאשר ביהמ"ד?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 247
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 260
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
ער פלעגט דארט דאווענען אין די וואכן, שפעטער אין חרדים, ווען ער האט געהאט א ברית וכדומה פלעגט ער צימאל גיין אין זיין בית המדרש.פשוטער איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:54 amוואס הייסט שארמאשער מנין? עס איז דאך געווען/דא א שארמאשר ביהמ"ד?
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:39 pm
- x 34
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
עכט עכט אינטערסאנט
שכ"ח @דאפלטער
שכ"ח @דאפלטער
א איד דארף אלעמאל זיין פרייליך
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
וואס הייסט נישט מסתבר? עס האט פאסירט מער ווי איינמאלפשוטער איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 amנישט מסתבר מאנטיוואדע רב זצ"ל איז ארויסגעקומען פאר א סעודות ל"ג בעומר
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
פשוטער איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 amנישט מסתבר מאנטיוואדע רב זצ"ל איז ארויסגעקומען פאר א סעודות ל"ג בעומר
אפשר ביזטו מיר מסביר די ווייסע העמדער פון די קינדער פאר א יארצייט סעודה?
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
1996
- פיילס
-
- 55165.jpeg (309.29 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
רבי לייבעלע גליק און רבי פייוועל ווייס ז''ל , ר' יצחק יונה לאנדא, ר' שלמה טירנויער און נאך.
- פיילס
-
- IMG-20230921-WA0002.jpg (201.62 KiB) געזען געווארן 1162 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
איי די זכרונות קומען ארויף...
אין די שול האסטו געהאט פול מיט לייבן פונעם רבינס גווארדיע,
רבי יוסל אשכנזי משב"ק
רבי שמעון ווייס
רבי לייבעלע גליק
אפילו רבי שלמה יענקל ז''ל
און פיל נאך.
א שול מלא טעם.
די תיקון ולחיים אויפן פארטש און אינעם קאווע שטיבל.
רבי מיכעלע'ס באזוך
סקולענע רביס באזוך
די סעודות אינעם שאטער
אפילו די האנטיכער אינטען אינעם חצר...
איך וועל פראבירען צו לייגן אביסל זכרונות.

דארט איז מסתמא געווען די גרעסטע צוזאמקום פון פאפקארן קוטשמעס אינטער איין דאך...
די בנין פאר זיך האט געהאט א חן.
די פארטש, די חצר, און אלע שטיבלעך, לא זה כהרי זה, די ארגינעלקייט האט געשריגן פון אלע זייטן .
עס פלעגט זיין קביעותדיגע בעלי תפילה און מנינים.
די שארמאשע מנין
די נעבליצע מנין
אפילו די שפעטע שפיטיווקא מנין.
יעדער האט זיך געטראפן די פלאץ אין זיין ווינקל.
די בנין פאר זיך האט געהאט א חן.
די פארטש, די חצר, און אלע שטיבלעך, לא זה כהרי זה, די ארגינעלקייט האט געשריגן פון אלע זייטן .
עס פלעגט זיין קביעותדיגע בעלי תפילה און מנינים.
די שארמאשע מנין
די נעבליצע מנין
אפילו די שפעטע שפיטיווקא מנין.
יעדער האט זיך געטראפן די פלאץ אין זיין ווינקל.
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
"פילא" ווי מען פלעגט אים רופן בלשון חיבה, איז געווען אויסגעקאכט אין אלע פארבארגענע מעשיות און פרשיות, אין א גוטע מינוט פלעגן די אינגע זיך קענען צוהערן צו די שמועסערייען און הנאה האבן פון א גוטע מעשה...
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
די תפילין לייגענס איז פארגעקומען כמעט יעדן טאג, דאס מיטצוהאלטן איז געווען א הנאה פאר זיך.
די רב מיט זיינע שמועסן און הדרכות.
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
און ווי האלט מיר היינט... שארמאש און נעבליץ האבן געמאכט שבת פאר זיך און דער שפעטיווקער וכת דילי' זענען אריבערגעקומען מיט מיר קיין חרדים...קלמי קאהן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:26 pm דארט איז מסתמא געווען די גרעסטע צוזאמקום פון פאפקארן קוטשמעס אינטער איין דאך...
די בנין פאר זיך האט געהאט א חן.
די פארטש, די חצר, און אלע שטיבלעך, לא זה כהרי זה, די ארגינעלקייט האט געשריגן פון אלע זייטן .
עס פלעגט זיין קביעותדיגע בעלי תפילה און מנינים.
די שארמאשע מנין
די נעבליצע מנין
אפילו די שפעטע שפיטיווקא מנין.
יעדער האט זיך געטראפן די פלאץ אין זיין ווינקל.
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
הרה"ח רבי מאיר דייטש שליט"א משב"ק, אויפן פארטש, ביים ארום גיין נאך געלט כדרכו בקודש.
- פיילס
-
- IMG-20230921-WA0030.jpg (49.96 KiB) געזען געווארן 1058 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: נאסטאלגיע - בית המדרש בית יואל קר"י
ש'כח @דאפלטער, אינטערעסאנט צו ליינען.