- ארי סאמעט (1).png (74.79 KiB) געזען געווארן 919 מאל
נייער אלבום פון ארי סאמעט
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1343
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 1808
- פארבינד זיך:
Re: ארי סאמעט - נייע אלבום - אלפא
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1343
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 1808
- פארבינד זיך:
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
Ari Samet & Ancii- Parenches
Track 5 Off His New Album "Alpha"
Composed By Hershy Weinberger | Music By Ancii
Track 5 Off His New Album "Alpha"
Composed By Hershy Weinberger | Music By Ancii
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1343
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 1808
- פארבינד זיך:
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1343
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 1808
- פארבינד זיך:
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
אין קורצן: א DJ אלבום.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 728
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
ווארענונג: פאר דו הערסט די אלבום מאך זיכער צו האבן טיילענאל גרייט, על כל צרה שלא תבא.
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 728
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
אן אינטרעסאנטע זאך זאגט ארי אויף א פאדקעסט מיט אלי וועבער, אז איינער האט אים אויס געצאלט די גאנצע אלבום פשוט ווייל ער האט אים ליב צו הערן.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4130
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 27087
Re: נייער אלבום פון ארי סאמעט
איך ברענג אהער א מיינונג איבער דעם נושא וואס איך האב געזען ערגעץ, איך האלט אז ער האט א גוטע פוינט.
ווער דארף תוכן?
אלפא. תוכן'לאז, רעלאטיוו.
אין אלע דורות האט די חסידישע נגינה רעפלעקטירט זייער סביבה. די רוסישע חסידות האבן געהאט אנדערע סארט ניגונים ווי די ראמענישע אדער פוילישע, און די מאראקאנער האבן געהאט אנדערע ווי די פערסישע. ס'איז פשוט אז די אמעריקאנע חסידישע אידנטום וועט אויך נשפע ווערן פון די מוזיק ארום זיי.
שוין יעצט איז עס אזוי, די הארא וואס מ'טאנצט ביי די רבישע חתונות, און אפילו די "פרייליך" ערשטע טאנץ ניגונים זענען נישט נאנט צו די ארגינעלע קלעזמער סארט געטענץ - הגם ס'איז אפשר נישט דירעקט א גוי'שע זאך.
די גוישע בעלעדס רעדן זיך וועגן נישט שיינע זאכן, אונזערע בעלעדס זענען ווערטער פון תהילים און שיר השירים. זייערע עפרא-האוז איז איבער שווארצע קריים און געלט, אונזערע זענען איבער "קַרֵב יום אשר הוא לא יום". זייערע רילעיטעבל זאכן איז די הארצוויי ווען א ''שידוך צעפאלט'', אונזערס איז די הימלישע געפיל פון שפרינגען אויף די פארענטשעס אדער די לוזערישקייט פון נישט האבן א חברותא. סאל-א קאקאש הערט זיך פאסיג אלץ א ליריק אויף אזא אלבום.
איז עס א פרישע סטייל? יא. איז עס גוי'איש? ווענצעך אויב מ'רעכנט די פוילישע מארשעס גוי'איש - יענס איז אויך נישט געווען אריינגעבויט אין אידישקייט. מ'ווערט נשפע פון EDM ארום אונז, יעצט האמער אונז אייגענע. מ'זינגט וועגן מוזיק אויף אידיש, אנשטאט הערן ווי א גוי זינגט עס מיט שעלט ווערטער אריינגעמישט.
אלעס איז רעלאטיוו. "א אידישע ניגון דארף תוכן". ווער זאגט? אפשר איז גענוג אז די תוכן איז "אידיש", אזוי לאנג ווי ס'איז נישט עפעס גראד פון די גוים, פארוואס מוז עס זיין הויכע קאליבער פיוטים פון שביעי של פסח?
פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט דא פון ניגונים וואס מ'וויל זאל אריינקומען ביי רבישע טישן און זענען נישט געצילט צו מענטשן וואס האבן ערנסקייט אין זיך, אבער די מציאות איז אז דאס איז נישט גאנץ כלל ישראל (לייען: וויליאמסבורג).
ניטאמאל וויל מען ס'זאל זינגען ביי חתונות, ס'איז געמאכט צו אנצינדן אין די פילצאליגע היימישע שוויצן וואס עפענען זיך צו סערווירן רינדער פאר האלב נאקעטע פעשע בייכער נאכן פארוויילן אין א האט-טאב (בעיסיקלי א פראפעסיאנעלע מקוה מיט שמש שטוב, אבער לאמיר נישט פארפארן).
אזוי לאנג ווי די מעסעדזש איז נישט שלעכט (איך דארף נישט דיין בעקיטשע אדג), וואס איז שלעכט צו זינגען וועגן בתיה'ס האנט? איז עס קה אכסוף? ניין. ס'פראבירט נישט צו זיין. איז דא נארישע ווערטער וואס קיין איין ערנסטע זינגער וואלט נישט אריינגעלייגט? יא, ס'פראבירט נישט צו זיין ערנסט. חלה און דיפס.
אויב קומט מען פון די פערספעקטיוו אז אלעס דארף מען קענען זינגען שבת ביי א סעודה אן מוזיק, איז פארשטענדליך אז א ניגון דארף האבן סובסטאנץ, סיי די תנועות און סיי די ווערטער. ווען מ'מאכט אבער שלום מיט די מצב אז ס'איז אפיציעל נאר נויז צו מאכן די "מעכטיגע ספיקערס" זיך שאקלען ביז מען "פילט עס אין די ביינער און עס ציטערן די ציינער", איז אפשר בעסער אז מ'זינגט נישט א פסוק אזוי אינגאנצן צופליקט. ס'איז דעזיינט צו זיין לער.
איך אנערקען די באנקראטירטע פלאץ אין וואס כ'טרעף מיך, נעמליך איך פארטיידיג פוסטע שטותים. כ'זאג נאר אז ס'מעגליך דא א פלאץ דערפאר. אנשטאט קומען פון אויבן אראפ, אפשר דארף מען קומען פון וואו זיי קומען - פון אונטן ארויף.
ס'איז מוזיק? אפשר טאקע נישט - עכ"פ פון וואו מיר קומען - אפשר איז עס טאקע 'נויז'. דזשאוק איז אבער אויף אונז, ווייל די גאנצע ציל איז טאקע נאר דאס, היימישע נויז. די ליצנות ארבעט נישט, ווייל דו קומסט פון די פערספעקטיוו פון מאכן קוואליטי מוזיק, און ער איז פשוט דא צו מאכן נויז אין די סאב-וואָפער.
ס'איז געענדיגט מיט די צייטן ווען גאנץ יהדות החרדות האט געקענט יעדע היימישע זינגער, און אלע זייערע ניגונים. מ'האט שוין גראדואירט די טעג ווען אברעמ'ל און מרדכי זענען געווען די איינציגסטע אפציעס. היינט קומט ארויס א שטורעם פון סינגלס און אלבומס און ס'איז נישט ערווארטעט אז דו וועסט אלעס ליב האבן. דוקא פארקערט, ס'איז ערווארטעט אז דו וועסט נאר ליב האבן זייער א קליינע פראצענט. נישט דיך מיינט מען. און נישט איהם מיינט מען מיט א נייע בנציון שענקער אלבום.
ער איז גערעכט, דו "פארשטייסט נישט וואס ער טוט", אפשר אויב דו וועסט טאנצן מיט איהם וועסטו אויך בעטן צו מאכן העכער די "גערודער". דו עקלסט זיך אבער פון די געטענץ. פאר זיי איז עס פשוט, זייענדיג נשפע פון די אמעריקאניזם ארום. ער קען, פיזיש, נישט שפאצירן ארום אין א רינג ווי דיר, מיטן שכן'ס האנט אויפן רוקן בשעת וואס קיינער מאכט נישט איי-קאנטעקט. ביסט נישט אויף איין פעידזש. דו גייסט נישט ארום ראולן אינדרויסן פון שטאט.
רעלאטיוו. נַמְ-נַמְ-לִ, כוֹ-וּנְיַחֲדוֹ אין מיך.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט