די פראבלעם איז נישט די פושעים וואס לייקענעןמסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 9:03 amאון נאך ווי האט כביכול אים אויסגעהערט!!! קיין שום טרער איז נישט געגאנגען לאיבוד.בנצי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 2:45 amכָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן (הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהווה לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם, רש"י): אִם עַנֵּה תְעַנֶּה אֹתוֹ כִּי אִם צָעֹק יִצְעַק אֵלַי שָׁמֹעַ אֶשְׁמַע צַעֲקָתוֹ: וְחָרָה אַפִּי כו'מענדי שטערן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 2:28 am א שוידערליכע און האר אויפשטעלנדע רעקארדירונג, צום ערשטן מאל מפורסם פארן ציבור, וואס ברענגט ארויס די מצב פון די יונגע דור אין לב-טהור.
אויפ'ן רעקורדינג הערט מען שניאור זלמן לעווי, וואס האט אנגעהאלטן קשר מיט הרב @שמואל פוקס זייענדיג אין לב-טהור, בשעת ער פלעגט אים רופן כסדר און זיך אויסוויינען אויף זיינע צרות און זיך דורכרעדן מיט אים.
די רעקארדירונג איז א מעסעדזש וואס ער האט געלאזט פאר ר' שמואל, מיט ביטערע בכיות, נאכן דורכגיין א שווערע מצב אין לב-טהור.
די רעקארדירונג ווערט ארויפגעלייגט מיט'ן דירעקטע רשות פון ר' שניאור זלמן לעווי הי"ו.
אוי וויי ס'שרעקליך צו הערן.
ייש"כ שניאור זלמן הצדיק פארן לאזן מיטטיילן. דו האסט די שכל נישט צו ערלויבן די פאר פארבליבענע פושעים ואכזריים אז זיי זאלן פארלייקענען וואס לב טמא איז געווען. דו געבסט די כח פאר די הייליגע עסקנים צו אפענדיגן די וויכטיגע ארבעט. מיר פארשטייען זייער גוט אז סאיז דיך נישט גרינג צו מיטטיילן די אלע זאכן נאר דו קוקסט אויף די גרעסערע בילד אז די רשעים זאלן נישט קענען לייקענען השמש בצהרים.
די פראבלעם איז די כאילו פאר"תם"טע ניקים וואס פראבירען יעדעס מאל איבערפרעגן און מצדיק זיין די רשעים און פרעגן קשיות אויף די עסקנים
"איני מתיירא לא מהפרושים ולא ממי שאינם אלא מן הצבועים העושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפינחס"
אין א זייטיגע ענין עס איז נישט אלעמאל א מצוה צו אופבויען סיפורים און פרשנות אויף רשעים ווייל דעמאלטס ווען איינער ברענגט ראיות פארקערט קומען אנדערע און פראבירען לייקענען אמתע פאקטן
ליידער איז דא גענוג און איבעריג אמתע אז מען דארף נישט אנקומען צו דעם והמ"י