א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
דאס ווארט @וואוילער, קלינגט גאנץ ניינעריש... @ווינטעלע ווידער, קלינגט אזוי אביסל 7, 4, 2. זאל איך עפענען אן אשכול אויף די דריי חלקי הנפש? (אדער קען איינער מאכן א גוטן אריינפיר?).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 251
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
איז דא ערגעץ קלאר באשריבן אויף אידיש די אניגראם און די דריי חלקי הנפש?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:54 pm דאס ווארט @וואוילער, קלינגט גאנץ ניינעריש... @ווינטעלע ווידער, קלינגט אזוי אביסל 7, 4, 2. זאל איך עפענען אן אשכול אויף די דריי חלקי הנפש? (אדער קען איינער מאכן א גוטן אריינפיר?).
אגב, וויזוי קלינג איך?..
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
1) דער ספר וואס איז געלינקט אין מיין חתימה (בעיקר אין חלק ב').באשיינפערליך האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:36 am1) איז דא ערגעץ קלאר באשריבן אויף אידיש די אניגראם און די דריי חלקי הנפש?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:54 pm דאס ווארט @וואוילער, קלינגט גאנץ ניינעריש... @ווינטעלע ווידער, קלינגט אזוי אביסל 7, 4, 2. זאל איך עפענען אן אשכול אויף די דריי חלקי הנפש? (אדער קען איינער מאכן א גוטן אריינפיר?).
2) אגב, וויזוי קלינג איך?..
2) 9, 2, 6-7
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 251
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
איך האב נישט קיין עקסעס יעצט, דארט איז עס קלאר באשריבן?המברך יתברך האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:12 pm1) דער ספר וואס איז געלינקט אין מיין חתימה (בעיקר אין חלק ב').באשיינפערליך האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:36 am1) איז דא ערגעץ קלאר באשריבן אויף אידיש די אניגראם און די דריי חלקי הנפש?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:54 pm דאס ווארט @וואוילער, קלינגט גאנץ ניינעריש... @ווינטעלע ווידער, קלינגט אזוי אביסל 7, 4, 2. זאל איך עפענען אן אשכול אויף די דריי חלקי הנפש? (אדער קען איינער מאכן א גוטן אריינפיר?).
2) אגב, וויזוי קלינג איך?..
2) 9, 2, 6-7
איך קען נישט די נאמבערס, סאו ווייסעך נישט צו ביסט גערעכט, אפשר זאגסטו עס אין קורצן?
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
לכוארה איז די פאוסט געשריבן געווארן איידער מ'האט געקענט לייקן, יעצט אז מ'קען שוין לייקן זייט אזוי גוט און לייקט אונזער חבר @המברך יתברך וואס ברענגט שטענדיג פיינע פרישע שטאף.
דריקט דאָ און דערנאך לייקט!
דא אין די פאָוסט איז פאראכטענע לינקס
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
יישר כחהמברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:45 pm די לינקס (אין DROPBOXׁׂׂׂׂ): און אין דרייוו:
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
@ווינטעלע @טראפקעלע גייט מען ענדיגע און צוזאמען נעמען אלעס?
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אונז זענען אויף א פארמעסט ווער ס'איז מער פויל...פארפאלענער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:26 pm @ווינטעלע @טראפקעלע גייט מען ענדיגע און צוזאמען נעמען אלעס?
כ'ווארט @ווינטעלע זאל געבן דעם שטופ...
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
ווער קען ממשיך זיין?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
וואו איז @ווינטעלע?, די ווינט האט אים אוועק געבלאזן?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
קאפּיטל ב: אויסגעשפּראָכענע 'תכונה-מענטשן'
דאס בילד פון די וואס לעבן איטליכער אין איין שורש-מידה
אין המשך פון די קומענדיגע קאפּיטלען וועלן מיר אי"ה באקומען דעם גאנצן קלארקייט אויף זיך אליין. עס מוז אבער גיין צוביסלעך, און אלס'ן ערשטן שטאפּל שטעלן מיר פאָר וויאזוי די געפילן פון א מענטש ארבעטן בשעת ער איז היבש איינגעטונקען אין איינס פון די ניין שורש-מידות .
דער בילד פון אזעלכע ניין מענטשן איז באקאנט אלס די 'ניין-תכונות', אבער מיר ניצן עס בלויז בתורת 'הקדמה' , בשעת עס בלייבט קלאר אז דער אמת'ער אפּשאץ פון א מענטש איז לויט ווי ער פירט זיך למעשה אויף. ווייל אין יעדע תכונה זענען דא פון די גרעסטע צדיקים ביז להבדיל די ערגסטע רשעים.
1) דער אייגנארטיגער (איינזאמער, שוועבער, אא"נ 4): אן אייגנארטיגער לעבט אין די חשיבות פון זעלטנקייט און אריגינאלקייט. ער זוכט צו משיג זיין כסדר א נייעם אור; אזא "השגה" (ספירת ה"חכמה") אדער "השראה" וואס נעמט דורך דעם מענטש. ער וויל זיין דורכדרינגליך, און ער נוצט דעם כח פון אנטענעס כדי אויפצוכאפּן געדאנקען (רעיונות) און הרגשות וואס מ'כאפּט נישט אויף געווענליך. דאס באטראכטן הארטע פאקטן מיט פשוט'ע חושים, איז אים נישט גענוג.
ער וויל אייביג פילן ספּעציעל און אויסדערוועלט, און ער זוכט תמיד צו אפירברענגען עפּעס וואס איז נאכנישט דא. ער מוז זען עפּעס איבעראל, אפילו ווען די פרטים זענען נאכנישט אזוי קלאר. ער איז ענדערש פארטראכט און חלומ'ט זייער אסאך, און בכלל איז דער געפיל פאר צייט און סדר, זייער שוואך ביי אים.
די רעיונות שיינען אים אריין ווי א טיפער און אבסעלוטישער אמת וואס נאר ער זעט. און ער ווערט אזוי שטארק איבערצייגט דערין, אז ס'מאכט אים פילן "אנדערש", בלויז ווייל ער "זעט" דער וועלט אנדערש.
אין די געפערליכערע פאָרמען דערפון, איז ער איינגעהילט אין א שטענדיגע בושה, אפילו אָן גארנישט טון . אויך זיין קאמוניקאציע ווערט צו אפט פארהאנקערט; אדער רעדט ער נאכגעלאזט און צעקלאפּט, אדער מיט אן אומגעווענליכע שטארקייט.
אזעלכע מושגים ווי 'געווענליך' אדער 'פשוט' רעדן נישט צו אים. ער באטראכט יעדע סארט "שלא לשמה" ווי צו ערדיש, ווייל אדער "לשמה" אדער גארנישט. זעט אויס אז די פשוט'ע זאכן וואס יעדער טוט, מאכן אים נישט פילן גענוג ספּעציעל.
ער פילט אומבאקוועם מיט די "אויבערפלעכליכע" מענטשהייט, וואס וועלן מסתמא קיינמאל נישט משיג-זיין זיינע עמקי הנפש. אים איז שווער צו זיך צופּאסן צו אנדערע און דאס אליין קען אים ח"ו שטארק צעקלאפּן. און איינמאל זיין 'איך' ווערט אידענטיפיצירט מיט אנדערשקייט, פירט ער זיך שוין כסדר אויף נאר ספּעציעל און אנדערש. אפשר טאקע מיט חשוב'ע הידורים, אבער דווקא אזוינס וואס אנדערע פארשטייען נישט דערצו.
נאטירליך וויל ער אלעס טון אליין. און ס'איז אים שווער איבערצוגעבן סיי וועלכע טאלאנטירטע אויפגאבן פאר א צווייטן, אויס מורא אז דאס וועט פארשוועכן זיין אריגינעלקייט און ספּעציעלקייט. ס'איז מצוי אז ער זאל ציען צו פּרימיטיווקייט, ווייל דארט קען ער ארויסברענגען מער פון זיין אריגינאלן 'זיך' ווי איידער אין א טון וואס יעדער טוט.
ער לעכצט דווקא יא צו קאמוניקירן מיט געזעלשאפט, אבער נאר כדי צו מיטטיילן וואס 'ער' כאפּט אויף. פון אלעם וואס אנדערע האבן צו זאגן, וויל ער נאר ארויסנעמען דעם שפּיץ וואס ער האט אייביג אזוי געהאלטן. ער איז מסתמא נישט גענוג אויסגעשארפט צו איבערצייגן עפּעס אין יענעמ'ס שפּראך, אדער אפילו עס געהעריג אויסצודרוקן. און ווען ער געט איבער זיינע זאכן, טוט ער עס אויף זיין שטייגער!
זיין גאנצע טראכטן איז בעיקר נאר אויף אן אופן פון "זען"; ער ווערט אפט פארגאפט! זיינע אויפכאפּונגען באווייזן זיך אים אין פאָרעם פון בילדער אדער רעיונות וואס מ'קען שווערליך איבערגעבן פאר אנדערע, און נישט אין קלארע דעטאלירטע ווערטער צו וואס מ'קען אפילו געבן א שאנס.
עס איז אים מורא'דיג שווער צו טרעפן א פרוכטבארע דיאלאג מיט מענטשן. מסתמא מיינט ער אז די פּאָר ווערטער וואס ער האט געזאגט (ענדערש: געמורמלט) ארויסצוברענגען זיין "געזעעכץ", זענען גענוג. ער האלט זיך צוריק פון מסביר זיין מער, אויס מורא אז קלארערע ווערטער וועלן פארשוועכן, באגרעניצן אדער פארדרייען דאס משמעות.
אסאך מאל הערט זיך פון אים, אז נאר ווען יענער האט משיג געווען און "געזען" דעם גאנצן טיפקייט וואס ער האט, קען מען עס רופן א פרוכטבארע דיאלאג. ווייל נאר אזוי האט ער איבערגעגעבן דאס טייערסטע וואס ער פארמאגט, דהיינו זיין אויטענטישסטע זעאונג.
2) דער וויסנשאפטלער (מאטעמאטיקער, אא"נ 5): דער לעבט פון אויסרעכענען יעדע סארט אינפארמאציע אויף א באשטעטיגטן אופן (ספירת ה"בינה"). ער גלייכט צו זיין פארנומען מיט לערנען, ליינען און זאמלען נאך און נאך אינפארמאציע אין סיי וועלכן פאָרעם. אלעס אנאליזירט ער און רעכענט איבער פּינקטליך און קלאר, כדי צו באשטימען אליינס די ריכטיגקייט דערפון. ער גייט נישט צו ספּאנטאניש.
אזויווי דעם אייגנארטיגן, פילט ער עפּעס ווי די מענטשהייט האט נישט ארויס וואס זיי טוען אדער זאגן. ער האלט אבער דעם אייגנארטיגנ'ס סארט טיפקייט אויך אלס צו שוועבעדיג און אומקלאר, ווייל ס'ווערט נישט פּינקטליך אראפּגענאגלט .
נאר דורך זאמלען אינפאָרמאציע פון אלע מקורות, זיי אנאליזירן לויט א גרונטליכע איבערזיכט, און "אראפּנאגלען" יעדע "דעסקריפּציע" פּינקטליך, באקומט ער אביסל אזא געפיל ווי ער 'האט' עס. ער זוכט נישט דווקא צו טענה'ן מיט אנדערע, זיי איבערווייזן אדער ארויסווייזן צופיל אנדערשקייט. לויט אים, מאכט נישט דאס געזעלשאפט צופיל אויס.
ער האט דווקא הנאה פון באהאלטנקייט און גרעניצלאזע ממשלה אויף זיין איך, זיין שכל און זיינע צוגעהערן; אים זאל קיינער נישט טוישן! ער איז אומשטאנד זיך צו אוועקציען פונעם גאנצן האנדל-וואנדל פון די וועלט, נוצן פון אלעם נאר דאס ווייניגסטע, פשוט'סטע און ביליגסטע. יא "זאמלען" אויך מאטעריאליסטישע געגענשטאנדן ("אפילו" געלט!), און גארנישט אוועקגעבן אדער אוועקווארפן.
ער נעמט נישט אָן קיין בערך'דיגע געדאנקען, און אפילו ווען נישט גערעכט, איז ער באוואפנט מיט גענוג דעטאלירטע באווייזן צו אונטערשטיצן זיינע שיטות. ער אנטוויקלט אן אויסגעארבעטע שפּראך, ענדערש קאנצענטרירט און קלאר – יעדעס וואָרט מיט א פּינקטליכער באדייט, ווי איידער פליסיג און געשמאק. געווענליך רעדט ער ווייניג און אויך ענדערש שטיל.
3) דער פּינקטליכער (אויפריכטיגער, אא"נ 1): ער וויל זיין פּינקטליך אויסגעהאלטן (ספירת ה"גבורה" ) און ער זוכט צו "פאררעכטן" וואס ער קען, ביי זיך און ביי אנדערע.
פּונקט ווי דעם וויסנשאפטלער איז ער נישט מסכים צו די נאטירליכע טייטשן וואס געזעלשאפט נוצט פאר מושגים, נאר ער וויל אלעס באשטעטיגן אליין, הארט און קראנט . אנדערש אבער ווי דער וויסנשאפטלער וואס איז נאר אינטערעסירט צו 'דערגיין', געפינט זיך דער "פּינקטליכער" גוט אריינגעמישט אין דער געזעלשאפט און רעדט גענוג קלאר צו זיינע ארומיגע. ער גלייכט זיך פאָרצושטעלן ווי א לאגישער, קאלט און שטרענג, אלס איינער וואס איז ריין פון נגיעות און טוט אייביג נאר וואס איז דאס מערסטע אויסגעהאלטן. ער ברענגט ארויס זיינע אויסבעסערונגען און ווארענונגען זייער לעבעדיג.ער גייט צו פּראקטיש צום ענין. ער גלייכט צו שולט זיין אויפ'ן ארבעט און עס צו אויספירן מיט א דעטאלירטע שלמות. ער איז דיסציפּלינירט און אומבויגזאם, און האלט כסדר דעם זעלבן סדר היום.
ער שמועסט נישט קיין סאך, און וויל קענען א זאך אזויווי עס איז, אָן קיין סברות אדער חידושים. ער גלייכט נישט קיין נייעס אדער טוישונגען. זיין שפּראך איז לעבעדיג, מעגליך פליסיג, אבער דאך געהאקט (מיט די "פסיק" – קאָמאַס) און קלאר.
ער איז מדקדק אין זיינע פירונגען מער פון יעדן אנדערש, ער איז נישט מקבל קיין התרשלות און נישט קיין תירוצים און טוט וואס נאר ס'איז שייך צו פארבעסערן. ער איז ענדערש פּינקטליך אין די אפּטייטש פון ווערטער, ווי איידער אין די באדייט דערפון. ווילאַנג ער אליין האט גארנישט פארזען אדער פארדרייעט, איז ער צופרידן. ער זוכט נישט דווקא צו "נאכרעכענען".
ער רעספּעקטירט נישט קיין געלונגענקייט און איז אויסגעשפּראכן קעגן קארופּציע, נגיעות, טעותים און בערך'דיגע צושטעלער. ער קען נישט צוקוקן ווי איינער באקומט עפּעס וואס ס'קומט זיך אים נישט . ער "טוט" וואס נאר מעגליך אז יעדער זאל זיין פּינקטליך און יושר'דיג, און אז שולדיגע זאלן שטרענג באשטראפט ווערן.
4) דער ברייטהארציגער (טיילער, אא"נ 2): דער איז פּונקט-פארקערט פון פּינקטליך. ער זוכט דווקא אפנקייט און ברייטקייט, ליבליכע אויסדריקן און פּאזיטיווע געפילן. ער איז אריינגעטון אין "טיילן" און גלייכט צו נעמען און געבן (ספירת ה"חסד"). זיין נאטור איז א "פארשפּרייטע", ער איז איבעראל און דרייט מיט אסאך לופט.
ער וויל אז ס'זאל זיין פון אלעם אסאך, גענוג פאר יעדן און אויך איבער-גענוג. ער האט ליב אנדערע. ער האט מער הנאה פון צוקוקן ווי אנדערע האבן הנאה פון עפּעס וואס ער האט צוגעשטעלט, ווי איידער אליינס צו הנאה-האבן פון סיי וואס. ער זוכט צו ווערן באליבט און אויך צו פילן גאר וויכטיג. באמערקט שנעל וואו ער קען זיין בייהילפיג און וואו ער קען עפּעס מאכן ארבעטן.
ענליך צום פּינקטליכן, לאזט ער הערן זיין מיינונג אָפן אָן קיין מורא; ער איז היבש אויסגעשפּראכן. זיינע ווערטער ווערן אבער נישט ארויסגעברענגט אזוי קלאר. מ'וועט הערן מער ברייטקייט, ליבשאפט און א בערך'דיגע באגער, ווי איידער אַ קלארע און קאנצעטרירטע מעסעדזש.
אנשטאט איבערצוטראכטן מענטשליכע פירונגען און זיי פארפּינקטליכן, וועט ער ענדערש זיין אָפנהארציג, איינלאדענען, באגריסן מענטשן און זיי אנטראגן הילף. אויך עצות! ער גלייכט ווען זאכן גייען גרינג און געשמירט, ווי מער מענטשן זאלן מיטהאלטן און ווייטער געגאַנגען. וועט מעגליך איבערטרייבן. ער גלייכט צו ווערן געזען, אבער ער איז פּאפּוליסטיש און גיבט נישט אזוי ווייט אכטונג אויף זיין כבוד.
5) דער מכובד'יגער (דערגרייכער, מוצלח, אא"נ 3): דער לעבט אין רעספּעקט און באטראכט אלעס לויט חשיבות. ער רעספּעקטירט מוצלחים און שטרעבט אליינס צו זיין ארויפגעקוקט, באערט, רעספּעקטירט און באטראכט ווי א געלונגענער (ספירת ה"תפארת"). ער איז אויך אריינגעמישט אין געזעלשאפט אזויווי די פריערדיגע צוויי, און פּונקט ווי דעם ברייטהארציגן, צילט ער ענדערש צו זיין גוט מיט דער געזעלשאפט און נישט זיי צו אויסבעסערן.
ער לאזט זיך אבער נישט אויסנוצן און פארשוועכן. ביים מיטהאלטן דעם געשפּרעך, לאזט ער ענדערש פאלן קורצע דיבורים וואס קענען ווערן אויסגעטייטשט אויף ביידע וועגן, ווי איידער צו לאזן הערן אן אייגענעם מיינונג. ער שטעלט זיך אייביג פאָר אויף א מכובד'יגערן וועג כדי צו מאכן א גוטן איינדרוק.
ער ווערט באטראכט ווי א קלוגער, בעיקר אין די געזעלשאפטליכע פאדערונגען און פירונגען. זיינע באוועגונגען זענען טרענירט צו ארבעטן כסדר אויף א מכובד'יגערן אופן, אויף א וועג וואס ברענגט נאטירליך צו די כבוד צו אים, ווי איידער אז ער זאל עס דארפן נאכלויפן.
כבוד איז ביי אים נישט קיין פאלשע זאך, ס'איז עכט און אמת'דיג. זיין שעצונג צו די פון וועמען ער האלט, קומט פון די טיפענישן פון הארץ און ער פירט זיך אויף אין איינקלאַנג דערמיט. ער טוט וואס אימער צו דערגרייכן הצלחה און פארמיידן דורכפעלער. ער דעקט נישט אויף זיינע שוואכקייטן אפילו ווען גאר וויכטיג (אפשר אפילו פאר הצלה און דאקטוירים). אויך זיין שפּראך איז אלעמאל בכבוד'דיג, און באלאנצירט פון אלע זייטן.
6) דער רעגוליר(ט)ער (מענעדזשער, עסקן): ער זוכט נישט דווקא ארויסצושטיין אלס מכובד, אבער יא צו זיין באשטעטיגט קלאר מיט וואס ער איז . "אפיציעלקייט" און "זיכערקייט" פארנעמען א מורא'דיגע אָרט און החלטות מוזן ווערן אפּגעמאכט פאר אייביג. ער וויל אז קיינער זאל נישט טוישן קיין צוגאנגען (ספירת ה"נצח"), און זיכער נישט עפּעס וואס ער איז באאויפטראגט אויף.
זאכן ווערן ביי אים צעטיילט צווישן גוט און שלעכט, אהער אדער אהין. אלעס און יעדער ווערט געלעבלט – "זיי וואס דו ביסט!", מ'קען נישט צעגערן אדער פּרובירן ("אז דו קענסט נישט, שטיי נישט דא"!). מענטשליכקייט איז א גרויסע פּריאריטעט. ער מאכט זיכער צו שטימען מיט זיינע עלטערן און משפחה, סביבה, וועמען ער שעצט, און ער פארנעמט נישט קיין "אנדערש" אדער אומערווארטעט. ער איז געטריי צו זיינע פאָרגייער און באשיצט זיינע אונטערטאנען. פירט אויס זיינע פליכטן, און מאכט זיכער אז ס'ווערט נישט פארפּאטשקעט.
ער גלייכט צו אכטונג-געבן. ס'איז אים וויכטיג צו באשיצן און צו זיין באשיצט, שטעלט אוועק דאפּלטע (אדער טריפּלטע...) סעקיוריטי, און איז סענסיטיוו צו באמערקן סכנות און ספק סכנות.
ער זוכט נישט צו זיין אריינגעמישט אין קיין געזעלשאפטליכע גערעדעכצער אזויווי די פריערדיגע דריי, נאר וועט ענדערש טראָגן און ברענגען נאר צוליב "תכלית", "סדר" און "זיכערקייט". זיין שפּראך איז גלייך: נישט באפּוצט און נישט אויסגעברייטערט. נישט צו שטארק דעטאלירט, אבער יא ענדערש פארשטענדליך.
יעדער פון דער תכונה גלייכט צו זען אלעס רעגולירט, אבער נישט יעדער טוט עפּעס דערמיט. רוב וועלן זיך פשוט פירן מיט זייער רוטין, געטרויען נאר מקורות וואס זיי באטראכטן אלץ באשטעטיגט און נישט פּרובירן עפּעס אנדערש. אבער אנדערע וועלן יא "פארשפּרייטן" רעגולאציע אויפ'ן גאנצן ארום, אויפטון, עסקן'ען, מסדר זיין, און אפילו ארומרודערן צו פארזיכערן אז אלעס "קלאפּט" אין די ריכטיגע צייט, פּלאץ און אלע דעטאלן. דאס פּאסירט געווענליך ביי איינעם וואס האט אין זיך גענוג תקיפות אויף צו אויספירן זאכן, און אויך די מידה פון חסד אין זיין הארץ .
7) דער איבערראַשטער (ענטוזיאסטישער, זאַפטיגער): ער איז נישטא אויף צו איינטיילן אדער פיגורירן, נאר ענדערש צו שמייכלען און הנאה האבן, זיך וויצלען און מיטהאלטן דעם מצב; כאפּן דעם בליץ און צולייגן א גלאנץ (ספירת ה"הוד"). ער איז אייביג פריש: ער גלייכט צויבער, "געשמאק", מצב, רייצונגען, צו אונטערהאלטן און ווערן אונטערגעהאלטן, זינגען און שפּרינגען, דער עיקר אז ס'זאל זיך טון. ער לעבט פון "התפעלות".
החלטות שטופּט ער כסדר אפּ, ער זעט נישט קיין סיבה זיך צו צוימען אויף איין וועג. ער גלייכט 'נייעס', אדער למשל אזעלכע קליינע שטיקלעך אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אנשטאט פּינקטליכע אדער טיפע, לאַנגע אדער קאמפּליצירטע חשבונות וואס מוטשען דעם קאפּ און האבן ערנסטע תוצאות.
זיין שפּראך איז ענדערש פליסיג און געווענליך טאקע "זאפטיג". ער האט נישט קיין פּראבלעם צו אויסדריקן סיי וואס. ער קען רעדן אָן אפּשטעל; ער גלייכט ווען ס'גיסט זיך.
מיט די אגענדעס וואס ער גלייכט גייט ער ביז'ן סוף און קימערט זיך נישט פון וואס ס'פּאסירט, ווייל אינטערעסאנטקייט איז וויכטיגער. אבער ווילאנג ער איז נישט אזוי "איינגעטונקען", שפּרינגט ער יא פון זאך צו זאך, ווייל אזוי איז אסאך לעבעדיגער.
ער איז שטענדיג גרייט (יא! מיט'ן גאנצן הארץ) אויסצולויבן א צווייטן. וועט אפילו גיכער א טשעפּע טון, אבער ער מיינט עס נישט ערנסט. ער איז ענטוזיאסטיש, ער גלייכט צו ווערן 'אונטערגעצינדן' און ווען נישט געזונט, ווערט ער שטארק איבערגענומען און אוועקגעפירט.
דער איבערראַשטער קומט ארויס פונדרויסן מיט פארשידנארטיגע קאלירן, ער קען אויסזען מיט זיין "אויפפירונג" און "מעשים" כמעט ווי יעדע איינס פון סיי וועלכע אלע אנדערע תכונה.
אויפ'ן ערשטן בליק זענען דא דערין צוויי מצבים : איינס זאפטיג, אויבערפלעכליך און געשמאק . און דאס צווייטע, ווען שוין פארפּלאָנטערט, דאן איז ער שוין גארנישט אזוי געשמאק. ער ווערט גרינג שרעקליך אויפגעברויזט און איבערגענומען. ער קען נאר גיין "גרויס" און לעבט ל"ע אין אזא "ראולער קאוסטער" פון געפילן. ווען ער ווערט ח"ו אין כעס, האלט עס יעדער מיט.
8) דער תקיף (אנטשלאסענער): ער וויל נישט פון וויסן פון קיין "מעשיות" און וויל זיין אין קאנטראל; געוועלטיגן אויפ'ן גאנצן מציאות – וואס איז, אדער וואס ער ארבעט אז ס'זאל זיין – אונטער אים און אפילו אויף זיינע אייגענע קערפּערליכע באדערפענישן (ספירת ה"יסוד"). עס גייט אים נישט אָן וואס אנדערע זאגן, ס'איז נישט "נוגע".
ער איז זייער שטאנדהאפטיג, ער איז גרייט צו ארבעטן שווער צו דערגרייכן זיינע רצונות, אדער וועט ער עס בכלל נישט וועלן. זיין שפּראך איז א פשוט'ע, נישט געשלייפט אדער פארשענערט. ער גלייכט נישט קיין טובות און האלט יענעם אין א געוויסע ווייטקייט.
ער גלייכט צו זיין אין אדמיניסטראציע; צו האבן קאנטראל אויף אלע נויטיגע באדערפענישן, פון אלערליי מקורות, און זיכערמאכן אז עס גייט נאר וואו עס ברויך (לויט אים, פארשטייט זיך). ער דארף גארנישט פאר זיך. ער קען פארנעמען אסאך און האט נישט קיין פּראבלעם צו זיין שטייף, גארנישט האלט אים נישט אפּ פון צו אפּמאכן וואס ער וויל.
ער גלייכט נישט קיין דורכפאל, שטארק נישט, אבער ער האט נישט "מורא" דערפון. וואס ער האלט פאר ריכטיג, פירט ער אויס אָן קיין רחמנות, קיין רשלנות, הקדמות, אדער הסכמות. ער "דרוקט אראפּ" אויף אלעמען. ער איז שטארק באהאפטן מיט'ן מציאות, און ער "כאפּט" וואס ס'טוט זיך באמת אפּ אויפ'ן שטח.
ביי אים איז יעדער אייניג, ווייל מורא האט ער נישט פון קיינעם. די וואס פּרובירן אים חנפ'ענען דערווייטערט ער, אדער קוקט ער יענעם אין די אויגן כדי צו צווינגען א הודאה. ער דרוקט זיך אויס שטארק און האלט יענעם געשפּאנט דורכאויס די קאמוניקאציע. ער האט די מעגליכקייט אריבערצופירן זיינע געפילן און שטרעבונגען צו אנדערע, אפילו אָן עס מסביר-זיין אין ווערטער.
געווענליך זוכט מען נישט אריינצוגיין מיט אים אין קיין משא ומתן, נאר מ'איז זיך ענדערש מכניע, האפענדיג אז אזוי וועט מען כאטש עפּעס באקומען.
9) דער פרידנ'ס-מענטש (הכנעה'דיגער, שטילער): ער וויל נישט "פיגורירן" און אויך נישט "אויסקלייבן", נאר זיין אונטערגעגעבן און אויספאלגן יעדן (ספירת ה"מלכות "). ער גלייכט שטילקייט און רואיגקייט, איידלקייט און מנוחה, אזוי אויך א הארמאניע און א באלאנץ צווישן אלע קעגנזייטיגע כחות.
ער זעט ענדערש דאס גאנצע בילד ווי איידער די איינצלנע פרטים. ער גלייכט נישט ווען עפּעס ווערט צעטיילט אדער גענויגט צו איין זייט, נאר וויל אלעס פארגלעטן אז גארנישט זאל זיך נישט ארויסשטארן עקסטער. ער שטעלט זיך נאר ארויס כדי צו מאכן שלום און מלחמה האלטן נאר קעגן בעלי מחלוקת.
ער קען זיין גאר געלונגען אין אויסהערן טענות, בארואיגן געמיטער און מאכן שלום. זיין געדולד איז ענדלאז. אויך קען ער זיין מורא'דיג געלונגען אין פארשידענע טאלאנטן ווי פּאָעטיע, נגינה, פארבן, קאכן אדער מישן גערוכן, וואו ער טויג צו שאפן א הארמאניע און באלאנץ צווישן די פארשידנארטיגע נייגונגען, קאלירן און געווירצן.
טייל פון די תכונה טויגן גאר צו קאמפּליצירטע מאשינעריי אדער סיסטעמען. ער כאפּט בעסער אויף וויאזוי איין שרייפל קארעספּאנדירט מיט'ן אנדערן און באטראכט נישט יעדעס שטיקל אלס עקסטער. (פאר די פארשידענע פארמען פון דער תכונה, זע אין קומענדיגן קאפּיטל).
תמצית: פון אויבנאויף קען מען טאקע זען ניין סארט מענטשן וואס זענען אנדערש מיט זייער גאַנג, אבער ווי ערקלערט ווייטער, איז דאס נישט דער גאנצער מציאות.
קאפּיטל ג: צוזאמגעשטעלטע 'הכנעה-מענטשן'
ווייל מענטשן זענען יא צוזאמגעשטעלט פון מער ווי איין מידה
אפילו די שטיצער פון די ניין-תכונות-טעאריע זענען מודה אז טייל מענטשן זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי שכנות'דיגע תכונות. אבער במציאות זענען אסאך מער מענטשן צוזאמגעשטעלט פון נישט-שכנות'דיגע-תכונות, ווי איידער פון יא שכנות'דיגע.
מיר האבן שוין אביסל געשריבן ביי איין תכונה (6) איבער וויאזוי ער טוישט זיך לויט די אנדערע מידות וואס שפּילן אריין, ווייל ס'האט זיך אויספעלט פאר'ן הסבר. אצינד וועלן מיר אביסל אויסברייטערן דער נקודה, דורכ'ן נעמען א דוגמא פון די וואס לעבן פון הכנעה און הארמאניע (9) און שרייבן עטליכע אופנים וויאזוי זייערע אנדערע מידות מאכן אויס א ריזיגן חילוק אויפ'ן מהלך פון זייער הכנעה-מידה.
די משלים וועלן העלפן פאר אסאך מענטשן זיך צו פארשטיין אליין. אבער מ'קען זיך ארויסלערנען דעם זעלבן לימוד אויך לגבי די אנדערע תכונות און מידות .
פארוואס "הכנעה" פאר א משל?
צוערשט א קורצע הקדמה: "הכנעה" איז ענליך צו "תקיפות" מיט דעם וואס די צוויי זענען "כללות'דיגע" כחות און שניידן זיך נישט ארויס צו עפּעס ספּעציפיש . אויך דרוקן די ביידע מידות ענדערש אויס "פשטות" ווי איידער אהערגעשטעלטקייט.
אבער דער חילוק צווישן זיי שטעקט אין זייער כח פון שטופּן, וואס אין דעם הינזיכט זענען זיי פּונקט פארקערט איינס פונעם צווייטן.
"תקיפות" שטעלט אהער דעם מעסעדזש פון פעסטקייט, עפּעס וואס ווערט גאנץ גוט דערהערט, כאטש וואס מ'קען גארנישט איבערזאגן דערפון. הכנעה דאקעגן רעדט נישט קיין סאך, פארקערט, עס הערט פון יעדן. "הערן" איז טאקע אין רוב פעלער פיל וויכטיגער ווי זאגן, דאך וועלן אבער רוב מענטשן נישט הערן וואס מ'זאגט נישט (אדער וואס מ'זאגט אויף א צו-שטארק-אונטערטעניגטע אופן).
בקיצור, הכנעה איז די טבע פון זיך אנלאנען אויף סיי וואס ס'פילט זיך מער תקיפות'דיג. עס זוכט דווקא אויסצופאלגן, כדי צו ווערן אקצעפּירט.
אזויווי הכנעה טייטשט אונטערטעניגקייט, איז עס שטענדיג אפן פאר נייגונגען. דערפאר זעט זיך אן דערויף שטערקער, אויך אויף זיין כללות'דיגן אויסקוק, די השפעה וואס זיין צווייטע מידה האט. ס'איז שווער צו טרעפן איינעם וואס צייגט זיך ארויס מיט הכנעה אליין און זיין צווייטע מידה קומט נישט ארויף אויפ'ן ראדאר.
דערפאר פּאסט עס פאר א דוגמא, צו צייגן אז יעדע למעשה'דיגע כאראקטער, ווערט אנדערש געבויעט און געפאָרמט לויט וועלכע אנדערע מידות ס'שפּילן אריין .
דער שוועבעדיגער נכנע
די ריינסטע הכנעה טרעפט מען ביי דעם וואס איז קאמבינירט מיט די מידה פון "השגה" (1 אא"נ 4). אזא איינער איז דער טיפּישער "מבקש", ער איז א געוואלדיגער "אויסהערער" ווייל ער איז באמת אינטערעסירט!
ער איז אזוי שטארק אפן צו מקבל זיין, אז ער איז גרייט אפּצומאכן אלעס לויט וואס ער הערט יעצט. ער גייט נישט מער נאכקוקן אין ערגעץ און קיינעם נישט פרעגן, אפילו ס'האנדלט זיך פון אן ערנסטערע זאך. אויב האט ער פריער געהערט פון עמיצן עפּעס אנדערש, געט ער עס מסתמא גלייך ארויס.
ווילאַנג ער איז ריין פון עקשנות און פּערפעקציאניזם, זעט מען אויף אים אייביג אן אויסגעגאסענע צופרידנקייט און אזא לויטערע ריינקייט. ער כאפּט אויף אלעס וואס מ'זאגט אים, טאקע נישט מיט אלע פּינקטליכע דעטאלן, אבער דאך מיט'ן טיפן משמעות דערפון; אפילו אויב איר אליין האט 'נישט' גענוצט די קלארסטע שפּראך און די פּאסיגסטע ווערטער. ער לייגט נאך צו אזעלכע קליינע בליצן צו ערגענצן דאס בילד, וואס שפּיגלט איבער אלעס וואס ער האט געהערט .
אזא איינער פּרובירט נישט צו פארשפּרייטן קיין הכנעה, און ער קען גערן באשטיין אז א צווייטער נוצט תקיפות, ווייל ער איז לכתחילה גרייט יענעם אפּצוקויפן.
דער תקיפות'דיגער נכנע
אין אנדערע פעלער, טרעפט מען דעם הכנעה-מענטש נאטירליך קאמבינירט מיט דער שכנות'דיגער מידה פון תקיפות (8). ווי געזאגט, כאטש וואס די צוויי מידות זענען ממש א סתירה, זענען זיי אבער דער דבר והיפכו פונעם זעלבן טייג. ביידע זענען פּונקט אזוי נייטראל און שניידן זיך נישט צו קיין ספּעציפישקייט.
אנדערש ווי ערווארטעט פון איינעם וואס לעבט פון הכנעה און שלוה, קוקט ער אויס היבש בעל הבית'יש און פעסט. אסאך וואלטן אים אפילו פארמישט מיט א תקיף (8) ממש, אדער גאר מיט א מכובד'יגן (5 אא"נ 3). דאס איז אבער נאר אויסערליך, ווייל זיין אינעווייניגסטער הויפּט-שטרעבן איז יא אויסצופירן אמת'דיגע הכנעה און שלוה (איבעראל וואו ער האט די הסכמה פון די צדדים), אָן קיין שום אייגענע אינטערעסע.
תקיפות נוצט ער פשוט אויף צו שטיין אויף די אייגענע פיס און נישט אומפאלן, און אויך אויף אראפּצודריקן דעם וואס וויל נישט מוותר זיין. ער איז צופרידן מיט אויספירן זיינע אויפגאבן און פּרובירט בכלל נישט אנצוקומען העכער. ער איז אמת'דיג, פשטות'דיג און גלייך; ער שפּילט מסתמא נישט אויס א צווייטן.
דער צעשפּרייטער נכנע
עס זענען דא מענטשן וואס אין צוגאב צו הכנעה, האבן זיי א שיינער פּארציע פון חסד (4 אא"נ 2). אזא איינער פירט זיך אויף אזוי רואיג און צעשפּרייט, ער הערט אויס יעדן רואיג און געלאסן און האט אייביג גוט ווארט. ער פארשפּרייט גוטמוטיגקייט איבעראל .
פיל מענטשן באשטייען גאר פון די צוויי לעצטע צוזאמען, ד"ה אז זייער כאראקטער איז כאילו צוזאמגעשטעלט א צעשפּרייטן נכנע מיט א תקיפות'דיגן נכנע אינאיינעם. אין אנדערע ווערטער: אין צוגאב צו דער הכנעה וואס אלע געשטאלטן פון דעם קאפּיטל פארמאגן, האבן די דאזיגע מענטשן גאנץ גרויסע פּאָרציעס סיי פון חסד און סיי פון תקיפות. די אלע דריי שטארקע מידות זייערע, פּאָרן זיך גוט צוזאם. אזעלכע מענטשן זעען אויס בעל הבית'יש און צעשפּרייט און האט ליב צו טון טובות פאר יעדן מיט אזא רואיגקייט .
דער הכנעה'דיגער פּינקטליכער
אן אנדערע סארט הכנעה-מענטש וואס מ'זעט אפט, איז דער וואס זיין הכנעה איז צוזאמגעשטעלט מיט פּינקטליכקייט (3 אא"נ 1). ער איז נישט אזוי פארנומען מיט פארשפּרייטן "הארמאניע" אדער "צוזאמברענגען" זאכן אזויווי די פריערדיגע, און דעריבער זוכט ער אויך נישט די סארט טאלאנטן ווי מישן, פארבן, פּאָעטיע אד"ג. פארקערט ער איז פאקטיש און ערנסט און פאלגט אלעס אויס פּינקטליך.
זייערע טאלאנטן זענען ענדערש אין אראפּברענגען זאכן צו דער אונטערשטער שורה. זיי מאכן א תמצית און סך הכל פון א גאנצער אפּהאנדלונג, אין אפּאָר געציילטע שורות מיט נומערירטע סעיפים. אדער שרייבן זיי למשל פּראקטישע אנווייזונגען מיט קלארע פארשטענדליכע דעטאלן. און דאס אלעס איז ווייל זייער הכנעה איז פארבונדן מיט "גבורה" און נישט מיט "חסד".
איינס פון זייערע געוואלדיגע מעלות איז די למעשה'דיגע מידה פון סבלנות. זיי קענען זיך צווינגען אנצונעמען זאכן וואס איז קעגן זייער ווילן, כבוד אדער געפילן. ווילאנג ער טוט עס גערן, וועט ער דורכשוויצן פיל שוועריגקייטן וואס אן אנדערער וואלט נישט געקענט פארנעמען .
דער זאפטיגער נכנע
א זאפטיגער (7) נכנע (9). געוואלדיג! דוכט זיך אז מ'דארף גארנישט מסביר-זיין מער. וואס קען דען זיין בעסער? געווענליך האלט ער זיך טאקע זאפטיג און ווערט נישט צו שטארק איבערראשט אדער אויפגעברויזט (אזויווי א איינער פון דער זיבעטער תכונה איז אומשטאנד צו ווערן), וויבאלד אלס נכנע איז ער לכאורה צופרידן מיט וואס ער האט. בפרט אויב ער האט נישט קיין איבערפלוס פון פּינקטליכקייט (3, אא"נ 1) אין זיין נפש .
אזא סארט מענטש איז אסאך מאל קאמבינירט מיט געלונגענקייט (5, אא"נ 3). ער כאפּט אויף וויאזוי ס'פּאסט זיך צו באגיין מיט מענטשן און ער איז בעז"ה מצליח.
יעצט זענען דא גאר זיידענע מענטשן, וואס זייער ציל איז ממש לויטער הכנעה און זיי גייען אָן מיט'ן גאנצן סיפוק דערפון. דאך זעט מען נישט אן ביי זיי, קיין איינס פון די דערמאנטע מידות אויף א ספּעציפישן אופן. וויאזוי מאכן זיי עס?
אין א טיפערן בליק זעט מען, אז זיי האבן יא אביסל פון אלע מידות. זיי קענען אבער גרינג ארומטוישן צווישן איין מידה און אן אנדערן, דעריבער זענען זיי גאר געזונט און אויך היבש עפעקטיוו.
רוב געזונטע מענטשן רעאגירן צו הכנעה מיט הכנעה, אבער צו תקיפות מיט תקיפות. דאס שענקט פאר 'הכנעה-מענטשן' א שטארקע געלעגנהייט פאר הצלחה, ווייל זיי שטעלן ארויס זייער הכנעה ערשט. און אין פאל וואס ס'ארבעט נישט, גייען זיי ענדערש אריבערגיין צו תקיפות ווי איידער צו עקשנות.
תמצית: מענטשן זענען באמת פון אלערליי סארטן צוזאמשטעלעכצער. און אפילו צווישן מענטשן פון דער זעלבער תכונה, זענען אויך דא גאר שטארקע חילוקים וואס שטאמען פון די אנדערע חלקים פון נפש. די חילוקים זענען כמעט אזוי שטארק בולט, ווי די וואס טיילן אפּ איין תכונה פון אן אנדערן.
קאפּיטל ד: קען דיך אליין!
מחלק-זיין צווישן מידות וואס קלינגען ענליך
די משנה זאגט (אבות פ"ג מי"ד) חביב האדם שנברא בצלם, חיבה יתירה "נודעת לו" שנברא בצלם. באליבט איז דער מענטש מיט דעם אז ער איז באשאפן געווארן מיט כביכול א געטליך געשטאלט, און נאך מער איז ער באליבט, מיט'ן "וויסן" אז ער איז באשאפן געווארן דערמיט. ווען א מענטש ווייסט אז עס רועט אין אים א געטליכע נשמה, טראגט דאס לעבן שוין גאר א טיפערע באדייט.
בפרט אויב ער קען אידענטיפיצירן דער מידה וואס שפּילט אלס הויפּט 'דרייווער' אין זיין מאשין, ווערט ער קלארער. אז ער איז מכיר דערין, קען ער עס בעסער נוצן. ווייטער אויב האט זיך עס ח"ו צו שטארק "צעשפּילט" און מאכט שוין חורבנות, ברויך מען דאך זיכער וויסן און נייטראליזירן וויפיל ס'פעלט אויס.
אזהרה! דער תכלית פון אלע סארטן אנאליזאציעס איז כדי צו פאררעכטן 'זיך' און נישט "יענעם". דאס ארויסהאבן יענעם, מעג נוגע זיין נאר לויט די רעכטן וואס מיר האבן לגבי יענעם. למשל, צו אויסרעכענען וויאזוי צו קאמוניקירן מיט יענעמ'ס אינטערעסע, כדי אים צו צופרידנשטעלן מיט זאכן וואס אינטערעסירן אים און נישט מיט וואס ס'אינטערעסירט מיך. אבער די ענינים וואס בארירן יענעמ'ס תכונה זענען האַקל און על פי רוב איז 'נישט' כדאי צו אויפמערקן גארנישט דערוועגן .
ענדערש רעספּעקטיר אים אלס מענטש וואס האט א צלם אלוקים, אזויווי דו ביסט באמת מחוייב טראץ זיין אנדערשקייט וואס איז אפשר עקשנות'דיג (פאר א מעטאדע וואס קען יא העלפן, זע ח"ד קאפּיטל ז).
א 'נאטירליכע' ציל אין לעבן
א ציל אין לעבן איז גאר וויכטיג. יעדער האט עפּעס וואס ער וויל נישט פארשפּילן און ער איז זיך היבש מקריב דערפאר. טייל טוישן אפילו איבער זייערע געפילן לכבוד אזא ציל. ווידעראום א 'תכונה' איז א טיפערער-נאטירליכער-שטרעבן וואס קומט נישט אזוי גרינג ארויף אויפ'ן באוואוסטזיין, אבער עס קען סותר זיין דאס וואס מ'וויל פאקטיש דערגרייכן.
ווילאנג מ'ווייסט נישט די סתירה, איז שייך אז מ'זאל צעריסן ווערן צווישן די פארקערטע צילן. אבער אז מ'פארשטייט עס יא, קען מען עס אויסארבעטן ביי א רב אדער מורה דרך. דערפאר איז טאקע וויכטיג עס אויסצושמועסן:
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): האט פיינט אהערגעשטעלטקייט, אפּמאכן און אויבערפלעכליכע רוטין, און צילט פאר ספּעציעלקייט און טיפע אנערקענונג. זיין אויסקוק איז אנצונעמען אלעס לויט דער אריגינעלער כוונה דערפון און נישט לויט קיין אנטוויקלטע הסברים. אזא איינער שטרעבט מסתמא צו דערהויבנקייט.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): האט פיינט בערך'דיגקייט, אומקלארקייט און פאפּעריי, און צילט פאר פּינקטליכע אויסגערעכנטקייט. זיין אויסקוק איז אז אלעס זאל ווערן גוט אויסגעפארשט און קלארגעשטעלט. ער האפט צו אויסארבעטן וואס מער דעטאלן פון אלע זיבן זייטן.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): האט פיינט נאכגיביגקייט, ברייטקייט און עוולות, און צילט פאר פּינקטליכע פאראנטווארטליכקייט. זיין אויסקוק איז צו אויסבעסערן פּסקים און משפטים, און אזוי האפט ער אז צדק ויושר וועט הערשן איבעראל.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): האט פיינט פּינקטליכקייט, קריטיק און שטראפן, און צילט פאר גוטסקייט און ברייטקייט. זיין אויסקוק איז אז מענטשן זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן. ער וויל אז יעדער זאל זיין צופרידן און טאקע האבן אלעס גוטס.
געלונגענער (5, אא"נ 3): האט פיינט נעבעכדיגקייט, צעפלויגנקייט און דורכפעלער, און צילט פאר רעספּעקט, געלונגענקייט און חשיבות. זיין אויסקוק איז אז סוקסעס זאל ווערן רעספּעקטירט, און ער האפט אליין אנצוקומען דארטן.
רעגוליר(ט)ער (6): האט פיינט אויפגעבלאזנקייט און אומ'סדר, און צילט פאר א באשטעטיגטע זיכערקייט. זיין אויסקוק איז אז אלעס זאל זיין איינגעטיילט אויפ'ן ריכטיגן פּלאץ. ער האלט אז דורך סדר און רעגולאציע ווערט אלעס פארזיכערט.
איבערראַשטער (7): האט פיינט די וואס שטעלן צופיל גרעניצן, און צילט פאר זאפטיגקייט, גלאנץ און הנאה. זיין אויסקוק איז לעב און לאז לעבן, און ער וויל מיטהאלטן וואס מער איבערראשונגען און געשמאקע זאכן.
אנטשלאסענער (8): האט פיינט רודערנישן, און צילט פאר אבסעלוטישע סטאביליטעט. זיין אויסקוק איז אז יעדער זאל באקומען אלע באדערפענישן נאר פון איין פּלאץ, אזוי וועט אלעס זיין גוט קאנטראלירט.
פרידן-מענטש (9): האט פיינט מחלוקת און ספקות, און צילט פאר שלווה, מנוחה, שטילקייט און הארמאניע. זיין אויסקוק איז אז אלע צדדים זאלן מוותר-זיין און זיך אדורכקומען, ווייל ער האפט צוזאמצוברענגען דער וועלט צו איין מהלך וואס יעדער זאל אננעמען און נאכפאלגן.
וויאזוי איר רעאגירט צו זאכן
וואס איז אייער ערשטער רעאקציע ? למשל ווען איינער לייגט אייך עפּעס פאָר, עפּעס האט פּאסירט, אדער פשוט ס'קומט אן אויסגאבע אונטער די האנט:
דער אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): באטראכטן שעמעוודיג און אביסל פארלוירן, אפשר מיט וואונדער, פּרובירנדיג צו זוכן עפּעס א טיפערע משמעות דערצו. אפילו אויב לכאורה איז עס דאס זעלבע זאך ווי פריער, וויל ער יעצט טרעפן עפּעס טיפער.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): אנאליזירן מיט לאגישע חשבונות (פארוואס איז עס\ער געקומען, וואס וויל ער? "וויאזוי" גייט ער מיך אויסשפּילן? אא"וו).
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): דיסציפּלינירט, למעשה'דיג (נוגע, נישט נוגע. אויסגעהאלטן, נישט אויסגעהאלטן. יעצט, שפּעטער).
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): אפן, ליבליך, בערך'דיג, עפּעס וועט שוין ווערן.
געלונגענער (5, אא"נ 3): שיין און מעסיג (כבדהו וחשדהו), מ'קען נישט וויסן.
רעגוליר(ט)ער (6): אכטונג געבן, אנמעסטן (ווער בין איך? ווער ביסטו?), אדער ציטערן.
איבערראַשטער (7): געשמאק. יעצט זאל זיין פרייליך, מ'עט שוין זען שפּעטער.
אנטשלאסענער (8): שטייף.
פרידן-מענטש (9): הכנעה'דיג, אינטערעסירט.
למעשה דארף מען נוצן אלע מידות, און וויאזוי עס צו אויספירן למעשה (ווען חושד זיין און ווען נישט? אא"וו) בלייבט צו לערנען פון עלטערע און קלוגערע לעבעדיגע מענטשן, יעדער אין זיין סביבה. די אייגענע עקספּעריענס איז משלים דאס איבעריגע.
דיין געפילישע צוגאַנג צו לעבן
אפילו ווען ס'קומט אייך גארנישט אקעגן, זענען אויך דא קלארע חילוקים אינעם גאנצן צוגאַנג פון די געפילן פונעם מענטש:
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): לעכצט און שטרעבט צו אנטדעקן און פילן מער חלקים פון זיין נפש. אזוי האפט ער צו באלייכטן דעם גאנצן ארום.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): צו איינשפּארן און קאנטראלירן זיין גאנצן זיך, אז אלעס זאל זיך באוועגן נאר לויט די פּינקטליכע חשבונות.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): אין מלחמה מיט געפילן. זיי קענען פארשוועמען. מ'דארף זיי צעקנאקן.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): געפילן קומען ווען זיי ווילן. לאמיר פארשפּרייטן די גוטע געפילן איבעראל און פאר יעדן.
געלונגענער (5, אא"נ 3): מ'דארף זיך האלטן העכער פון געפילן. אזוי וועט קען מען גרינג ארומטוישן פון איינס צו אן אנדערער, לויט'ן פארלאַנג.
רעגוליר(ט)ער (6): מ'דארף קלאר צעטיילן צווישן די גוטס און שלעכטס. נישט אויסמישן. אלעס מיט זיין מהלך.
איבערראַשטער (7): נאך, נאך. דער עיקר ס'זאל זיין לעבעדיג.
אנטשלאסענער (8): קאנטראלירן יעדער סיטואציע, און דאס גאנצע דערפון, וואס נאר ס'זאל נישט זיין. אלעס אראפּ.
פרידן-מענטש (9): איך בין אייביג גרייט זיך צו בייגן. צו מיר קען קיינער נישט האבן קיין טענות. איך קען שלאפן רואיג.
שכיח'דיגע געפילן לויט כאראקטערן
דיין תכונה זאגט אויך וואס ס'וועט דיך ענדערש בארירן, לויט ווי מיר וועלן אויסרעכענען בקיצור. כאטש מ'פילט אויך אמאל וואס ס'ווערט אויסגערעכנט ביי א צווייטן, דאך וועלן די אויסגערעכנטע אויסמאכן מער :
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): פארלוירנקייט, זוכעניש, בענקשאפט, ספּעציעלקייט.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): אפּגעזונדערטקייט, זיכערקייט אין מיינונגען.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): אויסגעשפּראכן, פּראקטיש, קלאר.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): ליבליך, וויכטיג, פארשפּרייט.
געלונגענער (5, אא"נ 3): רעספּעקטירט, געוואלדיג.
רעגוליר(ט)ער (6): מסודר, זארגעדיג, געברויך אכטונג-צו-געבן.
איבערראַשטער (7): זאפטיגקייט, הנאה, געברויך פאר נאך.
אנטשלאסענער (8): זיכערקייט, אומאפּהענגיקייט.
פרידן-מענטש (9): אָנגעוויזנקייט, געברויך צו אויספאלגן.
חילוקים צווישן ענליכקייטן
עס זענען דא 'למעשה'דיגע' ענליכקייטן וואס שטעלן זיך אויס צווישן יעדע צוויי תכונות, און דאס איז גורם צו פארשידענע טעותים , בפרט אויב יענע מידה איז טאקע אביסל אריינגעמישט. ממילא איז עס וויכטיג אויסצושמועסן.
דער אייגנארטיגער: זוכט ארויסצוברענגען א פארבארגענע ליכט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן טיפערן טראכט. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער חשבונ'ט ארום מיט דעטאלן, זוכט דער אייגנארטיגער א רעיון וואס פילט זיך אריגינעלער און 'ריינער'.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן נישט זיין סטאנדארטיש. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער ברייטערט זיך אויס אויף א צעשפּרייטן אופן, צילט דער אייגנארטיגער ארויסצוברענגען אן עקזאָטישן פלעיוואר.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זוכן אויפריכטיגקייט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער קומט מיט אויבנאויפיגע פאררעכטונגען, זוכט דער אייגנארטיגער אפיר דווקא אזא הערה וואס פאלט קיינעם נישט איין.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן פּרובירן צו שפּאנען פאראויס. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער ברענגט 'זיך' ארויס מיט א שיינע באנעמונג, צילט דער אייגנארטיגער צו שאפן אן אומדערגרייכבארע ספּעציעלקייט.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן טון פון אייגענעם ווילן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גייט מיט אן אפיציעלע ליניע, גייט דער אייגנארטיגער מיט דער מחשבה אז 'דאס' וועט עס מאכן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גיין פאר'ן אומדערהערטן כאפּ. אבער אינדערצייט וואס א הוד'ניק ברענגט ארויס אן איבערראשונג מיט זאפט, גראבט דער אייגנארטיגער טיפער צו דערגרייכן מער.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן אריינברענגען די אייגענע זאכן, אפּגעזען פון וואס אנדערע זאגן (זוכנדיג צו לייזן פּראבלעמען). אבער אינדערצייט וואס א תקיף קומט מיט פשוט'ס אבער גייט דערמיט שטארק, טראכט דער אייגנארטיגער אויס עפּעס וואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זיך אנשטרענגען פאר יענעם. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו וואס יענער בעט, קומט דער אייגנארטיגער אויף מיט עפּעס וואס וועט – לויט אים – העלפן יענעם.
דער וויסנשאפטלער: שטעלט פאָר פארשעריי און א גרונטליכע אנאליזאציע אויף אלע צוזאמגעקליבענע אינפארמאציע.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן טראכטן טיפער. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט דעם דערהער, וועט דער וויסנשאפטלער חשבונ'ען.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זוכן אויסגעפּינקטליכטקייט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער קומט מיט למעשה'דיגע אויסבעסערונגען, איז דער וויסנשאפטלער אינטערעסירט נאר אין די פּינקטליכקייט פון א טעאריע.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן נישט גלייכן דעם פּרעשור פון סטאנדארטישקייט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער צעלאזט זיך אויף א צעשפּרייטן אופן, קומט דער וויסנשאפטלער אפיר מיט א חשבון.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן אויס'חשבונ'ען די שריט. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שפּאנט פאראויס, ציעט זיך דער וויסנשאפטלער צוריק.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן אויס'חשבונ'ען די כללים. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער שטעלט איין גלייכע פּאפּוליסטישע ליניע, ארבעט דער וויסנשאפטלער ארום מיט קליינטשיגע דעטאלן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גלייכן אינפארמאציע. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער טאנצט פאר'ן חידוש, וויל דער וויסנשאפטלער איבעררעכענען.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך נישט דערשרעקן פון וואס אנדערע האלטן. אבער אינדערצייט וואס א תקיף וועט שטופּן א סלאגאן אין דער עפנטליכקייט, וועט דער וויסנשאפטלער זיך אוועקציען און חשבונ'ען פאר זיך.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן אויסהערן אייניג אלעס. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו וואס יעדער זאגט, נעמט דער וויסנשאפטלער אריין אלע אינפארמאציע אין אן אייניגן חשבון.
דער פּינקטליכער: שטעלט פאָר אויסבעסערונג און קארעקטקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן נישט זיין צופרידן מיט וואס יעדער טוט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער טרעפט עפּעס וואס מ'האט נישט באמערקט, שטעלט דער פּינקטליכער זיך אויף פשוט-פּינקטליכקייט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן זוכן א דעטאלירטע פּינקטליכקייט. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער זוכט עס אין חשבון אדער טעאריע, וועט עס דער פּינקטליכער טרעפן אין התנהגות.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן לעבן אין געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט אויסברייטערן און באגריסן, וועט דער פּינקטליכער איינצוימען און ווארענען.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן אפּוועגן די אויפפירונגען. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער רעלאטיוו צום ערווארטונג, זוכט דער פּינקטליכער צו זיין אויסגעהאלטן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן גלייכן גרעניצן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער שטעלט אוועק א כללות'דיגע ליניע, שטעלט זיך דער פּינקטליכער אויף פּיצינקע דעטאלן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן ארויסברענגען וואס צו פאררעכטן. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער האלט לאנגע דרשות, באצייכענט דער פּינקטליכער פּינקטליך וואס ס'טויג נישט.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך נישט אפּשטעלן פאר פּראטעסטן. אבער אינדערצייט וואס דער תקיף שטעלט שטארקע טריט, וועט דער פּינקטליכער ווידערהאלטן אז זיי זענען נישט גערעכט.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גיין מיט וואס ס'איז דא. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער בייגט זיך אונטער, וועט עס דער פּינקטליכער קריטיקירן.
דער ברייטהארציגער: שטעלט פאָר ברייטקייט, צעשפּרייטקייט און ליבליכקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט א נטיה צו צעפלויגנקייט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט צו זיין אנדערש, טוט עס דער ברייטהארציגער פאר לופט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן ענדערש טראכטן ווי ארבעטן. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער איז אינטערעסירט אינעם חשבון, זוכט דער ברייטהארציגער צו זיין באקוועם.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זיין פארנומען מיט'ן געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער פאררעכט, וועט דער ברייטהארציגער טיילן און פארשפּרייטן.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן האבן א ווענדונג צום ציבור. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער, וועט דער ברייטהארציגער זיך אויסמישן און אריינמישן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן ארומרודערן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער איז מסדר, וועט דער ברייטהארציגער העלפן, טיילן און מאכן גערודער.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גלייכן ווען ס'גיסט זיך. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער גלייכט דעם זאפט, וויל דער ברייטהארציגער אז ס'זאל גענוג פאר יעדן.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן ווייזן פויסטן. אבער אינדערצייט וואס א תקיף האלט זיך מיט'ן זייניגן, וועט זיך דער ברייטהארציגער צעשפּרייטן און קאמאנדעווען.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גלייכן דעם ציבור. אבער אינדערצייט וואס א אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו, וועט דער ברייטהארציגער אויפטרייבן, איבערטרייבן און אויסשפּרייטן.
דער געלונגענער: שטעלט פאָר אהערגעשטעלטקייט און רעספּעקט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן ווילן זיין פאראויס. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט עפּעס אנדערש און ספּעציעל, גייט דער געלונגענער מיט'ן סטאנדארט און שטעלט עס אהער שיין.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן אויס'חשבונ'ען צי זאכן לוינען זיך. אבער א וויסנשאפטלער שטייט נאך אלעם אוועק און באהאלט זיך, מה שאין כן דער געלונגענער שפּאנט פאראויס און שטעלט זיך אהער.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן האבן א מעסעדזש פאר'ן געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער צוימט און פאררעכט, לייגט דער געלונגענער פאָר נאר וואס ס'נעמט גוט אויס.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן האבן א בליק צום ציבור. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט זיך אריינמישן און אויסמישן, געט דער געלונגענער אכטונג אויף זיין אימעדזש.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זוכן אויפצוטון. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער רודערט צו פארזיכערן, איז דער געלונגענער נאר דא בשעת דער מצב איז גוט.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן ציען צו שיינקייט. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער גייט פאר'ן גלאנץ, זוכט דער געלונגענער פאָרצושטעלן.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך האלטן אין צענטער. אבער אינדערצייט וואס א תקיף טרעט הארט, וועט דער געלונגענער זיך ארויסהייבן.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן ארבעטן לטובת הציבור. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט עס צו מיט א געוויסע קנעכטשאפט, זוכט דער געלונגענער זיך צו ארויסהייבן און מצליח זיין.
דער רעגוליר(ט)ער: שטעלט פאָר באשיצונג, זיכערקייט און סדר, אז אלעס זאל קלאפּן לויט'ן טאקט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן זיך זארגן ווען יעדער איז רואיג. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער קומט אויף מיט עפּעס וואס קיינער האט נישט אינזין געהאט, עסקנ'ט דער רעגוליר(ט)ער אויף די פשוט'ע זאכן.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן באטראכטן צי זאכן שטימען. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער מאכט פארשידענע חשבונות, קוקט דער רעגוליר(ט)ער בלויז לויט'ן געזעלשאפטליכן איינטיילונג און פּראקטישע סדר.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן האבן (וואס מ'רופט) א געקעסטלטן צוגאַנג. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער שטעלט זיך אויף דעטאלן, שניידט דער רעגוליר(ט)ער לויט א ליניע, כדי צו באשיצן מעמד און מצב.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן זיין פארנומען מיט אנדערע. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט טיילן און מישן, וועט דער רעגוליר(ט)ער כסדר מסדר זיין.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן גלייכן אויפטוען. אבער דער געלונגענער איז דא נאר ווילאַנג ס'זעט אויס גוט, מה שאין כן דער רעגוליר(ט)ער רודערט נאך כדי צו פארזיכערן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן זיין פארנומען מיט די חברה. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער האט פשוט הנאה דערפון, פילט עס דער רעגוליר(ט)ער ווי א חלק פון זיין שוץ סיסטעם.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיין אין קאמף. אבער אינדערצייט וואס א תקיף פירט אויס, זוכט דער רעגולירער צו מסדר זיין.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זוכן צו דינען. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו יעדן, גייט דער רעגוליר(ט)ער אין צעטיילטקייט און שטעלן 'די' אקעגן 'יענע'.
דער איבערראשטער: שטעלט פאָר געשמאק, הנאה און זאפטיגקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן גלייכן אנדערשקייט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט דעם משמעות'דיגן טיפקייט, גייט דער איבערראשטער פאר'ן געשמאק פון עפּעס ניי.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן גלייכן אינפארמאציע. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער דערגרינטעוועט, האט דער איבערראשטער הנאה פונעם חידוש שבו.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן ארומרודערן. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער שטעלט זיך אויף א נקודה, ווערט דער איבערראשטער באצויבערט פון מערכות.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן גלייכן מצבים. אבער אינדערצייט וואס דער ברייטהארציגער וויל די מענטשן, גייט דער איבערראשטער פאר'ן מצב.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן זוכן גלאנץ. אבער אינדערצייט וואס דער געלונגענער זוכט דעם רעספּעקט, גייט דער איבערראשטער פאר'ן גלאנץ אליין.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זיין פארנומען מיט חברה. אבער אינדערצייט וואס דער רעגוליר(ט)ער דארף עס פאר שוץ, איז דער איבערראשטער אינטערעסירט דערין נאר פאר דער הנאה.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן האבן גאנץ ווייניג מורא. אבער אינדערצייט וואס דער תקיף איז אין קאנטראל איבער זיך, איז דער איבערראשטער היבש צעשפּרינגען.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גלייכן אויסצוהערן. אבער אינדערצייט וואס דער אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו יעדן, גייט דער איבערראשטער מיט וואס ס'איז אינטערעסאנט.
דער אנטשלאסענער: שטעלט פאָר פעסטקייט, זעלבסטקאנטראל און מאכט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן נישט גלייכן ווען מ'טיילט זיי איין וואס צו טון. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט אפיר א סיבה, גייט דער אנטשלאסענער שטארק מיט וואס ער טרעפט פּראקטיש.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן איבערווארפן געפירעכצער. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער פארארבעט חשבונות וואס לויט אים פרעגן זיי עס אפּ, ווארפט עס דער אנטשלאסענער פשוט איבער.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן דיסציפּלינירן יעדן. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער טרעפט אן אויסבעסערונג, שטעלט דער אנטשלאסענער יענעם צו דער וואנט.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן ארויסברענגען א שטארקן קראפט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער בלאזט לופט, פּרעסט דער אנטשלאסענער מיט כח.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן זיך האלטן אין צענטער. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער מיט רעספּעקט, איז דער אנטשלאסענער אינטערעסירט בלויז צו מאנעוורירן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן פירן מלחמות. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גרייט צו א 'מערכה', האט דער אנטשלאסענער שוין לאנג אויסגעפירט.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט זארגלאזיגקייט. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער איז צעשפּרינגען, איז דער אנטשלאסענער קלאר און פעסט.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זיין אראפּגענאגלט מסקנה'דיג. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער פאלגט, פּרעסט דער אנטשלאסענער אראפּ.
דער אונטערטעניגטער: שטעלט פאָר נאכגיביגקייט און הארמאניע.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן זיין איינגעטונקען אין זייד. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט אפיר אן "עפּעס מער", הערט דער אונטערטעניגטער אויס און פאלגט מיט א פשטות.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן 'אויסהערן'. אבער אינדערצייט וואס דער וויסנשאפטלער רעכנט 'אלעס' נאך, פאלגט דער אונטערטעניגטער פשוט אויס.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן קוקן אויף פּראקטישקייט. אבער אינדערצייט וואס דער פּינקטליכער פארפּינקטליכט עס, פאלגט עס דער אונטערטעניגטער נאך.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן בערכ'דיגקייט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער בלאזט אסאך לופט, וועט דער אונטערטעניגטער זיין אויסגעלאשן.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן גלייכן צוגאַנג. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער ברענגט ארויס זאכן אלס פרישע אייגענע חידושים, געט עס דער אונטערטעניגטער איבער ווי אלטע זאכן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זיין אינטערעסירט אין אָנגענומענקייט. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גלייכט אויסצואוועלן וועמען אנצונעמען, פאלגט דער אונטערטעניגטער נאך אלעמען.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן מחשיב זיין א צווייטן. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער ברענגט עס ארויס מיט זאפט, קוקט דער אונטערטעניגטער פשוט ארויף אויף יענעם.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיין אראפּגענאגלט צו דער אונטערשטער שורה. אבער אינדערצייט וואס אן אנטשלאסענער זוכט אראפּצופּרעסן און אויסצופירן, איז דער אונטערטעניגטער גרייט אויסצופאלגן.
איידער מיר גייען ווייטער, איז ראטזאם צו מברר זיין אז מ'איז קלאר מיט'ן חילוק צווישן יעדע צוויי מידות . אויב נישט, איז מסתמא עפּעס פארקלעבט.
און יעצט אז איך ווייס שוין?
באמת איז וויכטיג פאר יעדן איינציגסטן מענטש, צו קונה זיין די אלע אייגנשאפטן. אבער למעשה זענען זייער ווייניג מענטשן טאקע קונה גענוג דערפון, ווען דאס רוב שפּארט זיך איין אין בלויז אפּאר מידות. זייענדיג איינגעשפּארט, איז אוממעגליך צו קונה זיין א צווייטער מידה. אפשר קען מען נעמען אביסל דערפון אויף צו באפעסטיגן דאס אייגענע, וואס דאס איז ווייט פון גענוג.
דורכ'ן אידענטיפיצירן דער אייגענער תכונה, באקומט מען א שטיקל זעלבסטבילד, אזויווי פון א שפּיגל. מ'פארשטייט וואס מ'איז אליין, אלס א דבר והיפכו פון א צווייטן. איינמאל מ'ווייסט וואו מ'איז איינגעטונקען, איז מען אויטאמאטיש מער נישט זיין 'אזוי' איינגעטונקען. ווייל מ'ווייסט וויאזוי ס'הייסט, קען מען עס אנכאפּן און זען אויך פונדרויסן.
דערנאך איז גוט צו דורכפירן די אויבנדערמאנטע געפילן אין הארץ און אין מחשבה, און דערביי צוזאמשטעלן יעדעס איינע באזונדער מיט דער מידה פון 'אנטשלאסנקייט'. אזא סארט עקסערסייז העלפט קודם בויען די מידות, אז זאל מען זיי קענען נוצן ווען מ'דארף זיי, ווען אין דער זעלבער צייט פארשטערקערט מען דאס אנטשלאסנקייט אויך. דאס איז גורם אז מ'זאל פילן לעבעדיג און קענען פארנעמען מענטשן, פּלעצער, אומשטענדן אא"וו וואס זענען אנדערש. נאכמער, עס ערמעגליכט אפילו צו בויען א קשר מיט זיי.
אויך זענען דא באשטימטע פעולות וואס העלפן ארויפברענגען דעם געפיל פון יעדע מידה עקסטער, ווי פאלגענד:
אייגנארטיגקייט (1, אא"נ 4): דורך אננעמען עקסטערע הייליגקייטן וואס פארלאנגט זיך נישט מצד'ן ציבור, מ'דארף זיך אבער נישט עקשנ'ען און אויך נישט אוועקשוועבן.
וויסנשאפטליכקייט (2, אא"נ 5): דורך חשבונ'ען, נאכטראכטן און פאָרשן, מ'דארף אבער איבערשמועסן זאכן מיט אנדערע כדי נישט צו ווערן איזאלירט.
פּינקטליכקייט (3, אא"נ 1): דורך דעטאלירטע ארבעט, מ'דארף אבער וויסן ווען ס'איז שוין גענוג פּינקטליך מצד דעם פארלאנג וואס ס'נויטיגט זיך.
ברייטהארציגקייט (4, אא"נ 2): דורך צעשפּרייטע פירונגען, ברייטע שפּראך און אפנהארציגקייט, נעמען און געבן. מ'דארף אבער נישט ווערן צעווישט.
געלונגענקייט (5, אא"נ 3): דורך אהערגעשטעלטע אויפפירונג און פּאסיגע באקליידונג, מ'דארף אבער נישט ווערן פאלש.
רעגולאציע (6): דורך מאכן החלטות, נעמען א זייט און עס באשיצן, מ'דארף אבער נישט קיין איבעריגע מחלוקות.
זאפט און ענטוזיאזם (7): טרעפן מעלות, אויסדרוקן דאנק און קורת רוח. מ'דארף אבער נישט ווערן צעלאזט.
אנטשלאסנקייט (8): דורך שווערע ארבעט מיט אסאך פאקטישע אחריות, שטיין ביי וואס מ'האלט און עס טאקע טון. מ'דארף אבער אויך פארשטיין א צווייטן.
פאלגזאמקייט (9): אויספאלגן אפילו מ'פארשטייט נישט. מ'דארף אבער נישט ווערן קיין קנעכט אדער קרבן ציבור.
ווען איינער איז צו שטארק איינגעטונקען אין א מידה, איז צייט נאכלאזן פון דער צוגעצייכנטער פעולה ביז ער ווערט באלאנצירט.
תמצית: די תועלת פון אנערקענען דער תכונה, איז כדי צו אויפכאפּן אז אונזער צוגאַנג צו זאכן איז נישט דער אבסעלוטער מציאות, ס'איז פשוט וויאזוי מיר ווילן עס אנקוקן.
דאס בילד פון די וואס לעבן איטליכער אין איין שורש-מידה
אין המשך פון די קומענדיגע קאפּיטלען וועלן מיר אי"ה באקומען דעם גאנצן קלארקייט אויף זיך אליין. עס מוז אבער גיין צוביסלעך, און אלס'ן ערשטן שטאפּל שטעלן מיר פאָר וויאזוי די געפילן פון א מענטש ארבעטן בשעת ער איז היבש איינגעטונקען אין איינס פון די ניין שורש-מידות .
דער בילד פון אזעלכע ניין מענטשן איז באקאנט אלס די 'ניין-תכונות', אבער מיר ניצן עס בלויז בתורת 'הקדמה' , בשעת עס בלייבט קלאר אז דער אמת'ער אפּשאץ פון א מענטש איז לויט ווי ער פירט זיך למעשה אויף. ווייל אין יעדע תכונה זענען דא פון די גרעסטע צדיקים ביז להבדיל די ערגסטע רשעים.
1) דער אייגנארטיגער (איינזאמער, שוועבער, אא"נ 4): אן אייגנארטיגער לעבט אין די חשיבות פון זעלטנקייט און אריגינאלקייט. ער זוכט צו משיג זיין כסדר א נייעם אור; אזא "השגה" (ספירת ה"חכמה") אדער "השראה" וואס נעמט דורך דעם מענטש. ער וויל זיין דורכדרינגליך, און ער נוצט דעם כח פון אנטענעס כדי אויפצוכאפּן געדאנקען (רעיונות) און הרגשות וואס מ'כאפּט נישט אויף געווענליך. דאס באטראכטן הארטע פאקטן מיט פשוט'ע חושים, איז אים נישט גענוג.
ער וויל אייביג פילן ספּעציעל און אויסדערוועלט, און ער זוכט תמיד צו אפירברענגען עפּעס וואס איז נאכנישט דא. ער מוז זען עפּעס איבעראל, אפילו ווען די פרטים זענען נאכנישט אזוי קלאר. ער איז ענדערש פארטראכט און חלומ'ט זייער אסאך, און בכלל איז דער געפיל פאר צייט און סדר, זייער שוואך ביי אים.
Off Topic
הבהרה: ווי געשריבן, איז דאס קאפּיטל געווידמעט פאר די וואס זענען שוין כאטש אזויפיל איינגעטונקען אין דער מידה אז מ'זעט שוין אן זייער אנדערשקייט. און גייענדיג ווייטער אין די פּאראגראפן, וועלן מיר אריינקריכן אינאיינעם מיט אים, טיפער אינעם גרוב. ווידער ווילאנג מ'זעט נאך 'בכלל' נישט זיין אנדערשקייט, איז כמעט נישטא קיין ספּעציפישע זאך צו שרייבן, נאר אפשר ממש א קלייניגקייט.
לגבי דעם אייגנארטיגן וועט מען למשל נאר שרייבן, אז ער כאפּט אויף די כוואליעס פון וואס ס'קומט אים אדורך. אבער אויב איז ער געזונט, ווייסט ער אז ס'איז נישט דאס אבסעלוטישע אמת, נאר מ'דארף צייטנווייז אויסלעשן די סענסארס און צוגיין מיט די געווענליכע מיטלען.
לגבי דעם אייגנארטיגן וועט מען למשל נאר שרייבן, אז ער כאפּט אויף די כוואליעס פון וואס ס'קומט אים אדורך. אבער אויב איז ער געזונט, ווייסט ער אז ס'איז נישט דאס אבסעלוטישע אמת, נאר מ'דארף צייטנווייז אויסלעשן די סענסארס און צוגיין מיט די געווענליכע מיטלען.
אין די געפערליכערע פאָרמען דערפון, איז ער איינגעהילט אין א שטענדיגע בושה, אפילו אָן גארנישט טון . אויך זיין קאמוניקאציע ווערט צו אפט פארהאנקערט; אדער רעדט ער נאכגעלאזט און צעקלאפּט, אדער מיט אן אומגעווענליכע שטארקייט.
אזעלכע מושגים ווי 'געווענליך' אדער 'פשוט' רעדן נישט צו אים. ער באטראכט יעדע סארט "שלא לשמה" ווי צו ערדיש, ווייל אדער "לשמה" אדער גארנישט. זעט אויס אז די פשוט'ע זאכן וואס יעדער טוט, מאכן אים נישט פילן גענוג ספּעציעל.
ער פילט אומבאקוועם מיט די "אויבערפלעכליכע" מענטשהייט, וואס וועלן מסתמא קיינמאל נישט משיג-זיין זיינע עמקי הנפש. אים איז שווער צו זיך צופּאסן צו אנדערע און דאס אליין קען אים ח"ו שטארק צעקלאפּן. און איינמאל זיין 'איך' ווערט אידענטיפיצירט מיט אנדערשקייט, פירט ער זיך שוין כסדר אויף נאר ספּעציעל און אנדערש. אפשר טאקע מיט חשוב'ע הידורים, אבער דווקא אזוינס וואס אנדערע פארשטייען נישט דערצו.
נאטירליך וויל ער אלעס טון אליין. און ס'איז אים שווער איבערצוגעבן סיי וועלכע טאלאנטירטע אויפגאבן פאר א צווייטן, אויס מורא אז דאס וועט פארשוועכן זיין אריגינעלקייט און ספּעציעלקייט. ס'איז מצוי אז ער זאל ציען צו פּרימיטיווקייט, ווייל דארט קען ער ארויסברענגען מער פון זיין אריגינאלן 'זיך' ווי איידער אין א טון וואס יעדער טוט.
ער לעכצט דווקא יא צו קאמוניקירן מיט געזעלשאפט, אבער נאר כדי צו מיטטיילן וואס 'ער' כאפּט אויף. פון אלעם וואס אנדערע האבן צו זאגן, וויל ער נאר ארויסנעמען דעם שפּיץ וואס ער האט אייביג אזוי געהאלטן. ער איז מסתמא נישט גענוג אויסגעשארפט צו איבערצייגן עפּעס אין יענעמ'ס שפּראך, אדער אפילו עס געהעריג אויסצודרוקן. און ווען ער געט איבער זיינע זאכן, טוט ער עס אויף זיין שטייגער!
זיין גאנצע טראכטן איז בעיקר נאר אויף אן אופן פון "זען"; ער ווערט אפט פארגאפט! זיינע אויפכאפּונגען באווייזן זיך אים אין פאָרעם פון בילדער אדער רעיונות וואס מ'קען שווערליך איבערגעבן פאר אנדערע, און נישט אין קלארע דעטאלירטע ווערטער צו וואס מ'קען אפילו געבן א שאנס.
עס איז אים מורא'דיג שווער צו טרעפן א פרוכטבארע דיאלאג מיט מענטשן. מסתמא מיינט ער אז די פּאָר ווערטער וואס ער האט געזאגט (ענדערש: געמורמלט) ארויסצוברענגען זיין "געזעעכץ", זענען גענוג. ער האלט זיך צוריק פון מסביר זיין מער, אויס מורא אז קלארערע ווערטער וועלן פארשוועכן, באגרעניצן אדער פארדרייען דאס משמעות.
אסאך מאל הערט זיך פון אים, אז נאר ווען יענער האט משיג געווען און "געזען" דעם גאנצן טיפקייט וואס ער האט, קען מען עס רופן א פרוכטבארע דיאלאג. ווייל נאר אזוי האט ער איבערגעגעבן דאס טייערסטע וואס ער פארמאגט, דהיינו זיין אויטענטישסטע זעאונג.
2) דער וויסנשאפטלער (מאטעמאטיקער, אא"נ 5): דער לעבט פון אויסרעכענען יעדע סארט אינפארמאציע אויף א באשטעטיגטן אופן (ספירת ה"בינה"). ער גלייכט צו זיין פארנומען מיט לערנען, ליינען און זאמלען נאך און נאך אינפארמאציע אין סיי וועלכן פאָרעם. אלעס אנאליזירט ער און רעכענט איבער פּינקטליך און קלאר, כדי צו באשטימען אליינס די ריכטיגקייט דערפון. ער גייט נישט צו ספּאנטאניש.
אזויווי דעם אייגנארטיגן, פילט ער עפּעס ווי די מענטשהייט האט נישט ארויס וואס זיי טוען אדער זאגן. ער האלט אבער דעם אייגנארטיגנ'ס סארט טיפקייט אויך אלס צו שוועבעדיג און אומקלאר, ווייל ס'ווערט נישט פּינקטליך אראפּגענאגלט .
נאר דורך זאמלען אינפאָרמאציע פון אלע מקורות, זיי אנאליזירן לויט א גרונטליכע איבערזיכט, און "אראפּנאגלען" יעדע "דעסקריפּציע" פּינקטליך, באקומט ער אביסל אזא געפיל ווי ער 'האט' עס. ער זוכט נישט דווקא צו טענה'ן מיט אנדערע, זיי איבערווייזן אדער ארויסווייזן צופיל אנדערשקייט. לויט אים, מאכט נישט דאס געזעלשאפט צופיל אויס.
ער האט דווקא הנאה פון באהאלטנקייט און גרעניצלאזע ממשלה אויף זיין איך, זיין שכל און זיינע צוגעהערן; אים זאל קיינער נישט טוישן! ער איז אומשטאנד זיך צו אוועקציען פונעם גאנצן האנדל-וואנדל פון די וועלט, נוצן פון אלעם נאר דאס ווייניגסטע, פשוט'סטע און ביליגסטע. יא "זאמלען" אויך מאטעריאליסטישע געגענשטאנדן ("אפילו" געלט!), און גארנישט אוועקגעבן אדער אוועקווארפן.
ער נעמט נישט אָן קיין בערך'דיגע געדאנקען, און אפילו ווען נישט גערעכט, איז ער באוואפנט מיט גענוג דעטאלירטע באווייזן צו אונטערשטיצן זיינע שיטות. ער אנטוויקלט אן אויסגעארבעטע שפּראך, ענדערש קאנצענטרירט און קלאר – יעדעס וואָרט מיט א פּינקטליכער באדייט, ווי איידער פליסיג און געשמאק. געווענליך רעדט ער ווייניג און אויך ענדערש שטיל.
3) דער פּינקטליכער (אויפריכטיגער, אא"נ 1): ער וויל זיין פּינקטליך אויסגעהאלטן (ספירת ה"גבורה" ) און ער זוכט צו "פאררעכטן" וואס ער קען, ביי זיך און ביי אנדערע.
פּונקט ווי דעם וויסנשאפטלער איז ער נישט מסכים צו די נאטירליכע טייטשן וואס געזעלשאפט נוצט פאר מושגים, נאר ער וויל אלעס באשטעטיגן אליין, הארט און קראנט . אנדערש אבער ווי דער וויסנשאפטלער וואס איז נאר אינטערעסירט צו 'דערגיין', געפינט זיך דער "פּינקטליכער" גוט אריינגעמישט אין דער געזעלשאפט און רעדט גענוג קלאר צו זיינע ארומיגע. ער גלייכט זיך פאָרצושטעלן ווי א לאגישער, קאלט און שטרענג, אלס איינער וואס איז ריין פון נגיעות און טוט אייביג נאר וואס איז דאס מערסטע אויסגעהאלטן. ער ברענגט ארויס זיינע אויסבעסערונגען און ווארענונגען זייער לעבעדיג.
Off Topic
הבהרה: דא טרעפט מען דעם 'פאקטישן-זיך-אומגיין-מיט'ן-לעבן' פון די מידות מענטשן, ענליך צו וואס ס'איז מבואר אין די ספרי חסידות, אבער דאך איז מעגליך אויפצוכאפּן א וויכטיגן חילוק. 'דא' וועט איר זען ווי א גשמיות'דיגע מענטש טוט די זאכן צוליב זיינע אייגענע געפילן און אגענדעס, און 'דארט' וועט איר זיך לערנען וויאזוי מ'קען עס בעז"ה הייליגן און טון צוליב'ן תכלית וואס השי"ת האט זיי באשאפן.
דער געדאנק פון עס פילן בגשמיות אין נפש, איז בלויז כדי צו אויפכאפּן וואס דאס איז, און מכיר זיין אז השי"ת האט עס אריינגעבויעט אין אונז. עס בלייבט אונז נאר איבער צו אנערקענען אז ס'קומט פונעם אייבערשטן, וואס מיינט אויטאמאטיש אז מיר דארפן ארבעטן דערמיט אזויווי 'ער' וויל. אבער וויאזוי עס צו טון אויף א הייליגן אופן, מוז מען לערנען אין ספרי חסידות.
און אזויווי קלארגעשטעלט אין אנהויב, פארציילט יעדע מידה דא נאר דער טבע פונעם מענטש, וואספארא סארט געפיל ער גלייכט מער און וואס ווייניגער. ס'האט אבער גארנישט צוטון מיט'ן ענדגילטיגן מציאות פון ווי קלוג דער מענטש איז, אדער וויפיל ער האט פאקטיש דערגרייכט פון די תועלת'ן (אדער פּראבלעמען) וואס די מידות דארפן ברענגען. מענטשן פון אלע תכונות קענען זיין יעדער איינער ווי קלוג זיי זענען, ווי געלונגען זיי זענען, ווי ערליך זיי זענען, לויט ווי אנטשלאסן זיי זענען זיך צו פּלאגן דערויף. די תכונה זאגט אפשר מיט וואס ער וועט זיך ענדערש מוטשען, אבער סוכ"ס דארף זיך יעדער פּלאגן.
דער געדאנק פון עס פילן בגשמיות אין נפש, איז בלויז כדי צו אויפכאפּן וואס דאס איז, און מכיר זיין אז השי"ת האט עס אריינגעבויעט אין אונז. עס בלייבט אונז נאר איבער צו אנערקענען אז ס'קומט פונעם אייבערשטן, וואס מיינט אויטאמאטיש אז מיר דארפן ארבעטן דערמיט אזויווי 'ער' וויל. אבער וויאזוי עס צו טון אויף א הייליגן אופן, מוז מען לערנען אין ספרי חסידות.
און אזויווי קלארגעשטעלט אין אנהויב, פארציילט יעדע מידה דא נאר דער טבע פונעם מענטש, וואספארא סארט געפיל ער גלייכט מער און וואס ווייניגער. ס'האט אבער גארנישט צוטון מיט'ן ענדגילטיגן מציאות פון ווי קלוג דער מענטש איז, אדער וויפיל ער האט פאקטיש דערגרייכט פון די תועלת'ן (אדער פּראבלעמען) וואס די מידות דארפן ברענגען. מענטשן פון אלע תכונות קענען זיין יעדער איינער ווי קלוג זיי זענען, ווי געלונגען זיי זענען, ווי ערליך זיי זענען, לויט ווי אנטשלאסן זיי זענען זיך צו פּלאגן דערויף. די תכונה זאגט אפשר מיט וואס ער וועט זיך ענדערש מוטשען, אבער סוכ"ס דארף זיך יעדער פּלאגן.
ער שמועסט נישט קיין סאך, און וויל קענען א זאך אזויווי עס איז, אָן קיין סברות אדער חידושים. ער גלייכט נישט קיין נייעס אדער טוישונגען. זיין שפּראך איז לעבעדיג, מעגליך פליסיג, אבער דאך געהאקט (מיט די "פסיק" – קאָמאַס) און קלאר.
ער איז מדקדק אין זיינע פירונגען מער פון יעדן אנדערש, ער איז נישט מקבל קיין התרשלות און נישט קיין תירוצים און טוט וואס נאר ס'איז שייך צו פארבעסערן. ער איז ענדערש פּינקטליך אין די אפּטייטש פון ווערטער, ווי איידער אין די באדייט דערפון. ווילאַנג ער אליין האט גארנישט פארזען אדער פארדרייעט, איז ער צופרידן. ער זוכט נישט דווקא צו "נאכרעכענען".
ער רעספּעקטירט נישט קיין געלונגענקייט און איז אויסגעשפּראכן קעגן קארופּציע, נגיעות, טעותים און בערך'דיגע צושטעלער. ער קען נישט צוקוקן ווי איינער באקומט עפּעס וואס ס'קומט זיך אים נישט . ער "טוט" וואס נאר מעגליך אז יעדער זאל זיין פּינקטליך און יושר'דיג, און אז שולדיגע זאלן שטרענג באשטראפט ווערן.
4) דער ברייטהארציגער (טיילער, אא"נ 2): דער איז פּונקט-פארקערט פון פּינקטליך. ער זוכט דווקא אפנקייט און ברייטקייט, ליבליכע אויסדריקן און פּאזיטיווע געפילן. ער איז אריינגעטון אין "טיילן" און גלייכט צו נעמען און געבן (ספירת ה"חסד"). זיין נאטור איז א "פארשפּרייטע", ער איז איבעראל און דרייט מיט אסאך לופט.
ער וויל אז ס'זאל זיין פון אלעם אסאך, גענוג פאר יעדן און אויך איבער-גענוג. ער האט ליב אנדערע. ער האט מער הנאה פון צוקוקן ווי אנדערע האבן הנאה פון עפּעס וואס ער האט צוגעשטעלט, ווי איידער אליינס צו הנאה-האבן פון סיי וואס. ער זוכט צו ווערן באליבט און אויך צו פילן גאר וויכטיג. באמערקט שנעל וואו ער קען זיין בייהילפיג און וואו ער קען עפּעס מאכן ארבעטן.
ענליך צום פּינקטליכן, לאזט ער הערן זיין מיינונג אָפן אָן קיין מורא; ער איז היבש אויסגעשפּראכן. זיינע ווערטער ווערן אבער נישט ארויסגעברענגט אזוי קלאר. מ'וועט הערן מער ברייטקייט, ליבשאפט און א בערך'דיגע באגער, ווי איידער אַ קלארע און קאנצעטרירטע מעסעדזש.
אנשטאט איבערצוטראכטן מענטשליכע פירונגען און זיי פארפּינקטליכן, וועט ער ענדערש זיין אָפנהארציג, איינלאדענען, באגריסן מענטשן און זיי אנטראגן הילף. אויך עצות! ער גלייכט ווען זאכן גייען גרינג און געשמירט, ווי מער מענטשן זאלן מיטהאלטן און ווייטער געגאַנגען. וועט מעגליך איבערטרייבן. ער גלייכט צו ווערן געזען, אבער ער איז פּאפּוליסטיש און גיבט נישט אזוי ווייט אכטונג אויף זיין כבוד.
5) דער מכובד'יגער (דערגרייכער, מוצלח, אא"נ 3): דער לעבט אין רעספּעקט און באטראכט אלעס לויט חשיבות. ער רעספּעקטירט מוצלחים און שטרעבט אליינס צו זיין ארויפגעקוקט, באערט, רעספּעקטירט און באטראכט ווי א געלונגענער (ספירת ה"תפארת"). ער איז אויך אריינגעמישט אין געזעלשאפט אזויווי די פריערדיגע צוויי, און פּונקט ווי דעם ברייטהארציגן, צילט ער ענדערש צו זיין גוט מיט דער געזעלשאפט און נישט זיי צו אויסבעסערן.
ער לאזט זיך אבער נישט אויסנוצן און פארשוועכן. ביים מיטהאלטן דעם געשפּרעך, לאזט ער ענדערש פאלן קורצע דיבורים וואס קענען ווערן אויסגעטייטשט אויף ביידע וועגן, ווי איידער צו לאזן הערן אן אייגענעם מיינונג. ער שטעלט זיך אייביג פאָר אויף א מכובד'יגערן וועג כדי צו מאכן א גוטן איינדרוק.
ער ווערט באטראכט ווי א קלוגער, בעיקר אין די געזעלשאפטליכע פאדערונגען און פירונגען. זיינע באוועגונגען זענען טרענירט צו ארבעטן כסדר אויף א מכובד'יגערן אופן, אויף א וועג וואס ברענגט נאטירליך צו די כבוד צו אים, ווי איידער אז ער זאל עס דארפן נאכלויפן.
כבוד איז ביי אים נישט קיין פאלשע זאך, ס'איז עכט און אמת'דיג. זיין שעצונג צו די פון וועמען ער האלט, קומט פון די טיפענישן פון הארץ און ער פירט זיך אויף אין איינקלאַנג דערמיט. ער טוט וואס אימער צו דערגרייכן הצלחה און פארמיידן דורכפעלער. ער דעקט נישט אויף זיינע שוואכקייטן אפילו ווען גאר וויכטיג (אפשר אפילו פאר הצלה און דאקטוירים). אויך זיין שפּראך איז אלעמאל בכבוד'דיג, און באלאנצירט פון אלע זייטן.
6) דער רעגוליר(ט)ער (מענעדזשער, עסקן): ער זוכט נישט דווקא ארויסצושטיין אלס מכובד, אבער יא צו זיין באשטעטיגט קלאר מיט וואס ער איז . "אפיציעלקייט" און "זיכערקייט" פארנעמען א מורא'דיגע אָרט און החלטות מוזן ווערן אפּגעמאכט פאר אייביג. ער וויל אז קיינער זאל נישט טוישן קיין צוגאנגען (ספירת ה"נצח"), און זיכער נישט עפּעס וואס ער איז באאויפטראגט אויף.
זאכן ווערן ביי אים צעטיילט צווישן גוט און שלעכט, אהער אדער אהין. אלעס און יעדער ווערט געלעבלט – "זיי וואס דו ביסט!", מ'קען נישט צעגערן אדער פּרובירן ("אז דו קענסט נישט, שטיי נישט דא"!). מענטשליכקייט איז א גרויסע פּריאריטעט. ער מאכט זיכער צו שטימען מיט זיינע עלטערן און משפחה, סביבה, וועמען ער שעצט, און ער פארנעמט נישט קיין "אנדערש" אדער אומערווארטעט. ער איז געטריי צו זיינע פאָרגייער און באשיצט זיינע אונטערטאנען. פירט אויס זיינע פליכטן, און מאכט זיכער אז ס'ווערט נישט פארפּאטשקעט.
ער גלייכט צו אכטונג-געבן. ס'איז אים וויכטיג צו באשיצן און צו זיין באשיצט, שטעלט אוועק דאפּלטע (אדער טריפּלטע...) סעקיוריטי, און איז סענסיטיוו צו באמערקן סכנות און ספק סכנות.
ער זוכט נישט צו זיין אריינגעמישט אין קיין געזעלשאפטליכע גערעדעכצער אזויווי די פריערדיגע דריי, נאר וועט ענדערש טראָגן און ברענגען נאר צוליב "תכלית", "סדר" און "זיכערקייט". זיין שפּראך איז גלייך: נישט באפּוצט און נישט אויסגעברייטערט. נישט צו שטארק דעטאלירט, אבער יא ענדערש פארשטענדליך.
יעדער פון דער תכונה גלייכט צו זען אלעס רעגולירט, אבער נישט יעדער טוט עפּעס דערמיט. רוב וועלן זיך פשוט פירן מיט זייער רוטין, געטרויען נאר מקורות וואס זיי באטראכטן אלץ באשטעטיגט און נישט פּרובירן עפּעס אנדערש. אבער אנדערע וועלן יא "פארשפּרייטן" רעגולאציע אויפ'ן גאנצן ארום, אויפטון, עסקן'ען, מסדר זיין, און אפילו ארומרודערן צו פארזיכערן אז אלעס "קלאפּט" אין די ריכטיגע צייט, פּלאץ און אלע דעטאלן. דאס פּאסירט געווענליך ביי איינעם וואס האט אין זיך גענוג תקיפות אויף צו אויספירן זאכן, און אויך די מידה פון חסד אין זיין הארץ .
7) דער איבערראַשטער (ענטוזיאסטישער, זאַפטיגער): ער איז נישטא אויף צו איינטיילן אדער פיגורירן, נאר ענדערש צו שמייכלען און הנאה האבן, זיך וויצלען און מיטהאלטן דעם מצב; כאפּן דעם בליץ און צולייגן א גלאנץ (ספירת ה"הוד"). ער איז אייביג פריש: ער גלייכט צויבער, "געשמאק", מצב, רייצונגען, צו אונטערהאלטן און ווערן אונטערגעהאלטן, זינגען און שפּרינגען, דער עיקר אז ס'זאל זיך טון. ער לעבט פון "התפעלות".
החלטות שטופּט ער כסדר אפּ, ער זעט נישט קיין סיבה זיך צו צוימען אויף איין וועג. ער גלייכט 'נייעס', אדער למשל אזעלכע קליינע שטיקלעך אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אנשטאט פּינקטליכע אדער טיפע, לאַנגע אדער קאמפּליצירטע חשבונות וואס מוטשען דעם קאפּ און האבן ערנסטע תוצאות.
זיין שפּראך איז ענדערש פליסיג און געווענליך טאקע "זאפטיג". ער האט נישט קיין פּראבלעם צו אויסדריקן סיי וואס. ער קען רעדן אָן אפּשטעל; ער גלייכט ווען ס'גיסט זיך.
מיט די אגענדעס וואס ער גלייכט גייט ער ביז'ן סוף און קימערט זיך נישט פון וואס ס'פּאסירט, ווייל אינטערעסאנטקייט איז וויכטיגער. אבער ווילאנג ער איז נישט אזוי "איינגעטונקען", שפּרינגט ער יא פון זאך צו זאך, ווייל אזוי איז אסאך לעבעדיגער.
ער איז שטענדיג גרייט (יא! מיט'ן גאנצן הארץ) אויסצולויבן א צווייטן. וועט אפילו גיכער א טשעפּע טון, אבער ער מיינט עס נישט ערנסט. ער איז ענטוזיאסטיש, ער גלייכט צו ווערן 'אונטערגעצינדן' און ווען נישט געזונט, ווערט ער שטארק איבערגענומען און אוועקגעפירט.
דער איבערראַשטער קומט ארויס פונדרויסן מיט פארשידנארטיגע קאלירן, ער קען אויסזען מיט זיין "אויפפירונג" און "מעשים" כמעט ווי יעדע איינס פון סיי וועלכע אלע אנדערע תכונה.
אויפ'ן ערשטן בליק זענען דא דערין צוויי מצבים : איינס זאפטיג, אויבערפלעכליך און געשמאק . און דאס צווייטע, ווען שוין פארפּלאָנטערט, דאן איז ער שוין גארנישט אזוי געשמאק. ער ווערט גרינג שרעקליך אויפגעברויזט און איבערגענומען. ער קען נאר גיין "גרויס" און לעבט ל"ע אין אזא "ראולער קאוסטער" פון געפילן. ווען ער ווערט ח"ו אין כעס, האלט עס יעדער מיט.
8) דער תקיף (אנטשלאסענער): ער וויל נישט פון וויסן פון קיין "מעשיות" און וויל זיין אין קאנטראל; געוועלטיגן אויפ'ן גאנצן מציאות – וואס איז, אדער וואס ער ארבעט אז ס'זאל זיין – אונטער אים און אפילו אויף זיינע אייגענע קערפּערליכע באדערפענישן (ספירת ה"יסוד"). עס גייט אים נישט אָן וואס אנדערע זאגן, ס'איז נישט "נוגע".
ער איז זייער שטאנדהאפטיג, ער איז גרייט צו ארבעטן שווער צו דערגרייכן זיינע רצונות, אדער וועט ער עס בכלל נישט וועלן. זיין שפּראך איז א פשוט'ע, נישט געשלייפט אדער פארשענערט. ער גלייכט נישט קיין טובות און האלט יענעם אין א געוויסע ווייטקייט.
ער גלייכט צו זיין אין אדמיניסטראציע; צו האבן קאנטראל אויף אלע נויטיגע באדערפענישן, פון אלערליי מקורות, און זיכערמאכן אז עס גייט נאר וואו עס ברויך (לויט אים, פארשטייט זיך). ער דארף גארנישט פאר זיך. ער קען פארנעמען אסאך און האט נישט קיין פּראבלעם צו זיין שטייף, גארנישט האלט אים נישט אפּ פון צו אפּמאכן וואס ער וויל.
ער גלייכט נישט קיין דורכפאל, שטארק נישט, אבער ער האט נישט "מורא" דערפון. וואס ער האלט פאר ריכטיג, פירט ער אויס אָן קיין רחמנות, קיין רשלנות, הקדמות, אדער הסכמות. ער "דרוקט אראפּ" אויף אלעמען. ער איז שטארק באהאפטן מיט'ן מציאות, און ער "כאפּט" וואס ס'טוט זיך באמת אפּ אויפ'ן שטח.
ביי אים איז יעדער אייניג, ווייל מורא האט ער נישט פון קיינעם. די וואס פּרובירן אים חנפ'ענען דערווייטערט ער, אדער קוקט ער יענעם אין די אויגן כדי צו צווינגען א הודאה. ער דרוקט זיך אויס שטארק און האלט יענעם געשפּאנט דורכאויס די קאמוניקאציע. ער האט די מעגליכקייט אריבערצופירן זיינע געפילן און שטרעבונגען צו אנדערע, אפילו אָן עס מסביר-זיין אין ווערטער.
געווענליך זוכט מען נישט אריינצוגיין מיט אים אין קיין משא ומתן, נאר מ'איז זיך ענדערש מכניע, האפענדיג אז אזוי וועט מען כאטש עפּעס באקומען.
9) דער פרידנ'ס-מענטש (הכנעה'דיגער, שטילער): ער וויל נישט "פיגורירן" און אויך נישט "אויסקלייבן", נאר זיין אונטערגעגעבן און אויספאלגן יעדן (ספירת ה"מלכות "). ער גלייכט שטילקייט און רואיגקייט, איידלקייט און מנוחה, אזוי אויך א הארמאניע און א באלאנץ צווישן אלע קעגנזייטיגע כחות.
ער זעט ענדערש דאס גאנצע בילד ווי איידער די איינצלנע פרטים. ער גלייכט נישט ווען עפּעס ווערט צעטיילט אדער גענויגט צו איין זייט, נאר וויל אלעס פארגלעטן אז גארנישט זאל זיך נישט ארויסשטארן עקסטער. ער שטעלט זיך נאר ארויס כדי צו מאכן שלום און מלחמה האלטן נאר קעגן בעלי מחלוקת.
ער קען זיין גאר געלונגען אין אויסהערן טענות, בארואיגן געמיטער און מאכן שלום. זיין געדולד איז ענדלאז. אויך קען ער זיין מורא'דיג געלונגען אין פארשידענע טאלאנטן ווי פּאָעטיע, נגינה, פארבן, קאכן אדער מישן גערוכן, וואו ער טויג צו שאפן א הארמאניע און באלאנץ צווישן די פארשידנארטיגע נייגונגען, קאלירן און געווירצן.
טייל פון די תכונה טויגן גאר צו קאמפּליצירטע מאשינעריי אדער סיסטעמען. ער כאפּט בעסער אויף וויאזוי איין שרייפל קארעספּאנדירט מיט'ן אנדערן און באטראכט נישט יעדעס שטיקל אלס עקסטער. (פאר די פארשידענע פארמען פון דער תכונה, זע אין קומענדיגן קאפּיטל).
תמצית: פון אויבנאויף קען מען טאקע זען ניין סארט מענטשן וואס זענען אנדערש מיט זייער גאַנג, אבער ווי ערקלערט ווייטער, איז דאס נישט דער גאנצער מציאות.
קאפּיטל ג: צוזאמגעשטעלטע 'הכנעה-מענטשן'
ווייל מענטשן זענען יא צוזאמגעשטעלט פון מער ווי איין מידה
אפילו די שטיצער פון די ניין-תכונות-טעאריע זענען מודה אז טייל מענטשן זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי שכנות'דיגע תכונות. אבער במציאות זענען אסאך מער מענטשן צוזאמגעשטעלט פון נישט-שכנות'דיגע-תכונות, ווי איידער פון יא שכנות'דיגע.
מיר האבן שוין אביסל געשריבן ביי איין תכונה (6) איבער וויאזוי ער טוישט זיך לויט די אנדערע מידות וואס שפּילן אריין, ווייל ס'האט זיך אויספעלט פאר'ן הסבר. אצינד וועלן מיר אביסל אויסברייטערן דער נקודה, דורכ'ן נעמען א דוגמא פון די וואס לעבן פון הכנעה און הארמאניע (9) און שרייבן עטליכע אופנים וויאזוי זייערע אנדערע מידות מאכן אויס א ריזיגן חילוק אויפ'ן מהלך פון זייער הכנעה-מידה.
די משלים וועלן העלפן פאר אסאך מענטשן זיך צו פארשטיין אליין. אבער מ'קען זיך ארויסלערנען דעם זעלבן לימוד אויך לגבי די אנדערע תכונות און מידות .
פארוואס "הכנעה" פאר א משל?
צוערשט א קורצע הקדמה: "הכנעה" איז ענליך צו "תקיפות" מיט דעם וואס די צוויי זענען "כללות'דיגע" כחות און שניידן זיך נישט ארויס צו עפּעס ספּעציפיש . אויך דרוקן די ביידע מידות ענדערש אויס "פשטות" ווי איידער אהערגעשטעלטקייט.
אבער דער חילוק צווישן זיי שטעקט אין זייער כח פון שטופּן, וואס אין דעם הינזיכט זענען זיי פּונקט פארקערט איינס פונעם צווייטן.
"תקיפות" שטעלט אהער דעם מעסעדזש פון פעסטקייט, עפּעס וואס ווערט גאנץ גוט דערהערט, כאטש וואס מ'קען גארנישט איבערזאגן דערפון. הכנעה דאקעגן רעדט נישט קיין סאך, פארקערט, עס הערט פון יעדן. "הערן" איז טאקע אין רוב פעלער פיל וויכטיגער ווי זאגן, דאך וועלן אבער רוב מענטשן נישט הערן וואס מ'זאגט נישט (אדער וואס מ'זאגט אויף א צו-שטארק-אונטערטעניגטע אופן).
בקיצור, הכנעה איז די טבע פון זיך אנלאנען אויף סיי וואס ס'פילט זיך מער תקיפות'דיג. עס זוכט דווקא אויסצופאלגן, כדי צו ווערן אקצעפּירט.
אזויווי הכנעה טייטשט אונטערטעניגקייט, איז עס שטענדיג אפן פאר נייגונגען. דערפאר זעט זיך אן דערויף שטערקער, אויך אויף זיין כללות'דיגן אויסקוק, די השפעה וואס זיין צווייטע מידה האט. ס'איז שווער צו טרעפן איינעם וואס צייגט זיך ארויס מיט הכנעה אליין און זיין צווייטע מידה קומט נישט ארויף אויפ'ן ראדאר.
דערפאר פּאסט עס פאר א דוגמא, צו צייגן אז יעדע למעשה'דיגע כאראקטער, ווערט אנדערש געבויעט און געפאָרמט לויט וועלכע אנדערע מידות ס'שפּילן אריין .
דער שוועבעדיגער נכנע
די ריינסטע הכנעה טרעפט מען ביי דעם וואס איז קאמבינירט מיט די מידה פון "השגה" (1 אא"נ 4). אזא איינער איז דער טיפּישער "מבקש", ער איז א געוואלדיגער "אויסהערער" ווייל ער איז באמת אינטערעסירט!
ער איז אזוי שטארק אפן צו מקבל זיין, אז ער איז גרייט אפּצומאכן אלעס לויט וואס ער הערט יעצט. ער גייט נישט מער נאכקוקן אין ערגעץ און קיינעם נישט פרעגן, אפילו ס'האנדלט זיך פון אן ערנסטערע זאך. אויב האט ער פריער געהערט פון עמיצן עפּעס אנדערש, געט ער עס מסתמא גלייך ארויס.
ווילאַנג ער איז ריין פון עקשנות און פּערפעקציאניזם, זעט מען אויף אים אייביג אן אויסגעגאסענע צופרידנקייט און אזא לויטערע ריינקייט. ער כאפּט אויף אלעס וואס מ'זאגט אים, טאקע נישט מיט אלע פּינקטליכע דעטאלן, אבער דאך מיט'ן טיפן משמעות דערפון; אפילו אויב איר אליין האט 'נישט' גענוצט די קלארסטע שפּראך און די פּאסיגסטע ווערטער. ער לייגט נאך צו אזעלכע קליינע בליצן צו ערגענצן דאס בילד, וואס שפּיגלט איבער אלעס וואס ער האט געהערט .
אזא איינער פּרובירט נישט צו פארשפּרייטן קיין הכנעה, און ער קען גערן באשטיין אז א צווייטער נוצט תקיפות, ווייל ער איז לכתחילה גרייט יענעם אפּצוקויפן.
דער תקיפות'דיגער נכנע
אין אנדערע פעלער, טרעפט מען דעם הכנעה-מענטש נאטירליך קאמבינירט מיט דער שכנות'דיגער מידה פון תקיפות (8). ווי געזאגט, כאטש וואס די צוויי מידות זענען ממש א סתירה, זענען זיי אבער דער דבר והיפכו פונעם זעלבן טייג. ביידע זענען פּונקט אזוי נייטראל און שניידן זיך נישט צו קיין ספּעציפישקייט.
אנדערש ווי ערווארטעט פון איינעם וואס לעבט פון הכנעה און שלוה, קוקט ער אויס היבש בעל הבית'יש און פעסט. אסאך וואלטן אים אפילו פארמישט מיט א תקיף (8) ממש, אדער גאר מיט א מכובד'יגן (5 אא"נ 3). דאס איז אבער נאר אויסערליך, ווייל זיין אינעווייניגסטער הויפּט-שטרעבן איז יא אויסצופירן אמת'דיגע הכנעה און שלוה (איבעראל וואו ער האט די הסכמה פון די צדדים), אָן קיין שום אייגענע אינטערעסע.
תקיפות נוצט ער פשוט אויף צו שטיין אויף די אייגענע פיס און נישט אומפאלן, און אויך אויף אראפּצודריקן דעם וואס וויל נישט מוותר זיין. ער איז צופרידן מיט אויספירן זיינע אויפגאבן און פּרובירט בכלל נישט אנצוקומען העכער. ער איז אמת'דיג, פשטות'דיג און גלייך; ער שפּילט מסתמא נישט אויס א צווייטן.
דער צעשפּרייטער נכנע
עס זענען דא מענטשן וואס אין צוגאב צו הכנעה, האבן זיי א שיינער פּארציע פון חסד (4 אא"נ 2). אזא איינער פירט זיך אויף אזוי רואיג און צעשפּרייט, ער הערט אויס יעדן רואיג און געלאסן און האט אייביג גוט ווארט. ער פארשפּרייט גוטמוטיגקייט איבעראל .
פיל מענטשן באשטייען גאר פון די צוויי לעצטע צוזאמען, ד"ה אז זייער כאראקטער איז כאילו צוזאמגעשטעלט א צעשפּרייטן נכנע מיט א תקיפות'דיגן נכנע אינאיינעם. אין אנדערע ווערטער: אין צוגאב צו דער הכנעה וואס אלע געשטאלטן פון דעם קאפּיטל פארמאגן, האבן די דאזיגע מענטשן גאנץ גרויסע פּאָרציעס סיי פון חסד און סיי פון תקיפות. די אלע דריי שטארקע מידות זייערע, פּאָרן זיך גוט צוזאם. אזעלכע מענטשן זעען אויס בעל הבית'יש און צעשפּרייט און האט ליב צו טון טובות פאר יעדן מיט אזא רואיגקייט .
דער הכנעה'דיגער פּינקטליכער
אן אנדערע סארט הכנעה-מענטש וואס מ'זעט אפט, איז דער וואס זיין הכנעה איז צוזאמגעשטעלט מיט פּינקטליכקייט (3 אא"נ 1). ער איז נישט אזוי פארנומען מיט פארשפּרייטן "הארמאניע" אדער "צוזאמברענגען" זאכן אזויווי די פריערדיגע, און דעריבער זוכט ער אויך נישט די סארט טאלאנטן ווי מישן, פארבן, פּאָעטיע אד"ג. פארקערט ער איז פאקטיש און ערנסט און פאלגט אלעס אויס פּינקטליך.
זייערע טאלאנטן זענען ענדערש אין אראפּברענגען זאכן צו דער אונטערשטער שורה. זיי מאכן א תמצית און סך הכל פון א גאנצער אפּהאנדלונג, אין אפּאָר געציילטע שורות מיט נומערירטע סעיפים. אדער שרייבן זיי למשל פּראקטישע אנווייזונגען מיט קלארע פארשטענדליכע דעטאלן. און דאס אלעס איז ווייל זייער הכנעה איז פארבונדן מיט "גבורה" און נישט מיט "חסד".
איינס פון זייערע געוואלדיגע מעלות איז די למעשה'דיגע מידה פון סבלנות. זיי קענען זיך צווינגען אנצונעמען זאכן וואס איז קעגן זייער ווילן, כבוד אדער געפילן. ווילאנג ער טוט עס גערן, וועט ער דורכשוויצן פיל שוועריגקייטן וואס אן אנדערער וואלט נישט געקענט פארנעמען .
דער זאפטיגער נכנע
א זאפטיגער (7) נכנע (9). געוואלדיג! דוכט זיך אז מ'דארף גארנישט מסביר-זיין מער. וואס קען דען זיין בעסער? געווענליך האלט ער זיך טאקע זאפטיג און ווערט נישט צו שטארק איבערראשט אדער אויפגעברויזט (אזויווי א איינער פון דער זיבעטער תכונה איז אומשטאנד צו ווערן), וויבאלד אלס נכנע איז ער לכאורה צופרידן מיט וואס ער האט. בפרט אויב ער האט נישט קיין איבערפלוס פון פּינקטליכקייט (3, אא"נ 1) אין זיין נפש .
אזא סארט מענטש איז אסאך מאל קאמבינירט מיט געלונגענקייט (5, אא"נ 3). ער כאפּט אויף וויאזוי ס'פּאסט זיך צו באגיין מיט מענטשן און ער איז בעז"ה מצליח.
יעצט זענען דא גאר זיידענע מענטשן, וואס זייער ציל איז ממש לויטער הכנעה און זיי גייען אָן מיט'ן גאנצן סיפוק דערפון. דאך זעט מען נישט אן ביי זיי, קיין איינס פון די דערמאנטע מידות אויף א ספּעציפישן אופן. וויאזוי מאכן זיי עס?
אין א טיפערן בליק זעט מען, אז זיי האבן יא אביסל פון אלע מידות. זיי קענען אבער גרינג ארומטוישן צווישן איין מידה און אן אנדערן, דעריבער זענען זיי גאר געזונט און אויך היבש עפעקטיוו.
רוב געזונטע מענטשן רעאגירן צו הכנעה מיט הכנעה, אבער צו תקיפות מיט תקיפות. דאס שענקט פאר 'הכנעה-מענטשן' א שטארקע געלעגנהייט פאר הצלחה, ווייל זיי שטעלן ארויס זייער הכנעה ערשט. און אין פאל וואס ס'ארבעט נישט, גייען זיי ענדערש אריבערגיין צו תקיפות ווי איידער צו עקשנות.
תמצית: מענטשן זענען באמת פון אלערליי סארטן צוזאמשטעלעכצער. און אפילו צווישן מענטשן פון דער זעלבער תכונה, זענען אויך דא גאר שטארקע חילוקים וואס שטאמען פון די אנדערע חלקים פון נפש. די חילוקים זענען כמעט אזוי שטארק בולט, ווי די וואס טיילן אפּ איין תכונה פון אן אנדערן.
קאפּיטל ד: קען דיך אליין!
מחלק-זיין צווישן מידות וואס קלינגען ענליך
די משנה זאגט (אבות פ"ג מי"ד) חביב האדם שנברא בצלם, חיבה יתירה "נודעת לו" שנברא בצלם. באליבט איז דער מענטש מיט דעם אז ער איז באשאפן געווארן מיט כביכול א געטליך געשטאלט, און נאך מער איז ער באליבט, מיט'ן "וויסן" אז ער איז באשאפן געווארן דערמיט. ווען א מענטש ווייסט אז עס רועט אין אים א געטליכע נשמה, טראגט דאס לעבן שוין גאר א טיפערע באדייט.
בפרט אויב ער קען אידענטיפיצירן דער מידה וואס שפּילט אלס הויפּט 'דרייווער' אין זיין מאשין, ווערט ער קלארער. אז ער איז מכיר דערין, קען ער עס בעסער נוצן. ווייטער אויב האט זיך עס ח"ו צו שטארק "צעשפּילט" און מאכט שוין חורבנות, ברויך מען דאך זיכער וויסן און נייטראליזירן וויפיל ס'פעלט אויס.
אזהרה! דער תכלית פון אלע סארטן אנאליזאציעס איז כדי צו פאררעכטן 'זיך' און נישט "יענעם". דאס ארויסהאבן יענעם, מעג נוגע זיין נאר לויט די רעכטן וואס מיר האבן לגבי יענעם. למשל, צו אויסרעכענען וויאזוי צו קאמוניקירן מיט יענעמ'ס אינטערעסע, כדי אים צו צופרידנשטעלן מיט זאכן וואס אינטערעסירן אים און נישט מיט וואס ס'אינטערעסירט מיך. אבער די ענינים וואס בארירן יענעמ'ס תכונה זענען האַקל און על פי רוב איז 'נישט' כדאי צו אויפמערקן גארנישט דערוועגן .
ענדערש רעספּעקטיר אים אלס מענטש וואס האט א צלם אלוקים, אזויווי דו ביסט באמת מחוייב טראץ זיין אנדערשקייט וואס איז אפשר עקשנות'דיג (פאר א מעטאדע וואס קען יא העלפן, זע ח"ד קאפּיטל ז).
א 'נאטירליכע' ציל אין לעבן
א ציל אין לעבן איז גאר וויכטיג. יעדער האט עפּעס וואס ער וויל נישט פארשפּילן און ער איז זיך היבש מקריב דערפאר. טייל טוישן אפילו איבער זייערע געפילן לכבוד אזא ציל. ווידעראום א 'תכונה' איז א טיפערער-נאטירליכער-שטרעבן וואס קומט נישט אזוי גרינג ארויף אויפ'ן באוואוסטזיין, אבער עס קען סותר זיין דאס וואס מ'וויל פאקטיש דערגרייכן.
ווילאנג מ'ווייסט נישט די סתירה, איז שייך אז מ'זאל צעריסן ווערן צווישן די פארקערטע צילן. אבער אז מ'פארשטייט עס יא, קען מען עס אויסארבעטן ביי א רב אדער מורה דרך. דערפאר איז טאקע וויכטיג עס אויסצושמועסן:
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): האט פיינט אהערגעשטעלטקייט, אפּמאכן און אויבערפלעכליכע רוטין, און צילט פאר ספּעציעלקייט און טיפע אנערקענונג. זיין אויסקוק איז אנצונעמען אלעס לויט דער אריגינעלער כוונה דערפון און נישט לויט קיין אנטוויקלטע הסברים. אזא איינער שטרעבט מסתמא צו דערהויבנקייט.
Off Topic
הבהרה: די זאכן וואס זענען באצייכנט אז א תכונה-מענטש האט פיינט, איז נאר געצילט ארויסצוברענגען בעסער דאס פארקערטע, צו וואס ער צילט יא צו. אבער נישט 'יעדע' תכונה-מענטש האט עס טאקע פיינט. אדרבא! אסאך תכונה-מענטשן האבן דווקא יא ליב די זאכן, וויבאלד ביי זיי איז פּונקט דער חלק נפש יא אָנגעצונדן. זיי זענען אבער מעגליך צעריסן צוליב דער סתירה.
רעקאמענדירט איז צו נישט פיינט-האבן קיין שום מידה אין איר אריגינעלער פאָרעם, נאר מכיר זיין אין די פעולות וואס יעדעס האט און מחליט זיין מיט שכל ווען צו נוצן דאס און ווען יענץ.
רעקאמענדירט איז צו נישט פיינט-האבן קיין שום מידה אין איר אריגינעלער פאָרעם, נאר מכיר זיין אין די פעולות וואס יעדעס האט און מחליט זיין מיט שכל ווען צו נוצן דאס און ווען יענץ.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): האט פיינט נאכגיביגקייט, ברייטקייט און עוולות, און צילט פאר פּינקטליכע פאראנטווארטליכקייט. זיין אויסקוק איז צו אויסבעסערן פּסקים און משפטים, און אזוי האפט ער אז צדק ויושר וועט הערשן איבעראל.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): האט פיינט פּינקטליכקייט, קריטיק און שטראפן, און צילט פאר גוטסקייט און ברייטקייט. זיין אויסקוק איז אז מענטשן זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן. ער וויל אז יעדער זאל זיין צופרידן און טאקע האבן אלעס גוטס.
געלונגענער (5, אא"נ 3): האט פיינט נעבעכדיגקייט, צעפלויגנקייט און דורכפעלער, און צילט פאר רעספּעקט, געלונגענקייט און חשיבות. זיין אויסקוק איז אז סוקסעס זאל ווערן רעספּעקטירט, און ער האפט אליין אנצוקומען דארטן.
רעגוליר(ט)ער (6): האט פיינט אויפגעבלאזנקייט און אומ'סדר, און צילט פאר א באשטעטיגטע זיכערקייט. זיין אויסקוק איז אז אלעס זאל זיין איינגעטיילט אויפ'ן ריכטיגן פּלאץ. ער האלט אז דורך סדר און רעגולאציע ווערט אלעס פארזיכערט.
איבערראַשטער (7): האט פיינט די וואס שטעלן צופיל גרעניצן, און צילט פאר זאפטיגקייט, גלאנץ און הנאה. זיין אויסקוק איז לעב און לאז לעבן, און ער וויל מיטהאלטן וואס מער איבערראשונגען און געשמאקע זאכן.
אנטשלאסענער (8): האט פיינט רודערנישן, און צילט פאר אבסעלוטישע סטאביליטעט. זיין אויסקוק איז אז יעדער זאל באקומען אלע באדערפענישן נאר פון איין פּלאץ, אזוי וועט אלעס זיין גוט קאנטראלירט.
פרידן-מענטש (9): האט פיינט מחלוקת און ספקות, און צילט פאר שלווה, מנוחה, שטילקייט און הארמאניע. זיין אויסקוק איז אז אלע צדדים זאלן מוותר-זיין און זיך אדורכקומען, ווייל ער האפט צוזאמצוברענגען דער וועלט צו איין מהלך וואס יעדער זאל אננעמען און נאכפאלגן.
וויאזוי איר רעאגירט צו זאכן
וואס איז אייער ערשטער רעאקציע ? למשל ווען איינער לייגט אייך עפּעס פאָר, עפּעס האט פּאסירט, אדער פשוט ס'קומט אן אויסגאבע אונטער די האנט:
דער אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): באטראכטן שעמעוודיג און אביסל פארלוירן, אפשר מיט וואונדער, פּרובירנדיג צו זוכן עפּעס א טיפערע משמעות דערצו. אפילו אויב לכאורה איז עס דאס זעלבע זאך ווי פריער, וויל ער יעצט טרעפן עפּעס טיפער.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): אנאליזירן מיט לאגישע חשבונות (פארוואס איז עס\ער געקומען, וואס וויל ער? "וויאזוי" גייט ער מיך אויסשפּילן? אא"וו).
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): דיסציפּלינירט, למעשה'דיג (נוגע, נישט נוגע. אויסגעהאלטן, נישט אויסגעהאלטן. יעצט, שפּעטער).
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): אפן, ליבליך, בערך'דיג, עפּעס וועט שוין ווערן.
געלונגענער (5, אא"נ 3): שיין און מעסיג (כבדהו וחשדהו), מ'קען נישט וויסן.
רעגוליר(ט)ער (6): אכטונג געבן, אנמעסטן (ווער בין איך? ווער ביסטו?), אדער ציטערן.
איבערראַשטער (7): געשמאק. יעצט זאל זיין פרייליך, מ'עט שוין זען שפּעטער.
אנטשלאסענער (8): שטייף.
פרידן-מענטש (9): הכנעה'דיג, אינטערעסירט.
למעשה דארף מען נוצן אלע מידות, און וויאזוי עס צו אויספירן למעשה (ווען חושד זיין און ווען נישט? אא"וו) בלייבט צו לערנען פון עלטערע און קלוגערע לעבעדיגע מענטשן, יעדער אין זיין סביבה. די אייגענע עקספּעריענס איז משלים דאס איבעריגע.
דיין געפילישע צוגאַנג צו לעבן
אפילו ווען ס'קומט אייך גארנישט אקעגן, זענען אויך דא קלארע חילוקים אינעם גאנצן צוגאַנג פון די געפילן פונעם מענטש:
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): לעכצט און שטרעבט צו אנטדעקן און פילן מער חלקים פון זיין נפש. אזוי האפט ער צו באלייכטן דעם גאנצן ארום.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): צו איינשפּארן און קאנטראלירן זיין גאנצן זיך, אז אלעס זאל זיך באוועגן נאר לויט די פּינקטליכע חשבונות.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): אין מלחמה מיט געפילן. זיי קענען פארשוועמען. מ'דארף זיי צעקנאקן.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): געפילן קומען ווען זיי ווילן. לאמיר פארשפּרייטן די גוטע געפילן איבעראל און פאר יעדן.
געלונגענער (5, אא"נ 3): מ'דארף זיך האלטן העכער פון געפילן. אזוי וועט קען מען גרינג ארומטוישן פון איינס צו אן אנדערער, לויט'ן פארלאַנג.
רעגוליר(ט)ער (6): מ'דארף קלאר צעטיילן צווישן די גוטס און שלעכטס. נישט אויסמישן. אלעס מיט זיין מהלך.
איבערראַשטער (7): נאך, נאך. דער עיקר ס'זאל זיין לעבעדיג.
אנטשלאסענער (8): קאנטראלירן יעדער סיטואציע, און דאס גאנצע דערפון, וואס נאר ס'זאל נישט זיין. אלעס אראפּ.
פרידן-מענטש (9): איך בין אייביג גרייט זיך צו בייגן. צו מיר קען קיינער נישט האבן קיין טענות. איך קען שלאפן רואיג.
שכיח'דיגע געפילן לויט כאראקטערן
דיין תכונה זאגט אויך וואס ס'וועט דיך ענדערש בארירן, לויט ווי מיר וועלן אויסרעכענען בקיצור. כאטש מ'פילט אויך אמאל וואס ס'ווערט אויסגערעכנט ביי א צווייטן, דאך וועלן די אויסגערעכנטע אויסמאכן מער :
אייגנארטיגער (1, אא"נ 4): פארלוירנקייט, זוכעניש, בענקשאפט, ספּעציעלקייט.
וויסנשאפטלער (2, אא"נ 5): אפּגעזונדערטקייט, זיכערקייט אין מיינונגען.
פּינקטליכער (3, אא"נ 1): אויסגעשפּראכן, פּראקטיש, קלאר.
ברייטהארציגער (4, אא"נ 2): ליבליך, וויכטיג, פארשפּרייט.
געלונגענער (5, אא"נ 3): רעספּעקטירט, געוואלדיג.
רעגוליר(ט)ער (6): מסודר, זארגעדיג, געברויך אכטונג-צו-געבן.
איבערראַשטער (7): זאפטיגקייט, הנאה, געברויך פאר נאך.
אנטשלאסענער (8): זיכערקייט, אומאפּהענגיקייט.
פרידן-מענטש (9): אָנגעוויזנקייט, געברויך צו אויספאלגן.
חילוקים צווישן ענליכקייטן
עס זענען דא 'למעשה'דיגע' ענליכקייטן וואס שטעלן זיך אויס צווישן יעדע צוויי תכונות, און דאס איז גורם צו פארשידענע טעותים , בפרט אויב יענע מידה איז טאקע אביסל אריינגעמישט. ממילא איז עס וויכטיג אויסצושמועסן.
דער אייגנארטיגער: זוכט ארויסצוברענגען א פארבארגענע ליכט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן טיפערן טראכט. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער חשבונ'ט ארום מיט דעטאלן, זוכט דער אייגנארטיגער א רעיון וואס פילט זיך אריגינעלער און 'ריינער'.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן נישט זיין סטאנדארטיש. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער ברייטערט זיך אויס אויף א צעשפּרייטן אופן, צילט דער אייגנארטיגער ארויסצוברענגען אן עקזאָטישן פלעיוואר.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זוכן אויפריכטיגקייט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער קומט מיט אויבנאויפיגע פאררעכטונגען, זוכט דער אייגנארטיגער אפיר דווקא אזא הערה וואס פאלט קיינעם נישט איין.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן פּרובירן צו שפּאנען פאראויס. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער ברענגט 'זיך' ארויס מיט א שיינע באנעמונג, צילט דער אייגנארטיגער צו שאפן אן אומדערגרייכבארע ספּעציעלקייט.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן טון פון אייגענעם ווילן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גייט מיט אן אפיציעלע ליניע, גייט דער אייגנארטיגער מיט דער מחשבה אז 'דאס' וועט עס מאכן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גיין פאר'ן אומדערהערטן כאפּ. אבער אינדערצייט וואס א הוד'ניק ברענגט ארויס אן איבערראשונג מיט זאפט, גראבט דער אייגנארטיגער טיפער צו דערגרייכן מער.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן אריינברענגען די אייגענע זאכן, אפּגעזען פון וואס אנדערע זאגן (זוכנדיג צו לייזן פּראבלעמען). אבער אינדערצייט וואס א תקיף קומט מיט פשוט'ס אבער גייט דערמיט שטארק, טראכט דער אייגנארטיגער אויס עפּעס וואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זיך אנשטרענגען פאר יענעם. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו וואס יענער בעט, קומט דער אייגנארטיגער אויף מיט עפּעס וואס וועט – לויט אים – העלפן יענעם.
דער וויסנשאפטלער: שטעלט פאָר פארשעריי און א גרונטליכע אנאליזאציע אויף אלע צוזאמגעקליבענע אינפארמאציע.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן טראכטן טיפער. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט דעם דערהער, וועט דער וויסנשאפטלער חשבונ'ען.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זוכן אויסגעפּינקטליכטקייט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער קומט מיט למעשה'דיגע אויסבעסערונגען, איז דער וויסנשאפטלער אינטערעסירט נאר אין די פּינקטליכקייט פון א טעאריע.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן נישט גלייכן דעם פּרעשור פון סטאנדארטישקייט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער צעלאזט זיך אויף א צעשפּרייטן אופן, קומט דער וויסנשאפטלער אפיר מיט א חשבון.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן אויס'חשבונ'ען די שריט. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שפּאנט פאראויס, ציעט זיך דער וויסנשאפטלער צוריק.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן אויס'חשבונ'ען די כללים. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער שטעלט איין גלייכע פּאפּוליסטישע ליניע, ארבעט דער וויסנשאפטלער ארום מיט קליינטשיגע דעטאלן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גלייכן אינפארמאציע. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער טאנצט פאר'ן חידוש, וויל דער וויסנשאפטלער איבעררעכענען.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך נישט דערשרעקן פון וואס אנדערע האלטן. אבער אינדערצייט וואס א תקיף וועט שטופּן א סלאגאן אין דער עפנטליכקייט, וועט דער וויסנשאפטלער זיך אוועקציען און חשבונ'ען פאר זיך.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן אויסהערן אייניג אלעס. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו וואס יעדער זאגט, נעמט דער וויסנשאפטלער אריין אלע אינפארמאציע אין אן אייניגן חשבון.
דער פּינקטליכער: שטעלט פאָר אויסבעסערונג און קארעקטקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן נישט זיין צופרידן מיט וואס יעדער טוט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער טרעפט עפּעס וואס מ'האט נישט באמערקט, שטעלט דער פּינקטליכער זיך אויף פשוט-פּינקטליכקייט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן זוכן א דעטאלירטע פּינקטליכקייט. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער זוכט עס אין חשבון אדער טעאריע, וועט עס דער פּינקטליכער טרעפן אין התנהגות.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן לעבן אין געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט אויסברייטערן און באגריסן, וועט דער פּינקטליכער איינצוימען און ווארענען.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן אפּוועגן די אויפפירונגען. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער רעלאטיוו צום ערווארטונג, זוכט דער פּינקטליכער צו זיין אויסגעהאלטן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן גלייכן גרעניצן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער שטעלט אוועק א כללות'דיגע ליניע, שטעלט זיך דער פּינקטליכער אויף פּיצינקע דעטאלן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן ארויסברענגען וואס צו פאררעכטן. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער האלט לאנגע דרשות, באצייכענט דער פּינקטליכער פּינקטליך וואס ס'טויג נישט.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך נישט אפּשטעלן פאר פּראטעסטן. אבער אינדערצייט וואס דער תקיף שטעלט שטארקע טריט, וועט דער פּינקטליכער ווידערהאלטן אז זיי זענען נישט גערעכט.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גיין מיט וואס ס'איז דא. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער בייגט זיך אונטער, וועט עס דער פּינקטליכער קריטיקירן.
דער ברייטהארציגער: שטעלט פאָר ברייטקייט, צעשפּרייטקייט און ליבליכקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט א נטיה צו צעפלויגנקייט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט צו זיין אנדערש, טוט עס דער ברייטהארציגער פאר לופט.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן ענדערש טראכטן ווי ארבעטן. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער איז אינטערעסירט אינעם חשבון, זוכט דער ברייטהארציגער צו זיין באקוועם.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן זיין פארנומען מיט'ן געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער פאררעכט, וועט דער ברייטהארציגער טיילן און פארשפּרייטן.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן האבן א ווענדונג צום ציבור. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער, וועט דער ברייטהארציגער זיך אויסמישן און אריינמישן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן ארומרודערן. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער איז מסדר, וועט דער ברייטהארציגער העלפן, טיילן און מאכן גערודער.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן גלייכן ווען ס'גיסט זיך. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער גלייכט דעם זאפט, וויל דער ברייטהארציגער אז ס'זאל גענוג פאר יעדן.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן ווייזן פויסטן. אבער אינדערצייט וואס א תקיף האלט זיך מיט'ן זייניגן, וועט זיך דער ברייטהארציגער צעשפּרייטן און קאמאנדעווען.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גלייכן דעם ציבור. אבער אינדערצייט וואס א אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו, וועט דער ברייטהארציגער אויפטרייבן, איבערטרייבן און אויסשפּרייטן.
דער געלונגענער: שטעלט פאָר אהערגעשטעלטקייט און רעספּעקט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן ווילן זיין פאראויס. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט עפּעס אנדערש און ספּעציעל, גייט דער געלונגענער מיט'ן סטאנדארט און שטעלט עס אהער שיין.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן אויס'חשבונ'ען צי זאכן לוינען זיך. אבער א וויסנשאפטלער שטייט נאך אלעם אוועק און באהאלט זיך, מה שאין כן דער געלונגענער שפּאנט פאראויס און שטעלט זיך אהער.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן האבן א מעסעדזש פאר'ן געזעלשאפט. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער צוימט און פאררעכט, לייגט דער געלונגענער פאָר נאר וואס ס'נעמט גוט אויס.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן האבן א בליק צום ציבור. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט זיך אריינמישן און אויסמישן, געט דער געלונגענער אכטונג אויף זיין אימעדזש.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זוכן אויפצוטון. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער רודערט צו פארזיכערן, איז דער געלונגענער נאר דא בשעת דער מצב איז גוט.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן ציען צו שיינקייט. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער גייט פאר'ן גלאנץ, זוכט דער געלונגענער פאָרצושטעלן.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיך האלטן אין צענטער. אבער אינדערצייט וואס א תקיף טרעט הארט, וועט דער געלונגענער זיך ארויסהייבן.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן ארבעטן לטובת הציבור. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט עס צו מיט א געוויסע קנעכטשאפט, זוכט דער געלונגענער זיך צו ארויסהייבן און מצליח זיין.
דער רעגוליר(ט)ער: שטעלט פאָר באשיצונג, זיכערקייט און סדר, אז אלעס זאל קלאפּן לויט'ן טאקט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן זיך זארגן ווען יעדער איז רואיג. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער קומט אויף מיט עפּעס וואס קיינער האט נישט אינזין געהאט, עסקנ'ט דער רעגוליר(ט)ער אויף די פשוט'ע זאכן.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן באטראכטן צי זאכן שטימען. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער מאכט פארשידענע חשבונות, קוקט דער רעגוליר(ט)ער בלויז לויט'ן געזעלשאפטליכן איינטיילונג און פּראקטישע סדר.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן האבן (וואס מ'רופט) א געקעסטלטן צוגאַנג. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער שטעלט זיך אויף דעטאלן, שניידט דער רעגוליר(ט)ער לויט א ליניע, כדי צו באשיצן מעמד און מצב.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן זיין פארנומען מיט אנדערע. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער וועט טיילן און מישן, וועט דער רעגוליר(ט)ער כסדר מסדר זיין.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן גלייכן אויפטוען. אבער דער געלונגענער איז דא נאר ווילאַנג ס'זעט אויס גוט, מה שאין כן דער רעגוליר(ט)ער רודערט נאך כדי צו פארזיכערן.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן זיין פארנומען מיט די חברה. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער האט פשוט הנאה דערפון, פילט עס דער רעגוליר(ט)ער ווי א חלק פון זיין שוץ סיסטעם.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיין אין קאמף. אבער אינדערצייט וואס א תקיף פירט אויס, זוכט דער רעגולירער צו מסדר זיין.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זוכן צו דינען. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו יעדן, גייט דער רעגוליר(ט)ער אין צעטיילטקייט און שטעלן 'די' אקעגן 'יענע'.
דער איבערראשטער: שטעלט פאָר געשמאק, הנאה און זאפטיגקייט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן גלייכן אנדערשקייט. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט דעם משמעות'דיגן טיפקייט, גייט דער איבערראשטער פאר'ן געשמאק פון עפּעס ניי.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן גלייכן אינפארמאציע. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער דערגרינטעוועט, האט דער איבערראשטער הנאה פונעם חידוש שבו.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן ארומרודערן. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער שטעלט זיך אויף א נקודה, ווערט דער איבערראשטער באצויבערט פון מערכות.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן גלייכן מצבים. אבער אינדערצייט וואס דער ברייטהארציגער וויל די מענטשן, גייט דער איבערראשטער פאר'ן מצב.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן זוכן גלאנץ. אבער אינדערצייט וואס דער געלונגענער זוכט דעם רעספּעקט, גייט דער איבערראשטער פאר'ן גלאנץ אליין.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זיין פארנומען מיט חברה. אבער אינדערצייט וואס דער רעגוליר(ט)ער דארף עס פאר שוץ, איז דער איבערראשטער אינטערעסירט דערין נאר פאר דער הנאה.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן האבן גאנץ ווייניג מורא. אבער אינדערצייט וואס דער תקיף איז אין קאנטראל איבער זיך, איז דער איבערראשטער היבש צעשפּרינגען.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן גלייכן אויסצוהערן. אבער אינדערצייט וואס דער אונטערטעניגטער שטעלט זיך צו צו יעדן, גייט דער איבערראשטער מיט וואס ס'איז אינטערעסאנט.
דער אנטשלאסענער: שטעלט פאָר פעסטקייט, זעלבסטקאנטראל און מאכט.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן נישט גלייכן ווען מ'טיילט זיי איין וואס צו טון. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט אפיר א סיבה, גייט דער אנטשלאסענער שטארק מיט וואס ער טרעפט פּראקטיש.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן איבערווארפן געפירעכצער. אבער אינדערצייט וואס א וויסנשאפטלער פארארבעט חשבונות וואס לויט אים פרעגן זיי עס אפּ, ווארפט עס דער אנטשלאסענער פשוט איבער.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן דיסציפּלינירן יעדן. אבער אינדערצייט וואס א פּינקטליכער טרעפט אן אויסבעסערונג, שטעלט דער אנטשלאסענער יענעם צו דער וואנט.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן ארויסברענגען א שטארקן קראפט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער בלאזט לופט, פּרעסט דער אנטשלאסענער מיט כח.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן זיך האלטן אין צענטער. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער שטעלט זיך אהער מיט רעספּעקט, איז דער אנטשלאסענער אינטערעסירט בלויז צו מאנעוורירן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן פירן מלחמות. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גרייט צו א 'מערכה', האט דער אנטשלאסענער שוין לאנג אויסגעפירט.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט זארגלאזיגקייט. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער איז צעשפּרינגען, איז דער אנטשלאסענער קלאר און פעסט.
ער ענדלט צום 'אונטערטעניגטן' מיט'ן זיין אראפּגענאגלט מסקנה'דיג. אבער אינדערצייט וואס אן אונטערטעניגטער פאלגט, פּרעסט דער אנטשלאסענער אראפּ.
דער אונטערטעניגטער: שטעלט פאָר נאכגיביגקייט און הארמאניע.
ער ענדלט צום 'אייגנארטיגן' מיט'ן זיין איינגעטונקען אין זייד. אבער אינדערצייט וואס אן אייגנארטיגער זוכט אפיר אן "עפּעס מער", הערט דער אונטערטעניגטער אויס און פאלגט מיט א פשטות.
ער ענדלט צום 'וויסנשאפטלער' מיט'ן 'אויסהערן'. אבער אינדערצייט וואס דער וויסנשאפטלער רעכנט 'אלעס' נאך, פאלגט דער אונטערטעניגטער פשוט אויס.
ער ענדלט צום 'פּינקטליכן' מיט'ן קוקן אויף פּראקטישקייט. אבער אינדערצייט וואס דער פּינקטליכער פארפּינקטליכט עס, פאלגט עס דער אונטערטעניגטער נאך.
ער ענדלט צום 'ברייטהארציגן' מיט'ן בערכ'דיגקייט. אבער אינדערצייט וואס א ברייטהארציגער בלאזט אסאך לופט, וועט דער אונטערטעניגטער זיין אויסגעלאשן.
ער ענדלט צום 'געלונגענעם' מיט'ן גלייכן צוגאַנג. אבער אינדערצייט וואס א געלונגענער ברענגט ארויס זאכן אלס פרישע אייגענע חידושים, געט עס דער אונטערטעניגטער איבער ווי אלטע זאכן.
ער ענדלט צום 'רעגוליר(ט)ן' מיט'ן זיין אינטערעסירט אין אָנגענומענקייט. אבער אינדערצייט וואס א רעגוליר(ט)ער גלייכט אויסצואוועלן וועמען אנצונעמען, פאלגט דער אונטערטעניגטער נאך אלעמען.
ער ענדלט צום 'איבערראשטן' מיט'ן מחשיב זיין א צווייטן. אבער אינדערצייט וואס אן איבערראשטער ברענגט עס ארויס מיט זאפט, קוקט דער אונטערטעניגטער פשוט ארויף אויף יענעם.
ער ענדלט צום 'אנטשלאסענעם' מיט'ן זיין אראפּגענאגלט צו דער אונטערשטער שורה. אבער אינדערצייט וואס אן אנטשלאסענער זוכט אראפּצופּרעסן און אויסצופירן, איז דער אונטערטעניגטער גרייט אויסצופאלגן.
איידער מיר גייען ווייטער, איז ראטזאם צו מברר זיין אז מ'איז קלאר מיט'ן חילוק צווישן יעדע צוויי מידות . אויב נישט, איז מסתמא עפּעס פארקלעבט.
און יעצט אז איך ווייס שוין?
באמת איז וויכטיג פאר יעדן איינציגסטן מענטש, צו קונה זיין די אלע אייגנשאפטן. אבער למעשה זענען זייער ווייניג מענטשן טאקע קונה גענוג דערפון, ווען דאס רוב שפּארט זיך איין אין בלויז אפּאר מידות. זייענדיג איינגעשפּארט, איז אוממעגליך צו קונה זיין א צווייטער מידה. אפשר קען מען נעמען אביסל דערפון אויף צו באפעסטיגן דאס אייגענע, וואס דאס איז ווייט פון גענוג.
דורכ'ן אידענטיפיצירן דער אייגענער תכונה, באקומט מען א שטיקל זעלבסטבילד, אזויווי פון א שפּיגל. מ'פארשטייט וואס מ'איז אליין, אלס א דבר והיפכו פון א צווייטן. איינמאל מ'ווייסט וואו מ'איז איינגעטונקען, איז מען אויטאמאטיש מער נישט זיין 'אזוי' איינגעטונקען. ווייל מ'ווייסט וויאזוי ס'הייסט, קען מען עס אנכאפּן און זען אויך פונדרויסן.
דערנאך איז גוט צו דורכפירן די אויבנדערמאנטע געפילן אין הארץ און אין מחשבה, און דערביי צוזאמשטעלן יעדעס איינע באזונדער מיט דער מידה פון 'אנטשלאסנקייט'. אזא סארט עקסערסייז העלפט קודם בויען די מידות, אז זאל מען זיי קענען נוצן ווען מ'דארף זיי, ווען אין דער זעלבער צייט פארשטערקערט מען דאס אנטשלאסנקייט אויך. דאס איז גורם אז מ'זאל פילן לעבעדיג און קענען פארנעמען מענטשן, פּלעצער, אומשטענדן אא"וו וואס זענען אנדערש. נאכמער, עס ערמעגליכט אפילו צו בויען א קשר מיט זיי.
אויך זענען דא באשטימטע פעולות וואס העלפן ארויפברענגען דעם געפיל פון יעדע מידה עקסטער, ווי פאלגענד:
אייגנארטיגקייט (1, אא"נ 4): דורך אננעמען עקסטערע הייליגקייטן וואס פארלאנגט זיך נישט מצד'ן ציבור, מ'דארף זיך אבער נישט עקשנ'ען און אויך נישט אוועקשוועבן.
וויסנשאפטליכקייט (2, אא"נ 5): דורך חשבונ'ען, נאכטראכטן און פאָרשן, מ'דארף אבער איבערשמועסן זאכן מיט אנדערע כדי נישט צו ווערן איזאלירט.
פּינקטליכקייט (3, אא"נ 1): דורך דעטאלירטע ארבעט, מ'דארף אבער וויסן ווען ס'איז שוין גענוג פּינקטליך מצד דעם פארלאנג וואס ס'נויטיגט זיך.
ברייטהארציגקייט (4, אא"נ 2): דורך צעשפּרייטע פירונגען, ברייטע שפּראך און אפנהארציגקייט, נעמען און געבן. מ'דארף אבער נישט ווערן צעווישט.
געלונגענקייט (5, אא"נ 3): דורך אהערגעשטעלטע אויפפירונג און פּאסיגע באקליידונג, מ'דארף אבער נישט ווערן פאלש.
רעגולאציע (6): דורך מאכן החלטות, נעמען א זייט און עס באשיצן, מ'דארף אבער נישט קיין איבעריגע מחלוקות.
זאפט און ענטוזיאזם (7): טרעפן מעלות, אויסדרוקן דאנק און קורת רוח. מ'דארף אבער נישט ווערן צעלאזט.
אנטשלאסנקייט (8): דורך שווערע ארבעט מיט אסאך פאקטישע אחריות, שטיין ביי וואס מ'האלט און עס טאקע טון. מ'דארף אבער אויך פארשטיין א צווייטן.
פאלגזאמקייט (9): אויספאלגן אפילו מ'פארשטייט נישט. מ'דארף אבער נישט ווערן קיין קנעכט אדער קרבן ציבור.
ווען איינער איז צו שטארק איינגעטונקען אין א מידה, איז צייט נאכלאזן פון דער צוגעצייכנטער פעולה ביז ער ווערט באלאנצירט.
תמצית: די תועלת פון אנערקענען דער תכונה, איז כדי צו אויפכאפּן אז אונזער צוגאַנג צו זאכן איז נישט דער אבסעלוטער מציאות, ס'איז פשוט וויאזוי מיר ווילן עס אנקוקן.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
א דאנק פארן ממשיך זיין.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
נאר לבקשתך!!! (עס איז פשוט מועתק פונעם געלינקטן ספר, אבער דאך האב איך געדארפט איבערמאכן די סעטינגס.).
נא וואס זאל מען ממשיך זיין? זאל איך ציטירן ווייטער וועגן די דריי חלקי הנפש?
אפשר האט דער עולם וואס צו קאמענטירן און אויסשמועסן?
אדער אן אנדער געדאנק, אז אזויווי אין קול מבשר פראוועט מען יעצט "כשרונות", זאל מען דא רעדן איבער וויאזוי די אלע מידות אפעקטירן דעם גאנג וויאזוי א מענטש וועט קאמפאזירן, בויען און צוזאמשטעלן א ניגון.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
נאכנישט אנגעקומען ליינען דעם קונטרס, עס איז איינע פון די פילע זאכן וואס איך וויל נאך אנקומען...המברך יתברך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:36 amנאר לבקשתך!!! (עס איז פשוט מועתק פונעם געלינקטן ספר, אבער דאך האב איך געדארפט איבערמאכן די סעטינגס.).
נא וואס זאל מען ממשיך זיין? זאל איך ציטירן ווייטער וועגן די דריי חלקי הנפש?
אפשר האט דער עולם וואס צו קאמענטירן און אויסשמועסן?
אדער אן אנדער געדאנק, אז אזויווי אין קול מבשר פראוועט מען יעצט "כשרונות", זאל מען דא רעדן איבער וויאזוי די אלע מידות אפעקטירן דעם גאנג וויאזוי א מענטש וועט קאמפאזירן, בויען און צוזאמשטעלן א ניגון.
נישט קיין שלעכטער פלאן דער כשרונות געדאנק...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אקעי. וועלן מיר אנפאנגען אזוי:
איינער וואס שיקט אריין א ניגון צו כשרונות, פארמאגט שוין אין זיך היבש אסאך 4'קייט. נאר דאס טראגט א מענטש, צו וועלן זיין איינער וואס איז אליינס מחבר א ניגון און נאכדעם זוכן ווער ס'וויל עס אויסהערן. יעצט, דער רצון צו מחדש זיין אין נגינה, איז זייער וויכטיג, ווי יעדער ווייסט, סיי ווייל אין נגינה זוכט מען דאך ארויסצוברענגען אן אויטענטישע געפיל, און סיי ווייל צו איבער'חזר'ן דאס אלטע איז געווענליך נישט אינטערעסאנט.
יעצט:
1) ווען דו ווילסט מאכן א הקפה ניגון פאר א חסידות, דארפסטו דווקא זוכן צו זיין בכלל נישט אויטענטיש. ווייל א] זיי וועלן נישט וועלן אריינברענגען דיין אויטענטישקייט. ב] עס וועט נישט קלעבן צו זיי. ] עס וועט נישט קענען קלאפן. וואס יא? דו קענסט ניצן דיינע סענסארס אויפצוכאפן וואס איז די השראה פון א הקפה ניגון ביי דער חסידות, און מאכן דעם ניגון אויף אזא וועג, אז ס'זאל ממש ארויסברענגען דער השראה און יא קלעבן און קלאפן צו וואס דער חסידות וויל מרגיש זיין אין די מינוטן.
עס איז באקאנט אז דער באקאנטער מלחין הרה"ח ר' בעריש ווישאווער ז"ל האט געמאכט ניגונים פאר אלע גרויסע רבי'ס פון זיין צייט, ובתוכם פאר מו"ר הרה"ק מסאטמאר זצ"ל. יעדע ניגון וואס ער האט געשיקט צו סיי וועלכע חסידות, האט ער ספעציעל דעזיינט מיט דער השראה פון יענע חסידות. למשל ביי סאטמאר רב זצ"ל'ס שלום עליכם ניגון, האט ער זיך אנגעטון א טלית און אוועקגעשטעלט צו א געדעקטן שבת טיש, און ער האט גע'דמיונ'ט אז ער איז יעצט סאטמאר רב, און אזוי מחבר געווען דעם ניגון.
אבער אויב דארף איך מאכן דעם ניגון אזויווי יענער וויל, וואס העלפט מיר דער 4'קייט?
דער תירוץ איז, אז דער 4'קייט העלפט מיר אויפצוכאפן יענעם השראה און אפשר אויך וואספארא סארט קנייטשן, ביעט וכדומה יענער דארף, אבער נישט ממש יענעמ'ס תנועות, וואס וועט גורם זיין אז דער ניגון זאל זיין א פשוט'ע ליקוט פון יענעמ'ס אלטע ניגונים.
און דאס וואס מיר זאגן דא לגבי א הקפה ניגון פון א חסידות, איז אויך נוגע לגבי סיי וועלכע ניגון דו ווילסט מאכן, אז דו דארפסט כאפן ווער דיין פאטענציאלע קאסטומער איז. און דאס מיינט, אז דו מוזסט אביסל אויפגעבן פון דיין אבסעלוטישע נגיעה צו דיין אייגענע 4'קייט, כדי אז דו זאלסט עס קענען מאכן ארבעטן.
פאר איך בין ממשיך ווייטער, וואס זאגט דער עולם צו דעם?

זייער זייער גוט אראפגעלייגט
א דאנק
א דאנק
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
כ'האב זייער הנאה...
כ'ווארט נאר זאלסט אנקומען צו מיין נומבער.
כ'ווארט נאר זאלסט אנקומען צו מיין נומבער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
האסט אריינגעשיקט א ניגון צו "כשרונות"?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
וועלן מיר ממשיך זיין מיט'ן 4'ער וואס שיקט אריין א ניגון, וואס איז נוגע באמת פאר אלע טייפס, ווען אימער זיי געפונען זיך אין 4'ער מאוד, דהיינו, זיי זוכן "השראה", הייליגקייט, ביקוש, אנדערשקייט (נישט מצוות אנשים מלומדה, ווי עס לויטעט דער שפעט-ניגון: קאפיקעט, קאפיקעט, בעלאנג אין דהע גארבעדזש) וכו', און זיי זוכן צו ערצייגן א ניגון, וואס וועט שוין ענדליך יא ארויסברענגען די טיפענישן פון זיין נשמה אויף אן אופן וואס מענטשן זאלן עס שוין ענדליך יא דערהערן, און אפשר, יא אביסל קאננעקטן דערצו.
איז אזוי, פונקט ווי בשעת דו מאכסט א ניגון וואס טארגעט א געוויסע פלאץ, דארפסטו לייגן דיין אייגנארטיגקייט אין דער זייט, און אינגאנצן סערווירן דעם פלאץ, דאס זעלבע איז לגבי סיי וועלכע ניגון, מיט וואס דו ווילסט טארגעטן דעם פלאץ וואס הייסט "וועלט", דארפסטו אויך לייגן דיין אייגנארטיגקייט אין דער זייט, און אינגאנצן סערווירן דעם פלאץ וואס הייסט "וועלט".
אוי וויי, דאס איז שרעקעדיג...
(המשך יבוא בעז"ה).
איז אזוי, פונקט ווי בשעת דו מאכסט א ניגון וואס טארגעט א געוויסע פלאץ, דארפסטו לייגן דיין אייגנארטיגקייט אין דער זייט, און אינגאנצן סערווירן דעם פלאץ, דאס זעלבע איז לגבי סיי וועלכע ניגון, מיט וואס דו ווילסט טארגעטן דעם פלאץ וואס הייסט "וועלט", דארפסטו אויך לייגן דיין אייגנארטיגקייט אין דער זייט, און אינגאנצן סערווירן דעם פלאץ וואס הייסט "וועלט".
אוי וויי, דאס איז שרעקעדיג...
(המשך יבוא בעז"ה).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
נאופס.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 12:57 pmהאסט אריינגעשיקט א ניגון צו "כשרונות"?
צו מיין נומבער וועסטו אנקומען די לעצטע... ס'איז א ניין געמישט מיט איינס.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
פארוואס איז דאס שרעקעדיג?
ביי אלע אנדערע טייפס, ווען דו ביסט זיי מסביר דעם תועלת פון זיך צו צושטעלן צום פארלאנג, איז עס טאקע א זאך וואס איז סותר זייער 4'קייט, און אזויווי יעדער מענטש האט דאך 4'קייט אין זיך, וועט עס אים טאקע זיין שווער, איז עס אבער נישט סותר צו זיין הויפט-תכונה-מידה, און ממילא, וועט ער קענען גיין דערמיט. עס פילט אפשר ווי זיין קאפ טוט וויי, אבער ער ווערט נישט דערפון קיין חולה כל הגוף, וויבאלד נישט דאס איז זיין גאנצער גוף. און אדרבה, איינמאל ער וועט זען, אז דורכ'ן מוותר זיין אויף זיין אויטענטישקייט, וועט זיין אייגענע מידה אנפאנגען צו ארבעטן בעסער, און ארויסברענגען זיינע ספעציעלע כחות און כשרונות, דווקא לויט'ן געשמאק און ווילן פון דער סביבה, וועט אים שוין אויך דער קאפווייטאג אוועקגיין, און ער וועט אנפאנגען פילן זייער גוט מיט זיך.
למשל: ווען דער 5'ער וויל חקר'ען אייגנארטיגקייט, וועט ער אויספארשן צי ווערים האבן א גערוך, און אויב יא, צי דער ריח שטאמט פונעם ווארעם זעלבסט אדער פון דער סביבה אין וואס ער געפונט זיך. אבער אויב דו וועסט אים מסביר'ן אז די דאזיגע חקירה וועט נישט נוגע זיין קיינעם, און אדרבה, דער גאנצער קונטרס וואס וועט פובליצירן דיין חקירה, וועט פלוצלינג פארשפרייטן דעם אומאנגענעמן גערוך וואס די ווערים האבן (נישט), קען ער עס מקבל זיין, און יעצט אנפאנגען חקר'ען וואספארא נושאים די פובליקאציעס גלייכן, און שרייבן א חקירה אויף דעם אליין גאר...
ווען דער 2'ער וויל טיילן זיינע היימישע אויסגעוועלגערטע פיצא, און ער וועט זען גלייך אז מ'וויל עס נישט, וועט ער עס אפשר פארשטיין, און אנהייבן טיילן געפעקלטע רייס קעיק, וואס דער עולם וועט יא באדאנקען און הנאה האבן...
שוין אפגערעדט, אז דער 3'ער, 6'ער און 9'ער, וואס לעבן אינגאנצן אינעם באבל פון צושטעלן וואס ס'פאסט פאר'ן היימישן עולם, וועט דאך זיכער, אפילו מיט'ן אריינלייגן דאס מערסטע אייגנארטיגקייט וואס ער קען נאר, דאך זיין אין סטייל (דער 3-6 ענדערש אין וואס מ'רופט סטייל, בפרט אויב ער האט נאך אביסל 7'קייט דערצו... און דער 9'ער מיט וואס יעדער פלעגט אמאל טון...)...
בלייבט איבער דער אכטער און דער זיבענער, וואס וועלן פארשטיין ביידע צדדים, און מסתמא אהערשטעלן א שיינעם מיקס...

נא, פארדעם האב איך דאך געפרעגט...וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:19 pmנאופס.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 12:57 pmהאסט אריינגעשיקט א ניגון צו "כשרונות"?
צו מיין נומבער וועסטו אנקומען די לעצטע... ס'איז א ניין געמישט מיט איינס.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 295
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
מה שאין כן דער 4'ער, וואס איז אינגאנצן אייגעטונקען אין 4'קייט, און קען זיך זען אהערשטעלן עפעס קלאסיש..., עפעס געשמאק..., עפעס וואס דער עולם גלייכט... (שוין ווייטער מיטן עולם! שוין ווייטער מצות אנשים מלומדה!), עפעס וואס א צווייטער קען אויך קאננעקטן דערצו...
וואס גייסטו אים מסביר זיין?
וויאזוי גייט ער אהערשטעלן עפעס אייגנארטיג, עפעס ONE OF A KIND, עפעס א חידוש, עפעס געשמאק, עפעס קלאסיש, עפעס וואס איינער וועט אפילו אויסהערן?...
(@וואוילער , אפשר קענסטו אים פרובירן צו העלפן?).
וואס גייסטו אים מסביר זיין?
וויאזוי גייט ער אהערשטעלן עפעס אייגנארטיג, עפעס ONE OF A KIND, עפעס א חידוש, עפעס געשמאק, עפעס קלאסיש, עפעס וואס איינער וועט אפילו אויסהערן?...
(@וואוילער , אפשר קענסטו אים פרובירן צו העלפן?).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
הממ... כ'וועל אים ערשט זאגן אז אויב וועט זיין קאנפידענט און אליינס הנאה האבן פון וואס ער מאכט, וועט דאס די עולם גלייכן, אפילו ס'נישט פונקטליך וואס זיי ווילן און זענען געוואוינט, אבער יעדער האט ליב נאטורליכקייט.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:32 pm מה שאין כן דער 4'ער, וואס איז אינגאנצן אייגעטונקען אין 4'קייט, און קען זיך זען אהערשטעלן עפעס קלאסיש..., עפעס געשמאק..., עפעס וואס דער עולם גלייכט... (שוין ווייטער מיטן עולם! שוין ווייטער מצות אנשים מלומדה!), עפעס וואס א צווייטער קען אויך קאננעקטן דערצו...