אויב קען מען טעסטן צי די מאמע איז אימיונט וואס איז פשט פון צווינגען א וואקסין? פארגעס נישט, נאך אלעם איז צווינגען א וואקסין אין אמעריקע א קאנטראווערסיאלע נושא; אין אמעריקע דארף ווען זיין פרייהייט פאר יעדן צו באשליסן וואס ער וויל, נאר אז ס'איז א סכנה פארן רבים האט די סופרים קאורט מקיל געווען, די מינוט ס'איז דא וועג אויפצואווייזן אז איך בין נישט אויסגעשטעלט צו דעם ווירוס האט נישט קיין הענט און פיס צו באצווינגען אזאנס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:45 pm @Think and Thank ריכטיג. אבער:
1) מיר פרומע אידן אוינען נישט אמעריקא... און ליידער די מיעוט שבמיעוט נארמאלע גויים אויך נישט. סוי דער געזעץ ווערט דאך געמאכט לויט די געברויך פון רוב פאלק.
די אמת'ע סיבה פארוואס מ'האט עס באצווינגען איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס די יעניגע שעמען זיך דערמיט און כדרכם של הליבעראלן איז גרינגער צו משוגע מאכן א גאנצע לאנד איידער זאגן יענעם צו נעמען אחריות אויף זיינע מעשים.
ווי ווייט איך ווייס איז די איינציגסטע וועג עס איבערצוגעבן דורך בלוט וכדו' פונעם קראנקן וואס טרעפט זיך מיט בלוט פון א צווייטן. למשל? אויב א דאקטער וועט ניצן אומסטערעליזירטע כלים אויף א פאציענט וואס וועט האבן שריים פון א קראנקן.. (אדער פון מאמע צו קינד אויב זי איז אויסגעשטעלט דערצו).דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:45 pm 2) ס'איז נאך אלס א שאלה וויפיל שאנסן א היימיש קינד האט עס צו כאפן. אנדערע טענה'ן אז ס'דארף נאר זיין איין מאמע וואס איז געווארן פאזיטיוו נאכ'ן טעסט בעפאר'ן געבורט, אדער געהאט א אומריכטיגע/פאלשע טעסט, און איר קינד קען עס איבערגעבן פאר הונדערט קינדער וואס זענען נישט אימיונט.
איך זאג נישט אז ס'איז וויכטיג, נאר אז ס'איז דיבעיטעבל, נישט אזוי צום שעלטן די רעקאמאנדאציע...