כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
חלא בר חמרא
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
- Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
- x 817
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@פשוט פשט קום אריין מיט דיינע מאטיוון!
אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ נְאֻם יְהוָה (ירמיה כג, כד)
ווארף נישט קיין באמבע, און דערנאך ווען מ'דארף געבן דין וחשבון אנטלויפן אין די מויז-לעכער...

באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היינט האבן אונז מיטגעהאלטן א באזיך פון די CPS ביי איינע פון די לב טהור קינדער וואס מען האט בכפי' אוועק גענומען פון זיינע עלטערן, און די קינד האט זיך געבעטן מיט טרערן ביי די סאשעל ווארקער אז מען זאל עם/איר לויזן ביי די ערב רב גוטהארציגע איד וואס האט אריין גענומען דאס קינד, און זיך געבעטן נישט צוריק שיקן צו די אייגענע עלטערן, פארציילענדיג וואס ער/זי איז אלץ אדורך און די קורץ אינגע לעבן, אם אבן הוא נימוח, אפי' די סאשעל ווארקער האט פשוט מיטגעוויינט מיטן קינד, (נישט אז דאס איז די ערשטע מאל וואס מיר האלטן מיט אזא סצענע, נאר דאס איז פון היינט).
עס איז צו האפען אז די עלטערן זאלן שוין רחמנות האבן אויף זייערע אייגענע קינדער, און זיך אפלויזן פון די קליפה.
עס איז צו האפען אז די עלטערן זאלן שוין רחמנות האבן אויף זייערע אייגענע קינדער, און זיך אפלויזן פון די קליפה.
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווארט נישט אויף קיין תשובה, געב א קוק איבער זיינע תגובות ביז אהער, און זיינע מאטיוון וועלן זיין קלאר.חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:35 pm @פשוט פשט קום אריין מיט דיינע מאטיוון!
אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ נְאֻם יְהוָה (ירמיה כג, כד)
ווארף נישט קיין באמבע, און דערנאך ווען מ'דארף געבן דין וחשבון אנטלויפן אין די מויז-לעכער...
-
קום אריין קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
- x 91
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@על פי תורה אים באדערט אז ווען דו בארעדסט אים טוסטו וויי אלע זיינע בני משפחה (בד''ו איך בין זייער גוט מיט איינער פון זיינע איידעמער און ער שעמט זיך פשוט ארויס צו וואקן אויפן גאס נאך יעדע פון די מעסיזשעס)על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:03 pmאיך וויל פארשטיין פארוואס דאס הייסט א עוולה. א יוד וואס שטיצט אפיצעל לב טהור, אפגעזען וואו ער וואוינט, פארוואס מעג מען דאס נישט מפרסם זיין?פשוט פשט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 2:10 pmרבותי עס איז געטוהן געווארן לפענ"ד א שריט וואס איז אומבארעכטיגט און איז א קראס ליין און אנטקעגן אונזער קאמיוניטי ותוצאותיו מי ישרנה..post_id=233283 האט געשריבן:מיטוואך דעצעמבער 31, 1969 7:42 pm
טאמער איז דאס אמת איז דאס טאקע אן עוולה פון דעם ראזנער, אבער עס בארעכטיגט נישט בשו"א צו קעיר נעמען פון עוולות פון פריוואטע אידן תושבי נ.י. דא אויף אידטיש אויף אן אומאחריותדיגע אויפן.
אן קיין קלארע צעטל מפורסם פון אויסגערופענע רבנים האט מען נישט קיין רעכט צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד (מען רעד נישט פון גוואטעמאלא נאר) א באוויסטער פערזאן פון אונזער קאמיוניטי ווען דער איד (לפי ידיעותי) וואוינט דאהי צווישן אחב"י כאחד מהם, דאווענט אין לערענט און דא אין בית מדרש, האט א ווייב מיט קינדערליך שלא חטאו (און אפשר אפ' אייניקלעך) וואס לערנען אין אונזערע מוסדות התורה, האט פולע משפחה און קרובים פון ביידע זייטן איבער גרעיטער נ.י. וואס אלע און איינעם גייען ווערן אפעקטעט פארן לעבן וועגן דיע איינע מיסטעיק און עוולה וואס ווערט געטוהן דא אויף אידטיש.
טאמער איינער פון דאהי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז ער און דורותיו ודורי דורותיו זענען אלע מחיוב מיתה לעולם און מען דארפ ארויסקומען און זיי באשמיצן און באגראבן ברבים - זייט אזוי גוט און גייט ערשט צו 3 פערמאנענטע לאקאלע רבנים דאהי און נעמט ארויס א קול קורא און זייט עס מפרסם. דאס דארף און מוז געטוהן ווערן נאר ע"י לאקאלע פערמענאנטע רבנים. נקודה.
ער האלט דאך אז ער טוט ריכטיג, ניין? וואס איז די גרויסע עוולה פון פלעין באקאנט מאכן די אינפארמעישן אז ער שטיצט לב טהור?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז יעדער זאל וויסן אז איך שטיץ כולל שומרי החומות, איך קען אפילו לייגן מיין נאמען דא.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער וואס איז שולדיג אין די בושות, איז דעם איידעם'ס שווער.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:06 pm@על פי תורה אים באדערט אז ווען דו בארעדסט אים טוסטו וויי אלע זיינע בני משפחה (בד''ו איך בין זייער גוט מיט איינער פון זיינע איידעמער און ער שעמט זיך פשוט ארויס צו וואקן אויפן גאס נאך יעדע פון די מעסיזשעס)על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:03 pmאיך וויל פארשטיין פארוואס דאס הייסט א עוולה. א יוד וואס שטיצט אפיצעל לב טהור, אפגעזען וואו ער וואוינט, פארוואס מעג מען דאס נישט מפרסם זיין?פשוט פשט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 2:10 pm
רבותי עס איז געטוהן געווארן לפענ"ד א שריט וואס איז אומבארעכטיגט און איז א קראס ליין און אנטקעגן אונזער קאמיוניטי ותוצאותיו מי ישרנה..
טאמער איז דאס אמת איז דאס טאקע אן עוולה פון דעם ראזנער, אבער עס בארעכטיגט נישט בשו"א צו קעיר נעמען פון עוולות פון פריוואטע אידן תושבי נ.י. דא אויף אידטיש אויף אן אומאחריותדיגע אויפן.
אן קיין קלארע צעטל מפורסם פון אויסגערופענע רבנים האט מען נישט קיין רעכט צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד (מען רעד נישט פון גוואטעמאלא נאר) א באוויסטער פערזאן פון אונזער קאמיוניטי ווען דער איד (לפי ידיעותי) וואוינט דאהי צווישן אחב"י כאחד מהם, דאווענט אין לערענט און דא אין בית מדרש, האט א ווייב מיט קינדערליך שלא חטאו (און אפשר אפ' אייניקלעך) וואס לערנען אין אונזערע מוסדות התורה, האט פולע משפחה און קרובים פון ביידע זייטן איבער גרעיטער נ.י. וואס אלע און איינעם גייען ווערן אפעקטעט פארן לעבן וועגן דיע איינע מיסטעיק און עוולה וואס ווערט געטוהן דא אויף אידטיש.
טאמער איינער פון דאהי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז ער און דורותיו ודורי דורותיו זענען אלע מחיוב מיתה לעולם און מען דארפ ארויסקומען און זיי באשמיצן און באגראבן ברבים - זייט אזוי גוט און גייט ערשט צו 3 פערמאנענטע לאקאלע רבנים דאהי און נעמט ארויס א קול קורא און זייט עס מפרסם. דאס דארף און מוז געטוהן ווערן נאר ע"י לאקאלע פערמענאנטע רבנים. נקודה.
ער האלט דאך אז ער טוט ריכטיג, ניין? וואס איז די גרויסע עוולה פון פלעין באקאנט מאכן די אינפארמעישן אז ער שטיצט לב טהור?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז יעדער זאל וויסן אז איך שטיץ כולל שומרי החומות, איך קען אפילו לייגן מיין נאמען דא.
א מענטש וואס שטיצט זיי, מוז ווערן אפגעשטעלט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נאר נאך מעסעדזשעס פון ע"פ תורה אדער אין כל חדש שעמען זיי זיך, אדער אויך נאך אזעלכע מעסעדזשעס?
עס איז באמת א הארצוויי אז די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער דארפן ליידן צוליב די רשעות און רציחות פונ'ם טאטן/ברודער, ויה"ר שילמדו תועים בינה און זיי זאלן בקרוב במהרה אפלאזן די קליפה - אדער כאטש אויפהערן אקטיוו שטיצן און שאפן געלט פאר זייערע פינסטערע צוועקן - און די משפחה וועט זיך מער נישט דארפן שעמען, והשיב לב אבות וכו' (מ'טאר שוין נישט לערנען).

אפלויזן איט איזאין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:43 pm היינט האבן אונז מיטגעהאלטן א באזיך פון די CPS ביי איינע פון די לב טהור קינדער וואס מען האט בכפי' אוועק גענומען פון זיינע עלטערן, און די קינד האט זיך געבעטן מיט טרערן ביי די סאשעל ווארקער אז מען זאל עם/איר לויזן ביי די ערב רב גוטהארציגע איד וואס האט אריין גענומען דאס קינד, און זיך געבעטן נישט צוריק שיקן צו די אייגענע עלטערן, פארציילענדיג וואס ער/זי איז אלץ אדורך און די קורץ אינגע לעבן, אם אבן הוא נימוח, אפי' די סאשעל ווארקער האט פשוט מיטגעוויינט מיטן קינד, (נישט אז דאס איז די ערשטע מאל וואס מיר האלטן מיט אזא סצענע, נאר דאס איז פון היינט).
עס איז צו האפען אז די עלטערן זאלן שוין רחמנות האבן אויף זייערע אייגענע קינדער, און זיך אפלויזן פון די קליפה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זאג דעם איידעם אז עס איז דא זייער אסאך הילף פאר דעם, ס'איז נישט דער ערשטער שווער וואס די איידעמער שעמען זיך מיט אים. און אויב ער האלט נישט ווי זיין שווער איז זיך נישטא וואס צו שעמען, די ערשטע און בעסטע טעראפי פאר דעם איז אז ער זאל זאגן אין כולל וכדו' אז ער האלט אויך אז זיין שווער איז ראנג. עס איז דא נאך גוטע עצות פאר א שווערער שווער, ער זאל זיך נישט שעמען צו בעטן הילף. ער קען קאלן רעליעף וכדו'.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:06 pm
@על פי תורה אים באדערט אז ווען דו בארעדסט אים טוסטו וויי אלע זיינע בני משפחה (בד''ו איך בין זייער גוט מיט איינער פון זיינע איידעמער און ער שעמט זיך פשוט ארויס צו וואקן אויפן גאס נאך יעדע פון די מעסיזשעס)
-
קום אריין קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
- x 91
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@Think and Thank דו האלטס טאקע קאפThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:11 pm נאר נאך מעסעדזשעס פון ע"פ תורה אדער אין כל חדש שעמען זיי זיך, אדער אויך נאך אזעלכע מעסעדזשעס?
עס איז באמת א הארצוויי אז די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער דארפן ליידן צוליב די רשעות און רציחות פונ'ם טאטן/ברודער, ויה"ר שילמדו תועים בינה און זיי זאלן בקרוב במהרה אפלאזן די קליפה - אדער כאטש אויפהערן אקטיוו שטיצן און שאפן געלט פאר זייערע פינסטערע צוועקן - און די משפחה וועט זיך מער נישט דארפן שעמען, והשיב לב אבות וכו' (מ'טאר שוין נישט לערנען).
איך מיין אז דו זאלסט מיר ענדערשער פאלאון אויף לינקדון דארטן וועסטו מער קלוגער ווערן
-
חלא בר חמרא
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
- Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
- x 817
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן ער זאל זיך הרג'נען די שלום בית וויבאלד דו ווילסט???מקשין העולם האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:19 pmזאג דעם איידעם אז עס איז דא זייער אסאך הילף פאר דעם, ס'איז נישט דער ערשטער שווער וואס די איידעמער שעמען זיך מיט אים. און אויב ער האלט נישט ווי זיין שווער איז זיך נישטא וואס צו שעמען, די ערשטע און בעסטע טעראפי פאר דעם איז אז ער זאל זאגן אין כולל וכדו' אז ער האלט אויך אז זיין שווער איז ראנג. עס איז דא נאך גוטע עצות פאר א שווערער שווער, ער זאל זיך נישט שעמען צו בעטן הילף. ער קען קאלן רעליעף וכדו'.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:06 pm
@על פי תורה אים באדערט אז ווען דו בארעדסט אים טוסטו וויי אלע זיינע בני משפחה (בד''ו איך בין זייער גוט מיט איינער פון זיינע איידעמער און ער שעמט זיך פשוט ארויס צו וואקן אויפן גאס נאך יעדע פון די מעסיזשעס)
ער קען דאווענען צום שומע תפלת כל פה.
ווען דו האסט אן עצה פאר בזיונות פון א שווער אל תמנע טוב און לייג עס פאר'ן ברייטן ציבור.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הייסט דאס וואס עס שטייט און שלחן ערוך מערערע אופנים אז ווען א מענטש איז עובר, דארף מען עם פארשעמען ברבים, ווי שמוסען ביים דאווענען, גוערין בו, איז נאר געזאגט געווארן ביי א גר וואס האט נישט קיין משפחה וואס זאל פארשעמט ווערען???????, די תורה הקדושה האט נישט אזוי רחמנות געהאט אויף די משפחה ארום פון אן עבריין ווי ער האט רחמנות?????, ליידער ליידער נאך צענדליגע צענדליגע התראות גייט חיים ראזנער פון קרית יואל אן 24 שעה אטאג בכל כוחו נפשו ומאודו, אפצוראטעווען לב טהור פון אונטערגיין בס"ד, און עס גייט עם נישט אן די בלוט פון די תושבי גוטעמאלא, וואס אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביי זיי פליסט אויך בלוט און די אדערן, און זיי זענען גארנישט אנדערשט ווי איעדע אידיש קינד און אמעריקא וואס מען דארף רחמנות האבן אויף.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:06 pm@על פי תורה אים באדערט אז ווען דו בארעדסט אים טוסטו וויי אלע זיינע בני משפחה (בד''ו איך בין זייער גוט מיט איינער פון זיינע איידעמער און ער שעמט זיך פשוט ארויס צו וואקן אויפן גאס נאך יעדע פון די מעסיזשעס)על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:03 pmאיך וויל פארשטיין פארוואס דאס הייסט א עוולה. א יוד וואס שטיצט אפיצעל לב טהור, אפגעזען וואו ער וואוינט, פארוואס מעג מען דאס נישט מפרסם זיין?פשוט פשט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 2:10 pm
רבותי עס איז געטוהן געווארן לפענ"ד א שריט וואס איז אומבארעכטיגט און איז א קראס ליין און אנטקעגן אונזער קאמיוניטי ותוצאותיו מי ישרנה..
טאמער איז דאס אמת איז דאס טאקע אן עוולה פון דעם ראזנער, אבער עס בארעכטיגט נישט בשו"א צו קעיר נעמען פון עוולות פון פריוואטע אידן תושבי נ.י. דא אויף אידטיש אויף אן אומאחריותדיגע אויפן.
אן קיין קלארע צעטל מפורסם פון אויסגערופענע רבנים האט מען נישט קיין רעכט צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד (מען רעד נישט פון גוואטעמאלא נאר) א באוויסטער פערזאן פון אונזער קאמיוניטי ווען דער איד (לפי ידיעותי) וואוינט דאהי צווישן אחב"י כאחד מהם, דאווענט אין לערענט און דא אין בית מדרש, האט א ווייב מיט קינדערליך שלא חטאו (און אפשר אפ' אייניקלעך) וואס לערנען אין אונזערע מוסדות התורה, האט פולע משפחה און קרובים פון ביידע זייטן איבער גרעיטער נ.י. וואס אלע און איינעם גייען ווערן אפעקטעט פארן לעבן וועגן דיע איינע מיסטעיק און עוולה וואס ווערט געטוהן דא אויף אידטיש.
טאמער איינער פון דאהי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז ער און דורותיו ודורי דורותיו זענען אלע מחיוב מיתה לעולם און מען דארפ ארויסקומען און זיי באשמיצן און באגראבן ברבים - זייט אזוי גוט און גייט ערשט צו 3 פערמאנענטע לאקאלע רבנים דאהי און נעמט ארויס א קול קורא און זייט עס מפרסם. דאס דארף און מוז געטוהן ווערן נאר ע"י לאקאלע פערמענאנטע רבנים. נקודה.
ער האלט דאך אז ער טוט ריכטיג, ניין? וואס איז די גרויסע עוולה פון פלעין באקאנט מאכן די אינפארמעישן אז ער שטיצט לב טהור?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז יעדער זאל וויסן אז איך שטיץ כולל שומרי החומות, איך קען אפילו לייגן מיין נאמען דא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ווייס ערשטהאנטיג פון גאר א גרויסער רב וואס האט געפסקנט אים צו באשמוצן מיטן נאמען. און אויב עס העלפט נישט, אים געהעריג פארמסרן. יעצט העט מען זיך שוין אפרעכענען מיט אים פאר די טעללער קידנעפינג אויכעט. השמר והזהר. כבין בכלל נישט מגזם מיט מיינע רייד. ולהוי ידוע אז הרב בלום פאלגט יענעם דעת תורה אויכעט סאו דא גייט באמת זיין די דאזיגע קאנצעקווענצן וואס כהאב געשריבן.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 7:36 pmאני הק' בין געוועהן ביי א גרויסע רב פון ברוקלין אינדערהיים ווען אי''ר איז געוועהן דארטן מיט א גרויסע כלי(אפענע?) און געוויזן קליפס און בילדער פון ל''ט וכדו' און מסביר געוועהן ווי די עסקנים זענען ממש רוצחים וכדו'Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:57 pm
איך ווייס נישט קיין נאמען אבער הגאון הרב ווייס שליט"א זאגט אז לב טהור אליין האט אים גערופן. לפי חשבון איז דאס ווארשיינליך אי"ר ווייל ער האט דעמאלס ארומגערופן צו אסאך רבנים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:35 pmפאר ווער עס האט אביסל מיטגעהאלטן דאמעלטס האט זיין שווער'ס משפחה געהאלפן אז ער זאל אפקומען מיט א קליינע שטראףמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:27 pmאיך ווייס ערשטהאנטיג פון גאר א גרויסער רב וואס האט געפסקנט אים צו באשמוצן מיטן נאמען. און אויב עס העלפט נישט, אים געהעריג פארמסרן. יעצט העט מען זיך שוין אפרעכענען מיט אים פאר די טעללער קידנעפינג אויכעט. השמר והזהר. כבין בכלל נישט מגזם מיט מיינע רייד. ולהוי ידוע אז הרב בלום פאלגט יענעם דעת תורה אויכעט סאו דא גייט באמת זיין די דאזיגע קאנצעקווענצן וואס כהאב געשריבן.קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 7:36 pm
אני הק' בין געוועהן ביי א גרויסע רב פון ברוקלין אינדערהיים ווען אי''ר איז געוועהן דארטן מיט א גרויסע כלי(אפענע?) און געוויזן קליפס און בילדער פון ל''ט וכדו' און מסביר געוועהן ווי די עסקנים זענען ממש רוצחים וכדו'
איךבין זיכער אז אויב ווערט ער נאכאמאל אנגעקלאגט (אויב מען קען אפי'. כדאי אז מען זאל אים אנקלאגן מיט טעראר קלאגעס פארן שטיצן טעראר דארף קודם לב טמא ווערן באשטימט דורך די סטעיט דיפארטמענט ווי א טעראר גרופ) וועט ערא לכאורה שוין בלייבן מיט א 20/30 יעריגע שטראף...
די US ATTORNEY'S OFFICE איז נישט בינדענט צו די הנחה וואס איר האט דא געמאכט בנוגע די סטעיט דיפארטמענט, ווען מען קען יא אדער נישט אנקלאגען, אבער די עסקנים האבן שוין מערערע מאל דא מתרה געווען אז די רעגירונג איז זייער אינוואלווד..., און מער פרטים ווי דעס קען מען נישט מיטטיילן, ובזה יצאנו חובותינו.
איך האב שוין אפאר מאל געזעהן אהרן ישעי' מיט א גרויסע סמארטפאון אין דינובע שוהל (פארשטייטזיך באהאלטן), אינטערסאנט פארוואס ער האלט זיך נאך פאר א פרומער
להוי ידוע ער "מיט זיין זון חיים פון קרית יואל" האבן מער ווי איין סמארטפאון (אזוי ווי אלע הנהלה פון לב טהור), אן קיין פילטער, און מען ניצט נאר וואטסעפפ און סיגנעל "ווייל אזוי גייט מען זיך קענען באהאלטן פון די FBI"...
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:22 pm@Think and Thank דו האלטס טאקע קאפThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:11 pm נאר נאך מעסעדזשעס פון ע"פ תורה אדער אין כל חדש שעמען זיי זיך, אדער אויך נאך אזעלכע מעסעדזשעס?
עס איז באמת א הארצוויי אז די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער דארפן ליידן צוליב די רשעות און רציחות פונ'ם טאטן/ברודער, ויה"ר שילמדו תועים בינה און זיי זאלן בקרוב במהרה אפלאזן די קליפה - אדער כאטש אויפהערן אקטיוו שטיצן און שאפן געלט פאר זייערע פינסטערע צוועקן - און די משפחה וועט זיך מער נישט דארפן שעמען, והשיב לב אבות וכו' (מ'טאר שוין נישט לערנען).
איך מיין אז דו זאלסט מיר ענדערשער פאלאון אויף לינקדון דארטן וועסטו מער קלוגער ווערן
איך בין ב"ה אן ערליכער איד און כ'האלט זיך ברוך השם צו די תורה פון די ערב רב, און ממילא האב איך נישט קיין צוטריט צו לינקדאין אויף מיין געפילטערטע קאמפיוטער. און בכלל כאפ איך נישט וואס כ'קען קלוגער ווערן דארט.
-
קום אריין קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
- x 91
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און בין אויך א ערליכע איד און איך האלט מיך צו די תורה טרייע אידן אבער נישט צו קיין ערב רב (אפי' עס איז דא זאז זשאוק ביי לב טמא וועל איך קינמאל מיך נישט ח''ו האלטן מיט די ערב רב),Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:59 pmקום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:22 pm@Think and Thank דו האלטס טאקע קאפThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:11 pm נאר נאך מעסעדזשעס פון ע"פ תורה אדער אין כל חדש שעמען זיי זיך, אדער אויך נאך אזעלכע מעסעדזשעס?
עס איז באמת א הארצוויי אז די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער דארפן ליידן צוליב די רשעות און רציחות פונ'ם טאטן/ברודער, ויה"ר שילמדו תועים בינה און זיי זאלן בקרוב במהרה אפלאזן די קליפה - אדער כאטש אויפהערן אקטיוו שטיצן און שאפן געלט פאר זייערע פינסטערע צוועקן - און די משפחה וועט זיך מער נישט דארפן שעמען, והשיב לב אבות וכו' (מ'טאר שוין נישט לערנען).
איך מיין אז דו זאלסט מיר ענדערשער פאלאון אויף לינקדון דארטן וועסטו מער קלוגער ווערן
איך בין ב"ה אן ערליכער איד און כ'האלט זיך ברוך השם צו די תורה פון די ערב רב, און ממילא האב איך נישט קיין צוטריט צו לינקדאין אויף מיין געפילטערטע קאמפיוטער. און בכלל כאפ איך נישט וואס כ'קען קלוגער ווערן דארט.
און יא איך האב א משומר פילטער וואס לאזט מיך נישט קוקן אידטיש און אויך נישט אייוועלט נאר ביינאכט האב איך עקסעס דורכן קוקן אין א קיאסק דעציט...
און לינקדאן האב איך אין אפיס וועגן ביזנעס..
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער הייליגער חפץ חיים, דער זעלבער וואס האט אזוי אויפגעשטורעמט די וועלט איבער די איסור פון רעדן לשון הרע, פסק'נט להלכה אין משנה ברורה אז ס'דא מענטשן און פעלער וואו עס איז א מצוה צו רעדן לשון הרע.
מיר ערב רב נוצן רבנים (עכטע רבנים, אזעלכע וואס לערנען און קענען ש"ס און שלחן ערוך און האבן מקבל געווען פון רבנים פון פריערדיגן דור, נישט די קלאון-רבנים פון לב טמא ביי וועם די גאנצע תורה באשטייט פון די בויך וויי פון משפחת העלבראנץ און וויינגארטן) צו פסק'ענען הלכה למעשה, און יענע רבנים האבן גע'פסק'נט אז דעם פאל איז פון וואס דער משנה ברורה רעדט.

קום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 7:02 pmאון בין אויך א ערליכע איד און איך האלט מיך צו די תורה טרייע אידן אבער נישט צו קיין ערב רב (אפי' עס איז דא זאז זשאוק ביי לב טמא וועל איך קינמאל מיך נישט ח''ו האלטן מיט די ערב רב),Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:59 pmקום אריין קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:22 pm
@Think and Thank דו האלטס טאקע קאפ
איך מיין אז דו זאלסט מיר ענדערשער פאלאון אויף לינקדון דארטן וועסטו מער קלוגער ווערן
איך בין ב"ה אן ערליכער איד און כ'האלט זיך ברוך השם צו די תורה פון די ערב רב, און ממילא האב איך נישט קיין צוטריט צו לינקדאין אויף מיין געפילטערטע קאמפיוטער. און בכלל כאפ איך נישט וואס כ'קען קלוגער ווערן דארט.
און יא איך האב א משומר פילטער וואס לאזט מיך נישט קוקן אידטיש און אויך נישט אייוועלט נאר ביינאכט האב איך עקסעס דורכן קוקן אין א קיאסק דעציט...
און לינקדאן האב איך אין אפיס וועגן ביזנעס..
און דיין ביזנעס אינוואלווד קלוגער מאכן מענטשן איבער די לב טהור נושא?
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי ווי איר פרעגט פשוט ווייל איר זענט באזארגט אז א איד זאל נישט נכשל ווערען מיט א חטא בשוגג..., אבער נישט ווייל איר געהערט צו לב טהור..... ממילא וועלן מיר ענטפערן.
לשון הרע איז זייער א גרויסע חטא, "אבער די חטא פון לשון הרע איז נישט געמאכט געווארן אז מענטשן זאלן קענען אנפירן מיט א חבורה אומגעשטערט, וואס האט נאר געוויסע ענדליכקייטן צו אידישקייט, אבער בעצם איז די גאנצע חבורה געשטעלט אלץ א מלחמה על השם ועל משיחו ליידער, אויסצורייסן אידישקייט, איז באופן זה איז נישט דא קיין שום חטא פון לשון הרע, אדרבה דאס צו איגנארין און נישט מפרסם זיין ברבים איז א גרויסע עבירה.
-
קטן בקטנים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
- Location: monroe
- x 31
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ווייס נישט פארוואס די באשייגצט מיר אבער איך האב געפרעגט א פשוטא קשיא ווי איז געווען פאשקאווילן איך בין קרית יואל אין איך האב געפרעגט א איד אין וויליאמסבורג אין ער האט עס אויך נישט געזען איך בין אויף די זייט פון אלע חשובע עסקנים וואס ווילן פארמאכן ל"טאין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:21 pmשעפעלע! עס איז ריכטיג אז ענק לאכן און שפעטען אפ פון אונז ערב רב אידן און אמעריקא, (אויסער ווען עס קומט צו נעמען געלט פון אידן און אמעריקא, איז נישט חל קיין כח הפועל בנפעל), אבער די אידן און אמעריקא האבן יא א גוטע זכרון, און זיי געדענקן נאך א יאר צוריק די צייט ווען ענק זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים אז מען נעמט אוועק די קינדער "פאר גארנישט", אלעס אין לב טהור איז געווען גוט... און אלעס וואס מען רעדט איז שקר...קטן בקטנים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:00 pmפון וואס רעדסטו ווי איז עס געווען?פשוט פשט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 2:10 pm
רבותי עס איז געטוהן געווארן לפענ"ד א שריט וואס איז אומבארעכטיגט און איז א קראס ליין און אנטקעגן אונזער קאמיוניטי ותוצאותיו מי ישרנה..
טאמער איז דאס אמת איז דאס טאקע אן עוולה פון דעם ראזנער, אבער עס בארעכטיגט נישט בשו"א צו קעיר נעמען פון עוולות פון פריוואטע אידן תושבי נ.י. דא אויף אידטיש אויף אן אומאחריותדיגע אויפן.
אן קיין קלארע צעטל מפורסם פון אויסגערופענע רבנים האט מען נישט קיין רעכט צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד (מען רעד נישט פון גוואטעמאלא נאר) א באוויסטער פערזאן פון אונזער קאמיוניטי ווען דער איד (לפי ידיעותי) וואוינט דאהי צווישן אחב"י כאחד מהם, דאווענט אין לערענט און דא אין בית מדרש, האט א ווייב מיט קינדערליך שלא חטאו (און אפשר אפ' אייניקלעך) וואס לערנען אין אונזערע מוסדות התורה, האט פולע משפחה און קרובים פון ביידע זייטן איבער גרעיטער נ.י. וואס אלע און איינעם גייען ווערן אפעקטעט פארן לעבן וועגן דיע איינע מיסטעיק און עוולה וואס ווערט געטוהן דא אויף אידטיש.
טאמער איינער פון דאהי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז ער און דורותיו ודורי דורותיו זענען אלע מחיוב מיתה לעולם און מען דארפ ארויסקומען און זיי באשמיצן און באגראבן ברבים - זייט אזוי גוט און גייט ערשט צו 3 פערמאנענטע לאקאלע רבנים דאהי און נעמט ארויס א קול קורא און זייט עס מפרסם. דאס דארף און מוז געטוהן ווערן נאר ע"י לאקאלע פערמענאנטע רבנים. נקודה.
אדרבא: איך בעט יעדן עקסטער דא אויף אידטיש זאל ארייטראכטן צו ער האלט אז עס איז ריכטיג די מהלך און טאמער ער פרעזענדליך טוט אן עולה זאל מען איהם מעגן באשמיצן ברבים דא אויף איד טיש און קיין היתר בית דין מפורש ומפורסם.
לאמיר אויסקלארן: איך פארשטיי אז די עסקנים זיכן אויך נישט איהם סתם באגראבן, נאר זיי ווילן מעגליך ער זאל פשוט ביהעיווען. די פראבלעם איז נישט אז איך פארשטיי נישט וואס באדערט די עסקנים אדער אז זיי זענען בכלל נישט גערעכט מיט זייער טענה איך פארשטיי זיי גאנץ גוט יעך אליין בין אויך אן עסקן רבות בשנים לטובה און געהאט די זכיה אויפצוטהון אסאך לטובת אחב"י (איך וועל נישט ארויס געבן קיין פרטים אבער איך וועל אזוי פיל זאגן אז רוב אידן דא אויף אידטיש דארפון מיר קענען ביים נאמען..) ואני הקטן בין געווען פרעזענדליך פארמישט אין רוב גרויסע מערכות און פאסירונגען וואס כלל ישראל איז געווען פארמישט לעצטערע יארן (אגב בענין לב טהור בין איך שוין געווען פארמישט נאך מיט די טעלער פרשה ווען די עסקנים האבן מיר געניצט פאר קאנטאקטן און אנדערע הילף..) אבער אזאנס האט מען קיינמאל נישט געטוהן צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד אן קיין קול קורא פון רבנים מפורסמים. דאס טוט מען נישט.
אמת אז לב טהור איז אן אויסנאם אבער מען קען נישט ברעכן גדרי עולם ווען עס קומט צו אידן יחידים פון דאהי..
היינט באשמיצט מען איינעם מארגן א צווייטן און איבערמארגן א דריטן און ווען מען וועט זיך כאפן ווי מען האלט וועט מען שוין האבן אופגעשחטן צענדליגע משפחות ודורותיהם לעולם..
דרך אגב נאך א 2-3 וואכן וואס די קינדער שטייען איין ביי א ווארעמע ערב רב אידישע משפחה, און זיי גייען און חדר סקול, ליידער זאגן זיי אפן און קלאר אז זיי ווילן נישט צוריק גיין צו זייערע עלטערן, פארשטייט זיך ביז די עלטערן טוישן זייער הפקירות'דיגע מהלך.
*
אהרן ישעי' ראזנער וויליאמסבורג (וואס האט די חלה ביזנעס אין די בתי מדרשים) צוזאמען מיט זיין זון "חיים ראזנער פון קרית יואל", זענען עד היום ועד בכלל די גרעסטע שטיצער און אידעע פון יעדע הינזיכט פון לב טהור, ווער עס קען האבן אן השפעה אויף זיי ווערט געבעטן זיי אפצושטעלן.
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קטן בקטנים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 7:06 pmאיך ווייס נישט פארוואס די באשייגצט מיר אבער איך האב געפרעגט א פשוטא קשיא ווי איז געווען פאשקאווילן איך בין קרית יואל אין איך האב געפרעגט א איד אין וויליאמסבורג אין ער האט עס אויך נישט געזען איך בין אויף די זייט פון אלע חשובע עסקנים וואס ווילן פארמאכן ל"טאין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:21 pmשעפעלע! עס איז ריכטיג אז ענק לאכן און שפעטען אפ פון אונז ערב רב אידן און אמעריקא, (אויסער ווען עס קומט צו נעמען געלט פון אידן און אמעריקא, איז נישט חל קיין כח הפועל בנפעל), אבער די אידן און אמעריקא האבן יא א גוטע זכרון, און זיי געדענקן נאך א יאר צוריק די צייט ווען ענק זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים אז מען נעמט אוועק די קינדער "פאר גארנישט", אלעס אין לב טהור איז געווען גוט... און אלעס וואס מען רעדט איז שקר...
דרך אגב נאך א 2-3 וואכן וואס די קינדער שטייען איין ביי א ווארעמע ערב רב אידישע משפחה, און זיי גייען און חדר סקול, ליידער זאגן זיי אפן און קלאר אז זיי ווילן נישט צוריק גיין צו זייערע עלטערן, פארשטייט זיך ביז די עלטערן טוישן זייער הפקירות'דיגע מהלך.
*
אהרן ישעי' ראזנער וויליאמסבורג (וואס האט די חלה ביזנעס אין די בתי מדרשים) צוזאמען מיט זיין זון "חיים ראזנער פון קרית יואל", זענען עד היום ועד בכלל די גרעסטע שטיצער און אידעע פון יעדע הינזיכט פון לב טהור, ווער עס קען האבן אן השפעה אויף זיי ווערט געבעטן זיי אפצושטעלן.
ער שרייט נישט אויף דיר, ער ציטירט זיינס א פריערדיגע פאוסט אות באות (אריינגערעכנט די באלד) וואס דארט שרייבט ער אפן קעגן אי"ר, נאר היות ער האט עפעס נישט ריכטיג געמאכט מיט די קוואוט קאודס קוקט עס אויס ווי אדרעסירט צו דיר.
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 965
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1071
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זה לשון פתחי תשובה אורח חיים סי' קנ"וThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 7:03 pm
דער הייליגער חפץ חיים, דער זעלבער וואס האט אזוי אויפגעשטורעמט די וועלט איבער די איסור פון רעדן לשון הרע, פסק'נט להלכה אין משנה ברורה אז ס'דא מענטשן און פעלער וואו עס איז א מצוה צו רעדן לשון הרע.
מיר ערב רב נוצן רבנים (עכטע רבנים, אזעלכע וואס לערנען און קענען ש"ס און שלחן ערוך און האבן מקבל געווען פון רבנים פון פריערדיגן דור, נישט די קלאון-רבנים פון לב טמא ביי וועם די גאנצע תורה באשטייט פון די בויך וויי פון משפחת העלבראנץ און וויינגארטן) צו פסק'ענען הלכה למעשה, און יענע רבנים האבן גע'פסק'נט אז דעם פאל איז פון וואס דער משנה ברורה רעדט.
כל ספרי המוסר מרעישים העולם על עוון לשון הרע, ואני מרעיש העולם להיפך, עוון גדול מזה וגם הוא מצוי יותר, והוא מניעת עצמו מלדבר במקום שנצרך להציל עשוק מיד עושקו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די שפריך ווארט גייט; אז דו קענסט נישט פארנעמען די היץ דאן גיי ארויס פון קאך.
@מנחם גאלד האט שוין געשריבן דערוועגן איינמאל אין זיין טעלערלעך קאלום.
איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין מורה הוראה, נישט קיין קולט ברעכער און נישט קיין מחאה פירער, א פשוטע עמך איד וואס רוהט זיך אויס (ליין: שטיפט די צייט...) אויף אידטיש.
איך ווייס אז איך פארשטיי נישט אלעס און איך בין נישט דער קליגסטע מענטש אויפן כדור הארץ. ס'זענען פארהאן מענטשן מיט א בעסערע פארשטאנד ווי מיך אין כל ערליי נושאים.
פארט האב איך מיין מיינונג אין יעדע נושא. נישט ווייל איך האלט אז איך בין אייביג גערעכט, נאר וויבאלד מיין מוח פראדערצירט מיינונגען אויף יעדע זאך.
איך ליין דא דעם אשכול ווי מען באשמיצט א היימישער יונגערמאן אלס א לב טהור שטיצער און סימפאטיקער. דער יונגערמאן האט משפחה און נאנטע מיטגלידער וואס זענען א חלק פון אונזערע געמיינדע. און ווי איינער האט שוין אויבן געשריבן, קען ער א קרוב פון די יונגערמאן וואס שעמט זיך ארויס צו קומען פונדערהיים וויבאלד די אלע שמוץ וואס קומט ארויס קעגן זיין משפחה מיטגליד.
איך פארשטיי אז סאיז פארהאן פעלער אין לעבן וואו מען מוז נוצן די שכל און אוועק לייגן דעם געפיל. מען דארף פארשטיין וואס איז די ריכטיגע שריט צו טון און דאס דארף געטון ווערן אפגעטון וואס די געפילן זאגן דערוועגן.
ביי די וואס סאיז זיי שווער צו פארשטיין די געפיל וואס זאגט אז די אקט איז אוממאראליש און זיי פילן גילט, וועלן זיי נוצן די פארקערטע געפיל פון די אקט זיך צו אליינס בארואיגן אז דאס וואס ער טוט איז אוקעי.
א גוטע ביישפיל דערפאר וואלט געווען די מדינת ישראל - עזה קאנפליקט. מען האט געהארגעט ווייבער און קליינע קינדער אין עזה, און ווען איינער וועט טרעטן אויפן געפיל פון מענטשהייט און מאראל, און וועט אפיר האלטן אז היתכן מען הארגעט אומשילדיגע מענטשן, וועט די ענטפער זיין אז אקטאבער זיבן האט חאמאס געהארגעט פיל מיט קליינע קינדער אויף סאך אן ערגערער פארנעם און מען דארף עס אפשטעלן אז סזאל נישט פאסירן נאכאמאל.
די ביישפיל איז נישט די בעסטע, זינט סקען זיין באזירט אויף עכטע טענהעריי. די געדאנק איז נאר אז מען דארף צו קענען האלטן די קאפ גראד און געדענקען, אז טאקע חאמאס האט געמאכט אן עוולה, איך מאך אבער יעצט אויך אן עוולה, און איך האלט גראדע אז איך מאך ריכטיג זינט דאס איז די בעסטע וועג צו קענען באשיצן מיין לאנד, די פאקט אבער אז חאמאס האט געמאכט אן עוולה געבט מיך נישט קיין גערעכט אויך צו טון אן עוולה.
דער איינציגסטער גערעכטיגקייט וואס איך האב, איז נאר די פאקט אז איך מוז דאס טון צו קענען האלטן פארזיכערט מיין לאנד.
דער ניצן די גילט פון די אנדערע זייט בארעכטיגט נישט מיין איצטיגע אקט. מיין איצטיגע אקט ווערט נאר בארעכטיגט וויבאלד איך האלט אז דאס איז מיין ריכטיגסטע זאך צו טון אצינד.
דאס אז יענער יונגערמאן האט געמאכט אן עוולה און געשטיצט לב טהור, בארעכטיגט מיך נישט יעצט צו אויך מאכן אן עוולה און אים באשמיצן.
דער איינציגסטע זאך וואס מאכט עס גערעכט איז נאר וויבאלד א דיין האט געפסקענט אז ספעלט יעצט אויס פאר די מערכה און במילא דארף מען עס אצינד מאכן.
נישט וויבאלד יענער האט געמאכט עפעס וואס איז נישט ריכטיג, מיינט עס אז איך מעג יעצט אויך מאכן עפעס וואס איז נישט ריכטיג.
דערוועגן, ווען איינער באקלאגט זיך אז מען באשמיצט דא היימישע יונגערלייט וואס האבן משפחה מיטגלידער וואס שעמען זיך ארויס צו גיין אויפן גאס, איז נישט די תירוץ אז יענער האט געמאכט אסאך אומריכטיגע זאכן מיטן העלפן לב טהור און וועגן דעם זאל ער באצאלן די פרייז! ניין. דאס אז יענער האט געמאכט עפעס ראונג געבט מיך נישט קיין גערעכט צו אויך מאכן ראונג זאכן.
נאר דאסמאל האט די יודטיש הנהלה קלאר געשטעלט אז זיי האבן געפרעגט א דעת תורה, און זיי האבן באקומען תשובה אז מען דארף.
כלפי מה הדברים אמורים?
אז איך קען נישט פארנעמען די היץ וואס גייט דא פאר, אז מען באשמיצט היימישע יונגערלייט און זייערע משפחה מיטגלידער שעמען זיך ארויס צו גיין פונדערהיים דערוועגן. איך פארשטיי אבער די נחיצות הדבר, אבער איך וויל בעטן יעדעם צו נוצן די שכל.
סקען זיין אז סאיז א מצווה יענעם צו בארעדן, לייג דיך אבער אריין אין זיין איידעם'ס שיך. כגלייב שווער אז מען גייט שמייסן אויף יענע וועלט פארן נישט באשמוצן יענעם.
די עסקנים זאלן טון וואס דעת תורה פסקענט זיי, און איך גלייב אז דאס אליינס איז שוין א דערגרייכונג און קען העלפן, אז דעת תורה פסקענט אז מען דארף יענעם באשמוצן.
אבער צו דיך עמך איד, געדענק אז סאיז דא נאך מענטשן אויפן וועלט, און פראביר צו האלטן דיין קאפ גראד.

- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 89
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 486
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די ערשטע פאוסט איז דאכצעך געווארן אראפגענומען בשעתו, דעריבער פרעגט @קטן בקטנים ווי מען האט באשמיצט, און אויף דעם ברענגט @אין כל חדש צוריק זיין ארגענעלע פאוסט ווי עס איז געווארן באשמיצט... והכל על מקומו יבא בשלום....Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 7:13 pmקטן בקטנים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 7:06 pmאיך ווייס נישט פארוואס די באשייגצט מיר אבער איך האב געפרעגט א פשוטא קשיא ווי איז געווען פאשקאווילן איך בין קרית יואל אין איך האב געפרעגט א איד אין וויליאמסבורג אין ער האט עס אויך נישט געזען איך בין אויף די זייט פון אלע חשובע עסקנים וואס ווילן פארמאכן ל"טאין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:21 pm
שעפעלע! עס איז ריכטיג אז ענק לאכן און שפעטען אפ פון אונז ערב רב אידן און אמעריקא, (אויסער ווען עס קומט צו נעמען געלט פון אידן און אמעריקא, איז נישט חל קיין כח הפועל בנפעל), אבער די אידן און אמעריקא האבן יא א גוטע זכרון, און זיי געדענקן נאך א יאר צוריק די צייט ווען ענק זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים אז מען נעמט אוועק די קינדער "פאר גארנישט", אלעס אין לב טהור איז געווען גוט... און אלעס וואס מען רעדט איז שקר...
דרך אגב נאך א 2-3 וואכן וואס די קינדער שטייען איין ביי א ווארעמע ערב רב אידישע משפחה, און זיי גייען און חדר סקול, ליידער זאגן זיי אפן און קלאר אז זיי ווילן נישט צוריק גיין צו זייערע עלטערן, פארשטייט זיך ביז די עלטערן טוישן זייער הפקירות'דיגע מהלך.
*
אהרן ישעי' ראזנער וויליאמסבורג (וואס האט די חלה ביזנעס אין די בתי מדרשים) צוזאמען מיט זיין זון "חיים ראזנער פון קרית יואל", זענען עד היום ועד בכלל די גרעסטע שטיצער און אידעע פון יעדע הינזיכט פון לב טהור, ווער עס קען האבן אן השפעה אויף זיי ווערט געבעטן זיי אפצושטעלן.
ער שרייט נישט אויף דיר, ער ציטירט זיינס א פריערדיגע פאוסט אות באות (אריינגערעכנט די באלד) וואס דארט שרייבט ער אפן קעגן אי"ר, נאר היות ער האט עפעס נישט ריכטיג געמאכט מיט די קוואוט קאודס קוקט עס אויס ווי אדרעסירט צו דיר.
...Thank you for your attention to this matter
- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 89
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 486
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א ראזנער\בלום חתונה אין בארא פארק, נאכאמזל אז ICE האט נישט געוויסט דערפון... ס'געווען דארט א שיינע צאל קאלאמביאנע אימיגראנטן....
ערנסט גערעדט, ס'געווען א נחת צו זעהן ווי געשמאק זיי זיצן און פארברענגען מיט ר' יהושע העשיל בלום שליט"א.
ערנסט גערעדט, ס'געווען א נחת צו זעהן ווי געשמאק זיי זיצן און פארברענגען מיט ר' יהושע העשיל בלום שליט"א.
...Thank you for your attention to this matter
-
נח איש צדיק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:18 am
- x 124
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מזל טוב צו די בעל שמחה ר'משה יוסף מנחם צו די ברית פון אליהו חנינא יעקב שתזכה לגדל לתורה לחופה למעשים טובים