שוין עטלעכע מאל זיך געוואלט באדאנקען, ממש א מחיה קארץ צום פוינטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 9:41 am שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך בין מיך דא מחי' און איך דארף מער נישט ליינען קיין נייעס אין ערגעץ אויסער דא. איך האב דא אלעס. שכוח שכוח שכוח. @חלום חלמתי דו ביסט אייזן גוט. @מאירוואלף א שכוח פאר דיר אויך!
פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
-
ברוך אברהם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 92
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 398
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
דאָס איז אסאך מער ווי דעם, טראמפ וויל די עיברעהם אקקארדס גע'חתמ'ט מיט סאודי אראביע ווי שנעלער, זיי פאדערן פון די איזראעלי גאוו זייער אסאך זאכן וואָס זײ קענען נישט נאכקומען וועגן נאציאנאלע סעקיוריטי, אויב באקומען די אמעריקאנער קאנטראל אויף די ווענעזועלע אויל רעזערווארן וואס זענען די גרעסטע אין די וועלט (מער ווי די סאודי אראביע רעזערווארן), טוישן זיך אסאך objectives אין די גלאבאלע שך שפיל.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
טראמפ זאגט אז ווענעזועלע וויצע־פרעזידענטקע דעלסי ראדריגעז וועט צאלן "א גרעסערן פרייז" ווי מאדורא "אויב זי טוט נישט וואס איז ריכטיג".
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:53 amפארגעס דערפון.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
אמעריקע האט יעצט אויך גענוג אויל קוועלער צו אראפברענגען די פרייזן, מען טוט עס נישט פאר אפאר סיבות, איינס דערפון ווייל מיט נידריגערע אויל פרייזן וועלן אמעריקאנע פירמעס אויך נישט מאכן קיין געלט.
אמעריקאנע אויל פירמעס אין ווענעזועלא וועלן מאכן די זעלבע חשבונות.
די חילוק איז אז אויל אין אמעריקע איז שעיל אויל, וואס עס קאסט גאר אסאך אויפצוגראבן, משא"כ אין ווענעזועלא.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2957
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6504
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
אמעריקא ריסורס פון אויל וכו' איז מער עסטעבלישט פאר די זיכערקייט צוועקן, מ'ניצט עס אויכט פאר ביזנעס. משא"כ דא קען זיך עס טוישען פאר א פולי אפערעשענעל ביזנעסיאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:53 amפארגעס דערפון.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
אמעריקע האט יעצט אויך גענוג אויל קוועלער צו אראפברענגען די פרייזן, מען טוט עס נישט פאר אפאר סיבות, איינס דערפון ווייל מיט נידריגערע אויל פרייזן וועלן אמעריקאנע פירמעס אויך נישט מאכן קיין געלט.
אמעריקאנע אויל פירמעס אין ווענעזועלא וועלן מאכן די זעלבע חשבונות.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
ווענוזועלע אויל מיט אמעריקאנע ריפיינעריס זענען די בעסטע שידוך.Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:14 pmיאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:53 amפארגעס דערפון.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 1:58 am בין איך נייגעריג וויאזוי קאטאר מיטן סאודי קוקען אן די מאוו
אויב אמעריקע ווערט אין טשארדזש פון די אויל, קענען זיי ווערן אויס רעלאוואנט אז נאר.. זאל נאר אמעריקא וועלן..
אמעריקע האט יעצט אויך גענוג אויל קוועלער צו אראפברענגען די פרייזן, מען טוט עס נישט פאר אפאר סיבות, איינס דערפון ווייל מיט נידריגערע אויל פרייזן וועלן אמעריקאנע פירמעס אויך נישט מאכן קיין געלט.
אמעריקאנע אויל פירמעס אין ווענעזועלא וועלן מאכן די זעלבע חשבונות.
די חילוק איז אז אויל אין אמעריקע איז שעיל אויל, וואס עס קאסט גאר אסאך אויפצוגראבן, משא"כ אין ווענעזועלא.
רוב אמעריקאנע ריפיינעריס זענען געבויט געווארן צו פראסעסן די סארט אויל וואס קומט פון ווענוזועלע וואס איז אסאך מער געדעכט און שווער, און פאקט דארף אמעריקע פארשיקן היפש פון איר אייגענע אויל געגראבן אין אמעריקע וואס איז מער דין און לייכט ווייל אונז האבן נישט גענוג ריפיינעריס געמאכט פאר די סארט אויל
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
יישר כח פאר מיך אינזין האבןחלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 11:02 am וויצע פרעזידענט ווענס מאכט קלאר עטליכע פראגעס וואס די המון עם האט.
@אנדערער זעה שאלה 4
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- פארק שול
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 88
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
- Location: Montreal
- x 243
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
איך בין נייגעריג אויב דאס פארדאנירען די פרעזידענט פון האנדארוס האט עפעס שייך צו די פארכאפונג פון מאדורא.
איך טראכט אז ער האט מן הסתם צוגעשטעלט קריטישע אינפארמאציע אין אויסטויש פאר א פארדאן.
ווייל פארוואס האט ער איהם פארדאנירט ווען ער האט געטון די זעלבע שייגעץ שטיק.
איך טראכט אז ער האט מן הסתם צוגעשטעלט קריטישע אינפארמאציע אין אויסטויש פאר א פארדאן.
ווייל פארוואס האט ער איהם פארדאנירט ווען ער האט געטון די זעלבע שייגעץ שטיק.
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
די לאקאלע פיצא געשעפט וואס געפינט זיך נעבן די פענטאגאן געביידע, איז 1000% מער פארנומען ווי א געווענליך טאג.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
דעלסי ראדריגעז, וואס דינט אלס וויצע-פרעזידענטקע פון ווענעזועלא זינט 2018, איז יעצט געווארן די פאקטישע פירערקע פון לאנד נאך די פארכאפונג פון מאדורא. זי איז א 56-יעריגע אדוואקאטקע וואס שטאמט פון א באקאנטע סאציאליסטישע פאמיליע (איר פאטער איז געשטארבן אין טורמע אין די 70'ער יארן), און זי ווערט פארעכנט אלס א קלוגע און געלערנטע פרוי וואס רעדט פליסיג ענגליש און פראנצויזיש. כאטש זי איז געווען מאדורא'ס רעכטע האנט און האט אנגעפירט מיט די אויל אינדוסטריע און די עקאנאמיע, ווערט זי באטראכט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע אלס איינער מיט וועמען מען קען "מאכן ביזנעס," זינט זי איז נישט אנגעקלאגט אין אמעריקע אויף דראג-שמוגלינג אזויווי אנדערע אין די פירערשאפט. פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז זי איז גרייט צו קאאפערירן צו "מאכן ווענעזועלא גרעיט עגעין," אבער אויף די סטעיט-טעלעוויזיע שפילט זי נאך דערווייל אן אנדערע פנים, רופנדיג די אמעריקאנער אקציע א "בארבארישע קידנעפינג" און פאדערנדיג מען זאל באפרייען מאדורא, דער לעגיטימער פרעזידענט פון לאנד.מאירוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 7:55 am די העכסטע געריכט אין ווענעזועלא האט אפיציעל אריינגעשטעלט די וויצע-פרעזידענט, דעלסי ראדריגעז, אלס די "צייטווייליגע פרעזידענטקע" פונעם לאנד, נאכדעם וואס זי האט געמאלדן אז דער פרעזידענט ניקולאס מאדורא איז "געקידנעפט" געווארן דורך אמעריקאנער כוחות. ראדריגעז האט שארף אראפגעריסן די אקציע אלס אן אומלעגאלע אקט פון וואשינגטאן און פארלאנגט זיין באלדיגע באפרייאונג, בשעת זי פארזיכערט דאס פאלק אז די רעגירונג פונקציאנירט ווייטער כסדרן און אז ווענעזועלא וועט זיך נישט לאזן אונטערדריקן דורך קיין שום פרעמד לאנד.
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
די טעלעפאן געשפרעך ווי מאמדאני ריפט אן טראמפ צו פארדאמען די פארכאפונג, האט ארויס געליקט צום פאבליק.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
פרעזידענט מאקראן פון פראנקרייך האט קלארגעשטעלט אז פראנקרייך באשטעטיגט נישט און שטיצט נישט די "מעטאדן" פון די אמעריקאנער אקציע אין ווענעזועלא. כאטש ער איז נישט קיין פריינד פון מאדורא, האלט ער אז די פארכאפונג פארלעצט דעם אינטערנאציאנאלן געזעץ און קען אנזייען כאאס.
- פיילס
-
- IMG_20260105_063211_398.jpg (173.55 KiB) געזען געווארן 883 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
די שווייצער רעגירונג האט באשלאסן איין צו פרירן אלע פארמעגנס און באנק קאנטעס פון דעם ווענעזועלער פירער ניקולאס מאדורא און זיינע נאנטע ארומיגע. דאס רעכנט אריין א סכום פון איבער 1.5 ביליאן דאלאר וואס וועט יעצט זיין פארשלאסן פאר די קומענדיגע פיר יאר, א שריט וואס ברענגט ארויס שווערע פראגעס איבער דער זיכערהייט און נייטראליטעט פון די שווייצער בענק וואס זענען יארן לאנג געווען א פארזיכערטער ארט פאר די וועלט'ס געלטער.
- פיילס
-
- 20260105_064648.jpg (185.66 KiB) געזען געווארן 880 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
אמווייניגסטנס 16 סאנקציאנירטע אויל-שיפן האבן דורכגעפירט א קאארדינירטע אקציע זיך ארויסצוגליטשן פונעם אמעריקאנער בלאקאדע אין ווענעזועלא, נוצנדיג שפיאנאזש-טאקטיקן ווי אויסלעשן סיגנאלן און שרייבן פאלשע נעמען אויף די שיפן זיך צו באהאלטן. די אקציע, וואס קומט גלייך נאך די פארכאפונג פון פרעזידענט מאדורא, ווערט באטראכט אלס אן אפענע חוצפה קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס באמיאונגען אפצוהאקן די אויל-רעסורסן פונעם פריערדיגן רעזשים.
- פיילס
-
- Screenshot_20260105_065522_Chrome.jpg (168.19 KiB) געזען געווארן 877 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
די "וואשינגטאן פאוסט" פובליצירט א באריכט אז דער סיבה פון די קעגנערשאפט פון פרעזידענט טראמפ צו די ווענעזועלער אפאזיציע פירערין, מאריא קארינא מאטשאדא, שטאמט פון זיין כעס אויף דעם וואס זי האט אנגענומען דעם "נאבעל שלום פרייז". מקורות נאנט צום ווייסן הויז געבן איבער אז טראמפ, וועלכער גלוסט שוין לאנג פאר דעם אויסצייכענונג און האלט אז עס קומט זיך אים פערזענליך ספעציעל יעצט נאכן אראפווארפן מאדורא, האט באטראכט איר הסכמה אנצונעמען דעם פרייז אלס א סארט "פארראט". איין מקור האט עס אפילו אנגערופן "די העכסטע עבירה," צוגעבנדיג אז אויב זי וואלט עפנטליך ארויסגעטרעטן און געזאגט אז דער פרייז קומט זיך יעצט פאר טראמפ, וואלט זי שוין היינט געזעסן אויפן כסא מלוכה. אנשטאט איר, שטיצט יעצט וואשינגטאן די צייטווייליגע פרעזידענטקע דעלסי ראדריגעז, טראץ וואס זי האט נעכטן ארויסגעגעבן א שארפע סטעיטמענט קעגן די אמעריקאנער אקציע.
- פיילס
-
- Screenshot_20260105_082451_Chrome.jpg (158.43 KiB) געזען געווארן 863 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
מאדורא אויפן וועג צו בית המשפט יעצט אינדערפרי.
- פיילס
-
- IMG_20260105_082913_784.jpg (199.31 KiB) געזען געווארן 863 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1029
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6449
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
דער פענסילוועניע גאווערנאר, דזשאש שפירא, האט שארף אטאקירט די אקציעס אין ווענעזועלא: "איך ווארף אפ פרעזידענט טראמפ'ס מיינונג אז מיר דארפן זיין פארמישט אין מלחמות צו טוישן רעזשימען... דאס זעט אויס ווי א ריזיגער פראיעקט פון Nation Building, אן קיין שום פלאן וואס ס'גייט זיין ווייטער, אחוץ דאס וואס ער וויל גנב'ענען ווענעזועלא'ס אויל צו בארייכערן זיינע פריינט."
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
@חלום חלמתי , @מאירוואלף , @פליט , איינער מיט באריכטן פון די מאדורא פראצעס?
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
מאדורא האט געפליט נאט גילטי. "איך בין אומשולדיג; איך בין אן ארענטליכע מאן" האט ער דערקלערט.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
מאדורא פארלאנגט מ'זאל אים לאזן קאמוניקירן מיטן ווענעזיועלן קאנסולאט.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
פון אלע בילדער און פון זיין אויפפירונג אין געריכט זעט אויס ווי ער איז גאר א שטארקע כאראקטער, ער פארנעמט אסאך.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: פרעזידענט מעדורא פון ווענעזועלא - פארכאפט דורך אמעריקא
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:28 am די "וואשינגטאן פאוסט" פובליצירט א באריכט אז דער סיבה פון די קעגנערשאפט פון פרעזידענט טראמפ צו די ווענעזועלער אפאזיציע פירערין, מאריא קארינא מאטשאדא, שטאמט פון זיין כעס אויף דעם וואס זי האט אנגענומען דעם "נאבעל שלום פרייז". מקורות נאנט צום ווייסן הויז געבן איבער אז טראמפ, וועלכער גלוסט שוין לאנג פאר דעם אויסצייכענונג און האלט אז עס קומט זיך אים פערזענליך ספעציעל יעצט נאכן אראפווארפן מאדורא, האט באטראכט איר הסכמה אנצונעמען דעם פרייז אלס א סארט "פארראט". איין מקור האט עס אפילו אנגערופן "די העכסטע עבירה," צוגעבנדיג אז אויב זי וואלט עפנטליך ארויסגעטרעטן און געזאגט אז דער פרייז קומט זיך יעצט פאר טראמפ, וואלט זי שוין היינט געזעסן אויפן כסא מלוכה. אנשטאט איר, שטיצט יעצט וואשינגטאן די צייטווייליגע פרעזידענטקע דעלסי ראדריגעז, טראץ וואס זי האט נעכטן ארויסגעגעבן א שארפע סטעיטמענט קעגן די אמעריקאנער אקציע.
נאך א טיפישע העץ ארטיקל פול מיט נאנסענס אויסגעזויגן פון פינגער דורך די פיינט פון די מענטשהייט. כ'וועל ארויספוינטן עטליכע נקודות:
1) ווען טראמפ האט געשלאסן זיין ערשטע שלום אפמאך אין 2025 איז שוין געווען נאך די צייט וואס מען קען רעקאמענדירן פאר די נאבעל פיעס פרייז. און טראמפ ווייסט עס און האט עס שוין דאכצמעך דערמאנט.
2) טראמפ האט גראטולירט מאטשאדא פאר'ן באקומען די פרייז.
3) דאס אפווארפן די פרייז וואלט נישט געמאכט זיי זאלן נאמינירן א צווייטן אנשטאט.
4) כדי זי זאל יעצט זיצן אויפ'ן בענקל וואלט זיך געפאדערט אז אמעריקע זאל גענצליך צושטערן די ווענעזועלאר מיליטער, דערנאך אריינגיין מיט כוח און איר ארויפזעצן. דאס וואלט געקאסט ביליאנען דאלארן, געדויערט וואכן לאנג (מינימום), געקאסט אמעריקאנער קרבנות, און אויך אסאך ווענעזועלאר ציווילע קרבנות, און הערשט מוז נישט זיין אז אמעריקע וואלט געווען ערפאלגרייך. (ע"ע איראק און אפגאניסטאן).
נאר וואס, די מושחתים אין די וואפא ווייסן אז דאס איז נישט עפעס וואס קען אדער גייט אמאל ווערן געפראווט וואן וועי אר אינאדער, ממילא שרייבן זיי אפ א גאנצע באריכט מיט זינלאזע שקרים צו פארשמירן זייער ארכי שונא.