נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

נייעס אין אונזער קווארטאל
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 183
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 321

Re: נייעס ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך גראדער מעכל »

@אני-הק' לייגסט אראפ די מוסדות מהלך זיין קאמפלעצירט

כ'האב נייעס פאר דיר, ס'איז בכלל נישט אזוי קאמפלעצירט, ווייל דאס איז בכלל נישט דער מהלך, ווער זאגט דיר דאס, די פאר העצער'ס, זיי פירן נישט די מוסדות, די אלע עלטערע אין וועדות החינוך פון סאטמאר מוסדות פון מאנטריאל (די מיט די טיפע קעשענעס) זענען אין פולע שטיצע פון 'המשכת הדורות'. רוב דארטן האט געגעבן ביי די קאמפיין גרויס געלט... און כ'האב אפילו געהערט א הסבר פון איינע פון די געוועזענע ראשי קהלה אז אמאל האט מען אזוי געארבעט מען האט געפירט א מערכה און זיי געוויזן אז מען בייגט זיך נישט קיין טראפ, דערנאך איז געווען פיהל גרינגער צו פארהאנדלען און שמירן פון אלע זייטן, דערנאך איז מען געווארן פאניע בראט. און אזוי ארבעט עס מיט די פראנצויזן.

דער דיין ז"ל ר' משה מנחם האט דאך פאר זיין פטירה קלאר געזאגט ביי די אסיפת הרבנים 'אז די עדיוקעישן מיניסטעריום איז אריבער די רויטע לינע, און די איינציגסטע מהלך איז צו זיך קריגן מיט זיי אין קארט'.

סאטמאר דיין האט געהייסן אראפ נעמען דעם פאשקעוויל אין ביהמ"ד

אין וויזניץ האבן די מנהלים אראפ געריסן די 'פאשקעוויל' צעטליך, און געשריגן ברבים ס'איז ליגנט, און ס'איז גרויסע צרות. ג'הערט פון כמה אידן.

וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס קומט נישט די מערכה פון סאטמאר, ווייל די אידן אין מאנטריאל זענען נישט קיין עסקנים אין אזעלכע זאכן, און די עלטערע פון אמאל וואס האבן פארשטאנען צו אזעלעכע מהלכים זענען שוין נישט אינוואלווד אין די פירערשאפט, און דער דיין לעבט שוין נישט, והא ראיה איך בין גערעכט ווייל יעדער מוסד מיטשעט זיך פאר זיך און יעדער קרעכצעט.
@אני-הק'
ווי פארשטענדליך קענען יעצט נאך נישט די מוסדות קומען זאגן הויעך און קלאר, יא, דאס איז די מהלך, און אנפאנגען דירעקט פייטן מיט די רעגירונג און קארט, ווייל פון איין זייט, אפשר קען מען דערלייגן אנדערע זאכן פון דעם,
דאס ביסטו גערעכט, כ'האב געהערט אז מען קען אפשר פארלירן געוויסע זאכן, ואין כאן המקום להאריך
@אני-הק'
ממילא וואס פעלט עס בכלל אויס אז ס'זאל זיין אפיציעל פון די ראשי הקהילה והמוסדות.
אויך אמת, און דאס טענה איך אויך א גאנצע צייט, ווי קומען זיי דא אריין בכלל, פארוואס פרעגט מען בכלל וועלכע מוסד שטייט אינטער דעם, דא איז דאך די גאנצע פראבלעם איבער די עלטערן, די גאווערנמענט לויפט נאך די עלטערן און סטראשעט זיי בכל מיני כינויים און נישט די מוסדות, אפיציעל זענען די מוסדות נאר 'קאמיוניטי סענטער'ס' ווי מען לערנט תורה, מען מעג דאך דארט נישט לערנען קיין סקולארע לימודים, נאך מער די לויער'ס טארן נישט ארבעטן מצד המוסדות, די לויער'ס פארטרעטן די עלטערן און די קינדער.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 290

Re: נייעס ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך אני-הק' »

@גראדער מעכל
סאטמאר דיין האט געהייסן אראפ נעמען דעם פאשקעוויל אין ביהמ"ד
אין וויזניץ האבן די מנהלים אראפ געריסן די 'פאשקעוויל' צעטליך, און געשריגן ברבים ס'איז ליגנט, און ס'איז גרויסע צרות. ג'הערט פון כמה אידן.
און אין טאהש איז עס בכלל נישט געהאנגען כפי ששמעתי
וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס קומט נישט די מערכה פון סאטמאר, ווייל די אידן אין מאנטריאל זענען נישט קיין עסקנים אין אזעלכע זאכן, און די עלטערע פון אמאל וואס האבן פארשטאנען צו אזעלעכע מהלכים זענען שוין נישט אינוואלווד אין די פירערשאפט, און דער דיין לעבט שוין נישט, והא ראיה איך בין גערעכט ווייל יעדער מוסד מיטשעט זיך פאר זיך און יעדער קרעכצעט.
אזוי אויך האב איך געהערט אז הנגיד ר' מ"ק מראשי קהילה אין סאטמאר מאנטריאל איז פון די גרויסע שטיצער'ס פון המשכת הדורות די לעצטע צוויי יאר

@veltsman
יאך בין אהערגעקומען טאקע ווייל איך בין זאט פון די מעקעריי דארט אבער איבער מאנטרעאל, אויב מ׳מעג בעטן די טייערע חברים דא מ׳זאל ווי ווייניגער רעדן פון די צוויי נושאים, פארוואס? זייער פשוט, קוויבעק לעת עתה איז כמעט די איינציגסטע אין די אזוי געריפענע דעמאקראטישע וועלט וואס האט געזעצן אז די גאווערמענט קען פשוט און גראד אנפייפן די בית משפט, און היזיגע פראצויזישע ציבור שטייט זייער מיט מיט די רעגירונג מיט אלע זייערע משוגעתן, ווי מ׳קען זעהן למשל מיט קאוויד ווי מ׳האט געהאט די ערגסטע צוימיגען ווי א קורפיו פאר גאר א לאנגע צייט, די איינציגסטע אין נארט אמעריקע, און דאך האבן ביי די וואלן נאכדעים נאך שטערקער אריינגעקומען, נאר וואס דען? אמאל קען מען פארהאנדלען מיט זיי שטילערהייט געוויסע זאכן, אדער לכל הפחות זיי זאלן אוועק קוקען, אבער אז ס׳ווערט א שטורעם מ׳רופט זיי און קאורט אדער די מידיע ווערט ביזי מיט דעי נושא האבן זיי נישט קיין ברירה נאר צו ענטפערן זייער פראצויזישע ציבור און קער נעמען, ממילא טייערע חבירים גיבט אבאכט וואס איר שרייבט און זייט נישט קיין חב לאחרינא, אידן וואס וואונען אין קעבעק און קענען נישט אנטלויפן איבער נאכט, שווערע הארעווניע פון אויף שטעלן מוסדות יארן לאנג ליגט אריינגעלייגט
קודם ס'איז נישט ממש אזוי ווי די מאכסט עס. ס'איז א אלטע זאך, אז ווען מ'זעהט אז איינער קען אויפטוהן אויף אן אנדערע וועג מער פון מיר, זאגט מען, פאטקשע נישט, מאך נישט חרוב די יגיעה וואס איך האב אריינגעלייגט... העלא! אפשר האט ער יא עפעס א מהלך, אפשר וועט ער קענען מער טוהן פון דיר. וואס ווערסטו באליידיגט? קאמאן...
און די ביסל וואס די ביסט יא גערעכט, איז אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, קיינער האט נישט געהייסן די אפיציעלע עסקנים שישקעס זיי זאלן זיך אנרופן הויעך אנטקעגן די גאווערמענט, זיי קענען אפי' זאגן, ס'האט גארנישט מיט אונז, אויב זיי ווילן.... אבער ביטע שטער נישט, אפי' ס'פאסט דיר נישט. ודי בזה.
און נאכדערצו ווען דו עכטע עסקנים, אפי' גרויסע, וואס זענען נישט קיין פאסטוכער (פאסט-עך...) העלפן ארויס מיט וואס זיי קענען... אפי' אויב זיי קענען נישט העלפן בפומבי כטעם הנ"ל העלפן זיי שטיל אדער שטערן זיי נישט...
@והיתם נקיים
דאס איז פארוואס ס'איז אנגענומען אין די לעגאלע רייען אז ברענגען יעצט א לעגאלע קעיס אקעגן די עקזיסטירנדע געזעצן האט שוואכע אויסזיכטן צו זיין די ריכטיגע עצה, און פון די אנדערע זייט האט מען זיך ב"ה פיין אן עצה געגעבן מיט די עקזיסטירנדע געזעצן, סיי ווייל ס'געבט פלאץ זיך אן עצה צו געבן בכלל, און איבערהויפט האבן די קשרים מיט די באעהרדע נאך צוגעגעבן אז זיי זאלן פארקוקן אויף גאר אסאך פרטים וואס מאכט אז אפילו די אומאנגענעמליכקייטן וואס וואלט יא געווען ווען זיי וואלטן געגאנגען מיט'ן חומר הדין איז אויך נישטא ב"ה.
ס'איז אנגענומען אין וועלכע לאגאלע רייען? ס'איז דא אסאך לעגאלע רייען, די לעגאלע רייען וואס המשכת הדורות האט אויפגענומען האט נישט קיין פאטעטע קעפ, פאר א סיבה קאסט עס אפ אלפים ורבבות, און אין פאקט איז שוין אדורך אסאך חדשים (געדענק שוין נישט פונקטליך וויפיל) וואס די לעגאלע רייען פון וואס דו רעדסט האבן געזאגט אז ס'איז א 0 שאנס אז זיי גייען מצליח זיין, און אז מ'גייט פארלירן פון די ערשטע מינוט, און ס'גייען ווערן ארעסטירט עלטערן, וכו' וכו' וכו', און ביזדערווייל איז אין גם אחד נאך גארנישט עכט פאסירט, אויב מ'האט געטוהן ווי די אנווייזונגען פון המשכת הדורות, יא זיי האבן געקלאפט אין די טירן, זיי האבן געסטראשעט אויפצוברעכן, אבער ס'איז נאכנישט געשעהן! זיי האבן געסטראשעט זיך איינצוברעכן די טירן פון א מוסד מיט הונדערטער קינדער, און זיי האבן עס 'נישט' געקענט באווייזן, סוי וועלכע לעגאלע רייען זענען ביזדערווייל ארויס די געוואונער פארקערט ווי אלע ערווארטונגען? ונזכה ונחיה ונראה וואס וועט זיך אויסקאכן פון די אלע אנגענומענע לעגאלע רייען... בסייעתא דשמיא, בדורן בתפילה ובמלחמה, און זיך נישט אוועקרירן פון די דעת תורה פון די רבנים און דיינים וואס ווייזן אן וויאזוי זיך צו רירן אויף יעדע טריט און שריט.
מ'דארף אויך פארשטיין אז די וואס שטייען אונטער די המשכת הדורת ארגאניזאציע זענען בעיקר פון די מענטשן וואס מ'רופט "אנטיס", און זיי זענען אפיליאירט מיט די מענטשן וואס אין ניו יארק האבן זיי געעפנט אלטערנאטיווע מוסדות "על טהרת הקודש" און זיי זענען קעגן די עטאבלירטע מוסדות צוליב זייער נעמען געלט און פארהאנדלען מיט די רעגירונג ווען ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט זיי.
אינטערעסאנט וואס די זאגסט דא, און איך מיין אז דיין הנחה וואס די האסט אראפגעלייגט, אזוי קוקן אויך אן די אלע וואס האבן געמאכט זיכער ארויסצולייגן א מודעה מטעם די מוסדות אז אלעס פירט זיך כשורה וכו' וכו' אנטקעגן המשכת הדורות. און ממילא וועגן דעם וויבאלד זיי קוקן אן אנטי די אלע עלטערן און עסקנים פון המשכת הדורות, און כאילו המשכת הדורות האלט אז אלעס וואס די אפיציעלע גרויסע עסקנים טוען זענען קאממאן קאר און אויב מ'גייט נישט פונקט ווי זיי איז מען שקצים וכו', ממילא האבן זיי פארשפרייט די מודעה, מגלה דעת צו זיין, אז ס'איז נישט אמת די אטאקע פון המשכת הדורות, און וואס זיי טוען איז יא אויסגעהאלטן...
ווער זאגט אז דו ביסט בכלל נישט אויסגעהאלטן? און אויב דו רעגסט זיך דערויף, אפשר טאקע? אפשר איז די שטיין געלונגען... באמת איז דאך די גאנצע ציהל פון המשכת הדורות צו פרובירן די חלק המלחמה אויף א לעגאלע וועג אן קיין שום פשרות (אזאך וואס יעדער איז דאך מודה אז אפיציעל טאר מען נישט מאכן קיין פשרות, מ'האלט נאר אז אפשר קען עס חרוב מאכן די גאנצע מערכה אויב זאגט מען עס הויעך...), טאקע ווייל ביזדערווייל קענען זיך די מוסדות נישט ערלויבן זיך ארויסצושטעלן עס צו טוהן אפיציעל אויף דעם וועג, אבער זיי זענען גערן מסכים אז די עלטערן זאלן עס אליינס טוהן, ממילא דאס טוען טאקע די עלטערן וואס זענען איינגעשריבן אין המשכת הדורות וואס איז זייער פאטרעטער אין קארט אין די לעגאליטי און פראקטישע חלקים און די מערכה פון די גזירת החינוך - וואס אין אמת'ן איז דאך טאקע די גאנצע גזירה אין קיובעק נאר אויף די עלטערן אליינס נישט דירעקט אויף די מוסדות התורה.
און בכלל קוקט עס אויס (איך האב עס געהערט גאנץ קראנט, אבער נאכנישט אליינס נאגעגאנגען) אז די גאנצע ציהל פון די צעטל שרייבער'ס און פארשפרייטער'ס, איז טאקע דאס, ארויסצוברענגען פאר די גאס, זיי זענען משוגעים, אונז ווייסן מיר וואס אונז טוען אליינס, זיי אין ניו יארק, און זיי אין מאנטריאל, און קומען די משוגעים על טהרת הקודש און זיי דרייען א קאפ. זיי זענען א באנדע ליגענער'ס וכו'. - ס'תם געמישט א קאשע אין די וועלט אריין, נישט אלס זענען די פרומערע די משוגעים.
[גראדע הייבט מיר עס שוין אן מאכן טראכטן אז אין אויב אין קאנאדע זענען די אונטערדרוקער'ס פון די מערכה א מיעוט, אפשר אין ניו יארק אויך, און זיי דרוקן געפערליך אויף די גרויסע און קליינע רבנים אז זיי זענען גערעכט, און מ'טאר זיך נישט לאזן פון די משוגעים די טהרת הקודש'ניקעס... - דאס איז סתם השערה בעלמא, קען זיין אז די חלק איז נישט ממש אינגאנצן אמת]
שרייט אבער די אנדערע זייט צוריק "אונז דארף מיר צו טוהן דאס וואס אונז האמיר צו טוהן און מ'האט שוין געהערט אזוינס אין די מארקעטינג וועלט אז מ'איז נישט אינגאנצן גראד...", און אזוי ענדיגט זיך עס קיינמאל נישט ווי ביי יעדע דעבאטע.
ווער שרייט אז מ'איז נישט גראד, ס'איז סתם בילבולים, מ'האט בכלל נישט געטוהן עפעס וואס איז נישט גראד, רוב רובם פון די רבנים שטיצן עס, א חלק שטיל און א חלק הויעך, און אפי' די וואס שטיצן נאר שטיל איז עס אויך צוליב די טעמטים וואס איך האב פריער געשריבן, און אפשר גאר ווייל זיי האבן מורא אז מ'גייט לייגן דרוק אויף זיי, ווער ווייסט... (אסאך שרייען דאך אז מ'לייגט דרוק אויף די רבנים, די שאלה איז ווער עס לייגט די דרוק...)
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 87

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך בן שמחה »

די טעמע איז א דוגמה אז מקען האבן חילוקי דעות ווי עדאלטס, און אן לשה”ר.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 198

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך גראז »

בן שמחה האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:40 pm די טעמע איז א דוגמה אז מקען האבן חילוקי דעות ווי עדאלטס, און אן לשה”ר.
עקזעקטלי.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 290

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך אני-הק' »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:21 pm די אשכול איז א גוטע ביישפיל פארוואס די היימישע פילטערס גייען מאכן קאפוויי פאר אידטיש, ווייל די מי בראש'ניקעס קענען זיך נישט ערלויבן די ציבור זאל הערן ביידע זייטן פון סיי וועלכע אישו אין ח"ו אליינס באשליסן וועלכע מהלך איז די ריכטיגע.
יעדער האט זיין לאקאלע רב, שטומט?
ח"ו קיינער זאל נישט ארויסנעמען קיין הלכה למעשה פון דעם פארום, און פאר ער באשלוסט עפעס צו טוהן, אדער טוישן זיין מיינונג, זאל ער עס צום ערשט אדורכרעדן מיט זיין דעת תורה.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
veltsman
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
x 19

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך veltsman »

כ׳האב נישט קיין כח צו טייפן אסאך אין אידיש, וועלעך שרייבן בקיצור
סך הכל איז, אז די חברה פון די א״ג המשכת הדורות האבן נישט קיין שום פראבלעם אויב זיי מאכן אן א מעסס, זיי הייבן זיך אויף און וואקן אוועק, מופן קיין ניו יארק, ביודעי קאמינא, (אנטיס איז ווייניג געזאגט) זיי האבן נישט 70 יאר בלוט און שווייס דא ווי די מנהיגי הקהילות,
אלעס וואס די האסט געשריבן וועגן די מנהלי המוסדות והרבנים איז הבל הבלים, אדרבה פארוואס איז נישט דא קיין איין רב א מנהיג קהילה מיט א בריוו, א דרשה, בעד המשכת הדורות? ס׳איז דאך ברענעדיג וויכטיג
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 290

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך אני-הק' »

veltsman האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 4:12 pm כ׳האב נישט קיין כח צו טייפן אסאך אין אידיש, וועלעך שרייבן בקיצור

ס'איז יא דא, א דיין איינגעשטעלט אין א קהילה איז גענוג?
איי פארוואס נישט די גרויסע רבנים, האב איך שוין געשריבן פ"וו. קוק פריער.
און טאקע צוליב די 70 יאר, ווילן זיי נישט יעצט אריינרעדן, ווייל זיי ווייסן נישט וואס קען אפשר געשעהן ווי שוין אויסגעשמועסט.
ב.ד.וו. די מנהיגי הקהילות האבן אויך איינמאל אנגעפאנגען... יעצט הייבן ה"ה אן.
ביודעי קאמינא, אז די ווערטער א"ג\מעסס\וואקן אוועק\מופן\וכו' איז א שקר מוחלט.
אזוי ווי איך ווייס אביסל פון דער נאנט, קען איך דיר אזויפיל זאגן, אז איבעראל, סיי עסקנים מטעם די מוסדות, און סיי עסקנים וואס העלפן ה"ה, איז דא מענטשן מיט אנדערע אינטערעסן, ודי לחכימא.

ווי געזאגט, קיינער זאל נישט נעמען קיין פסק פון א פאבלוק פארום, אויב ביי איינעם איז עס נוגע, זאל ער זיך נישט שעמען, און אויפהייבן זיין טעלעפאון און פרעגן זיין לאקאלע דיין\רב און אראפלייגן זיינע פריוואטע צדדים, און אנפרעגן לדעת את המעשה אשר יעשון.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 290

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך אני-הק' »

וואס נאך טוט זיך עפעס אין מאנטריאל?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 183
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 321

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך גראדער מעכל »

veltsman האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 4:12 pm כ׳האב נישט קיין כח צו טייפן אסאך אין אידיש, וועלעך שרייבן בקיצור
סך הכל איז, אז די חברה פון די א״ג המשכת הדורות האבן נישט קיין שום פראבלעם אויב זיי מאכן אן א מעסס, זיי הייבן זיך אויף און וואקן אוועק, מופן קיין ניו יארק, ביודעי קאמינא, (אנטיס איז ווייניג געזאגט) זיי האבן נישט 70 יאר בלוט און שווייס דא ווי די מנהיגי הקהילות,
אלעס וואס די האסט געשריבן וועגן די מנהלי המוסדות והרבנים איז הבל הבלים, אדרבה פארוואס איז נישט דא קיין איין רב א מנהיג קהילה מיט א בריוו, א דרשה, בעד המשכת הדורות? ס׳איז דאך ברענעדיג וויכטיג
יעדער קען פרעגן די רבנים פון מאנטריאל און סאטמאר און זיך אליינס איבערצייגן
געהערט פערזענליכע עדות פון, סאטמאר, וויזניץ מאנסי, און טאהש (אלע טאהש'ע דיינים זענען קלאר פאר ה"ה, און אלע יונגערע רבנים זענען זייערע קינדער איינגעשריבן אין ה"ה)
סקווער (חוץ איינע פון די מנהלי המוסדות פון סקווער, ווייס איך איז יא אנטקעגן, אבער דער דיין האב"ד הרה"ג רבי יוחנן וואזנער שליט"א שטיצט ה"ה אלענגע צייט, און מען רעדט זיך אויך דורך מיט אים)

און ס'קווערע דיין , און וויזניץ מאנסי רבי, האבן פערזענדליך גערופן איבערבעטן דעם דיין וואס פארפיגט איבער ה"ה איבער דעם בריוו און געזאגט ס'איז נישט געווען בידם.

און יעדער דא ווייסט וואספארא לחץ איז אדורך אויף דעם עולם דא און די רבנים, ס'נישט קיין שאלה פארוואס זיי האבן נישט אינטערגעשריבן א בריוו למען ה"ה
אבער מיין שאלה איז ווי איז די אינטערגעשריבענע בריוו אנטקעגן המשכת הדורות? די תירוץ איז זיי האבן נישט געקענט באקומען פון קיין איין ערנסטע רב
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 290

Re: נייעסן ארום "מאנטרעאל", קאנאדא

פאוסט דורך אני-הק' »

גראדער מעכל האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:13 pm
veltsman האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 4:12 pm כ׳האב נישט קיין כח צו טייפן אסאך אין אידיש, וועלעך שרייבן בקיצור
סך הכל איז, אז די חברה פון די א״ג המשכת הדורות האבן נישט קיין שום פראבלעם אויב זיי מאכן אן א מעסס, זיי הייבן זיך אויף און וואקן אוועק, מופן קיין ניו יארק, ביודעי קאמינא, (אנטיס איז ווייניג געזאגט) זיי האבן נישט 70 יאר בלוט און שווייס דא ווי די מנהיגי הקהילות,
אלעס וואס די האסט געשריבן וועגן די מנהלי המוסדות והרבנים איז אומריכטיג, אדרבה פארוואס איז נישט דא קיין איין רב א מנהיג קהילה מיט א בריוו, א דרשה, בעד המשכת הדורות? ס׳איז דאך ברענעדיג וויכטיג
יעדער קען פרעגן די רבנים פון מאנטריאל און סאטמאר און זיך אליינס איבערצייגן
געהערט פערזענליכע עדות פון, סאטמאר, וויזניץ מאנסי, און טאהש (אלע טאהש'ע דיינים זענען קלאר פאר ה"ה, און אלע יונגערע רבנים זענען זייערע קינדער איינגעשריבן אין ה"ה)
סקווער (חוץ איינע פון די מנהלי המוסדות פון סקווער, ווייס איך איז יא אנטקעגן, אבער דער דיין האב"ד הרה"ג רבי יוחנן וואזנער שליט"א שטיצט ה"ה אלענגע צייט, און מען רעדט זיך אויך דורך מיט אים)

און ס'קווערע דיין , און וויזניץ מאנסי רבי, האבן פערזענדליך גערופן איבערבעטן דעם דיין וואס פארפיגט איבער ה"ה איבער דעם בריוו און געזאגט ס'איז נישט געווען בידם.

און יעדער דא ווייסט וואספארא לחץ איז אדורך אויף דעם עולם דא און די רבנים, ס'נישט קיין שאלה פארוואס זיי האבן נישט אינטערגעשריבן א בריוו למען ה"ה
אבער מיין שאלה איז ווי איז די אינטערגעשריבענע בריוו אנטקעגן המשכת הדורות? די תירוץ איז זיי האבן נישט געקענט באקומען פון קיין איין ערנסטע רב
די אסיפת העסקנים בעפארן קאמפיין האט רבי יוחנן וואזנער געדארפט צו קומען, די לעצטע מינוט האט ער נישט געקענט קומען, אפיציעל צוליב טעכניש, געהערט אבער אז ס'איז געווען צוליבן דרוק ער זאל נישט גיין, און שטיצן ה"ה ביז ארויסגיין אין אן אפענע מערכה אנטקעגן... איז א חילוק, און ער האט נישט קיין כח צו דעם, העלפן און שטיצן אויף א באשיידענעם וועג וועט אויך זיין גענוג. - אז ער האט געדארפט קומען ווייס איך זיכער, אבער די צווייטע חלק איז נישט קאנפירעמד, נאר שמועות.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך ניקל »

חברים אין מאנטרעאל האבן געהאלפן כאפן און איבערגעבן פאר די פאליציי א פארשוין וועלכע האט זיך פארשטעלט ווי א חסיד'ישער איד און אריינשפאצירט אין אידישע געשעפטן וואו ער האט גע'גנב'עט פראדוקטן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29964

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:37 pm חברים אין מאנטרעאל האבן געהאלפן כאפן און איבערגעבן פאר די פאליציי א פארשוין וועלכע האט זיך פארשטעלט ווי א חסיד'ישער איד און אריינשפאצירט אין אידישע געשעפטן וואו ער האט גע'גנב'עט פראדוקטן.
פיילס
IMG_20230817_233719_959.jpg
IMG_20230817_233719_959.jpg (234.29 KiB) געזען געווארן 1085 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:49 pm כ"ק אדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א וואס וויילט צוגאסט אין מאנטעראל וועט אויפטרעטן מיט א דרשת חינוך אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 341

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך פרייליך »

זייער שיין דא וויאזוי מען שמועסט שיין אהן מעקן יעדע 5 ווערטער, א היסטארישע זאך דאס
פארוואס טאקע איז אלץ אזוי האקעל דארט דאס שרייבן ארום מאנטריאל ?
איז נאך דא די אישו מיט די פלייש אדער האט מען שוין געסעטעלט ?
ישתבח שמו
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:51 pm
x 2

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך ישתבח שמו »

כ'ווייס נישט צו סאיז האקעל, כ'מיין די מאנטריאלע זענען גאר האקעל...
מלך שמחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am
x 48

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך מלך שמחל »

מזל טוב. א באטל גרעיפ דשוס אין די גראסערייען איז ארויף לכבוד יו"ט צי 10 טאלער
אז מ'וועט נישט מאכן א ערענסטע בויקאט וועט די מצב נאר ערגער ווערן
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

מלך שמחל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:47 pm מזל טוב. א באטל גרעיפ דשוס אין די גראסערייען איז ארויף לכבוד יו"ט צי 10 טאלער
אז מ'וועט נישט מאכן א ערענסטע בויקאט וועט די מצב נאר ערגער ווערן
ערעב איד, איר ווייסט אז "אלעס" אין מאנטריאל וואס איז נישט אימפארטירט איז אסאך אסאך ביליגער ווי אין נעוו יארק?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

פרובירט צו קויפן סאפיר אין מהדרין און דערנאך אין ניו יארק...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
מלך שמחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am
x 48

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך מלך שמחל »

איר מיינט אוודאי "מהודר"

פאר ווער עס ווייס נישט די באקאנטע מהדרין בוטשער בויט איבער האט זיך ריברענדעד צי "מהודר"
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

מלך שמחל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:14 pm איר מיינט אוודאי "מהודר"

פאר ווער עס ווייס נישט די באקאנטע מהדרין בוטשער בויט איבער האט זיך ריברענדעד צי "מהודר"
ווען איר רעדט צו מיר ביטע ציטירן,
כ'האב נישט געוויסט אז זיי האבן ריברענדעט, כ'געדענק עס נאר פון מיינע געשמאקע יארן אין מאנטריאל ישיבה...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

אה, און יעצט א דאנק פארן מיר פארפלייצן מיט זכרונות...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
מלך שמחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am
x 48

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך מלך שמחל »

כ'וואלט אייך גערן צוטירט. אבער וואס זאל איך טון אז מיין קראנקע פילטער לאזט נישט?

פרעג מיך נישט פארוואס ווייל כ'ווייס נישט
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

מלך שמחל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:28 pm כ'וואלט אייך גערן צוטירט. אבער וואס זאל איך טון אז מיין קראנקע פילטער לאזט נישט?

פרעג מיך נישט פארוואס ווייל כ'ווייס נישט
בקיצור, קום אריין מיט א באריכט פונעם בוטשער,
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
מלך שמחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am
x 48

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך מלך שמחל »

קודם כל. ביי וועלכע לאקאציע קענסטו דעם בוטשער?
כ'וויל וויסן פון וואו כ'הייב אן..
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 417

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דאפלטער »

מלך שמחל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:32 pm קודם כל. ביי וועלכע לאקאציע קענסטו דעם בוטשער?
כ'וויל וויסן פון וואו כ'הייב אן..
פארק עוועניו
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
שרייב פאוסט