@זלמעלע געגנטער באלאנגען פארן רבים און בתי מדרשים פארן יחיד (אדער פאר א פריוואטער ציבור). אויב/ווען מ'וועט פארשפרייטן חומר נגד חוק הגיוס אין בתי מדרשים וואס באלאנגען פאר רבנים וואס שטיצן דעם חוק האב איך שוין פריער געשריבן מיין מיינונג דערוועגן זייער קלאר.
בדוו הפצה איז נישט גע'אסר'ט, ס'איז פלעין א נערווירנדע זאך און ס'וואונדערט מיר אז מ'פארשטייט נישט ווי דער עולם רעדט זיך אפ דערויף.
אה און אגב ס'איז מיר א כבוד צו רעדן מיט א איד פון הייליגן לאנד.
איך רעד נישט אריין אין די עצם נושא פון מיסיאן, וואס לדעתי ווענדט זיך עס אויף וועלעכע אופן/מטרה עס ווערט געמאכט.
אבער וואס איז זיכער איז אז ס'איז מיר א שטיקל פלא אז דווקא די סאטמאר'ע זענען דא אזוי שטארק קעגן מיסיאן, ווי ווייט איך ווייס קומט פאר אין ארץ ישראל פון די מערסטע און גרעסטע מיסיאן דורך די קנאיש'ע סאטמאר'ע קרייזן.
דאס נעמט אריין אן א צאל ראבער קאלס יעדן צווייטן טאג (ביי געוויסע צוויי מאל א טאג) צו איבער הפגנות אדער איבער דברים חוצבים להבות אש וואס נאך עפעס א שטיקל משפיע וכדו' האט זיך אויסגעדרוקט איבער די חוק הגיוס ועוד ועוד (פרעג יעדער תושב ארץ הקודש).
ביי מיר פערזענדליך האט עטליכע יאר צוריק אריינגעקלאפט אין שטוב (אין א שטארק אגודיסטישע געגנט) א איד מיט א ויואל משה מיט נאך אפאר קונטרסים (געפאנדעט דורך א סאטמאר'ע ארגענעזעישן פון אמעריקע), פארציילנדיג עס פאר מיין חברותא זאגט ער מיר אז פאר עטליכע וואכן פריער האט מען געקלאפט ביי זיין שטוב מיט די זעלבע, ער האט איהם געזאגט בדרכי נועם "יישר כח אבער איך האב נישט יעצט פלאץ פאר נאך ספרים אין שטוב" און אפילו געגעבן אפאר שקל כדי צו געבן א גוטן געפיהל, וואס מיינסטו? צומארגענס טרעפט ער עס אין זיין פאסט קעסטל...
ווער רעדט נאך וואס ס'טוט זיך פאר די בחירות...
טאקע אט די טענה הערט מען די מערסטע פון די אגדיסטיש'ע קרייזן איבער זייער ווייטאג אויף סאטמאר:
ווילסט רעדן פון די שיטת הויואל משה ביי דיר אין קהילה? מה טוב ומה נעים.
ווילסט זאגן אז די סטייפלער + די חזון איש + די בעלזער רב האבן אויך אזוי געהאלטן? ביי דיר אין קהילה רעדט וואס די ווילסט, (מצדם מעגסטו אפילו זאגן "ביי דיר אין קהילה" אז הרב עובדיה יוסף האט אויך אזוי געהאלטן).
ווילסט נישט נעמען א סופר סת"ם/משגיח כשרות/עדי קידושין פון רוב יהדות החרדית וויל ער גייט צו בחירות? געזונטערהייט.
אבער לויף מיר נישט נאך אין די גאסן מיט "גליונות, פאשקעווילן, ראבער קאלס, הענגען צעטליך אין די גאסן+בתי מדרשים, מייקס וואס פארן יעדן צווייטן טאג, הפגנות ביי שטיבער פון עסקנים ואישי ציבור, מיט יעדע זאך וואס דו האלסט...
(איך רעדט שוין נישט פון די גאר עקסטרעמע וואס אטאקירן ממש רבנים מיט רדיפות און אפילו פיזיש שניידן בערד אין טאנצן ביי זייער לוויות...)
גראדע וועט אפילו קיין איין אדמו''ר נישט שטיין און רעדן דרשות יעדן יומא דפגרא קעגן אלע אנדערע רבי'ס און מנהיגים און זיי אנרופען "רעליגיעזע נאכשלעפערס" ווען זיי פירן זיך לויט הוראות פון אנדערע גדולי ישראל - אפילו ביי זיי אין די קהילה, אין קיינער רעדט נישט קיין דרשות אז די צווייטע קהילה זענען מחללי שבת ווייל זיי האלטן נישט רבינו תם.
די גאנצע סאטמאר'ע השקפה איז געסטריעמט אז הלוואי זאל מען מקרב זיין נאך א איד צום שיטה הקדושה און איהם ראטעווען פון נכשל ווערן צו פאלגן זיינע רבי'ס/עלטערנ'ס דרך, און ווער רעדט נאך די גרויסע שמחה ווען נאך א קהילה האט זיך געריקט אביסל מער קנאיש געשטימט, וואס דעמאלטס וועלן אלע אן אויסנאם זיין פרייליך מיט די קאנצעפט נאר די וויכוח וועט זיין - צו ס'איז ממש ערנסט אדער ס'נאר א שפיל אין זיי מאכן קאליע וועגן קשים גרים לישראל...
עד כאן איז די קריטיק וואס איך הער זיך צאם יארן לאנג קעגן די סאטמאר'ע מענטאליטי!!!
איין רגע!! פאר דו שרייסט... איך בין גראדע זייער שטארק מיט די הייליגע שיטה, און איך פריי מיך אויך מיט ווען נאך א יוד/קהילה הערט אויף גיין צו בחירות וכדו'.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען ווי פלא'דיג ס'איז פאר מיר וויפיל די עולם האלט נישט אויס דא קיין מיסיאן... ווייל מ'האט אמאל געטראפן א גליון אין א חומוש אדער באקומען עפעס א ראבער קאל.
(זיי מיר מסביר די חילוק פון קלעבן צעטליך אין קרית בעלז "מה דעתו האמיתית של הרה"ק מבעלזא בעניין בחירות" - צו מאכן א ראבער קאל "מה דעתו האמיתי של הרה"ק מסאטמאר בעניין ברסלב" (אגב, אפילו אין סאטמאר ציל'סטו די בעלזער'ס און נישט די סאטמאר'ער)
איך בעהט איבער פון פאראויס אלע וואס קענען געטראפן ווערן פון מיין פוסט, אבער איך בין קיינמאל נישט באליידיגט געווארן פון די אגודיסט'ן פארן מיר דאס אריינזאגן.