כ'גיי בעז''ה באלד ענטפערן באריכות פאר @בקיצור אויף זיין שאלה, אבער קודם דיין שאלה.סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 12:36 pmוויאזוי טייטשסטו 'ויאמינו בד' ובמשה עבדו'?מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 9:11 pmאזוי? אמונה? אמונה אין די תורה, מילא. אמונה אין מסורה, מילא. אמונה אין די אני מאמין‘ס, מילא. אמונה אין דברי נבואה, מילא.
וואס איז דאס אמונת צדיקים? זיי עס מגדיר. און וואו איז מבואר זאגאר אז דאס איז א יסוד היהדות? קום מיר נישט מיט קיין חסידישע מקורות, מיר רעדן יעצט טרוקן ‘יהדות‘.
איך רעד אזוי פארקנאקט בנושא הזה, נישט ווייל איך בין באמת, נאר איך וויל פראוון א פוינט: זאכן האבן א משקל. עס איז דא יהדות. עס זענען דא עיקרי הדת. נאכדעם זענען דא וויכטיגע און חשובע ערכין וואס חסידות האט מגלה געווען אבער קומט אויף קיין פאל נישט צו צו די עיקרי הדת המסורה לנו מדור דור, און קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז די גילויים פון חסידות קען נישט עוקר זיין אפילו א קוצו של יוד פון די תורה המסורה לנו מדור דור. בעצם דארף ווען דאס אלעס צו זיין דברים פשוטים וברורים, סאיז שוין ליידער נישט.
.
פשוט פשט וואס עס איז טייטש 'ויאמינו בד' ובמשה עבדו' איז ווי די תרגום טייטשט וְהֵימִינוּ בְּמֵימְרָא דה' וּבִנְבִיאוּת מֹשֶׁה עַבְדֵּיהּ (וידוע דאונקלס בכל מקום מתרגם באופן זה להרחקת הגשמה כמ''ש הרמב''ם והרמב''ן).
חסידות האט א ביאור פנימי אויף יעדן ענין, אבער ס'איז נישט די פראסטער פשט.