ווער איז זיי? דאס איז א באוואוסטע ווארט פון הרה''ק ר' איציקל סקווירער אז משה רבינו האט מגלה געווען נפש שבתורה רשב''י רוח וכו'וואס נישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:27 pmזיי זאגן אז משה רבינו איז געווען 'נפש' און רשב''י א גרעסערע דרגא 'רוח' און אר''י הקדוש 'נשמה' און די בעש''ט הקדוש 'חיה' און ר' נחמן איז די גרעסטע 'יחידה'הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 8:40 pmזע מיין הסבר פריער, קיינער מאכט נישט גרעסער ר"נ ווי משה רבינו, לפחות קיין איין נארמאלער, זיי זאגן אז רשב"י האר"י דער בעשה"ק און ר"נ זענען פונעם זעלבן שורש נשמה (אדער אפשר די זעלבע נשמה ממש, כ'בין נישט פונקטליך), נאר יעדעס מאל קומט עס אראפ אין אן אנדערע בחינה בנרנח"י דהיינו משרע"ה איז געווען נפש רשב"י רוח וכו'.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 8:35 pm
דעי הסבר וואס ראציאנאליזירט דאס גרעסער מאכן ר‘ נחמן ווי משה רבינו קען נאר שטימען מיטן מסביר זיין די ענין פון גילגול נשמות כפשוטו. אויב גייסטו מיט גילגול נשמות כפשוטו ממש גייט עס אויפן חשבון פון די יסוד האמונה פון תחיית המתים, וזה אי אפשר לקבל בשום פנים ואופן.
נארוואס, די ענין פון גילגול נשמות איז אין אתנו יודע עד מה, עס האט מיט חלקי נשמה וכו‘ און פון דעם ביזן מאכן אן אחרון גרעסער ווי די פריערדיגע על סמך גילגולי נשמות איז ממש מגוחך עד למאוד און איז בגדר כפירה ממש כנ”ל
ס'ליגט מיר אין זכרון אן ענליכע זאך - נאר אן ר"נ - אז משיח וועט זיין יחידה.
איך הייב אן טראכטןאז די חטא פון די ברסלבע איז אז חוץ וואס זיי זאגן עס, גלייבן זיי עס...